gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — חיי שרה (2026-11-02)

מוציא לאור: האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish

שבוע: חיי שרה (2026-11-02)

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — חיי שרה (2026-11-02)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‬ ‫גליון י"ג – פ' חיי שרה תשפ"ז לפ"ק‬ ‫מתוך דברי דברי מוסר והתעוררות שנשמעו מפ"ק מרן רבינו זי"ע‬ ‫במסיבת מלוה מלכה לטובת ישיבתינו הק' (ח"א)‬ ‫מוצש"ק חיי שרה תשנ"ו בוומסב"ג יצ"ו – ובתוכו מילי דהספידא על הרה"ק מריבניץ זי"ע‬ ‫אפאר ווערטער‪ ,‬צוויי‪-‬דריי ווערטער מוז איך זאגן נאר פאר אלעם‪.‬‬ ‫עס איז דא‪ ,‬די ערשטע זאך‪ ,‬לכאורה‪ ,‬איך שפיר נישט וואס איך ברויך מוסיף צו זיין‪ .‬מען איז זיך צוזאמגעקומען דא לטובת‬ ‫הישיבה‪ ,‬הרה"ג דער אנטווערפענער רב זאל זיין געזונט און שטארק האט שוין ארויסגעברענגט גענוג דברי חיזוק אויף דעם‬ ‫יסוד‪.‬‬ ‫און דרך אגב‪ ,‬מוז איך שוין באמערקן‪ ,‬געווענליך האט מען דאך אונז אינדערהיים אויסגעלערנט אז מען מוז אמאל ‪ -‬אז עס‬ ‫טרעפט זיך א זאך וואס איז א שטיקל טעות‪ - ,‬מוז מען דאס אביסל מגיה זיין‪.‬‬ ‫די ערליכע אידן און תלמידי חכמים האבן אלץ געהאט דער טבע‪ ,‬איך פלעג דאס צו זען נאך אין די יונגע יארן וכדומה‪ ,‬וואו‬ ‫מען האט געטראפן אן ערליכן איד‪ ,‬א תלמיד חכם‪ ,‬מען האט געפרעגט וועגן א צווייטן‪ ,‬האט ער אנגעהויבן צו פאקן שבחים‪,‬‬ ‫גרויסע זאכן‪ ,‬ווייל ער האט געוואוסט אז דאס איז עס‪ ,‬יענער איז טאקע מיט אלע זאכן‪ ,‬ער האט נישט געמיינט קיין שום גוזמא‪,‬‬ ‫גארנישט‪ ,‬ער איז געווען בטוח איינער אויפ'ן צווייטן און דער צווייטער אויפ'ן דריטן אז אזוי איז עס געווען‪.‬‬ ‫מוז איך דא וועגן דעם מגיה זיין‪ ,‬דער אנטווערפענער רב זאל זיין געזונט און שטארק איז איינער פון די גדולי ישראל‪ ,‬און‬ ‫ממילא‪ ,‬ווען ער קוקט אן איינעם ‪ -‬ער זעט א בילד ‪ ,‬דאכט זיך אים צו אז דאס איז אויך ענליך‪ ,‬אז עס האט אן ענליכקייט‪ .‬ער‬ ‫איז געקומען זאגן דברי שבחים‪ ,‬איך וואלט אודאי געוואלט האבן עפעס פון די אלע שבחים‪ ,‬ער אבער לפי דרכו‪ ,‬לויט זיין‬ ‫גרויסקייט‪ ,‬מיינט ער אז יענער איז אויך‪ ...‬מוז איך דאך מגיה זיין מען זאל דאס נישט נעמען אין חשבון‪...‬‬ ‫עס איז נאר אן אלטער איד‪ ,‬קיין גרויסע זאכן איז נישט דא וואס צו זאגן‪ ,‬אבער זה הוא‪ ,‬דאס איז עס‪ .‬איך האלט אז איך בין‬ ‫מחויב דאס צו זאגן‪ ,‬אז נישט קען ארויסקומען א טעות‪ ,‬און מען וועט נאך טאקע מיינען אזוי‪ .‬דאס איז ערשטנס‪.‬‬ ‫צווייטנס‪ ,‬פארשטייט זיך דאך‪ ,‬איך וויל אים דאנקען פאר זיינע ווארעמע ווערטער וואס ער זאגט דאס בכל לב ונפש‪ .‬ער איז‬ ‫דאך עוסק ‪ -‬אויסער זיין גדלות ‪ -‬אין טובת ישראל‪ ,‬קומט דאך דער גרויסער דאנק‪.