נעימות אליעזר - סקולען · Ne'imois Eliezer - Skulen — תולדות (2026-11-09)

אליעזר תולדות נעימות
©
כל הזכויות שמורות
למכון נעימות אליעזר סקולען בארה"ק
ואין רשות לצלם או לתרגם או להעתיק
למאגר מידע אפילו חלק מן הספר ללא אישור בכתב
לקחת חלק בהדפסת ספרי סקולען צור קשר במייל skulen3@gmail.com
copyright by mechon nemois eliezer skulen. beth shemesh.
in all countries subscribing to the international copyright union.
PRINTED IN ISRAEL
יצא לאור העולם ע"י
מכון נעימות אליעזר בארה"ק
053-415-2636
ב
אליעזר תולדות נעימות
הסכמת הרב קלמן ווייס שליט"א
מו"צ העדה החרדית
בס"ד כ"ז שבט תשפ"א
הנני בזה בשורות האלה לחזק ולאמץ את ידי הבה"ח החשוב והיקר
ירא שמים ובעל מדות תרומיות דבוק בלו"נ ברבותינו הק' מסקולען
זי"ע ולהבל"ח לכ"ק האדמורי"ם ממשיכי דרכם שליט"א
כמר אליעזר זוסיא רובין ני"ו
אשר ליקט ואיזן דבריהם הקדושים של האדמורי"ם מסקולען זצוק"ל
במשך שנים על ענינים שונים בתורה ועבודת השי"ת וכן במה
שהביאו מספה"ק תלמידי הבעש"ט הק' בענינים רמים אלו והבה"ח
החשוב הנ"ל תורגם אותם ללשון "האידיש" שיהא שימה בפיהם של
רבים אשר אינם מבינים בלה"ק
ונקרא שמו "נעימות אליעזר"
ודבר גדול מאד עשה בעמיו לקרב דבריהם הק' אשר מלאים ביר"ש
וקדושה בדברים היוצאים מלב טהור וקדוש שבודאי יכנסו ללבם של
ישראל לקרבם לעבוד"ה ולתורה וקדושה וע"כ גם ידי תכון עמו
להוציא לאור ספר הקדוש הזה ויזכה להפיץ תורתם בקרב ישראל
מתוך נחת ובריות גופא ברוב הצלחה וסייעתא דשמיא בכל הענינים
אמן:
הכו"ח לכבוד התורה וצדיקי הדור:
קלונימוס קלמן ווייס
ג
אליעזר תולדות נעימות
הסכמת אב"ד קאסאן שליט"א
מו"צ העדה החרדית
הנני מצטרף להנ"ל והשי"ת יעזור להרחיב גבולי הקדושה ויתקדש שם
שמים בעולם ובזכות זה נזכה בקרוב להתגלות מלך המשיח בב"א:
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיך קענען מתחזק זיין און
מתרומם זיין אויפן דרך פון אונזערע הייליגע רבי'ס "לבית סקולען",
און אין סקולען איז דאך אסאך אסאך לייכטער זיך צו מתרומם זיין,
ווייל די זיס'קייט דארטן איז דאך גאר גאר הויעך און דערהויבן און
ליכטיג ,און איך בין זיכער אז פון אויבן וועלן זיי משפיע זיין שפע
עבודת השם פאר די אלע וואס וועלן לערנען אין דעם הייליגן ספר.
[והוסיף :ס'איז מיר שווער "נישט" צו חתמ'נען אויף אזאנ'ס].
יעקב בהה"צ מוהר"א זצללה"ה
ד
אליעזר תולדות נעימות
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
הנני בזה לחזק ולאמץ ידי הבה"ח היקר זוכה ומזכה את הרבים
כמר אליעזר זוסיא רובין נרו יאיר ויזרח
יהי ד"א עמו בכל אשר יפנה ,ויצליח דרכו הטובה על דרך רבותיו
הקדושים אשר האירו את ישראל בנועם אמרותיהם וזמירותיהם,
ויזכה לראות ברכה בעמלו מתוך הרחבת הדעת וטוב לב תמיד
לאויושט"א:
ה
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א
ה
אליעזר תולדות נעימות
ו
אליעזר תולדות נעימות
הסכמת רב דקהל אש תמיד בני ברק שליט"א
הנני באתי להמליץ טוב עבור הבה"ח חסידא ופרישא המפורסם
בתורותיו ומידות הטובות והישרות מתאבק באפר רגליהם כל צדיקי
הדור ובפרט כ"ק האדמורי"ם מסקולען
ה"ה שמו הולך לפניו
מוהר"ר אליעזר זוסיא רובין שליט"א
יה"ר שיזכה תמיד להפיץ מעינתיו חוצה ויזכה תמיד את הרבים בטוב
טעם ודעת ואך טוב וחסד ירדפוהו כל ימי חייו בחן של טעם זקנים
ויזכה במהרה לקבל פני משיח צדקנו אמן בב"א:
ידידו המכבדו בלב טוב
ורבינו זצ"ל היה אומר תמיד ,שלפני שהולכים ללמוד צריכים
לכוון לקיים מצות לימוד התורה ,כי הרי מצות צריכות כוונה,
וממילא וצריך אדם לומר קודם הלימוד בפה מלא:
של או ַרְיי ָתא ֶׁ שה ְּד ֹ ה ֲֵרינִ י מ ּוכָ ן ּו ְמז ּו ָמן לְ ַקיֵם ִמ ְצוַ ת ֲע ֵׂ
