סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — חיי שרה (2026-11-02)

ב"ה .גליון ה' -פ' חיי תשפ"ז לפ"ק
היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן
אונזער טאטע שליט"א ,אונזערע ברודערס,
'ליפא' (ישיבה גדולה) אונזער 'יואל'יש'
(יעצט אנגעהויבן כיתה ט') און פון 'זלמן
לייב' וואס גייט שוין ב"ה אין כיתה ו'!
טאטע :א איד האט מיר געזאגט אז פון די וואך און ווייטער הערט דער עולם אויף צו דרימלען ביי לכה דודי ,ווייל מען האט שוין צוריקגערוקט דעם
..
זייגער מיט א שעה ,און דער זמן איז שוין היבש פרי .
ליפא :עס ווערט פריער פון וואך צו וואך ,און מען דארף זיך צואיילן צום שבת ,קוים קוים וואס מען קען כאפן א דרימל ערב שבת!
טאטע :נישט געזארגט מען כאפט א דרימל דא א דרימל דארט.
ביים רבי'ן זי"ע האט איינער פון די אנוועזנדע ביים טיש פרייטאג צונאכטס איינגעדרימלט ,ווען ער האט זיך אויפגעוועקט ,האט ער זיך געגעבן א רוף
אן צום רבי'ן "ליל שישי" ,ווי צו זאגן אז ער איז אויף געווען ליל שישי במילא איז ער יעצט איינגעשלאפן ,האט זיך דער רבי – פארשטייענדיג אז דאס
..
איז נאר א תירוץ – זיך אנגערופן מיט א שמייכל פאר דעם איד 'נו ,די וועלט זאגט דאך אז איין שלאף ברענגט דאס צווייטע' .
ליפא :איך האב אמאל געהערט א ווערטל ,אז דער סיבה פארוואס א בעל דרשן רעדט מיט פארמאכטע אויגן ,איז פשוט ,צוליב דעם וואס עס
..
שטייט "אל תפרוש מן הציבור" .
טאטע :אבער דאס איז נאר ביי פשוט'ע מענטשן ווי אונז ,ביי צדיקים איז דאס דרימלען און אפילו דאס עצם שלאפן געווען א גרויסע עבודה ,כידוע.
דער מדרש די וואך דערציילט דאך אז ר' עקיבא האט געדרשנ'ט "והיו הציבור מתנמנמין" ,דער ציבור האט געדרימלט" ,ביקש לעוררן" ,האט ער זיי
געוואלט אויפוועקן ,האט ער געזאגט פאר זיי א דרש אזוי ,פארוואס האט אסתר המלכה זוכה געווען צו קעניגן אויף הונדערט זיבן און צוואנציג
לענדער?! נאר "תבא אסתר שהיתה בת בתה של שרה" ,זאל קומען אסתר א אייניקל פון שרה" ,שחיתה קכ"ז שנה" ,וואס זי האט געלעבט 127
יאר" ,ותמלוך על קכ"ז מדינות" ,און זי זאל קעניגן אויף 127לענדער!
די מפרשים פרעגן וואס איז דער פשט דערפון ,לכאורה פארוואס האט ר' עקיבא געוואלט אויפוועקן זיינע תלמידים דוקא מיט דעם דרש?
ענטפערט דער רבי זי"ע ,אז שלאפן ביי צדיקים איז זייער א הויכע מדריגה ,אנדערש ווי סתם מענטשן וואס ביי זיי איז שלאף איז א זעכציגסטל פון
טעם מיתה ,קומט אויס אז בשעת זיי שלאפן איז עס כאילו זיי לעבן נישט ,אבער ביי צדיקים איז עס א הויכע בחינה ,ווי מיר זעען "דוד מלך ישראל
חי וקיים" ,דוד המלך לעבט אויף אייביג ,פארוואס? ווייל דוד המלך איז קיינמאל נישט געשלאפן לענגער ווי דעם שיעור פון זעכציג אטעם'ס ,במילא
האט ער קיינמאל נישט טעם געווען א טעם מיתה!
