אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — תולדות (2026-11-09)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
תולדות
גליון קס"ו -שנה ד' -שנת תשפ"ז לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
בס"ד
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
מודעה חשובה
מי שרוצה ליקח חלק
בההוצאות הגליונות
לרגל שמחה משפחתית ,יארצייט ,וכדו'
נא לפנות אל המכון.
אמרי מנחם /תולדות
ֹאמר ִאם ּ ֵכן לָ ָּמה ֶּזה ָאנ ִֹכיוַ ִ ּי ְתרֹצֲ צ ּו ַה ָּבנִ ים ְּב ִק ְר ָּב ּה וַ ּת ֶ
וַ ֵּתלֶ ְך לִ ְד ׁרש ֶאת ה'.
א) רש"י זאגט" :למה זה אנכי -מתאוה ומתפללת על הריון" –
פארוואס האב איך מתפלל געווען אויף קינדער .לכאורה
איז דאך 'עיקר חסר מן הספר' ,עס שטייט דא בלויז 'למה זה אנכי' –
פארוואס בין איך ,און עס שטייט נישט דעם אויספיר וואס רש"י
זאגט ,פארוואס בין איך 'מתפלל'?
ֹ ׁ ֹ ׁ ֹ
אמר ה' ָל ּה ְשנֵ י גויִ ם ְ ּב ִב ְטנֵ ְך ּו ְשנֵ י ְל ֻא ִּמים ִמ ֵּמ ַעיִ ְך יִ ּ ָפ ֵרד ּו ּו ְלאם
ב) "וַ ּי ֶ
ֹ ֹ
א
ִמ ְלאם יֶ ֱא ָמץ וְ ַרב יַ ֲעבד ָצ ִעיר" .עס זענען דא ראשונים
ֹ
וואס לערנען פשט" :וְ ַרב" – א לאנגע צייט" ,יַ ֲעבד ָצ ִעיר" – וועט דער
יונגערער דינען דעם עלטערן .דאס הייסט ,אז אידן וועלן זיין אין
גלות א לאנגע צייט .לכאורה ,וואס האט דאס בארואיגט רבקה אמנו?
פארקערט ,זי וואלט דאך געדארפט ווערן נאכמער בצער?
ֹ ֹ ֹ ֹ
אמר יִ ְצ ָחק ֶאל ְ ּבנו ַמה ֶ ּזה ִמ ַה ְר ּ ָת ִל ְמצא ְ ּבנִ י וַ ּי ֶ
אמר ִּכי ִה ְק ָרה ה' ג) "וַ ּי ֶ
יך ְל ָפנָ י" .דער מדרש זאגט (ב"ר סה ,יט)" :רבי יוחנן וריש ֱאל ֹ ֶק ָ
לקיש חד מנהון אמר ,אם לקורבנך המציא לך הקדוש ברוך הוא
שנאמר (בראשית כב) וישא אברהם את עיניו וירא והנה איל ,למאכלך
על אחת כמה וכמה" – מה-דאך אז ביי דער עקידה האט דיר דער
אייבערשטער מזמין געווען דעם איל פאר דיין קרבן ,איז דאך אודאי
אז דער אייבערשטער האט דיר יעצט מזמין געווען דיין עסן.
"ואוחרנא אמר ,אם לזווגך המציא לך דכתיב הקרה נא לפני היום
וכתיב וירא והנה גמלים באים ,למאכלך על אחת כמה וכמה" – מה-
דאך דער אייבערשטער האט דיר מזמין געווען דיין שידוך; ביי די
מעשה פון אליעזר מיט רבקה ,איז דאך אודאי אז ער האט דיר יעצט
מזמין געווען דעם 'ציד' צו עסן .דער עבודת ישראל (פרשתן ד"ה ויאמר
מה זהב) איז מסביר דעם ערשטן חלק פונעם מדרש ,אז די גמרא זאגט
ג
חזקוני וכן הביא בריב"א בשם רבינו תם. א
וזל"ק" :אם לקורבניך המציא למאכלך על אחת כמה וכמה .כי ידע יעקב ב
קדושת אביו שאוכל בקדושה ובטהרה ועושה יחודים נפלאים על ידי אכילתו.
ורמז כאשר כבר אמרנו מה שאמרו בגמרא (ברכות נה ).שלחנו של אדם במקום
אמרי מנחם /תולדות
דאך (ברכות נה" :).שלחנו של אדם מכפר עליו כמזבח" – דער טיש וואו
א מענטש עסט איז דומה צום מזבח .נו ,אויב איז דער טיש פון א
צדיק אזויווי א מזבח ,איז דאך די אכילה פונעם צדיק גרעסער פון א
קרבן ,ווייל ביים מזבח ,איינמאל מען האט מקריב געווען דעם קרבן
– האט זיך שוין די עבודה געענדיגט ,אבער ביים עסן ,אפילו נאכדעם
וואס מען האט שוין געטון די עבודה פונעם עצם אכילה – וואס דער
צדיק האט דעמאלט אינזין הייליגע כוונות און יחודים – הייבט זיך
ערשט ָאן אן עבודה וואס מען לערנט און מען דאווענט מיטן כח פון
דעם אכילה .ממילא איז דאך א קל וחומר ,אז אויב דער אייבערשטער
האט מזמין געווען אן 'איל' פאר א קרבן ,איז ער דאך אודאי מזמין א
מאכל פארן הייליגן יצחק אבינו .דערנאך פירט אויס דער עבודת
ישראל" :וכן דעת אוחרנא שאמר אם לזיווגך והבן" – אז די זעלבע
זאך איז אויך דער הסבר אויפן אנדערן מאן דאמר ,וואס מאכט א קל
וחומר פון 'זיווג' אויף 'מאכל' .לכאורה ,איז דאך מסתבר פונקט
פארקערט ,אז פונקט ווי מאכל איז מער ווי קרבן – וויבאלד עס
בלייבט דערפון אן עבודה נאכן עסן ,נו ,איז דאך לכאורה זיווג אסאך
מער דערפון ,אז עס בלייבט דערפון דורי דורות פון עובדי ה' ,איז עס
דאך נישט קיין קל וחומר?
פארוואס האט אליעזר געבעטן אויף נסים און נישט געטון כדרך העולם?
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .מען האט שוין אמאל גערעדטג אויפן
ֹ ׂ ֹ
"ה ְק ֵרה נָ א ְל ָפנַ י ַה ּיום וַ ֲע ֵשה ֶח ֶסד ִעם ֲאדנִ י
פסוק (בראשית כד ,יב)ַ :
ַא ְב ָר ָהם" – אליעזר האט געבעטן ,אז דער אייבערשטער זאל אים
צופירן און אונטערשיקן דעם ריכטיגן זיווג פאר יצחק .לכאורה,
פארוואס איז אליעזר נישט געגאנגען פרעגן ביי די שטאט לייט ,צי
עס איז דא א גוט מיידל פון דער משפחה פון אברהם אבינו -ווי דער
'דרך העולם' ,אז מען אינטערעסירט זיך און מען פרעגט זיך נאך ,ביז
ד
מזבח ,ואנחנו מוסיפים ומגדילים גדולת השולחן בק"ו מה מזבח שלא היה אלא
אדמה ועצים המקריב עליו קרבן יחשב אשה ריח ניחוח לה' ,על אחת כמה וכמה
האוכל בקדושה ובטהרה ועל ידי אכילתו מתחזק לעסוק בתורה ובעבודה אינו
דין שיכפר עליו השלחן .וכן דעת אוחרנא שאמר אם לזיווגך והבן".
נדפס בספר אמרי מנחם שנה א עמ' מט. ג
אמרי מנחם /תולדות
מען טרעפט א גוטן שידוך .פארוואס האט ער געבעטן אזא סארט
בקשה פון 'הקרה נא לפני'?