ש ָּכת ּוב ַּב ּת ֹו ָרה ּולְ מַ ְד ֶּתם א ָֹתם לִ ּמ ּוד הַ ּת ֹו ָרה ְּכמוֹ ֶׁ
זו ְּכ ֵדי לְ ַקיֵּם שה ִמ ְצָוה ּ ּו ְׁשמַ ְר ֶּתם ַל ֲעש ָֹׂתם וַה ֲֵרינִ י עוֹ ֶׂ
בוֹרֵא יִ ְת ָּב ַר ְך
הּכדֵי ַל ֲעש ֹֹות נַחַ ת ר ּוחַ לְ ַ ִמ ְצוַ ת ּב ֹו ְר ִאי וּ ְ
שם ָּכל יִ ְׂש ָר ֵאל: מו ְּב ֵׁ
ְׁש ֹ
יך ה ּוא ּו ְׁש ִכינְ ֵּת ּה ִּב ְד ִחיל ּו ּו ְר ִחימ ּו שא ְּב ִר ְ שם יִ ח ּוד קֻ ְד ָׁ לְ ֵׁ
שם שם י"ה ְּבו"ה ְּביִ ח ּו ָדא שְׁלִ ים ְּב ֵׁ ּו ְר ִחימ ּו ּו ְד ִחיל ּו לְ יַ חֵ ד ֵׁ
שה יָ ֵדינ ּו הינ ּו ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵׂ יהי נ ַֹעם יְהֹוָה אֱ ֹל ֵ ָּכל יִ ְׂש ָר ֵאלִ :ו ִ
שה יָ ֵדינ ּו ּכ ֹונְ נֵהוּ: ּכ ֹונְ נָ ה ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵׂ
ז
אליעזר תולדות נעימות
וכ"ק מרן רבינו זצ"ל
היה אומר תמיד בכל הזדמנות:
אז" :לְ כ ּו ָבנִ ים" – אז ווען איר גייט
אוועק פון די התעוררות ,דעמאלט'ס:
"ש ְמע ּו לִ י" – דעמאלט'ס זאל אייך
ִׁ
קלונגען אין די אויער'ן דאס וואס איר
האט דא געהערט!..
ווייל בשעת ווען איר זענט דא,
דעמאלט'ס זעה איך דאך שוין אליין
אז איר הערט מיך אויס ,נאר ווען
איר גייט "אוועק" ..דעמאלט'ס זאל
אייך קלונגען אין די אויער'ן דאס
וואס איר האט דא געהערט!..
ח
אליעזר תולדות נעימות
הקדמה
י'שמחו ה'חסידים ו'יגילו ה'משתוקקים לראות אור כי טוב מאמרי קודש
מרז"ל קדושים אשר בארץ המה ,ובשבח והודאה להשי"ת שהחיינו
וקימנו והגיענו לזמן הזה אני מודה ומשבח לאדון כל על שזכיתי לגמור
ספר "נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מיוסד על
דברי חז"ל ועל דברי רבותינו הקדושים תלמידי הבעל שם טוב הק'
ותלמידי המגיד זצוק"ל ,כדי שכל יהודי פשוט יזכה לשאוב מתורתם של
רז"ל אשר מפיהם אנו חיים כל ימינו על אדמתינו ,וכדי שכל יהודי פשוט
יזכה לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
והרי כבר ידוע ליודעי חן ,כי אמרו רז"ל (יבמות צ"ז ).על כל האומר דבר
שמועה מפיהם ששפתותיו דובבות בקבר ,ובספר חסידים (ס' רכ"ד)
איתא שהם מתפללין עליו שם וממליצים טובה עליו עכלה"ק.
ומודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי אשר זכיתי להוציא לאור ספר
"נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מטרתו של הספר
הוא אך ורק שכל יהודי יזכה לחיות עם "שויתי ה' לנגדי תמיד" בכל רגע
ורגע ולקיים "בכל דרכיך דעהו" במלא מובן המלה.
וברוך הוא אלקינו אשר נתן סיעתא דשמיא בעמלי וזכיתי לראות ברכה
בעמלי ,אשר אחרי שנים רבות וארוכות זכיתי לברך על המוגמר ולזכות
את הרבים בדברים פשוטים וברורים נראים לעינים בעניני עבודת השם
יתברך תורה ותפילה ומידות טובות וישרות ,ואכן שמע אלקים מתוך
סיעתא דשמיא אשר הרגשתי בה על כל צעד ושעל במהלך חיבור ספר
זה ,ומתוך שבח והודיה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלני ,הנני עומד
עתה ב"פתח השער" ומתחנן לפני בורא כל עולמים שכה יתן ה' וכה
יוסיף ויזכני להעלות דבר נאה ומתוקן על שולחן חכמים ,ולהוסיף דעת
ט
אליעזר תולדות נעימות
ותבונה ויראת ה' טהורה בתוך לבבות ישראל ,ואל יצא מתחת ידי שום
מכשול חס ושלום ,רק יחזק את האמונה ואת הניצוץ היהודי אשר נמצא
בתוך כל אחד ואחד מישראל ,ובעזרת השם יתברך יהיה לתועלת
הרבים ,ובפרט לבחורי ואברכי חוץ לארץ שיותר קל להם ללמוד ספרים
"באידיש" ,והרי כבר כתוב בתורתינו הק' בפרשה וילך (ל"א פ' י"ט):
"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה את בני ישראל שימה
בפיהם" ,פירוש שכל יהודי יזכה להבין ולהשכיל את התורה בשפה
שהוא מבין טוב.