במילא שרה אמנו איז דאך זיכער געווען אויף די מדריגה ,אז איר שלאף איז קיינמאל נישט געווארן פאררעכנט ווי טעם מיתה ,נאר עס ווערט
פאררעכנט אז זי האט אויך געלעבט בשעת'ן שלאפן ,דערפאר קען די תורה הקדושה זאגן אז זי האט טאקע געלעבט גאנצע 127יאר ,כאטש
אינדערמיט איז געווען פילע נעכט .און אין דעם זכות האט אסתר המלכה באקומען גאנצע 127לענדער ,ווייל אויב וואלט ווען נישט גערעכנט
געווארן פאר שרה די צייט פון איר שלאף ,וואלט דאך געפעלט פון די 127יאר ,ווייל מען מוז אראפרעכענען די נעכט ,וואלט אסתר דאך נישט
געקענט קעניגן אויף 127לענדער.
במילא דאס האט ר' עקיבא געוואלט מעורר זיין די תלמידים וואס דרימלען ,אז אפי' שלאפן קען זיין א מדריגה אין עבדות השם ,אבער דאס איז
זיכער אז צו שלאפן בשעת די דרשה פונעם ראש ישיבה ,איז זיכער נישט ווי די מדריגה פון צדיקים וואס דינען השי"ת אויך מיטן שלאפן ,במילא
האט ער זיי געוואלט אויפוועקן זיי זאלן נישט פארשלאפן די טייערע צייט פון לערנען!
..
איך האב מורא אז באלד וועט עטס אלע זיך נעמען צום שלאפן ,אז מען הערט די גרויסע בחינות ,איך האף נאר אז נישט דא ביים טיש .
ליפא :מיין משגיח האט מיר פאראיאר צוגעוויזן וואס רבי חיים וויטאל זצ"ל שרייבט אינעם שער הגלגולים (הקדמה כ"ג) א מעשה מיט רבי אברהם
הלוי זצ"ל ,מגדולי תלמידי האר"י הקדוש ,אז איין שבת נאכמיטאג אין צפת ,איז ער אריינגעקומען אין שטוב פונעם אריז"ל און געזען אז דער רבי
שלאפט ,אבער ער האט אויך באמערקט אז בשעת דער אריז"ל שלאפט ,באוועגן זיך זיינע ליפן זייער שנעל און ער מורמלט עפעס .ער האט געבויגן
זיין אויער גאר נאענט צו די ליפן פונעם רבי'ן ,אבער ער האט גארנישט אויפגעכאפט .אינמיטן האט זיך דער אריה"ק אויפגעוועקט און געפרעגט רבי
אברהם וואס ער טוט .רבי אברהם האט געבעטן מחילה און מסביר געווען אז ער האט געוואלט הערן די תורה וואס דער רבי רעדט אינעם שלאף.
האט אים זיין רבי מסביר געווען אזוי:
"וויסן זאלסטו ,אז ווען איך לייג מיך שלאפן ,פליט מיין נשמה ארויף גלייך קיין הימל דורך באשטימטע וועגן .דארט קומען אנטקעגן מלאכי השרת
און פרעגן מיין נשמה צו וועלכער ישיבה של מעלה זי וויל גיין לערנען —צו דער ישיבה פון רבי שמעון בן יוחאי ,אדער צו די ישיבה פון אנדערע
תנאים און נביאים"!
און ווען רבי אברהם האט אים געבעטן ער זאל אים אויסזאגן כאטש איין סוד וואס ער האט יעצט געלערנט אויבן ,האט דער אריז"ל געענטפערט
אזוי" :איך שווער דיר ,אז אפילו אויב איך וועל יעצט לעבן אכציג יאר נאכאנאנד און רעדן אן קיין שום אויפהער ,וועל איך נישט קענען אויסשמועסן
אפילו דאס וואס איך האב יעצט געלערנט אין דעם איינציגן מינוט וואס איך האב געדרימעלט"!
יואל'יש :מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז ביים רבי'ן זי"ע איז געווען א גאנץ ענין דאס דרימלען ,אין מען האט געזען אז עס איז נישט קיין פשוט'ע
זאכן ,ווייל אויב עס האט זיך נאר געמאכט אז דער רבי האט עכט איינגעדרימעלט ,אפי' נאר פאר עטליכע סעקונדעס ,האט ער תיכף געבעטן וואסער
צו וואשן די הענט ,און רוב מאל האט דער רבי נישט געבעטן קיין וואסער ,במילא איז דאס געווען אן העכערע ענין.