נאר יעקב אבינו וואס איז געווען 'בלי פסולת' האט געהאט דעם 'כח פון 'אנכי ארד עמך' און
'אנכי אעלך'
דער גאנצער ענין פון יציאת מצרים איז נאר געווען אינעם כח פון
יעקב אבינו ,דער 'בחיר שבאבות'; ווי מען זעט אז נאר ער האט
ֹ ֹ
"אנ ִכי ֵא ֵרד ִע ְּמ ָך ִמ ְצ ַריְ ָמה וְ ָאנ ִכי ַא ַע ְל ָך ַגם
באקומען די הבטחה פון ָ
ֹ
ָעלה" .ווייל אריינצוגיין אין אזא זוהמא ,אין די מ"ט שערי טומאה ,און
פון דארט זאל ארויסקומען ששים רבוא מיט אזא מין קדושה – דאס
האט נאר יעקב געקענט! ווייל יעקב האט שוין נישט געהאט קיין
שום פסולת ,עס איז שוין געווען 'מטתו שלימה' ,ממילא ,האט זיין כח
געהיטן אויף אידישע קינדער אין וועלכן מצב זיי זענען נאר ,אז זיי
זאלן נישט אריינפאלן אין די נ' שערי טומאה רח"ל.
אליעזר האט געוואלט אז דער שידוך פון 'רבקה ֵאם יעקב' זאל זיין ריין פון רשעים
אבער כדי עס זאל ארויסקומען אזא יעקב אבינו ,וואס האט שוין
נישט קיין שום פסולת – האט דער גאנצער שידוך געמוזט
צוגיין מיט א געוואלדיגע ריינקייט און קדושהָ ,אן קיין שום שייכות
מיט די סטרא אחרא .דעריבער ווען אליעזר איז אנגעקומען קיין
ארם נהרים ,האט ער נישט געוואלט זיך אנהייבן נאכפרעגן ביי די
מענטשן דארט – וועלכע זענען געווען רשעים; ווי רש"י זאגט אנפאנג
סדרה (בראשית כה ,כ)" :ומקומה אנשי רשע" ,וויבאלד ער האט נישט
געוואלט אז די סטרא אחרא זאל צוהעלפן און האבן א חלק אינעם
שידוך – וואס דורכדעם וואלטן זיי חלילה געהאט א חלק אינעם
גאנצן המשכת הדורות פון כלל ישראל ,און ווען זיי האבן א חלק –
ברענגען זיי אריין א פגם דערין .דעריבער האט זיך אליעזר
אוועקגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן" :הקרה נא לפני היום"
– דו אליינס זאלסט צופירן דעם גאנצן שידוך ,און איך זאל נישט
ה
דארפן אנקומען צו קיין שום הילף פון די רשעים .און אזוי האט זיך
טאקע געפירט דער גאנצער שידוך ָאן קיין שום הילף פון די רשעים.
לבן האט געוואלט האבן א חלק אין דעם שידוך
מיט דעם האט מען מסביר געווען דעם מדרש (ילקו"ש תהלים רמז תשצה):
"לא גלגל הקדוש ברוך הוא והוציא ישראל ממצרים אלא בשכר
אמרי מנחם /תולדות
שאמרו לרבקה התלכי עם האיש הזה ,ותאמר אלך" .ווייל לבן און די
ֹׂ ֹ ׁ
"ת ֵשב ַה ַ ּנ ֲע ָרה ִא ּ ָתנ ּו יָ ִמים או ָעשור" –חברה דארט האבן געזאגטֵ ּ :
"א ַחר ּ ֵת ֵל ְך" – דערנאך
רבקה זאל דא פארבלייבן פאר א יאר ,און ַ
וועלן מיר משפיע זיין אויף איר אז זי זאל יעצט גיין! און זייער כוונה
איז געווען אז דאס וועט שוין פאררעכנט ווערן ווי זייער חלק אין
דעם שידוך ,און דורכדעם וועלן זיי האבן אן 'אחיזה' דערין ,און
מבטל זיין דעם גאנצן יציאת מצרים .אבער אויף דעם האט אליעזר
ֹ
יח ַ ּד ְר ִּכי" – עטץ זעט דאך אז דער
"אל ּ ְת ַא ֲחר ּו א ִתי וַ ה' ִה ְצ ִל ַ
געזאגטַ :
אייבערשטער האט מיר געמאכט 'קפיצת הדרך' אויפן וועג ,ממילא
זעט עטץ דאך אז פון הימל וויל מען אז זי זאל שוין יעצט גיין ,און
דעריבער קענט איר נישט פארלאנגען ,אז זי זאל זיך אויפהאלטן דא
לענגער.
דורכדעם וואס זי האט געזאגט 'אלך מעצמי' האט זי דאס אינגאנצן אפגעריסן פון זיי
ׁ ֹ
האבן זיי געזאגט" :וַ ּי ְ
אמר ּו נִ ְק ָרא ַל ַ ּנ ֲע ָרה וְ נִ ְש ֲא ָלה ֶאת ּ ִפ ָ
יה" – לאמיר
פרעגן פון רבקה אליינס ,צי זי וויל שוין גיין יעצט ,אדער זי
וויל נאך צואווארטן אביסל .און זיי זענען געווען זיכער ביי זיך ,אז
רבקה – וועלכע איז דעמאלט אלט געווען דריי יאר – וועט נאך וועלן
בלייבן אביסל ביי די מוטער אינדערהיים ,און דערנאך וועלן זיי איר
ֹ
אמר ֵא ֵל ְך" – זי
צורעדן צו גיין שוין יעצט .זאגט אבער דער פסוק" :וַ ּת ֶ
האט יא שוין יעצט געוואלט גיין! אבער מען וואלט נאכאלץ געקענט
זאגן ,אז סוף כל סוף האבן זיי א שטיקל חלק מיט דעם וואס זיי האבן
מסכים געווען אז זי זאל גיין ,דערפאר האט זי צוגעלייגט דאס וואס
רש"י זאגט דארט" :אלך מעצמי ואף אם אינכם רוצים" – אפילו אויב
ענק וואלטן אפגעהאלטן ,וואלט איך אויך געגאנגען ,ממילא האט
עטץ נישט קיין שום חלק אינעם גאנצן שידוך ,עס איז ריין מתחלה
ועד סוף ,און דורכדעם וועט יעקב זיין אינגאנצן ריין בקדושה ָאן קיין
שום פסולת ,ממילא וועט קענען זיין גלות מצרים און יציאת מצרים,
ו
וואס דאס איז אלעס א הכנה צו קבלת התורה .און דערפאר זאגט
דער מדרש ,אז אינעם זכות פון 'אלך' איז מען ארויסגעגאנגען פון
מצרים.
אמרי מנחם /תולדות
פארוואס וואונטשט מען פאר די כלה פארן באדעקן די ברכה פון לבן?
אן ענליכע בחינה צו דעם זאגט דער חתם סופר (תורת משה פר' חיי שרה
ד"ה אחותינוד) ,אויף דער מנהג וואס מען פירט זיך צו וואונטשן פאר די
ׁ ׁ ֹ
"אח ֵתנ ּו ַא ּ ְת ֲהיִ י ְל ַא ְל ֵפי ְר ָב ָבה וְ יִ ַירש זַ ְר ֵע ְך ֵאת ַש ַער
כלה ביים באדעקןֲ :
ׂ
שנְ ָאיו" .פרעגט דער חתם סופר :פארוואס האט מען אויסגעוועלט
פונקט די ברכה וואס לבן האט געוואונטשן פאר רבקה? עס פעלט
אונז דען פסוקים פון ברכות? נאר זאגט דער חתם סופר :לבן האט דא
געוואונטשן פאר רבקה די ברכה פון 'אחותינו את היי' ,כדי אז דער
'חלק הרע' וואס איז געווען אין רבקה מכח אירע אבות ,וואס פון דעם
איז שפעטער געווארן אן עשיו ,דאס זאל ווערן געבענטשט .און דאס
איז דער פשט 'אחותינו' – דער 'חלק הרע' מיט וואס דו ביסט אונזער
שוועסטער ,דאס זאל זיך פארמערן 'לאלפי רבבה' .און דערפאר,
איידער א כלה גייט צו דער חופה ,קומען אידישע קינדער און זאגן
איר" :ניין ,דיין חלק הרע זאל נישט ווערן נתרבה ,נאר 'אחותינו' –
בלויז דיין חלק הטוב ,וואס מיט דעם ביסטו אונזער שוועסטער ,נאר
דאס זאל ווערן געבענטשט 'לאלפי רבבה' מכח אונזער ברכה" .אזוי
זאגט דער חתם סופר.