וכאן המקום לציין שכל הספר מתחילה עד הסוף נעשית ע"פ הוראת
והדרכת גדולי ישראל על כל צעד ושעל ,וזהו אינו רק ספר לקריאה
גרידא ,כי אם גם ספר של לימוד התורה באמת ,יען כי הרי זה משפיע
יראת שמים במדה גדושה על לבבות ישראל.
וכאן המקום להודות ולהלל לכל האנשים שעזרו ותרמו ותמכו למען
הוצאת ספר זה ,יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שיזכו לראות אך ורק
תענוג ונחת דקדושה מכל יוצ"ח ,ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים
בתורה ובמצות באמת לאויושט"א.
ובצאתי אפרוש כפי אל ה' בתפילה שאזכה לישב באהלה של תורה
ולהרביץ תורה ויראה כל ימי חיי ,ואזכה לעבוד את השם יתברך
בשמחה ובטוב לבב מרוב כל מתוך שמחה של מצוה יחד עם כל
ישראל ,ואזכה להיות מאלו שמוסיפים יופי לכתר הגדול שנקרא
תפארת ישרא"ל זרע אברה"ם אוהבו ,מתוך הרחבת הדעת ומנוחה,
ומתוך בריות גופא ונהורא מעליא ,עדי נזכה בקרוב ליעוד הנביא ומלאה
הארץ דעה את ה' וברחמים גדולים אקבצך בביאת גואל צדק ובבנין
בית המקדש השלישי במהרה בימינו אמן:
י
אליעזר תולדות נעימות
ְו ֵא ֶּלה ּת ֹו ְלדֹת יִ ְצ ָחק ֶּבן ַא ְב ָר ָהם
הולִ יד ֶאת יִ ְצחָ ק :רש"י הק'
ְו ֵאלֶּה ּת ֹולְ דֹת יִ ְצחָ ק ֶּבן ַא ְב ָרהָ ם ַא ְב ָרהָ ם ֹ
זאגט אונז דא ,אז" :עַ ל י ְֵדי שֶׁ כָּתַ ב הַ כָּתּוב יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם הֻזְ קַ ק לוֹמַ ר
ַאבְ ָרהָ ם הוֹלִ יד אֶ ת יִצְ חָ ק" ,ווייל" :לְ פִ י שֶׁ הָ יּו לֵיצָ נֵי הַ ּדוֹר או ְֹמ ִרים מֵ אֲבִ ימֶ לְֶך
נִתְ עַ בְּ ָרה שָׂ ָרה שֶׁ הֲרֵ י כַּמָּ ה שָׁ נִים שָׁ הֲתָ ה עִ ם ַאבְ ָרהָ ם וְ ֹלא נִתְ עַ בְּ ָרה הֵ ימֶ ּנּו" ,און
ממילא" :מֶ ה עָ שָׂ ה הַ קָּ דוֹׁש בָּ רּוְך הּוא" – און ממילא וואס האט דער
אייבערשטער געטוהן וועגן דעם!?..
דער אייבערשטער האט" :צָ ר ְקלַסְ תֵּ ר פָּ נָיו שֶׁ ל יִצְ חָ ק ּדוֹמֶ ה לְ ַאבְ ָרהָ ם" ,און
ממילא דורך דעם" :וְ הֵ עִ ידּו הַ כֹּל ַאבְ ָרהָ ם הוֹלִ יד אֶ ת יִצְ חָ ק" ,און" :וְ זֶהּו
שֶׁ כָּתַ ב כַּאן יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם הָ יָה" ,ווייל" :שֶׁ הֲרֵ י עֵ דּות יֵׁש שֶׁ ַאבְ ָרהָ ם הוֹלִ יד
אֶ ת יִצְ חָ ק".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דורך דעם וואס:
"יִצְ חָ ק" האט אויס געזעהן ווי זיין טאטעַ" :אבְ ָרהָ ם" ,דורך דעם איז אויף
געוויזן געווארן פאר א יעדעם איינעם אזַ" :אבְ ָרהָ ם הוֹלִ יד אֶ ת יִצְ חָ ק" ,ווייל
זיי האבן דאך ביידע אויס געזעהן די זעלבע.
דאס מיינט ,אז וויבאלד א יעדער איינער האט דאך שוין אליין געקענט זעהן
מיט די אייגענ'ע אויגן אז עס איז טאקע" :יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" ,ווייל זיי האבן
דאך ביידע אויס געזעהן די זעלבע ,ממילא וועגן דעם האט א יעדער איינער
אויס געשריגן אזַ" :אבְ ָרהָ ם הוֹלִ יד אֶ ת יִצְ חָ ק"!..