אויך האט יעדער געקענט זעהן אז פרייטאג צונאכטס ביי די תורה ווען דער רבי האט איינגעדרימלט אינמיטן זאגן א פסוק ,דעמאלטס ווען ער האט
זיך אויפגעכאפט האט ער ממשיך געווען צו זאגן דעם פסוק פונקטליך ביי דעם ווארט ווי ער האט זיך אפגעשטעלט! אזוי אויך איז געווען אין ישיבה
ביים פארלערנען סוגיא שיעור פאר די בחורים.
זלמן לייב (שמייכעלט) :דער רבי פלעגט טאקע דרימלען אין ביהמ"ד ווען יעדער האט געזעהן?
טאטע :אודאי ,און עס איז געווען ממש א פחד צו קוקן אויף די הייליגע צורה ,ובפרט אינדערהיים האט עס אסאך מאל געדויערט פיל לענגער! פיל
מאל פלעגן די אנוועזנדע ביים טיש אויך איינדרימלען ,בפרט אין די ערשטע יארן דאהי אין אמעריקא ווען עס איז געווען א קלענערער עולם ביים
טיש שפעט פרייטאג צונאכטס ,און דער עולם האט דעמאלטס געארבייט שווער א גאנצער וואך על המחי' ועל הכלכלה ,איז געווען א נארמאלער
בילד צו זעהן דעם רבי'ן דרימלען בעבודתו הקדושה ,און דער ארומיגער ציבור שלאפט פיין!
עס איז געווען אמאל ווען הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל דער מנהל אין ישיבה האט ארומגערעדט מיטן רבי'ן וויאזוי מען זאל מסדר זיין אין די
שלאף שטובער פאר די בחורים בנוגע צו מען זאל לאזן דעם לעקטער ארבייטן ביינאכט ,וואס דער רבי האט זייער נישט געוואלט אז מען זאל
אויסלעשן דאס לעקטער ביינאכט אינגאנצן ,און דער ראש ישיבה רבי נתן יוסף האט געפילט אז דאס וועט שטערן די שלאף פאר די בחורים ,האט
דער רבי אויף דעם געענטפערט" ,איך פארשטיי נישט ,ביי מיין פרייטאג צונאכטס טיש ארבייטן אלע לעקטערס אין ביהמ"ד ,און דאך שלאפט
יעדער איינער זייער בע'טעמ'ט"...
דעם רבי'נס ברודער דער עצי חיים זי"ע האט אמאל געזאגט אויפן רבי'ן בדרך צחות ,אז די אנשי כנסת הגדולה האבן איינגעפירט צו דאווענען מיט
..
מנין ,דער בעש"ט האט איינגעפירט צו עסן מיט מנין ביים פירן טיש ,און מיין הייליגע ברודער האט איינגעפירט צו שלאפן מיט מנין .
אגב ,עס זענען דא בעלי דרשנים וואס מען זאגט ,אז דוקא ווען זיי ענדיגן רעדן ווערט א גרויס "התעוררות" צווישן עולם ,ווייל הערשט דעמאלטס
..
וועקט זיך דער עולם אויף פון שלאף .
ליפא :איך האב געהערט א ווערטל ,אז א געוויסע רבי אין ארץ ישראל האט געפירט א טיש און מען האט געזינגען הויעך לכבוד שבת .די פרייע
שכנים האבן גערופן פאליציי אז מען שטערט זייער נאכט שלאף ,די פאליציי קומט אריין אינעם ביהמ"ד אין זיי גייען צו צום רבי'ן אויפן אויבנאן און
זיי נעמען זיך שרייען היתכן ער וועקט אויף די שכנים ,רופט זיך דער רבי אן צו זיי "גיבטס נאר א קוק אויפ'ן עולם וואס זיצט דא אינעווייניג ,אלע
..
שלאפן זיי געשמאק ,ווילט עטס מיר איינרעדן אז צוויי גאסן ארויף קען מען נישט שלאפן" .