‬‬ ‫נאר איך האב עס געהאלטן פאר א פליכט‪ ,‬עס איז דאך דא אידן וכדומה‪ ,‬הערן דאך צו‪ ,‬מוז איך דאך זאגן אז לויט זיין געהויבענע‬ ‫געדאנקען האט ער דאס געזאגט‪ ,‬אבער נישט מען זאל זיך פון דעם מאכן צו טאן‪ ,‬עס איז גארנישט‪ .‬עס איז אן אלטער איד‬ ‫פונדערהיים נאך‪ ,‬און שוין‪ ...‬ער זיצט מיט אפאר מענטשן‪ ,‬מען פרובירט עפעס צו טאן‪ ...‬דאס האב איך געהאלטן פאר א שטיקל‬ ‫חיוב‪.‬‬ ‫און צווייטנס‪ ,‬מיין איך לכאורה‪ ,‬איך שפיר נישט אז איך ברויך עפעס דא מוסיף זיין ווערטער‪ .‬נאר אף על פי כן‪ ,‬בין איך אביסל‬ ‫מחויב יא‪ ,‬ווייל מען האט עפעס מודיע געווען אז מען וויל רעדן אפאר ווערטער לשבחו פון אזא אדם גדול‪ ,‬פון אזא צדיק‪,‬‬ ‫וואס איז נסתלק געווארן‪ ,‬און די שלשים האט זיך יעצט אויסגעלאזט‪ ,‬דער ריבניצער רבי‪ .‬דאס איז שוין על פי התורה וואס מען‬ ‫איז מחויב‪ .‬די גמרא זאגט דאך "ת"ח שלא נספד כהלכה" דעמאלטס איז חלילה א גרויסע חטא‪ ,‬און מען האט נישט געקענט‬ ‫מספיד זיין כהלכה‪ ,‬עס איז געווען אינמיטן די נאכט‪ ,‬און עס איז געווען ממש די מענטשן‪ ...‬אזוי צעקוועטשט‪ ,‬מען האט נישט‬ ‫געקענט זאגן‪ ,‬האב איך דאס געהאלטן אז עס איז א חיוב‪ .‬פארשטייט זיך עס ברויך סאך גרעסער פון מיר‪ ,‬גדולים וטובים ממנו‪,‬‬ ‫אבער איך ווייס דאך נישט אויב עס איז בכדי שיעשו‪ ,‬האב איך גערעכנט נאר אפאר ווערטער ממש צו זאגן למען כבודו‪.‬‬ ‫דא שטייט די באקאנטע מדרש‪" ,‬ויהיו חיי שרה מאה שנה ועשרים שנה"‪ ,‬זאגט דער מדרש‪ :‬דאס זאגט דער פסוק "יודע ה' ימי‬ ‫תמימים" ‪ -‬דער אויבערשטער כביכול ווייסט די טעג פון די תמימים‪" ,‬כשם שהם תמימים" ‪ -‬אזוי ווי זיי זענען תמימים‪" ,‬כך‬ ‫שנותיהם תמימים" ‪ -‬זייערע יארן זענען תמימים‪" ,‬ונחלתם לעולם תהיה"‪ .‬דאס איז א פלא'דיגער מדרש‪ .‬אזוי ווי זיי זענען‬ ‫תמימים‪ ,‬איז שנותיהם תמימים‪ .‬און וויאזוי קומט דאס צוזאם‪.‬‬ ‫מיר ווייסן דאך‪ ,‬עס איז פארהאן אין א ירושלמי‪ ,‬רבי בון‪ ,‬וואס ער איז געווען קוים אלט אכצן יאר‪ ,‬און מען האט געזאגט אז‬ ‫ער איז געווען אזוי הויך ווי ביי הונדערט יאר‪ .‬איז דאך לכאורה ביי שרה אמינו ביי די הונדערט זיבן און צוואנציג מסתמא האט‬ ‫זי דאך משיג געווען וואס קיינער האט נישט געקענט זוכה זיין ניטאמאל אין טויזנטער יארן‪ ,‬און וואס ברויך דער מדרש דאס‬ ‫צו באטאנען און צו זאגן "כך שנותיהם תמימים"‪.‬‬ ‫נאר דאס איז אן ענין פון עבודת השם‪ ,‬איז דאך אזוי‪ .‬אנע תורה איז דאך גארנישט‪ ,‬די הייליגע תורה דאס איז אלעס‪ ,‬דאס איז‬ ‫אונזער לעבן‪ ,‬די גאנצע וועלט האלט זיך נאר "בשביל ישראל שנקראו ראשית‪ ,‬ובשביל התורה שנקראת ראשית"‪ .