יא
אליעזר תולדות נעימות
אבער מען דארף דאך אבער שטענדיג געדענקען ,אז חז"ל (שבת דף :קי"ח
ע"ב) זאגן דאך אונז שוין בפירוש ,אז די עיקר פון א יודישע שטוב איז דאך
די" :עֲקֶ ֶרת הַ בַּ יִת" – אז די עיקר פון א יודישע שטוב איז דאך די "יודישע
מאמע" ,ווייל א יודישע מאמע איז דאך די איינציגסט'ע מענטש וואס
געפונט זיך דאך מיט די קינדער א גאנצן טאג אין שטוב ,און אויף איר ליגט
דאך גאר א גרויסע אחריות פון די חינוך פון די קינדער.
ווייל זי איז דאך די" :עֲקֶ ֶרת הַ בַּ יִת" פון די גאנצע שטוב ,און זי געפונט זיך
דאך מיט די קינדער פון אינדערפרי ביז ביינאכט ,און זי לערנט דאך זיי אויס
ווי אזוי אפ צו גיסן נעגל וואסער ווי א ערליכע יוד ,און זי לערנט דאך זיי
אויך אויס ווי אזוי צו מאכן ברכות מיט כוונה ,און זי לערנט דאך זיי אויך
אויס ווי אזוי צו רעדן שיין איינער צום צווייטן ,און זי לערנט דאך זיי אויך
אויס ווי אזוי צו האבן גוטע מידות ,בקיצור ..א "יודישע מאמע" איז די
"עיקר" פון א "יודיש קינד" ווער עס וויל זיין א" :מו ֶֹדה עַ ל הָ אֱמֶ ת".
און די זעלבע זאך איז דאך אויך געווען דא ביי "יצחק אבינו" ,ווייל וועמען
איז געווען צו באדאנקען אז עס איז דא אויס געוואקסן אזא גרויסער
הייליגער צדיק "יצחק אבינו"!?..
אוודאי" :שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו" ,ווייל די גאנצע" :יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" איז דאך געווען:
"כָּל כֻּּל ֹו שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו" ,ווייל זי האט דאך איהם ערצויגן פון קינד ווייז ָאן מיט
אזא איבער געגעבנ'קייט ,און זי האט דאך געהיטן אויף איהם ווי איר
שווארץ אפל פון אויג ,און ער איז דאך געווען איר גאנצע" :נְשָׁ מָ ה" ,און
מען זעהט דאך שוין טאקע אויך קלאר ,אז ווי נאר זי האט געהערט פון די
מעשה פון די עקידה ,איז דעמאלט'ס גלייך געווען" :פָּ ְרחָ ה נ ְִׁשמָ תָ ּה ִממֶּ נָּה
יב
אליעזר תולדות נעימות
ּומֵ תָ ה" ,ווייל יצחק איז דאך געווען איר גאנצע" :נְשָׁ מָ ה" ,די גאנצע" :יִצְ חָ ק
בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" איז דאך געווען" :כָּל כֻּּל ֹו שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו".
און דו ביזט גערעכט טאקע אז "אברהם אבינו" האט אויך מחנך געווען
"יצחק" ,אבער א יעדע טאטע איז דאך פארנומען רוב צייט פון דעם טאג
מיט זיינע פארשידענ'ע ענינים ,און ממילא ווער איז איבער געבליבן:
"הָ אֹ ֱהלָה אֶ ל שָׂ ָרה" – און ממילא ווער איז איבער געבליבן אין געצעלט מיט
די קינדער דורך אויס דעם גאנצן טאג!?..
נאר" :שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו" ,און ווער האט זיך אפ געגעבן דורך אויס דעם גאנצן
טאג מיט דעם גרויסן הייליגן צדיק "יצחק אבינו" !?..נאר" :שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו",
און ממילא ווען דו קוקס'ט אריין אין דעם גרויסן הייליגן צדיק "יצחק
אבינו" וועמען טרעפסטו !?..אוודאי" :שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו".
און די ווערטער" :יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" – איז דאך טאקע אויך גימטריא:
"שָׂ ָרה" [מיט די דריי אותיות] ,ווייל יא ר' יוד ,די גאנצע" :יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם"
איז דאך געווען :כָּל כֻּּל ֹו "שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו" ,ווייל ווי קען מען דען באשרייבן די
שווערע ארבעט פון א "יודישע מאמע" !?..און ווי קען מען דען באשרייבן
די השקעה פון א "יודישע מאמע" אין איר קינד !?..און ווי קען מען דען
מסביר זיין וויפיל כח און מח א יודישע מאמע לייגט אריין אין איר קינד פון
ווען דאס קינד שטייט אויף אינדערפרי ביז ווען דאס קינד לייגט זיך שלאפן
ביינאכט!?..