..
טאטע :נו גיי זיי מסביר פאר א פושע ישראל דעם גאנצן ענין פון שלאף ביי צדיקים ,און ווער רעדט נאך דעם "שינה בשבת תענוג" .
יואל'יש :אין אונזער חדר צעטל פאריגע וואך איז טאקע געווען צוויי שיינע ווערטלעך פון רבי'ן איבער דעם ענין פון "שינה בשבת תענוג" ,איך קען
עס יעצט איבערזאגן?
..
טאטע :איך האב הנאה אז דו פרעגסט רשות ,מען לערנט זיך דאך דאס די וואך פון די פרשה ,פונעם פסוק "ויען לבן ובתואל" .
אבער אדרבה זיכער זאלסטו עס איבערזאגן ,אפילו די שיחות חולין פון רבי'ן אין אזעלכע ענינים איז יעדעס ווארט א לימוד פאר אונז אלע.
יואל'יש :איינס ,דער רבי פלעגט צו זאגן אז כדי מקיים צו זיין דעם ענין פון "שינה בשבת תענוג" אויפן בעסטן אופן ,איז פיל בעסער אז א מענטש
זאל זיך נישט גיין לייגן אין בעט! ווייל אויב ער לייגט זיך אין בעט ,האט ער נאר צוויי מאל א תענוג :איין מאל ווען ער פאלט אריין אינעם שלאף און
א צווייטע מאל ווען ער וועקט זיך אויף ,אבער אויב ער בלייבט זיצן ביים טיש איבער א גמרא און ער דרימעלט דארט איין ,וועקט ער זיך אויף יעדע
פאר מינוט ,און שלאפט נאכאמאל איין ,אזוי יעדע פאר מינוט ,האט ער דאך דעם תענוג פונדאסניי אזוי פיל מאל!
נאך א ווארט ,שטייט דארט אז עס האט פאסירט איין שבת נאכמיטאג ,ווען די רעבעצין ע"ה האט געבעטן דעם רבי'ן ער זאל גיין שלאפן אביסל,
זאגנדיג דערביי "שינה בשבת תענוג" ,האט דער רבי איר געפרעגט :וויאזוי קען מען דאס זאגן? פילט דען א מענטש א טעם בשעת ער שלאפט? נאר
דער אמת'ער פשט איז :ווען א מענטש וועקט זיך אויף נאכן שלאף ,און ער כאפט זיך גלייך אז יעצט איז "שבת קודש" ,און ער האט דערפון
א הנאה ,דאס איז דער ריכטיגער תענוג!
טאטע :הערליך! אבער זאלסט דיר נישט וואונדערן אז איך גיי דיר היינט נאכאמאל מכבד זיין מיט "מה ידידות" .פארשטייסט פארוואס?
יואל'יש :יא יא ,דארט שטייט דאך קלאר אונזער גאנצער שמועס :והשנה משובחת ...דער שלאף איז חשוב און געלויבט!
..
טאטע :יא ,אבער נאר פאר צדיקים וואס עס ברענגט זיי צו רוחניות" ,כדת נפש משיבת" .
נו ליפא ,ביזט דאך שוין אין ישיבה גדולה ,מסתמא האסטו גוט מעיין געווען אין די פרשה פון אליעזר ,וואס מען רופט טאקע "די פרשה פון
..
שידוכים" .
..
ליפא :אודאי! אלע בחורים לערנען דאס אדורך בעיון רב .
טאטע :פאר דער רבי זי"ע האט נאכאמאל חתונה געהאט ,נאך וואס די ערשטע רביצין ע"ה איז אוועק ,און עס האט זיך גערעדט פרישע שידוכים,
זענען געווען עטליכע שלוחים וועמען דער רבי האט געשטעלט צו עוסק זיין אין דעם שידוך ,איינע פונעם רבי'נס נאנטסטע מענטשן איז געווען
הרה"ח ר' יעקב הערש פרידמאן ע"ה ,וועמען מען פלעגט צו רופן ר' יעקב הערש טארנער ,ער האט געוואוינט אין טארנע.