מיט דעם רייסן מיר אפ די ברכה פון לבן און עס ווערט א אידישע ברכה
לויט ווי מען רעדט ,גייט דאס נאך ווייטער ,אז נישט בלויז דער 'חלק
הרע' האט לבן געוואלט בענטשן -ווי דער חתם סופר זאגט,
נאר ער האט געוואלט אריינלייגן א ברכה און השפעה אפילו אינעם
'חלק הטוב' פון רבקה ,כדי אז יעקב אבינו זאל נישט זיין אינגאנצן
ריין פונעם זוהמא ,און ממילא ,וועט שוין נישט קענען זיין קיין 'גלות
מצרים' און 'יציאת מצרים' .און דערפאר זאגן מיר דייקא די ברכה -
וזל"ק" :אחותינו את היי לאלפי רבבה .נל"פ מ"ש אחותנו ,כי הנה יעקב ועשו היו ד
ז שני הפכים ,והוא יען רבקה היתה צדקת בת רשע לכך היתה מולדת אחד צדיק
ואחד רשע ,ולבן הרשע אמר בברכתו אחותנו כלומר חלק אחוה שלנו שהוא
חלקו של עשו זה יהיה לאלפי רבבה .ולכך אחז"ל שהיתה רבקה עקרה שלא
תהי' ברכתם עושה פירות עד שהתפלל יצחק עליה וזרעו מלא ברכת ה' .ומנהג
ישראל לברך את הכלה קודם החופה בלבישת ההינומא בברכה זאת אחותינו
וגו' .ולכאורה יפלא ,מדוע בחרו רק בברכת לבן ,הברכה אחת היא לנו .אבל למען
להפוך ברכתו לברכתינו אנו אומרים ,אחותנו חלק שלנו ,שהוא חלק יעקב ,זה
יהיה לאלפי רבבה".
אמרי מנחם /תולדות
מער ווי אלע אנדערע ברכות שבתורה ,ווייל מיט דעם זענען מיר
מסלק לבן'ס צד פון דער זיווג ,און מיר זאגן אז אפילו יענע ברכה
וואס לבן האט געגעבן פארן 'חלק הטוב' – זאגן מיר יעצט איבער,
כדי דאס זאל מקוים ווערן נאר צוליב אונזער ברכה ,אלעס ,כדי זיי
זאלן נישט האבן קיין יד אין קיין אידישער זיווג.
למה זה אנכי – וואס וועט זיין מיטן 'אנכי ארד עמך מצרים'?
ֹ
מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק" :וַ ִ ּי ְתר ֲצצ ּו ַה ָ ּבנִ ים ְ ּב ִק ְר ָ ּב ּה" –
זאגט רש"י" :כשהיתה עוברת על פתחי תורה של שם ועבר
יעקב רץ ומפרכס לצאת ,עוברת על פתחי ע"ז עשו מפרכס לצאת" –
רבקה האט געמיינט אז דא איז בלויז איין קינד ,וואס ער האט א
משיכה סיי צו טוב און סיי צו רע .און מיט דעם האט זי געמיינט ,אז
די ברכה וואס לבן האט איר געגעבן 'אחותינו את היי לאלפי רבבה',
איז דא מקוים געווארן ,און דאס קינד איז נישט ריין פון דער זוהמא,
ֹ
אמר ִאם ֵּכן" – האט זי נאר ער האט אין זיך אן 'עירוב טוב ורע'" ,וַ ּת ֶ
ֹ
"ל ָּמה ֶ ּזה ָאנ ִכי" – וויאזויגעזאגט ,אויב איז ער נישט אינגאנצן רייןָ ,
וועט מקוים ווערן דער 'אנכי ארד עמך מצרים'? אויב איז נישטא קיין
'מטתו שלימה' און 'בחיר שבאבות' ,איז דאך נישט שייך אריינצוגיין
אינעם 'ערות הארץ' און בלייבן הייליג? נוָ ,אן קיין מצרים איז דאך
נישטא קיין עתיד פארן כלל ישראל?
יעבוד צעיר – יעקב וועט יא קענען אראפגיין קיין מצרים וויבאלד ער איז ריין פון פסולת
ׁ ֹ ׁ
"שנֵ י גויִ ם ְ ּב ִב ְטנֵ ְך ּו ְשנֵ י ְל ֻא ִּמים
אויף דעם האט מען איר געענטפערטְ :
ִמ ֵּמ ַעיִ ְך יִ ּ ָפ ֵרד ּו" – עס איז נישט איינער ,נאר דא איז דא צוויי
אפגעטיילטע ,דער עשיו איז טאקע דער 'חלק הרע' פון בתואל,
אבער דער יעקב איז אינגאנצן ריין פונעם פסולת ,און ממילא "וְ ַרב
ֹ
יַ ֲעבד ָצ ִעיר" – וועט יעקב יא קענען אריינגיין קיין מצרים און דורכגיין
דעם 'ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה' ,ווייל ער איז דער
ֹ ֹ
"אנ ִכי ֵא ֵרד ִע ְּמ ָך ִמ ְצ ַריְ ָמה וְ ָאנ ִכי
וועלכער וועט האבן דעם כח פון ָ ח
ֹ
ַא ַע ְל ָך ַגם ָעלה".
דער זכות פון יצ"מ איז געווען דורך קרבן פסח
ֹ
דער פסוק זאגט (יחזקאל טז ,ז)" :וַ ּ ִת ְר ִ ּבי וַ ּ ִת ְג ְ ּד ִלי וַ ּ ָתב ִאי ַ ּב ֲע ִדי ֲע ָדיִ ים וגו'
ֹ
וְ ַא ּ ְת ֵערם וְ ֶע ְריָ ה" – אידן האבן שוין געדארפט ווערן אויסגעלייזט
אמרי מנחם /תולדות
פון מצרים ,אבער זיי האבן נישט געהאט קיין זכותים מיט וואס צו
ווערן אויסגעלייזט .און דערפאר האט זיי דער אייבערשטער געגעבן
די מצוה פון קרבן פסח ,וואס דאס איז געווען דער זכות צו ווערן
ֹ ֹ
אויסגעלייזט; ווי דער פסוק זאגט דארט" :וָ א ַמר ָל ְך ְ ּב ָד ַמיִ ְך ֲחיִ י וָ א ַמר
ָל ְך ְ ּב ָד ַמיִ ְך ֲחיִ י" .קומט אויס ,אז כאטש וואס דער גאנצער זכות פון
יציאת מצרים איז געווען דורך יעקב אבינו ,אבער דאך האבן אידן
געמוזט האבן עפעס אן אייגענעם זכות ,כדי זיי זאלן נישט קיין 'ערום
ועריה'.
יצחק אבינו האט דא אנגעגרייט פון פריער דעם זכות פון קרבן פסח
ֹ ׁ ׁ ֹ
צאן וְ ַקח ִלי ִמ ּ ָשם ְשנֵ י ְ ּג ָדיֵ י ִע ִ ּזים ט ִבים". "ל ְך נָ א ֶאל ַה ּ
דער פסוק זאגטֶ :
זאגט רש"י" :פסח היה ,האחד הקריב לפסחו והאחד עשה
מטעמים" – יעקב האט דא געברענגט א קרבן פסח פארן טאטן יצחק.
און מיר ווייסן דאך ,אז 'מעשה אבות סימן לבנים' ,קומט דאך אויס,
אז דא האט זיך אפגעטון א הכנה פון קרבן פסח ,וואס יצחק האט
אנגעגרייט אז אידישע קינדער זאלן האבן א זכות מיט וואס
ארויסצוגיין פון מצרים.
למאכלך על אחת כמה וכמה – אין דעם איז דאך תלוי דער גמר פון יציאת מצרים
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש" :אם לזווגך המציא לך דכתיב
הקרה נא לפני היום" – מה-דאך דער אייבערשטער האט
געפירט דיין שידוך אויף אן אופן פון 'הקרה נא' ,אז עס זאל נישט זיין
דערין קיין שום אחיזה פון די רשעים ,כדי אידן זאלן זיך קענען
דערהאלטן אין 'גלות מצרים' ,וואס דאס איז נאר דורך יעקב אבינו
וואס ער איז אינגאנצן ריין פונעם פסולת" ,למאכלך על אחת כמה
וכמה" – איז דאך אודאי אז פאר דיין מאכל ,וואס דאס איז דאך דער
קרבן פסח ,וואס דאס גרייט ָאן דעם 'גמר' פון יציאת מצרים ,אז אידן
זאלן האבן א זכות ארויסצוגיין ,איז דאך אודאי אז דער אייבערשטער
ט האט עס צוגעפירט.