‬אבער דאס‬ ‫ענין פון תורה‪ ,‬איז טייטש אזוי‪ ,‬ביי די צדיקים איז נתהפך געווארן דער גוף‪ ,‬די גאנצע תורה‪ ,‬נישט אזוי ווי עס שטייט אין די‬ ‫ספרים הקדושים מהפך זיין די חומר פאר א צורה‪ ,‬און מען מאכט פון דעם גאנצן גשמיות ‪ -‬עס ווערט אלעס כולו קודש לה'‪,‬‬ ‫וואס זיי טוען אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך‪ ,‬אבער ביי א סתם מענטש טאמער טוט ער אלעס לשם שמים‪ ,‬ווערט אלעס‬ ‫נתהפך‪ ,‬עס איז נישטא קיין חומר‪ ,‬עס איז אלעס צורה‪ ,‬עס איז אלעס הייליג‪.‬‬ ‫אבער בעצם‪ ,‬איז ביי די גרויסע מענטשן‪ ,‬ווי גרעסער איינער איז‪ ,‬ווי איינער איז מער זוכה ‪ -‬נישט יעדער איז אייניג‪ ,‬די אלע‬ ‫צדיקים‪ ,‬יעדער האט זיין וועג‪ ,‬יעדער איז אן עקסטערע‪ ...‬אלע האבן זייער ארט וויאזוי צו טאן ‪ ,-‬איז אבער בעצם טאקע דער‬ ‫גוף גופא‪ ,‬האט מען געקענט זען אז דער גוף האט אויפגעהערט צו פונקציאנירן אלס גוף‪ ,‬עס איז פשוט נתהפך געווארן אזוי‬ ‫ווי א דבר רוחני‪ ,‬עס האט געווירקט‪.‬‬ ‫איז ביי יעדן צדיק איז עס אויף אן אנדערן פארעם‪ .‬עס איז געווען צדיקים וואס כל ימיהם לא פסק פומייהו מגירסא‪ ,‬זיי האבן‬ ‫ממש נישט מבטל געווען א מינוט‪ ,‬עס איז געווען כולם תורה‪ .‬נאכדעם איז געווען צדיקים וואס עס איז געווען כולו עבודה‪.‬‬ ‫מען האט אויך געלערנט‪ ,‬פארשטייט זיך מען האט געלערנט‪ ,‬זיי האבן מער געלערנט ווי מיר לערנען‪ ...‬אבער זיי האבן זיך‬ ‫גענומען צו עבודה‪ .‬מען זעט דאך אין די גמרא נאך ביי רבי חנינא בן דוסא‪ ,‬ביי רחב"ד איז דאך די גאנצע וועלט ניזון געווארן‬ ‫"בשביל חנינא בני"‪ ,‬און ער "די לו בקב חרובין"‪ ,‬אים איז גענוג געווען א קב חרובין‪ ,‬דאס איז געווען רבי חנינא בן דוסא‪ ,‬דאס‬ ‫איז אויסער זיין תורה‪ ,‬ער איז דאך געווען א תנא‪.‬‬ ‫אזוי איז אין יעדן דור‪ ,‬הקב"ה האט קיינמאל נישט געלאזט אידישע קינדער זאלן ח"ו זיין אנע מנהיגים‪ ,‬אזאנס איז נישט געווען‬ ‫און עס וועט קיינמאל נישט זיין‪ .‬דער אויבערשטער כביכול האט אלץ געהאט זיינע מענטשן‪ ,‬אמאל ווייניגער און אמאל מער‪,‬‬ ‫אבער כולו קודש‪ .‬דאס אז דער אויבערשטער זאל נישט האבן חלילה קיין מענטש‪ ,‬דאס איז א זאך וואס וועט קיינמאל נישט‬ ‫זיין און עס איז קיינמאל נישט געווען‪ .‬יעדן דור‪ ,‬לפי הדור‪ ,‬וויאזוי דאס איז‪.‬‬ ‫די מעשה האנדלט זיך דא‪ ,‬מען האט מיר געזאגט צו מספיד זיין דעם ריבניצער רבי'ן‪ ,‬איך בין נישט בכח‪ ,‬איך בין פון די קליינע‬ ‫מענטשן‪ ,‬איך קען נישט משיג זיין די גרויסע מענטשן‪ ,‬איך קען נישט זאגן מיט א בשר‪-‬ודם'דיגע אויגן‪ .‬מיר האבן אים‬ ‫קענענגעלערנט נאר אויף זיינע עלטערע יארן‪ ,‬מיר האבן דאך נישט געוואוסט‪ ,‬ער איז געזעצן אין רוסלאנד ווי מ'זאגט אונטער‬ ‫די ביטערע צייטן‪ ,‬האבן מיר נישט געהאט‪ ,‬אבער ווען ער איז אהערגעקומען‪ ,‬וואס מיר האבן געזען מיט אונזערע אויגן אן‬ ‫עבודת השם‪ ,‬וואס עס האט אלעס אויפגעגעבן‪ ,‬ווי איך האב פריער געזאגט‪ ,‬עס האט אויפגעגעבן די ארציות‪ ,‬דער איד איז‬ ‫געווען כמעט קיינמאל נישט‪ ...