און יא ר' יוד ,דו ביזט גערעכט טאקע אזַ :אבְ ָרהָ ם "הוֹלִ יד" אֶ ת יִצְ חָ ק – דו
ביזט גערעכט טאקע אז "אברהם אבינו" האט טאקע "געבוירן" יצחק ,אבער
יג
אליעזר תולדות נעימות
ווער האט זיך אפ געגעבן מיט יצחק אבינו פיר און צוואנציג שעה א
טאג !?..און ווער האט איהם אויס געלערנט ווי אזוי צו מאכן ברכות מיט
כוונה !?..און ווער האט איהם אויס געלערנט ווי אזוי א יודיש קינד דארף
זיך אויף פירן א יעדע רגע פון דעם טאג !?..ווער!?..
דאס איז דאך אלעס געווען די עבודה פון די גרויסע צדיקת" :שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו",
ווייל "אברהם אבינו" איז דאך שטענדיג געווען פארנומען מיט זיינע
עבודות.
און ניין ר' יוד ,נישט אלעמאל האט א טאטע צייט זיך אפ צו געבן מיט זיין
קינד ,און נישט אלעמאל קען זיך א טאטע אפ געבן מיט זיין קינד ,ווייל א
טאטע איז דאך רוב מאל פארנומען מיט זיינע פארשידענ'ע ענינים ,און נישט
אלעמאל האט ער צייט זיך אפ צו געבן מיט זיין קינד.
אבער א ערליכע "יודישע מאמע" !?..א ערליכע "יודישע מאמע" איז דאך
שטענדיג גרייט פאר איר קינד ,און א ערליכע "יודישע מאמע" איז דאך
שטענדיג משקיע אין איר קינד עבודת השם יתברך מיט גוטע מידות ,און א
ערליכע "יודישע מאמע" איז דאך שטענדיג מחנך איר קינד אז די שיינ'קייט
פון א יודיש קינד איז" :תְּ ִמימּות" ,און א ערליכע "יודישע מאמע" איז דאך
שטענדיג מחנך איר קינד אז ווען עס קומט אמאל אריין א "גאסט" אין
שטוב ,זיצט מען נישט דעמאלט'ס מיט צוזאם געלייגט'ע הענט ,נאר מען
לויפט דעמאלט'ס שנעל ברענגען א קאלט'ן גלעז'ל וואסער פאר דעם גאסט
וואס איז דא יעצט אריין געקומען ,און וואס טוט דען "נישט" א יודישע
מאמע !?..א יודישע מאמע טוט דאך כמעט "אלעס"!?..
יד
אליעזר תולדות נעימות
און ממילא יא טייערע יודן ,ווער איז געלעגן באהאלטן אין דעם" :יִצְ חָק בֶּ ן
ַאבְ ָרהָ ם" !?..און ווער באקומט די "קרעדיט" אז עס איז אויס געוואקסן אזא
גרויסער הייליגער צדיק ווי" :יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם"!?..
און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז אוודאי די גרויסע צדיקת" :שָׂ ָרה אִ מֵּ ינּו"
באקומט קרעדיט אויף דעם ,ווייל זי האט זיך דאך שטענדיג אפ געגעבן מיט
די "חינוך" פון איר טייער'ן דיימאנט שטיין" :יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם":
הו ִליד ֶאת יִ ְצ ָחק
ַא ְב ָר ָהם ֹ
הולִ יד ֶאת יִ ְצחָ ק :עס איז
ְו ֵאלֶּה ּת ֹולְ דֹת יִ ְצחָ ק ֶּבן ַא ְב ָרהָ ם ַא ְב ָרהָ ם ֹ
דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז עס ווערט דאך שוין געברענגט
אין די ספרים הק' ,אז אברהם אבינו האט געהאט א געוואלדיגע גרויסע:
"מ ַּדת הַ חֶ סֶ ד" אין זיך ,און יצחק אבינו האט געהאט א געוואלדיגע גרויסע:
ִ
בּורה" אין זיך.
"מ ַּדת הַ גְּ ָ
ִ
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך פון פריער'דיגע צדיקים ,אז ווען א
מענטש גייט אמאל אריבער א שווערע תקופה ,און ער שפירט אז ער קען
שוין מער נישט אויס האלטן זיין שווער'ן מצב ,זאל ער זיך אבער נאך אלץ
פראבירן פריילעך צו מאכן דעמאלט'ס ,אפילו מיט א נאריש'ע זאך אויך.
ווייל דער הייליגער בעל שם טוב הק' מיט זיינע תלמידים האבן דאך אונז
"ש ְמחָ ה" איז דאך גאר גאר א גרויסע
שוין מגלה געווען ,אז די ענין פוןִׂ :
"ש ְמחָ ה" קען מען דאך צו קומען צו אלעס אויף דער וועלט.
זאך ,און דורךִׂ :
טו
אליעזר תולדות נעימות
"ש ְמחָ ה" אין
און ווי לאנג א מענטש איז נאך ביכולת צו זיין מיט א אמת'עִׂ :
הארץ ,דעמאלט'ס איז דאך זיכער גוט ,אבער אפילו ווען א מענטש גייט
אמאל אריבער א שווערע תקופה ,און עס איז איהם שווער צו זיין פריילעך,
זאל ער זיך אבער כאטשיג "פראבירן" פריילעך צו מאכן דעמאלט'ס ,אפילו
"דבַ ר ְׁשטּות" אויך ,ווי צדיקים האבן דאך אונז שוין טאקע געזאגט,
מיט אְּ :
ווייל ווען א מענטש איז" :בְּ ִׂש ְמחָ ה" ,קען ער דאך דעמאלט'ס א דורך ברעכן
די העכסט'ע טויער'ן וואס עס איז נאר דא אויבן אין הימל.