היוצא לנו מזה :אונזער גאנצער קיום איז נאר אויפן זכות אבות ,און
ווען נישט זייער כח און זכות – וואלטן מיר אונז נישט געקענט
זיך דערהאלטן און האבן א קיום אין דעם לאנגן גלות .און אפילו
אונזערע מעשים טובים וואס אונז טוען ,איז אויך נישט קיין אייגנס,
אמרי מנחם /תולדות
נאר דאס איז אויך אלעס אין זייער זכות ,וואס זיי האבן ממשיך
געווען דעם כח הקדושה און געארבעט מיט פעולות פון 'מעשה
אבות סימן לבנים' ,כדי אז אונז זאלן קענען לערנען און דאווענען.
ממילא ,דארף מען זיך האלטן אין די אבות הקדושים און אין די
צדיקים הקודמים ,גיין אין זייערע דרכים און זיין דבוק אין זיי .און
אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער העלפן ,מען זאל זוכה זיין צום
'ואחרי כן יצאו' ,מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה
בימינו ,אמן.
4
י
אמרי מנחם /תולדות
ֹאמר יִ צְ ָחק ֶאל ְּבנ ֹו ַמה ֶּזה ִמ ַה ְר ָּת לִ ְמצֹא ְּבנִ י וַ ּי ֶ
ֹאמר ּ ִכי וַ ּי ֶ
ִה ְק ָרה ה' ֱאל ֶֹק ָיך לְ פָ נָ י.
א) דער מדרש ברענגט א מחלוקת צווישן רבי יוחנן און ריש לקיש
(ב"ר סה ,יט)" :חד מנהון אמר ,אם לקורבנך המציא לך הקדוש
ברוך הוא שנאמר (בראשית כב) וישא אברהם את עיניו וירא והנה איל,
למאכלך על אחת כמה וכמה" – איין מאן דאמר זאגט ,אז יעקב האט
געזאגט פארן פאטער אז מה-דאך דער אייבערשטער האט דיר מזמין
געווען דעם 'איל' פאר דיין קרבן; ביי דער עקידה ,איז דאך אודאי אז
דער אייבערשטער האט דיר יעצט מזמין געווען דעם 'ציד' צו עסן.
"ואוחרנא אמר ,אם לזווגך המציא לך דכתיב הקרה נא לפני היום
וכתיב וירא והנה גמלים באים ,למאכלך על אחת כמה וכמה" – דער
צווייטער מאן דאמר זאגט ,מה-דאך דער אייבערשטער האט דיר
מזמין געווען דיין שידוך; ביי די מעשה פון אליעזר מיט רבקה ,איז
דאך אודאי אז ער האט דיר מזמין געווען דעם 'ציד' צו עסן .דארף
מען פארשטיין פשט ,וואס איז דער קל וחומר דא? און וואס זענען די
צוויי שיטות?
ׁ ׂ ֹ ׂ ֹ ֹ ֹ
אמר יַ ֲעקב ֶאל ָא ִביו ָאנ ִכי ֵע ָשו ְ ּבכ ֶר ָך ָע ִש ִ
יתי ַּכ ֲא ֶשר ִ ּד ַ ּב ְר ּ ָת ֵא ָלי". ב) "וַ ּי ֶ
זאגט רש"י" :אנכי המביא לך ,ועשו הוא בכורך .עשיתי -
כמה דברים כאשר דברת אלי" – יעקב אבינו האט זיך באווארנט
נישט צו זאגן קיין ליגנט ,נאר יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט,
האט מען געקענט אויסטייטשן אויף אן אופן וואס איז אמת .לכאורה,
סוף כל סוף האט דאך יצחק אים געגעבן די ברכות נאר ווייל ער
האט געמיינט אז ער איז עשיו ,און טאמער וואלט ער געוואוסט אז
ער איז יעקב – וואלט ער אים נישט געגעבן די ברכות ,נו ,איז דאך
דאס געווען א 'גניבת דעת' ,נו ,אויב איז דעמאלט געווען א הוראת
שעה אז פאר אזא צורך מעג מען עובר זיין אויף גניבת דעת – נו ,מעג
אי מען דאך אויך עובר זיין אויף שקר? און פארוואס האט ער געדארפט
רעדן מיט א 'מילתא דמשתמע לתרי אנפין'?
ׁ ֹ
ג) "וַ ָ ּי ֵבא לו יַ יִ ן וַ ֵ ּי ְש ּ ְת" – יעקב אבינו האט געגעבן וויין צו טרינקען
פאר יצחק .לכאורה ,יצחק האט אים גארנישט געהייסן
ברענגען קיין וויין ,און ביי עשיו שטייט טאקע נישט אז ער האט
אמרי מנחם /תולדות
געברענגט וויין ,וואס איז דא דער ענין וואס יעקב האט יא געברענגט
וויין?
ֹ ֹ ֹ ֹ
צד ַציִ ד וַ ָ ּי ֵבא ִלי וָ א ַכל ִמ ּכל ְ ּב ֶט ֶרם ּ ָתבוא וָ ֲא ָב ֲר ֵכה ּו
"מי ֵאפוא ה ּוא ַה ָ ּ
ד) ִ
ַ ּגם ָ ּבר ּו ְך יִ ְהיֶ ה" – ווער האט מיר פריער געברענגט 'ציד' און
איך האב געגעסן פון אלעם און אים געבענטש ,זאל ער זיין
געבענטשט .רש"י זאגט" :ואכל מכל -מכל טעמים שבקשתי לטעום
טעמתי בו" – איך האב געשפירט דערין אלע טעמים וואס איך האב
געוואלט שפירן .וואס איז געווען דער ענין פון שפירן אלע טעמים?
און וואס האט דאס א שייכות מיטן 'גם ברוך יהיה'?
ֹ
ה) אין פרשת ויצא אויפן פסוק (בראשית כט ,כה)" :וַ יְ ִהי ַב ּב ֶקר וְ ִה ֵ ּנה ִהוא
ֵל ָאה" ,זאגט דער מדרש (ב"ר ע ,יט)" :כל ההוא ליליא הוה צווח
לה רחל והיא עניא ליה ,בצפרא והנה היא לאה ,אמר לה מה רמייתא
בת רמאה ,לאו בליליא הוה קרינא רחל ואת ענית לי" – יעקב האט
געהאט טענות אויף לאה ,פארוואס ביינאכט ווען ער האט גערופן
'רחל' האט זי געענטפערט 'יא'" ,אמרה ליה ,אית סופר דלית ליה
תלמידים ,לא כך היה צווח לך אבוך עשו ואת עני ליה" – יעדער רבי
האט תלמידים ,דו האסט דאך אויך אזוי געטון ,ווען דיין טאטע האט
דיך גערופן 'עשיו' האסטו געענטפערט 'אנכי' .בפשטות זעט אויס,
אז זי האט אים דא שארף צוריק געענטפערט; ווי איינער זאגט 'נאר
דו מעגסט און איך נישט?' .אבער עס קען דאך נישט זיין אז די אמהות
הקדושות האבן גערעדט ָאן קיין דרך ארץ און כבוד ,נאר דא ליגט
אודאי א גרויסן פנימיות און א לימוד פאר אונז .דארף מען פארשטיין
דעם ענין?