‬ער האט נאר געפאסט שטענדיג‪ ,‬די נאכט איז דורכגעגאנגען מיט תיקון חצות‪ ,‬מיט פארשידענע‬ ‫עבודות‪ .‬זיין דאווענען‪ ,‬זיין אלעס‪.‬‬ ‫און מען מיינט דאך אז דער איד איז געווען סתם נאר אן עבודה אליין‪ ,‬אן קיין תורה‪ .‬ער איז געווען לפי ידיעתינו‪ ,‬וואס מיר‬ ‫האבן שוין דא געהערט פון פארלעסליכע‪ ,‬איז ער פון די דריי יאר אן געווען כולו קודש לה'‪ ,‬געזעצן און געלערנט בנגלה תורת‬ ‫השם‪ ,‬אויך ימים ולילות‪ .‬אבער בנגלה‪ ,‬נישט בנסתר‪ .‬די בנגלה האט געארבעט‪ ,‬ער איז געווען פשוט א גדול אלס קינד‪.‬‬ ‫און אז ער האט דורכגעברענט‪ ,‬אזא איד‪ ,‬כל ימיו‪ ,‬אויף ממש נישט נהנה געווען פון דער וועלט גארנישט‪ ,‬ממש נישט נהנה‬ ‫געווען‪ .‬וואס מיר האבן געזען‪ ,‬האבן מיר געזען אז ער איז נישט נהנה פון דער וועלט‪ .‬און פארדעם נאך איז געווען כולו דאפלט‪,‬‬ ‫און נישט סתם דאפלט‪ .‬ווען מען לעבט אויף א פלאץ וואס מען קען עקזיסטירן‪ ,‬מען לאזט איינעם לעבן‪ .‬מען לעבט דורך‬ ‫צענדליגער יארן אויף א פלאץ וואס יעדע ריר האט מען זיך געשפילט מיט'ן לעבן ממש‪ .‬מען ווייסט דאך‪ ,‬די אלע מענטשן‬ ‫וואס האבן געארבעט אויף רעליגיע‪ ,‬די זענען דאך צוגרינד געגאנגען‪ ,‬אדער מען האט זיי ערלעדיגט אדער אוועקגעשיקט אין‬ ‫תפיסות‪.‬‬ ‫און אז א איד האט דורכגעפירט אזא מין לעבן‪ ,‬מיט אזעלכע זאכן‪ ,‬און אלעס אויף דעם זעלבן נוסח‪ ,‬אנע שום שינוי‪ ,‬מיט זיין‬ ‫עבודה בייטאג און ביינאכט וכדומה‪ ,‬געבענטשט אידן‪ ,‬דאווענען‪ ,‬ווי לאנג דאס האט געדויערט‪ ...‬אבער נישט נאר דאס‪ ,‬נאר‬ ‫די געוואלדיגע עבודה‪ ,‬אנע היסח הדעת‪ ,‬ער האט נישט פארגעסן קיין שום איד‪ .‬וואס מען האט געברויכט פאר א איד א טובה‪,‬‬ ‫צו אלעם איז ער דא געווען‪ ,‬מען האט אים געמוזט שלעפן אינמיטן‪ ,‬אלעס וואס ער ברויך ‪ -‬וואס ער מוז טאן‪ ,‬און מען האט‬ ‫נישט נאכגעלאזט‪ ,‬און אלעמאל איז ער דא געווען דא‪ .‬א איד וואס האט נישט מסיח דעת געווען‪ ,‬נישט נאר פון עבודת השם‪,‬‬ ‫נאר די צווייטע זאך ‪ -‬וואס אסאך מאל פארגעסט מען‪ ,‬פארגעס נישט פון א צווייטן איד‪.‬‬ ‫דו ווילסט זיין אן עובד השם? ווילסט האבן "ואהבת את ה' אלקיך"? אן דעם "ואהבת לרעך כמוך" איז דאס נישט קיין מציאות‪,‬‬ ‫עס קען נישט זיין‪ .‬ער האט אבער פון קיין איינעם נישט פארגעסן‪ .‬ער האט אהינגעגעבן זיין לעבן פאר'ן בורא כל עולמים כל‬ ‫ימיו‪ ,‬ער האט אוועקגעגעבן נישט נאר פאר'ן אויבערשטן כביכול בפועל‪ ,‬נאר ער האט עס איבערגעגעבן פאר אידישע קינדער‪.‬‬ ‫זיין גאנץ לעבן איז נישט געווען אויף עפעס אנדערש‪ ,‬זיין טאג און זיין נאכט‪ ,‬און זיין עבודה און זיין דאווענען און זיין טאן‪.‬‬ ‫דאס איז א זאך וואס איז נישט נאר היינט‪ ,‬נאר פאר הונדערטער יארן וואלט ער אויך געווען אן איש פלא‪ ,‬וואלט ער אויך געווען‬ ‫אן אויסנאם פון א מענטש‪.