און ווען א מענטש מאכט זיך פריילעך טראץ דעם וואס ער שפירט ביי זיך
אז ער האט נישט באמת מיט וואס זיך צו פרייען ,צו זאל זיין די סיבה ווייל
עס פעלט איהם עפעס ,אדער ווייל ער איז גאר שטארק צובראכן דעמאלט'ס,
באצאלט איהם דעמאלט'ס דער אייבערשטער אלץ שכר פון די מצוה פון:
"ש ְמחָ ה" אז זיין פראבלעם וועט מסודר ווערן ,און ער וועט ָאן הייבן צו
ִׂ
שטייגן העכער און העכער פון וואו ער איז געווען ,ביז ..דער אייבערשטער
וועט איהם שוין אינגאנצן העלפן ,אז ער וועט שוין זוכה זיין צו א" :יְׁשּועָ ה
ְׁשלֵמָ ה ִמן הַ שָּׁ מַ יִם" ,און דעמאלט'ס וועט ער דאך שוין טאקע באמת האבן
מיט וואס זיך צו פרייען ,און אלעס ווייל ער האט מקיים געווען די
געוואלדיגע גרויסע מצוה פון" :וְ הָ יִיתָ אַ ְך שָׂ מֵ חַ ".
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון" :וְ אֵ לֶּה
ּתוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" וגו' ,ווייל עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם
איינעם ,אז וואס איז די שורש פון די נאמען" :יִצְ חָ ק"!?..
די שורש פון די נאמען יצחק איז דאך" :צְ חֹ ק" – די שורש פון די נאמען:
"ש ְמחָ ה" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין
"יִצְ חָק" איז דאךִׂ :
טז
אליעזר תולדות נעימות
פסוק אין פרשת וירא (קפיטל כ"א פסוק ו') ,אז ווען שרה אמינו האט
געבוירן יצחק אבינו ,האט דעמאלט'ס שרה אמינו געזאגט ,אז" :צְ חֹ ק" עָ שָׂ ה
ֱֹלקים כָּל הַ שֹּׁמֵ עַ " ִיצֲחַ ק" לִ י – אז א יעדער איינער וואס וועט הערן אז
לִ י א ִ
איך האב געבוירן א זוהן וועט לאכן פון גרויס וואונדער ,און א יעדער
איינער וואס וועט הערן אז איך האב געבוירן א זוהן וועט זיך גאר שטארק
"ש ְמחָ ה".
מיט פרייען צוזאמען מיט מיין גרויסעִׂ :
און עס איז טאקע אויך כדאי ָאן צו מערקן דא ,אז ווען דער אייבערשטער
האט געזאגט פאר אברהם אבינו אין פרשת לך לך די בשורה טובה אז ער
וועט זוכה זיין צו האבן א זוהן ,האט דאך דעמאלט'ס אברהם אבינו אויך
געלאכט ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת
לך לך (קפיטל י"ז פסוק י"ז) אז ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר
אברהם אבינו אז שרה וועט זוכה זיין צו א קינד ,האט דאך דעמאלט'ס :וַיִּ פֹּ ל
ַאבְ ָרהָ ם עַ ל פָּ נָיו "וַיִּ צְ חָ ק" – האט דאך דעמאלט'ס אברהם אבינו אויך
געלאכט.
און רש"י הק' איז דאך אונז שוין טאקע מסביר דעם פסוק זייער שיין אין
פרשת לך לך ,און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין דארטן אין פרשת לך לך,
אז עס איז דא גאר א גרויסע חילוק צווישן די" :צְ חֹ ק" פון "אברהם" מיט
די" :צְ חֹ ק" פון "שרה".
"ש ְמחָ ה" ,אבער
ווייל די" :צְ חֹ ק" פון "אברהם" איז דאך געווען א לשוןִׂ :
"מחּוְך" – אבער משא"כ די" :צְ חֹ ק" פון "שרה" איז געווען א לשוןִ :
משא"כ די" :צְ חֹ ק" פון "שרה" איז געווען א לשון פון "אפ לאכן פון די
גאנצע זאך".
יז
אליעזר תולדות נעימות
און די ספרים הק' זענען דאך שוין פארשטייט זיך גאר שטארק מאריך אין די
פשט פון די געלעכטער פון "שרה אמינו" ,ווייל פארשטייט זיך אז די
געלעכטער פון שרה אמינו איז נישט געווען קיין פשוט'ע געלעכטער ,און
עס איז דא כמה וכמה פשטים אין די געלעכטער פון שרה.
אבער על כל פנים ..די פשוט'ע פשט וואס רש"י הק' ברענגט אונז אראפ אין
פרשת לך לך איז ,אז "שרה אמינו" האט פשוט אפ געלאכט פון די בשורה
טובה וואס זי האט געהערט.