ו) די גמרא זאגט (יומא ט" :):מקדש שני מפני מה חרב מפני שהיתה בו
שנאת חנם" – דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב 'שנאת
חנם' .לכאורה ,די גמרא אין אנדערע פלעצער רעכנט דאך אויס
אזויפיל אנדערע חטאים; ווי עס שטייט (ב"מ פה" :).על מה אבדה הארץ בי
על שלא ברכו בתורה תחילה" .און אזוי שטייט (ב"מ ל" :):לא חרבה
ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה ולא עבדו לפנים
משורת הדין" .אויף אן אנדערן פלאץ (שבת קיט ).רעכנט די גמרא אויס
זיבן חטאים וואס האבן געברענגט דעם חורבן .דארף מען פארשטיין,
אמרי מנחם /תולדות
פארוואס די גמרא נעמט דעם ענין פון שנאת חנם אלס דער יסוד
פונעם חורבן בית המקדש?
ז) די גמרא זאגט (ברכות ו" :):כל המשמח חתן וכלה כאילו בנה אחת
מחורבות ירושלים" – דער וואס איז משמח א חתן כלה ,ווערט
פאררעכנט כאילו ער האט אויפגעבויעט איינע פון די חרבות פון
ירושלים .וואס איז דער שייכות פון די צוויי זאכן? און בכלל ,פארוואס
איז דאס אזא גרויסער ענין משמח צו זיין א חתן כלה?
ח) ביי א שבע ברכות זאגט מען ביים בענטשן" :נברך לאלקינו
שהשמחה במעונו" – מען דאנקט דעם אייבערשטן וואס די
שמחה איז אין זיין וואוינונג .בפשטות לערנען די ראשוניםה ,אז ביים
אייבערשטנ'ס וואוינונג איז אלעמאל פרייליך און לוסטיג; ווי עס
ֹ ֹ ֹ
שטייט (דברי הימים א טז ,כז)" :עז וְ ֶח ְדוָ ה ִ ּב ְמקמו" .אבער לכאורה איז
שווער ,פארוואס זאגט מען 'במעונו' ,מען וואלט געדארפט בלייבן
מיטן לשון הפסוק און זאגן 'שהשמחה במקומו'?
ט) דער שווער זכרונו לברכה פלעגט דערציילן ,אז עס איז אמאל
געווען א איד וואס ער פלעגט פארן איין שבת קיין קאזניץ
און איין שבת צום חוזה פון לובלין זי"ע .אמאל האט אים דער חוזה
געפרעגט" :וואס איז עפעס געווען אזוי ספעציעל יענע (-פארגאנגענע)
וואך אין לובלין?" ,זעט אויס אז ער האט מרגיש געווען אז עפעס
האט זיך דארט אפגעטון א גרויסע זאך ,האט דער איד האט אנגעהויבן
אויסרעכענען" :עס איז געווען א ברית" ,זאגט דער חוזה" :עה ,נישט
דאס" .האט ער געזאגט" :עס איז געווען 'שבת מברכים'!"" ,עה ,נישט
דאס" .אזוי האט ער אויסגערעכנט עטליכע זאכן ,ביז ער האט
אויסגערעכנט" :עס איז געווען דארט א חתן אינעם 'שבת שבע
"אה ,שהשמחה במעונו" .לכאורה,
ברכות'!" ,האט דער חוזה געזאגטָ :
ביי א שבע ברכות זאגט מען דאך נאך פארשידענע גרויסע זאכן ,ווי
גי
עי' בשיטה מקובצת כתובות (ח ).וז"ל" :מברך שהשמחה במעונו .לשון ברכה זו ה
כלפי הבורא אמר ורצה לומר נברך לבורא שהשמחה שלימה במעון שלו שאין
לו לא עצב ולא דאגה .תלמידי הרב רבינו יונה ז"ל" .וז"ל החת"ס שם בחידושיו:
"שהשמחה במעונו .על דרך עוז וחדוה במקומו".
אמרי מנחם /תולדות
'כשמחך יצירך בגן עדן מקדם' ,און אזוי נאך ,נו ,וואס ליגט דא אין
דעם נוסח 'שהשמחה במעונו' ,אז דאס האט אים אזוי געכאפט?
ווען א איד איז אליין האט ער א שווערע מלחמת היצר
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .עס איז דא א ווארט פונעם מיטעלן
"אז נִ ְד ְ ּבר ּו
ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל ,אויפן פסוק (מלאכי ג ,טז)ָ :
ֹ ׁ ׁ ׁ
יִ ְר ֵאי ה' ִאיש ֶאל ֵר ֵעה ּו וַ ַ ּי ְק ֵשב ה' וַ ִ ּי ְש ָמע וַ ִ ּי ָּכ ֵתב ֵס ֶפר זִ ָּכרון ְל ָפנָ יו ְליִ ְר ֵאי
ׁ ֹ ֹׁ
ה' ּו ְלח ְש ֵבי ְשמו" – ווען אידן רעדן זיך צונויף אין יראת שמים ,הערט
זיך דער אייבערשטער איין ,און עס ווערט אראפגעשריבן .וואס איז
דער גרויסער תועלת און מעלה ווען צוויי אידן רעדן אינאיינעם אין
עבודת ה' מער ווי ווען א מענטש זיצט פאר זיך אליין און איז עוסק
אין יראת שמים? האט ער מסביר געווען אזוי :יעדער מענטש האט
אין זיך א 'נפש השכלי' – וואס דאס איז דער 'יצר טוב' ,און א 'נפש
הבהמי' – וואס דאס איז דער 'יצר הרע' ,און עס טוט זיך אפ א
'מלחמת היצר' ,וואס דאס איז א שווערע מלחמה און עס קומט נישט
ָאן לייכט ,דער מענטש דארף זייער שווער ארבעטן 'מרגיז' צו זיין
דעם 'יצר טוב' אויפן 'יצר הרע' .דאס איז אלעס ,ווילאנג דער מענטש
איז פאר זיך אליין ,וואס דעמאלט איז די מלחמה צווישן איין 'נפש
השכלי' און איין 'נפש הבהמי'.
צוויי אידן אינאיינעם – צוויי 'נפשות השכליות' קעגן איין 'נפש הבהמי'
ווי איז אבער ,ווען עס קומען זיך צוזאם צוויי אידן און רעדן זיך דורך
אין עבודת ה' ,דעמאלט טוישט זיך דער גאנצער בילד ,ווייל
יעדער איד וואס זיצט דא – האט בלויז זיין אייגענע 'נפש הבהמי',
ווייל איך האב דאך נישט יענעמס יצר הרע ,און יענער האט נישט
מיין יצר הרע ,יעדער האט זיך בלויז איין נפש הבהמי ,און עס ווערט
נישט שטארקער פון רעדן מיט יענעם אין עבודת ה' .ווידער אבער,
דער 'נפש השכלי' איז דאך יעצט דא צוויי ,ווייל זייערע ביידע נפשות
קומען זיך צוזאם און רעדן אינאיינעם עבודת ה'! און בפרט ,אז די
יעדער איד איז דאך אנדערש פונעם צווייטן ,יעדער איד האט אן
אנדערער סארט מהלך המחשבה און אן אנדערע עצות אין עבודת
ה' ,ממילא ,ווען צוויי אידן רעדן אינאיינעם ,באקומט יעדער איינער
צוויי 'נפשות השכליות' ,ווייל איך האב דאך יעצט מיין שכל מיט'ן
חבר'ס שכל – וואס איך האב אליין פארשטאנען און אויך וואס איך
אמרי מנחם /תולדות
האב מקבל געווען פון יענעם .ממילא איז דאך יעצט דא צוויי 'נפש
השכליות' קעגן איין 'נפש הבהמי' ,נו ,אודאי וועט דער יצר טוב זייער
לייכט באזיגן! ממילא איז דער 'נדברו יראי ה' איש אל רעהו' א
געוואלדיגן תועלת און כח אויף יראת שמים און עבודת ה'.