‬‬ ‫עס איז דאך דא אנע שיעור מעשיות וואס מענטשן פארציילן‪ ,‬אלעס איז דאך זאכן וואס מען האט געקענט זען מיט די אייגענע‬ ‫אויגן‪ ,‬וואס ממש עס איז געווען "ותגזר אומר ויקם לך"‪ ,‬ער האט מתפלל געווען און עס איז מקוים געווארן‪ .‬נאר וואס מענטשן‬ ‫וויסן וויאזוי עס איז געווען‪ ,‬אזוי כלאחר יד‪ ,‬וואס ער האט געהייסן‪ ,‬וואס ער האט מתפלל געווען‪ ,‬און הקב"ה ‪ -‬עס איז מקוים‬ ‫געווארן‪ .‬דאס איז אלעס ענינים וואס איז נישט פון טויזנט יאר צוריק‪ ,‬נאר עס איז געווען פאר אונזערע אויגן וכדומה‪.‬‬ ‫ברכת "מזל טוב" לאנ"ש שיחיו שהשמחה במעונם‬ ‫ער איז אוועק פון דער וועלט‪ ,‬ער האט נישט נהנה געווען דערפון‬ ‫גארנישט‪ ,‬ממש גארנישט געהאט‪ ,‬וואס בדרך הטבע דעם‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א – קרית קאשוי‬ ‫גארנישט‬ ‫מינימום וואס א מענטש האט עפעס‪ .‬ער האט‬ ‫לרגל הולדת הנכדים ני"ו נכדי בנו הרב יחיאל שליט"א (מאנסי)‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א – אהל רפאל‬ ‫שבגארנישט‪ .‬און אזוי האט ער אדורכגעלעבט די אלע יארן אין‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי' בת חתנו הרב שלמה אליעזר שפיץ שליט"א (מאנסי)‬ ‫עבודת השם‪ ,‬עס וואלט געווען א חיוב גמור מען זאל דאס‬ ‫הגה"צ אבד"ק באלטימאר שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫מפרסם זיין און זען‪ .‬אבער דאס איז נאכנישט בלויז דאס אליין‪.‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫הגה"צ אבד"ק ראצפערט שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫פון דעם וואס מען זעט צו אזא עבודה פון א איד‪ ,‬נישט יעדער‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫הרב יעקב קעסטנבוים שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫קען זיין דער ריבניצער רבי‪ ,‬נישט יעדער קען דאס מיטמאכן אזא‬ ‫לרגל נשואי נכדתו תחי' בת בנו מו"ה יצחק מענדל הי"ו‬ ‫מין עבודת השם‪ .‬נו‪ ,‬מען בעט דאך נישט אז יעדער זאל זיין דער‬ ‫הרב יעקב חיים דייטש שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫זעלבער‪ ,‬יעדער האט דאך אן אנדערן וועג‪ .‬אבער איין זאך וואס‬ ‫לרגל אירוסי נכדתו תחי'‬ ‫הרב בנציון יאקאבאוויטש שליט"א (ק"י)‬ ‫קומט פאר אונז אויס א נפקא מינה‪ .‬דער רב זאל זיין געזונט און‬ ‫לרגל אירוסי נכדו ני"ו‬ ‫שטארק (‪-‬הדרשן שלפניו) האט באמערקט אז עס איז דאך‬ ‫הרב נתן בנימין קרויס שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר השיח חיים זי"ע (ק"י)‬ ‫שווערע צייטן‪ ,‬וכדומה‪ .‬איז א זאך וואס מיר זענען דאך יא מחויב‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫עפעס ארויסצולערנען‪ .