אבער משא"כ "אברהם אבינו" האט נישט אפ געלאכט פון די בשורה טובה
וואס ער האט געהערט ,נאר פארקערט ,ער האט זיך גאר שטארק געפריידט
מיט די גוטע בשורה וואס ער האט דא געהערט ,און ער איז געווען זיכער אז
שרה אמינו וועט טאקע זוכה זיין צו א קינד טראץ דעם וואס עס איז נאך
נישט געשעהן ,און טראץ דעם וואס עס איז נישט" :בְּ ֶד ֶרְך הַ טֶּ בַ ע" אז זיי
זאלן זוכה זיין צו א קינד ,און טראץ דעם וואס זיי זענען שוין געווען
דעמאלט'ס גאר גאר אלט.
און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת
לך לך ביי די" :צְ חֹ ק" פון "אברהם אבינו" ,אז עס שטייט דארט אין פסוק
דעם לשון ,אזַ " :ויִצְ חָ ק" – אז אברהם אבינו האט זיך דעמאלט'ס גאר
שטארק געפריידט ,און די תרגום טייטש'ט דאך שוין טאקע דארטן אפ דעם
ווארטַ " :ויִצְ חָ ק" מיט דעם לשוןַ " :וח ֲִדי" – אז אברהם אבינו האט זיך טאקע
דעמאלט'ס גאר שטארק געפריידט בשעת ווען ער האט געהערט די בשורה
טובה פון דעם אייבערשטן אז ער וועט זוכה זיין צו א קינד.
יח
אליעזר תולדות נעימות
אבער משא"כ ביי די געלעכטער פון שרה טייטש'ט די תרגום אפ די
ווערטער" :וַתִּ צְ חַ ק" שָׂ ָרה מיט די ווערטער" :וְ חַ ְיכַת" שָׂ ָרה – אז שרה האט
דעמאלט'ס אפ געלאכט פון די בשורה טובה וואס זי האט דעמאלט'ס
געהערט פון דעם מלאך.
און עס איז דא כמה וכמה טעמים פארוואס שרה האט אפ געלאכט פון די
בשורה טובה וואס זי האט דעמאלט'ס געהערט פון דעם מלאך ,טייל זאגן
אז די סיבה פארוואס שרה האט אפ געלאכט פון די בשורה טובה איז געווען
ווייל זי האט דאך דאס דעמאלט'ס נאר געהערט פון א "מלאך" ,און שרה
אמינו האט דעמאלט'ס געהאלטן ,אז א ברכה פון א מלאך וועט גארנישט
אויף טוהן.
אבער משא"כ אברהם אבינו האט דאך געהערט די בשורה טובה פון דעם
"אייבערשטן" אליין ,און ממילא וועגן דעם האט אברהם אבינו נישט אפ
געלאכט פון די בשורה טובה וואס ער האט געהערט פון דעם "אייבערשטן"
אליין.
אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז אברהם אבינו האט "פארשטאנען" ווי
אזוי דאס וועט געשעהן ..און ווי אזוי עס קען בכלל זיין אזא זאך אז שרה
וועט האבן א קינד ,ניין ניין ניין ,אברהם אבינו האט נישט "פארשטאנען" ווי
אזוי די נס וועט געשעהן ,אבער אפילו אזוי האט ער זיך אבער נאך אלץ גאר
שטארק געפריידט מיט א זיכער'ע" :אֱמּונָה" און" :בִּ טָ חוֹן" אין די ווערטער
פון דעם הייליגן באשעפער ,ווייל ער האט דאך שוין געוואוסט ביי זיך זייער
קלאר ,אזֹ" :לא אִ יׁש אֵ-ל וִ י ַכזֵּב" – אז דער אייבערשטער איז דאך נישט קיין
יט
אליעזר תולדות נעימות
ליגענער ח"ו ,און אויב דער אייבערשטער האט געזאגט אז ער וועט זוכה
זיין צו א קינד ,דעמאלט'ס וועט זיכער אזוי זיין בלי שום ספק.
"ש ְמחָ ה" פון אברהם אבינו ,שטייט טאקע דעמאלט'ס
און גלייך נאך דיִׂ :
גלייך אין פסוק ,אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם
אבינו ,אז ווען די קינד וועט געבוירן ווערן ,זאלסטו איהם געבן א נאמען:
"ש ְמחָ ה" וואס דו האסט זיך יעצט
"יִצְ חָ ק" ,אלץ זכר צו די יעצטיגעִׂ :
געפריידט אפילו נאך פאר ווען די ישועה איז ָאן געקומען.
און דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז די
"ש ְמחָ ה" וואס דו האסט זיך
נאמען" :יִצְ חָ ק" איז א זכר צו די יעצטיגעִׂ :
געפריידט מיט די" :יְׁשּועַ ת יהו-ה" אפילו נאך פאר ווען דו האסט געהאט
מיט וואס זיך צו פרייען בכלל.
אבער לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא ,ווייל וועלכע מענטש
וואלט דען נישט געהאט" :אֱמּונָה" און" :בִּ טָ חוֹן" אין די ווערטער פון דעם
אייבערשטן ווען דער "אייבערשטער" אליין קומט איהם זאגן אז דו וועסט
זוכה זיין צו א קינד אין א יאר ארום!?..