ווען נישט 'שנאת חנם' וואלט מען זיך מתגבר געווען אויפן יצה"ר
מיט דעם פארשטייט מען די גמרא" :מקדש שני מפני מה חרב מפני
שהיתה בו שנאת חנם" – דער עיקר חורבן בית המקדש איז
אודאי געקומען צוליב די אלע חטאים און עוונות וואס די גמרא
רעכנט אויס אין אלע אנדערע פלעצער ,אבער ווען עס וואלט נישט
געווען קיין 'שנאת חנם' צווישן אידן – וואלט מען זיך צוזאמגעקומען
רעדן אין עבודת ה' ,און דעמאלט וואלט יעדער איינער באקומען
כוחות פון אנדערע אידן ,פון זייערע 'נפש השכליות' זיך צו מתגבר
זיין אויף זיין אייגענעם 'נפש הבהמי' ,און ער וואלט תשובה געטון
און פארראכטן אלע מעשים וואס טויגן נישט .אבער וויבאלד עס איז
געווען 'שנאת חנם' ,זענען אידן זיך נישט צוזאמגעקומען רעדן
איינער מיטן אנדערן א אידיש ווארט ,און ממילא האט מען נישט
געהאט די כוחות זיך מתגבר צו זיין אויפן יצר הרע און תשובה טון
אויף די עוונות .און דורכדעם איז געווארן דער חורבן הבית.
פארנעמען דעם שונא פונקט ווי דעם אוהב
שמחה איז גורם צו קענען ַ
וואס איז דער תיקון אויף 'שנאת חנם' וועלכע האט חרוב געמאכט
דעם בית המקדש? וויאזוי קען מען טוישן דעם שנאה און
התרחקות וואס מען האט צו א צווייטן איד ,עד כדי כך ,אז מען זאל
זיך קענען צוזאמקומען און רעדן יראת שמים? די עצה דערצו איז
'שמחה' ,אידן זאלן זיך פרייען צוזאמען אויף שמחות .ווייל די ספרים
ברענגען אראפ פונעם בעל התניא (סידור ,כוונת המקוהו) ,אז בשעת ווען
וט וזל"ק" :מבשרי אחזה אלוק ,שבאדם התחתון התענוג הוא הגבוה מאוד נעלה ו
על כל כוחות הנפש – אפילו מן החכמה ,והוא המתפשט בבחינת התרחבות
גדול עד שיוכלו שני הפכים ממש להתפס בו ,כמו שונאו שלא יוכל לסובלו
במוחו ,וכשהוא בתענוג גדול באיזה שמחה ,ישכח על השנאה ולא תתפס
מקום כלל בלבבו עד שיאהבנו ממש ,והוא מפני שהשנאה והאהבה נולדים
מן המוח חכמה ובינה ,ויש בחכמה הארת התענוג המרומם ומתנשא מן צמצום
השפע שלו בחכמה וכו' ,ולכן מצד כח התענוג שבעת השמחה יכול לסבול
שונאו ,שלא נעשה שונאו אלא על פי השכלות השכל".
אמרי מנחם /תולדות
א מענטש מאכט א שמחה און ער איז דעמאלט זייער גוט אויפגעלייגט
פארנעמען זיין גרעסטע שונא ,און ער קען אים
– קען ער דעמאלט ַ
ממש ליב האבן מיט א געוואלדיגע אהבה ,ווייל שמחה האט אזא כח
ההתפשטות אוועקצונעמען אלע צמצומים ,אז אפילו צוויי 'הפכיים'
זאלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם.
השתתפות ביי יענעמ'ס שמחה איז א תיקון אויפן 'שנאת חנם'
קומט אויס ,אז דורכדעם וואס אידן קומען זיך צוזאם ביי א שמחה
און מען פריידט זיך צוזאמען ,איז מען מבטל דעם 'שנאת
חנם' ,און דורכדעם קען מען זיך צוזאמקומען און רעדן עבודת ה',
וואס דעמאלט באקומט מען דעם כח פון צוויי 'נפשות השכליות'
קעגן איין 'נפש הבהמי' ,און דורכדעם קומט מען ָאן צו פאררעכטן די
אלע חטאים וואס דארפן א תיקון.
די שמחה וואס מען ברענגט אריין אין חתן וכלה – העלפט זיי צו קדושת הבית
מיט דעם פארשטייט מען דעם ענין פון משמח זיין חתן וכלה .ווייל
דא דארף זיך דאך אוועקשטעלן א אידישע שטוב בקדושה
וטהרה .און כדי זיי זאלן האבן דעם כח נישט נאכצוגיין נאכן 'נפש
הבהמי' און 'יצר הרע' ,נאר זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין ,דארפן
זיי רעדן צוישן זיך פון יראת שמים און מדות טובות ,וכדומה .אבער
דא איז דאך דא אזא מרחק צווישן זיי ,עס איז דאך ממש ווי צוויי
'הפכיים' .אבער דורכדעם וואס מען קומט און מען איז זיי משמח
מיט א שמחה ,ווערן זיי אזוי בשמחה וואס דורכדעם ווערט מחובר די
ביידע 'הפכיים'; ווי דער תניא זאגט ,ממילא ,שטעלן זיי באלד אוועק
די ערשטע טריט אויפן ריכטיגן אופן פון רעדן און שמועסן
אידישקייט ,און דורכדעם וועלן זיי ווייטער ממשיך זיין אין דעם
וועג ,און די צוויי 'נפשות השכליות' וועלן זיך מתגבר זיין אויפן
איינעם 'נפש הבהמי' ,און די שטוב וועט זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.
זט
דורך 'שמחת חתן וכלה' איז ער מתקן דעם 'סיבת החורבן' און עס ווערט 'כאילו בנה חרבות
ירושלים'
מיט דעם פארשטייט מען די גמרא" :כל המשמח חתן וכלה כאילו
בנה אחת מחורבות ירושלים" – דורכדעם וואס מען קומט זיך
מיטפרייען און משמח זיין ביי דער שמחה ,ווערט דאך בטל דער
'שנאת חנם' צווישן אידן – וואס דאס איז דער שורש פונעם חורבן
אמרי מנחם /תולדות
בית המקדש .ווייל דאס האט דאך גורם געווען אז מען זאל זיך נישט
צונויף רעדן אין עבודת ה' ,און מרגיז זיין דעם יצר טוב אויפן יצר
הרע ,אבער יעצט אז דורך די שמחה ווערט בטל דער מרחק און
הפכיות צווישן אידן ,ממילא ,ווערט מתוקן דער שורש פון חורבן בית
המקדש ,און די 'חרבות ירושלים' ווערן צוריק אויפגעבויעט.
שהשמחה במעונו – דער אייבערשטער גייט צוריק אריין אין זיין 'ביהמ"ק שלמעלה'
די גמרא זאגט (תענית ה" :).נשבע הקדוש ברוך הוא שלא יכנס לירושלים
שלמעלה ,עד שיכנס לירושלים של מטה" – דער אייבערשטער
האט געשוואוירן אז ער וועט נישט אריינגיין אינעם 'בית המקדש
שלמעלה' ,ביז ווילאנג ער וועט נישט אריינגיין אינעם 'בית המקדש
שלמטה' .אבער דורכדעם וואס מען קומט צו א אידישע שמחה און
מען איז 'משמח חתן וכלה' ,וואס דורכדעם ווערט מתוקן דער 'שנאת
חנם' וואס דאס איז דער שורש פונעם חורבן בית המקדש ,וואס
דורכדעם ווערט דאך אויפגעבויעט די 'חרבות ירושלים שלמטה' –
קען שוין דער אייבערשטער אריינגיין אין די 'חרבות ירושלים
שלמעלה' .דעריבער זאגט מען" :שהשמחה במעונו" – 'מעונו' דאס
מיינט דער 'בית המקדש שלמעלה' ,וואס דער אייבערשטער ווארט
שוין אזוי לאנג ,און ער וויל שוין אריינגיין אהין ,אבער כביכול קען
נישט אריינגיין ביז ווען אידן בויען דא אויף די 'חרבות ירושלים',
אבער יעצט אז מען האט אויפגעבויעט בפנימיות די 'חרבות ירושלים
שלמטה' – ווערט א שמחה אינעם אייבערשטנ'ס 'מעונו' ,און ער גייט
אריין אינעם 'ירושלים שלמעלה' .און מיט דעם פארשטיט מען דעם
גרויסן התפעלות פונעם חוזה ,וואס ער האט גערעדט אזוי גרויס פון
דעם 'שהשמחה במעונו' ,ווייל דא ליגט א מורא'דיגע בחינה פון
'אתחלתא דגאולה'.