‬מיר קענען נישט נאכמאכן זיין סיגוף‪ ,‬מיר‬ ‫הרב משה טעללער שליט"א (ק"י)‬ ‫לרגל נשואי נכדתו תחי' בת בנו מו"ה יצחק אהרן ני"ו (מאנסי)‬ ‫קענען נישט נאכמאכן זיין פאסטן‪ ,‬מיר קענען נישט נאכמאכן די‬ ‫הרב יחיאל קליין שליט"א (ק"י)‬ ‫גאנצע ווירטשאפט‪ ,‬די גאנצע פיר און צוואנציג שעה טאן‪,‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫ארבעטן און טאן‪ .‬אבער איין זאך קען מען דאך פון אים יא‬ ‫מו"ה נח משה שטיינבערג הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל אירוסי נכדתו בת בנו מו"ה יואל תחי'‬ ‫ארויסלערנען‪ :‬אז מען פארגעסט פון זיך‪ .‬ער איז געווען א איד‬ ‫מו"ה יצחק מאיר שווארץ הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫וואס האט פארגעסן פון זיך אינגאנצן‪ .‬פון זיך האט ער אינגאנצן‬ ‫לרגל אירוסי נכדתו תחי'‬ ‫מסיח דעת געווען‪ ,‬ער האט נישט געוואוסט גארנישט‪ .‬ער האט‬ ‫מו"ה אלי' ענגלענדער הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫נאר געוואוסט אז עס איז דא א באשעפער‪ ,‬און ער האט נאר‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫מו"ה בנימין לוי שטיין הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫געוואוסט אז עס איז דא אידן אויף דער וועלט וואס מען ברויך‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫זיי צו העלפן‪ .‬דאס ביסל ברויכן מיר ארויסצולערנען‪.‬‬ ‫משפ' (הרה"ח ר' הערשל ע"ה) גרינבלאטט – קרית קאשוי‬ ‫לרגל הולדת נכדם ני"ו בן חתנם מו"ה אברהם שמואל ווידער הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫דאס איז אונזער הספד אויף אזא געוואלדיגן מענטש‪ ,‬וואס ער‬ ‫מו"ה ישעי' שטייף הי"ו (מאנסי)‬ ‫האט כל ימיו נישט געטאן נאר גוטס‪ ,‬ער האט אין זיין לעבן על‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫מו"ה בנימין משה ווייס הי"ו (מאנסי)‬ ‫פי סברא נישט געזינדיגט און נישט פוגם געווען‪ .‬אבער דאס קען‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי'‬ ‫מען דאך פון אים יא ארויסלערנען‪ ,‬אז מיר קענען טאקע נישט‬ ‫מו"ה שמעון יוסף שטעסל הי"ו (ק"י)‬ ‫אלעס נאכמאכן‪ ,‬אבער ליב האבן א איד‪ ,‬און ליב האבן כביכול‬ ‫לרגל נישואי בנו הי"ו‬ ‫מו"ה אברהם חיים כהן הי"ו (ק"י)‬ ‫דעם בוכ"ע‪ ,‬דאס קענען מיר זיך דאך יא אויסלערנען‪ .‬נישט אין‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫דעם פארעם וואס ער האט עס געטאן‪ ,‬אבער יעדער איד‪...‬‬ ‫תוספות ברכה‪:‬‬ ‫נפלאות על הפרשה ‪ -‬מפי ספרים וסופרים‬ ‫ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה‬ ‫דער מדרש פרעגט‪ :‬פארוואס זאגט דער פסוק "ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה"‪ ,‬ער איז געקומען מספיד זיין‪ ,‬אבער עס שטייט נישט אז ער האט‬ ‫עס טאקע געטון‪ ,‬נאר גלייך דערנאך שטייט "ויקם אברהם מעל פני מתו"‪ ,‬ער איז אויפגעשטאנען? פארוואס האט ער זיך למעשה צוריקגעהאלטן פון‬ ‫איר מספיד זיין?