ער איז געווען אויף שבת פרשת חי' שרה ביים רבי'ן ,און ער האט עולה געווען די פרשה פון אליעזר מיט דעם ברונעם ,און דער רבי האט געליינט
פאר אים די גאנצע פרשה בקול רעש גדול ממש ווי די עשרת הדברות! דער ציבור האט נישט געוויסט די סיבה דערפון ,אבער די נאנטע מקורבים
און די אלע וואס האבן מיטגעהאלטן אז עס רעדט זיך פון שידוכים האבן פארשטאנען וואס דער רבי איז דערמיט מרמז ,אז עס זאל נאכאמאל
אראפקומען די השפעות און די סיעתא דשמיא וואס עס איז געווען דארט ביי די פרשה פון אליעזר עבד אברהם צו טרעפן גרינג דעם פאסיגן שידוך,
בימים ההם ובזמן הזה! זאל השי"ת טאקע העלפן אז עס זאל נמשך ווערן משמים שנעל און גיך גוטע שידוכים הגונים פאר אלע אידישע קינדער.
אבער איך האב דיר געוואלט פרעגן א דיוק וואס איז מיר איינגעפאלן ביים מעביר סדרה זיין :פארוואס האבן לבן און בתואל קודם תיכף מסכים
געווען צו שיקן רבקה ,און שפעטער האבן זיי צוריק געצויגן און פרובירט זיך צו דינגען אז זי זאל יא דארט בלייבן פאר א שטיק צייט?
ליפא :איך ווייס נישט ,עס איז מיר נישט איינגעפאלן דער קושיא.
טאטע :איך האב אנגעהויבן צו נאכקוקן ,והנה אט זעה איך אז דער רבי זאגט א הערליכע תירוץ!
דער רבי איז מחדש אז באמת האבן זיי קיינמאל נישט מסכים געווען צום שידוך ,נאר בשעת אליעזר האט גערעדט ,האבן לבן און בתואל זיך געמאכט
דעם פלאן אז תיכף נאכדעם גייט אליעזר עסן פונעם פאר'סמ'טן טעלער ,און דעמאלטס וועט די גאנצע שידוך במילא צושטערט ווערן ,האבן זיי
געענטפערט מיט געמאכטע העפליכקייט' ,יא ,זיכער ,זי קען שוין גיין' ,מיטן חשבון אז די זאך גייט במילא צעפאלן .אבער אביסל שפעטער איז דאך
למעשה בתואל געשטארבן ,און אליעזר איז געבליבן לעבן ,במילא האבן זיי געטוישט פלאן ,אז מען גייט נישט מסכים זיין!
און דאס וואס זיי האבן געזאגט אז רבקה זאל בלייבן א יאר אדער 10חדשים ,איז געווען ווייל לבן האט איינגעזען אז ער קען נישט צוריקהאלטן פון
רבקה אז זי זאל אינגאנצן נישט גיין מיט אליעזר ,האט ער בדיעבד אויסגעפלאנט אז כאטש זאל זי אביסל בלייבן דא ,ווייל אין די צייט פון א יאר אדער
10חדשים וועט ער שוין צוביסלעך משפיע זיין אויף רבקה זי זאל נאכטון זיינע שלעכטע מעשים ,און דעמאלטס קען זי שוין גיין!
און נאכמער ,לבן איז אפילו געקומען מיט א תורה'דיגע טענה! ווייל די גמרא זאגט דאך אז מען דארף געבן 12חדשים צייט זיך צו גרייטן חתונה צו
האבן.
..
ליפא :אונז לערנען דאס טאקע יעצט אין מס' כתובות .
טאטע :אבער אליעזר האט גע'טענה'ט" ,אל תאחרו אותי כי ה' הצליח דרכי" ,איך האב געהאט א נס פון קפיצת הדרך ,און נסים געשעהט דאך
נישט אומזיסט ,אלא מאי מוז זיין אז איך מוז ארויסנעמען רבקה פון דא ווי שנעלער ,כדי זי זאל נישט נאכגיין נאך ענקערע שלעכטע מעשים!
גוט יואל'יש ,הויב אן דעם "מה ידידות" איידער דער שלאף באפאלט אונז!
פאר הערות אדער צו באקומען וועכנטליך דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו:
Thesatmartish@gmail.com