לקרבנך למאכלך – די אכילה פון א צדיק איז א העכערע מדרגה פון א מזבח
זי מיט דעם קען מען פארשטיין דעם מדרש" :אם לקורבנך וכו' למאכלך
על אחת כמה וכמה" .דעם ערשטן מאן דאמר פארשטייט מען
פשוט ,אז די 'אכילה' פון א צדיק איז גרעסער און חשוב'ער פון
'עבודת הקרבנות'; ווי דער עבודת ישראל (פרשתן ד"ה ויאמר מה זהז) זאגט
וזל"ק" :אם לקורבניך המציא למאכלך על אחת כמה וכמה .כי ידע יעקב ז
אמרי מנחם /תולדות
דא אויפן מדרש ,אז א צדיק עסט מיט אזא קדושה און ער האט אינזין
אזעלכע הויכע כוונות ,און דערנאך דינט ער דעם אייבערשטן מיט
דעם 'כח האכילה' ,ממילא ,איז זיין 'אכילה' נאך גרעסער ווי א קרבן.
און דערפאר איז א כל שכן פונעם סייעתא דשמיא וואס עס איז
געווען ביים קרבן ,אז פארן מאכל הצדיק – וואס איז נאך חשוב'ער
פונעם קרבן – איז אודאי דא א ספעציעלע סייעתא דשמיא.
לזווגך למאכלך – ביים זיווג איז דא צוויי 'נפשות השכליות' וואס דאס איז נישטא ביי אכילה
קומט דער צווייטער מאן דאמר און זאגט" :אם לזווגך המציא לך וכו'
למאכלך על אחת כמה וכמה" .דער מאן דאמר לערנט ,אז עס
ווענדט זיך נישט אין 'חשיבות' ,נאר עס ווענדט זיך ווי שווער עס
קומט ָאן! ווי די גמרא זאגט (סוכה נב" :).אלמלא הקב"ה עזרו לא היה
יכול לו" ,ממילא ,דארט וואו דער 'מלחמת היצר' איז גרעסער – איז
דער סייעתא דשמיא אויך גרעסער! נו אויב אזוי' ,זיווג' איז טאקע
פארבונדן מיט תאוות גשמיות ,אבער דארט האט מען אן 'עזר' פונעם
צווייטן זיך צו הייליגן ,ווייל דורכדעם וואס ביידע פון זיי טראכטן
מחשבות קדושות און רעדן דיבורים קדושים – זענען דא צוויי 'נפשות
שכליות' קעגן איין 'נפש הבהמי' ,ממילא איז דער 'מלחמת היצר'
נישט אזוי שווער .אבער ביי אכילה ,דארט האט מען נישט דעם הילף
פון נאך א 'נפש השכלי' ,און דאס איז שוין א שווערע עבודה זיך
אליינס צו פארמעסטן קעגן דעם 'נפש הבהמי' .און דערפאר זאגט
ער" :אם לזווגך המציא לך וכו' למאכלך על אחת כמה וכמה" – מה-
דאך ביי דיין זיווג וואס עס איז לייכטער זיך מתגבר צו זיין אז עס
זאל זיין בקדושה ,דאך האסטו געהאט דעם סייעתא דשמיא ,איז
דאך אודאי אז 'למאכלך' ,וואס דארט איז דער מלחמת היצר אסאך
שווערער ,וויבאלד ביי דער תאות אכילה דארף מען אליינס מלחמה
האלטן ,איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן
סייעתא דשמיא.
חי
קדושת אביו שאוכל בקדושה ובטהרה ועושה יחודים נפלאים על ידי אכילתו.
ורמז כאשר כבר אמרנו מה שאמרו בגמרא (ברכות נה ).שלחנו של אדם במקום
מזבח ,ואנחנו מוסיפים ומגדילים גדולת השולחן בק"ו מה מזבח שלא היה אלא
אדמה ועצים המקריב עליו קרבן יחשב אשה ריח ניחוח לה' ,על אחת כמה וכמה
האוכל בקדושה ובטהרה ועל ידי אכילתו מתחזק לעסוק בתורה ובעבודה אינו
דין שיכפר עליו השלחן .וכן דעת אוחרנא שאמר אם לזיווגך והבן".
אמרי מנחם /תולדות
יעקב אבינו האט נישט געטון קיין 'גניבת דעת'
ׁ ֹ
מיט דעם קען מען פארשטיין דעם ענין פון "וַ ָ ּי ֵבא לו יַ יִ ן וַ ֵ ּי ְש ּ ְת" .ווייל
יעקב אבינו האט געוואוסט אז דער טאטע האט ליב עשו'ן און
ער וויל אים געבן די ברכות ,און ער האט נישט געוואלט גנב'ענען
דעם טאטנ'ס דעת ,אז דער טאטע זאל אים געבן די ברכות נאר אויפן
דעת אז ער איז עשיו ,נאר ער האט געוואלט מאכן זיכער ,אז ווען
דער טאטע וועט אים בענטשן – זאל עס זיין בלב שלם ,אפילו אויפן
ספק אז אפשר איז ער יעקב .און דערפאר האט טאקע יעקב זיך
אכטונג געגעבן פון זאגן שקר ,נאר געזאגט אלעס אויף אן אופן וואס
מען קען עס אויסטייטשן אויף אן אנדערן אופן ,ווייל ער האט
געוואלט אז דער טאטע זאל אויך נישט זיין זיכער אז דאס איז עשיו.
ער האט גורם געווען אזא שמחה צו יצחק אז ער זאל אים בענטשן אפילו אויב ער איז יעקב
נאר וואסזשע דען? וואס טוט מען דא אז דער טאטע זאל מסכים זיין
אים צו בענטשן אויפן ספק? דערפאר האט יעקב אבינו
געארבעט אריינצוברענגען דעם טאטן אין א געוואלדיגע גרויסע
שמחה ,וואס דעמאלט וועט ער קענען סובל זיין די גרעסטע 'הפכיים',
עס זאל שוין נישט זיין ביי אים קיין חילוק צווישן זיינס א 'שונא' ביז
זיינס אן 'אוהב' ,און ממילא ,וועט אויך נישט זיין קיין חילוק ביי אים
צווישן יעקב און עשיו ,און דערפאר האט יעקב געברענגט וויין –
כאטש ער האט אים נישט געהייסן ברענגען קיין וויין – כדי אים
משמח צו זיין; ווי די גמרא זאגט (פסחים קט" :).אין שמחה אלא ביין".
בפרט ווי דער תרגום יונתן זאגט ,אז דער וויין איז געווען פונעם 'יין
המשומר' פון גן עדן ,האט דאך דאס געהאט א מורא'דיגע בחינה פון
שמחה .נאר כדי דער טאטע זאל מסכים זיין אנצוהייבן טועם צו זיין
די מטעמים און די וויין ,האט ער נישט געקענט זאגן קלאר אז ער איז
יעקב ,ווייל דעמאלט וואלט זיך גארנישט אנגעפאנגען .אבער ווי נאר
דער טאטע האט געטרינקען פונעם יין – האט ער שוין מסכים געווען
טי
אים צו בענטשן אפילו אויב ער איז יעקב.
גם ברוך יהיה – איך האב אים געבענטשט וואוסנדיג אז אפשר איז ער יעקב
ֹ ֹ
מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק" :וָ א ַכל ִמ ּכל" .זאגט רש"י" :מכל
טעמים שבקשתי לטעום טעמתי בו" – איך האב דארט געשפירט
אלע טעמים – אפילו טעמים וואס זענען 'הפכיות'! דאס הייסט ,עס
אמרי מנחם /תולדות
איז געווען דארט אזא שמחה און התרחבות ,אז איך האב ליב געהאט
יעקב פונקט ווי דיר! עס איז נישט געווען ביי מיר קיין שום חילוקים!
"גם ָ ּבר ּו ְך יִ ְהיֶ ה" – זאל יעקב טאקע זיין געבענטשט,
און אויב אזויּ ַ ,
ווייל עס איז נישט געווען קיין 'גניבת דעת' ,נאר איך האב אים
געבענטשט אפילו אויפן ספק אז אפשר איז ער יעקב!