‬ ‫נאר אברהם אבינו‪ .‬ווען ער האט אנגעהויבן צו איבער טראכטן איבער דעם טויט פון שרה – די ערשטע צדיקת אין די וועלט‪ ,‬די מאמע פון כלל ישראל‪,‬‬ ‫וואס רוח הקודש האט ארויס גערעדט פון איר האלז‪ ,‬און דא זעהט מען אז פלוצלינג שטארבט זי גלייך נאך די גרויסע מדרגה פון די עקידה – האט דער‬ ‫יצר הרע פרובירט אריינצוברענגען אין זיין הארץ קשיות חלילה אויף די מעשים פונעם באשעפער‪ .‬דעריבער‪ ,‬ווי נאר אברהם האט דאס געזען‪ ,‬האט ער‬ ‫זיך גלייך צוריקגעצויגן‪ ,‬ער האט זיך אויפגעשטעלט און נישט ממשיך געווען מיט די הספדים‪ ,‬נאר אנגעהויבן רעדן אנדערע זאכן!‬ ‫(תפארת שלמה)‬ ‫ויושם לפניו לאכול‬ ‫קען מען פרעגן‪ :‬ווער האט אים דען געבעטן ער זאל עסן אז ער האט געדארפט זאגן "איך וועל נישט עסן ביז איך רעד"?‬ ‫נאר פון דא לערנען מיר א מוסר השכל אין דרך ארץ‪ :‬ווען מ'לייגט פאר א מענטש עסן‪ ,‬זאל ער גלייך עסן און ער דארף נישט ווארטן מ'זאל אים זאגן‬ ‫"עס"!‬ ‫(מושב זקנים מבעלי התוספות)‬ ‫ואחרי כן קבר אברהם את שרה אשתו אל מערת שדה המכפלה‬ ‫דער פשעווארסקער רבי‪ ,‬רבי יענקעלע זי"ע‪ ,‬האט דערציילט בשם דעם בעלזער רב דער מהרי"ד זי"עיארצייט בשבוע זו כ"ב מר חשון)‪:‬‬ ‫אמאל איז געווען דער שטייגער אז ווען איינער האט געוואלט פארן קיין ארץ ישראל‪ ,‬האט זיך דאס גאנצע דארף צונויפגעקליבן זיך צו געזעגענען און‬ ‫אים וואונטשן א גוטע רייזע‪ ,‬ווייל די וועג איז געווען פול מיט שוועריגקייטן און ווייניג האבן מצליח געווען אנצוקומען‪ .‬איין מאל איז א דארפסמאן‬ ‫געפארן קיין ארץ ישראל‪ ,‬און אלע זיינע חברים‪ ,‬גראבע יונגען‪ ,‬האבן געמאכט א סעודה‪ .‬אינמיטן די סעודה זאגט אים זיין חבר‪ ,‬א גראבער יונג ווי אים‪:‬‬ ‫"אז דו וועסט זיין ביי קבר רחל‪ ,‬פארגעס נישט מיך אינזין צו האבן דארט אויף צו בעסער מאכן מיין ארימער מצב"‪...‬‬ ‫האט זיך אָנגערופן א צווייטער דארפסמאן וואס איז געווען א קלוגער‪ ,‬און געזאגט פארן פארער‪" :‬דו וועסט דאָך זיכער זיין אויך אין מערת המכפלה‪.‬‬ ‫איך בעט דיר‪ ,‬גיי נישט דארט צו די הייליגע אבות! זיי זענען שוין ביי זייער לעבן געווען הימל‪-‬מענטשן ווי מלאכים‪ ,‬און זיי וועלן נישט פארשטיין ווען‬ ‫דו וועסט זיי זאגן אז א איד דארף פרנסה‪ .‬אבער איך וועל דיר געבן אן עצה וואס צו טון‪ :‬דארט אין מערת המכפלה ליגט אויך דער קאָפּ פון עשיו‪ ,‬ער‬ ‫פארשטייט יא גוט צו די זאכן! גיי צו אים און זאג אים‪" :‬דיינע קינדער האסטו שוין באזארגט מיט אלעם גוטן‪ ,‬יעצט איז די צייט דו זאלסט טון אויך פאר‬ ‫דיין ברודער יעקב'ס קינדער!'"‬ ‫(מפיהם ומפי כתבם)‬ ‫וירץ לבן אל האיש וגו' ויהי כראות את וכו' ויבא אל האיש‬ ‫לכאורה איז שווער א סתירה אין די פסוקים‪ :‬אנפאנג שטייט "וירץ לבן אל האיש"‪ ,‬לבן איז געלאפן צו אליעזר‪ ,‬אבער ביים סוף זעט אויס ווי ער איז‬ ‫געגאנגען זייער פאמעלעך‪ ,‬ווייל עס שטייט "ויבא אל האיש" וואס מיינט א נארמאלע גיין‪ ,‬אן קיין ריצה‪.‬‬ ‫נאר אין אנפאנג איז לבן געלאפן מיט זיין גאנצן כוח‪ ,‬ווייל לויט ווי רבקה האט אים דערציילט‪ ,‬האט ער פארשטאנען אז אליעזר זוכט א חתן פאר‬ ‫אברהם'ס טאכטער‪ ,‬ווי חז"ל זאגן אונז אויפן פסוק "וה' ברך את אברהם בכל" – אז ער האט געהאט א טאכטער וואס האט געהייסן בכל‪ ,‬האט ער באשלאסן‬ ‫אז ער לויפט עס כאפן‪...‬‬ ‫אבער ווען ער איז ארויסגעקומען און געזען זיין שוועסטער רבקה מיט דעם נזם און די צמידים אויף אירע הענט‪ ,‬האט ער פארשטאנען זיין טעות – אז‬ ‫מען זוכט נישט קיין חתן נאר מען זוכט א כלה‪ .‬דעמאלט האט ער גלייך אפגעשטעלט זיין לויפן‪ ,‬און אנגעהויבן גיין נארמאל‪...‬‬ ‫(משך חכמה)‬ ‫למה תעמוד בחוץ ואנכי פניתי הבית‬ ‫רש"י טייטשט‪ :‬אז ער האט אויסגערייניגט דאס הויז פון עבודה זרה‪ .‬לכאורה וואס איז לבן'ס טענה צו אליעזר "למה תעמוד בחוץ"? פון וואו האט אליעזר‬ ‫געדארפט וויסן אז ער האט שוין אויסגערייניגט דאס הויז? נאך א קשיא‪ :‬וואס האט געהאלפן דאס וואס לבן האט ארויסגענומען די עבודה זרה פונעם‬ ‫הויז‪ ,‬בשעה וואס ער אליין איז דאָך געווען א גאנצע עבודה זרה‪ ,‬אזוי ווי עס שטייט אינעם זוהר הקדוש אז לבן אליין איז געווען א גרויסער מכשף?‬ ‫נאר איין קושיא פארענטפערט דאס צווייטע‪ ,‬לבן האט גוט פארשטאנען אז אליעזר וועט נישט וועלן אריינגיין אין הויז כל זמן ער אליינס געפינט זיך‬ ‫אינעווייניג‪ ,‬ווייל ער אליין איז א שטיק איסור‪ .‬דעריבער האט לבן זיך אליין ארויסגענומען פונעם הויז‪ ,‬און יעצט האט ער זיך געווענדעט צו אליעזר און‬ ‫געפרעגט "למה תעמוד בחוץ" – דו זעסט דאָך אז "אנכי פניתי הבית"‪ ,‬איך אליין בין אינדרויסן פונעם הויז‪ ,‬ממילא איז דאס הויז ריין און דו קענסט‬ ‫אריינגיין‪...‬‬ ‫(קדושת ציון)‬ ‫ויאמר אחיה ואמה‬ ‫רש"י פרעגט‪ :‬וואו איז בתואל געווען? נאר ער האט געוואלט צוריקצוהאלטן דעם שידוך‪ ,‬איז געקומען א מלאך און האט אים גע'הרג'עט‪.‬‬ ‫מען קען זאגן בדרך צחות‪ :‬אנפאנג האבן זיי געזאגט "מה' יצא הדבר לא נוכל דבר"‪ ,‬אבער דערנאך האט בתואל אנגעהויבן איבער טראכטן‪ .‬עס איז אים‬ ‫שווער געווארן אויף דאס וואס אליעזר האט דערציילט בשם אברהם "הוא ישלח מלאכו לפניך"‪ ,‬ער וועט שיקן זיין מלאך פאר דיר‪ – ,‬אויב עס איז דא א‬ ‫מלאך‪ ,‬וואו איז ער יעצט ? דער מלאך וואלט דאָך דיר אליין געדארפט ווייזן רבקה'ן‪ ,‬פארוואס האסטו געדארפט מאכן סימנים ביי די קוואל? און וועגן‬ ‫די קשיא האט ער געוואלט מבטל זיין דעם שידוך!‬ ‫דעמאלט איז דער מלאך געקומען און אים געהרגעט‪ ,‬כדאי אים צו זאגן‪" :‬דא בין איך! איך בין גרייט און באשטימט ווען מען דארף מיך האבן‪"...‬‬ ‫(קונטרס אמרי חנוך)‬