לאה האט זיך געלערנט פון יעקב וויאזוי גורם צו זיין אז ער זאל נתרצה ווערן צו דער 'שנואה'
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש" :אית סופר דלית ליה תלמידים,
לא כך היה צווח לך אבוך עשו ואת עני ליה" – לאה איז דאך
געווען א 'שנואה' און רחל איז געווען 'אהובה' .האט דא לאה געזאגט
צו יעקב אבינו ,דו האסט אויפגעשטעלט תלמידים הגונים! איך האב
זיך אפגעלערנט פון דיר! פונקט ווי דו האסט אריינגעברענגט א
שמחה אין דיין טאטן ,ביז ווען עס איז שוין נישט געווען ביי אים קיין
חילוק צווישן דיר און עשיו וועמען ער האט ליב געהאט ,און ער האט
דיר געגעבן די ברכות בלב שלם – אזוי האב איך אויך ממשיך געווען
אזא מין 'שמחת חתן וכלה' ,וואס עס איז שוין נישט געווען ביי דיר
קיין חילוק צווישן מיך און רחל ,ביי דיר איז שוין געווען גלייך צי דו
האסט חתונה מיט דער 'שנואה' ווי דו האסט חתונה מיט דער
'אהובה' ,און ממילא איז עס שוין נישט געווען קיין 'רמאות' און
'גניבת דעת'.
Ƿ דברי כיבושין *
היוצא לנו מזה :אז אידן קומען זיך צוזאמען משמח זיין ,דאס איז אן
'התעוררות' .אזויווי דארט איז דא א 'התגברות הקדושה' פון
'אז נדברו' ,אזוי ,אז אידן קומען זיך צוזאמען זיך משמח זיין ,מען איז
זיך מאחד מיט אהבה איינער מיטן צווייטן ,דאס איז מעורר נאך א
גרעסערע בחינה פון 'התגברות הסטרא דקדושה'.
כ
ממילא ,איז עס א זמן וואס [עס איז דא] א זכות ,אז מען זאל קענען
ממשיך זיין [די קדושה] .הקדוש ברוך הוא איז [יעצט]
'במעונו'! דאס איז דער פשט ,דער דביקות מיטן בית המקדש
התחתון! דאס איז דער ענין פון א 'התקרבות דקדושה'! עס ווערט א
התקרבות פון 'אורייתא וישראל וקודשא בריך הוא חד' .ממילא איז
* צו הערן די דברי כיבושין ,רופט 718-400-7790און דרוקט 1
אמרי מנחם /תולדות
עס א גרויסער זמן ,בפרט [אז עס זענען דא] אזעלכע גרויסע אבות
הקדושים פון ביידע צדדים ,האפט מען אז די אלע אבות קומען צו
גיין זיך מיטפרייען מיט די שמחה.
בפרט האבן מיר דא די זכיה ,מיין חשוב'ער שוואגער דער
וואדיסלאווער רבח (זצ"ל) זאל זיין געזונט און שטארק מיט א רפואה
שלימה ,און (להבחל"ח) די רביצין – זענען זיך משתתף ,זיך גענומען די
מיה ,עס איז דאך נישט לייכט .איז זיכער אז די אבות ,דער טאטע
זכרונו לברכה ,דער שווער זכרונו לברכה האבן נחת און זיי קומען
דא זיך פרייען מיט אונזערע שמחות.
ווילן מיר זיי בעטן ,אז זיי זאלן טאקע מעורר רחמים זיין .די אבות
זעען דאך ,ווי ווייט ברוך השם די קינדער מיט אייניקלעך מיען
זיך און זיי טוען זיך משתדל זיין צו גיין בדרכיהם ,און ממשיך זיין
דעם שלשלת הקודש .און ברוך השם ,דער אייבערשטער האט
געהאלפן אז מען זעט טאקע אז די אבות האבן זיך נישט צו שעמען
קיין עה"ר ,ברוך השם ,אייניקלעך וואס מען איז זוכה [צו זען] אזא
צורה (כוונתו די אנטועכץ אין ווייבער שול) וואס מען האט זיך נישט צו
שעמען פאר די פריערדיגע דורות.
קען מען האפן ,אז דער אייבערשטער וועט העלפן ,אז די השפעות
וועט נשפע ווערן במלוא המובן ,במלוא חפנים( .חסר הסיום).
4
אכ
הרב הגה"צ מוה"ר רבי משה הלוי ראטענבערג זצ"ל – מילא מקום אביו ברבנות ח
בבית מדרשו בבארא פארק.
אמרי מנחם /תולדות
Ƿ ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים דיבורים וסיפורים -
הרה"ק ר' אהרן ָ(ארון) בהרה"ק ר' קלונימוס קלמן הלוי זצ"ל מקראקא
ז' כסליו תרמ"ב
רבי ָארון קראקאווער זצ"ל איז געווען א זון פונעם מאור ושמש זצ"ל,
און א ברודער פון דער 'גוטער איד' פון ניישטאדט -רבי יאסעלע
ניישטעדטער זצ"ל.
דער תפארת שלמה זצ"ל שרייבט צו דעם ר' יאסעלע – אין א הזמנה
וואו ער לאדנט אים איין צו א חתונה" :רבן של כל בני הגולה".
דו האסט געהאט א גרויסן טאטן...
רבי ָארון קראקאווער זצ"ל איז אמאל געקומען קיין צאנז נאכן
הסתלקות פונעם צאנזער רב זצ"ל ,האט ער געזען ווי רבי
ישעי'לע טשחויב'ער זצ"ל – וועלכער איז נאך דעמאלט געווען א
קינד פון בערך צוועלף יאר ,א יתום – דרייט זיך ארום צוגעלייגט,
האט ער אים געוואלט אביסל אויפהייבן ,האט ער אים געזאגט" :דו
כלא ּפ (יונג) ,וואס ביסטו אזוי דערשלאגן? איך האב געהאט א ברודער
ָ
יאסל ,האט ער געזאגט" :וואס מען האט געזען אין לובלין -האט מען
געזען אין צאנז ,וואס מען האט געזען אין צאנז -האט מען נישט
געזען אין לובלין!".
דער שווער (הגה"צ מוואודיסלאוו) זכרונו לברכה ,איז דאך געווען א
לובלינער אייניקל ,נו ,האט ער נישט הנאה געהאט פון דער
מעשה...
אבער אינ'אמת'ן קען מען אפשר זאגן ,אז רבי יאסעלע ניישטעדטער
האט דאך נישט געזאגט אז דער צאנזער רב איז געווען
'גרעסער' ,ער האט נאר געזאגט ,אז אין צאנז האט מען 'געזען' מער.
נו ,אמאל קען זיין ,אז מען 'זעט' דא מער ווי דארט ,און עס מיינט בכ
נאכנישט אז ער איז 'גרעסער' אין מדרגותט.
עי' אגרא דפרקא סי' ל וז"ל" :נשמע מכל זה כל מי שהוא קרוב ביותר אל ט
השורש לא יצטרך לריבוי תנועות ,עיין זה בהכותב בעין יעקב ,מזה תתבונן
שיש צדיקים גדולים שאין נראה מהם שום תנועה בעבודתם ותורתם
ותפילתם וכו' ,זהו מחמת גודל דביקותם בשרשם הבן".
אמרי מנחם /תולדות
ספעציעלער
סעיל!!!
די באקאנטע ספרי
מנחם אמרי
עה"ת ומועדים
מאת מרן אדמו"ר משינאווא זי"ע
דער ספ
איז נ עציעלער פרייז
תנד
הנדבן הב געווארן דורך
שוב הרבני ח
הנגיד הנכבד
מוהר"ר
מאיר משה
י
אקאבאוויטש
הי"ו
ליוע גןי זכותו דמרן
להתברך ב
כל מילי דמיטב שנה ג' שנה ב' שנה א'
)ארויסגעקומען דורכאויס די פארגאנגענע 3יאר – בסך הכל דריי סעט'ס(
וועלכע געבן פארן לערנער א טיפערן בליק
און ווארימקייט אין חסיד'ישע ספרים
ווערט יעצט פארקויפט פאר גאר א ביליגער פרייז
$20א סעט בפ
צו באקומען ביי די פאלגענדע לאקאציעס:
ביהמ"ד שינאווא • בית הספרים • לשכת הסופר • מרכז
סאטמאר ויואל משה ) 1מאנסי בלווד • (.סאטמאר יטב לב ) 13מאנסי בלווד(.