ווען דער אייבערשטער אליין וואלט געקומען צו דיר און דיר געזאגט אז דו
וועסט זוכה זיין צו א געוויסע ישועה אין גאר א קורצע צייט ,דעמאלט'ס
וואלסטו איהם נישט גע'גלייבט ח"ו!?..
זיכער וואלסטו איהם דעמאלט'ס גע'גלייבט ,ווייל אויב דער
"אייבערשטער" אליין זאגט מיר אז איך וועל זוכה זיין צו א געוויסע ישועה
כ
אליעזר תולדות נעימות
אין גאר א קורצע צייט ,דעמאלט'ס וועט דאך דאס זיכער געשעהן ,און
ממילא וועלכע מענטש וואלט דען נישט געהאט" :אֱמּונָה" און" :בִּ טָ חוֹן"
ווען דער "אייבערשטער" אליין קומט איהם זאגן אז דו וועסט זוכה זיין צו
א קינד אין א יאר ארום!?..
און ממילא וואס איז שוין די גרויסע חידוש פון אברהם אבינו אז ער האט
געהאט" :אֱמּונָה" און" :בִּ טָ חוֹן" אין די ווערטער פון דעם הייליגן
באשעפער און ער האט זיך טאקע דעמאלט'ס באמת געפריידט מיט די:
"יְׁשּועַ ת יהו-ה" וואס גייט בקרוב ָאן קומען!?..
און עד כדי כך האט מען געמאכט א גאנצע מצב פון יענע פרייד ..אז דאס
קינד וואס איז טאקע געבוירן געווארן שפעטער האט טאקע באקומען דעם
נאמען" :יִצְ חָ ק" אלץ א זכר צו די פרייד וואס אברהם אבינו האט זיך געהאט
געפריידט בשעת ווען דער אייבערשטער האט איהם מודיע געווען די גוטע
בשורה אז ער וועט זוכה זיין צו א קינד.
אבער איין מינוט ,וואס איז פשט פון דעם !?..אזא גרויסע מצב מאכט מען
פון די פרייד וואס אברהם אבינו האט געהאט בשעת ווען דער אייבערשטער
האט איהם מודיע געווען די גוטע בשורה אז ער וועט זוכה זיין צו א
קינד!?..
א יעדער איינער וואלט זיך דאך געפריידט ווען דער אייבערשטער אליין
קומט איהם זאגן אז ער וועט זוכה זיין צו א קינד ביי די הונדערט יאר!?..
כא
אליעזר תולדות נעימות
און ממילא וואס איז שוין די גרויס'קייט פון די פרייד וואס אברהם אבינו
האט זיך געפריידט בשעת ווען דער אייבערשטער האט איהם מודיע געווען
די גוטע בשורה אז ער וועט זוכה זיין צו א קינד!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז דו ביזט גערעכט טאקע ר' יוד ,דו ביזט
הונדערט פראצענט גערעכט אז דו וואלס'ט אויך געהאט" :אֱמּונָה" און:
"בִּ טָ חוֹן" אין די ווערטער פון דעם אייבערשטן ווען דער "אייבערשטער"
אליין קומט דיר זאגן אז דו וועסט זוכה זיין צו א געוויסע ישועה גאר
בקרוב.
און איך וועל דיר זאגן נאך מער פון דעם ,ווייל דו זאלסט וויסן ר' יוד ,אז
דער אייבערשטער קומט "טאקע" א יעדן איינציג'ן טאג צו דיר און ער זאגט
דיר "טאקע" א יעדן איינציג'ן טאג אז דו וועסט זוכה זיין צו גאר גאר
גרויסע ישועות בקרוב.
ווייל עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק' ,אז ווען א יודיש
קינד דאווענט צום אייבערשטן ,און ער בעט דעם אייבערשטן א געוויסע
ָאדם ַּדעַ ת" ,און ער בעט
תפילה ,ווי למשל ..די תפילה פון" :אַ תָּ ה ח ֹונֵן לְ ָ
דעמאלט'ס דעם אייבערשטן ,אז ..הייליגער טאטע אין הימל ,געב מיר דעת,
און געב מיר פארשטאנד ,ווייל איך וויל האבן די ריכטיגע דעת צו פארשטיין
דיין הייליגער תורה הק' ,און איך וויל האבן די ריכטיגע דעת זיך צו קענען
פירן ווי עס דארף צו זיין ,זאגן דעמאלט'ס די ספרים הק' ,אז דער
אייבערשטער ענטפערט דעמאלט'ס גלייך פאר דעם יוד אויפן פלאץ ,אז..
גוט ,בסדר ,איך געב דיר נאך דיין בקשה וואס דו האסט מיר דא געבעטן,
און איך גיי דיר טאקע יעצט משפיע זיין א ריכטיגע" :שֵׂ כֶל הָ עֶ לְ יוֹן" זיך צו
כב
אליעזר תולדות נעימות
קענען פירן ווי אזוי עס דארף צו זיין ,און איך גיי דיר טאקע יעצט משפיע
זיין א ריכטיגע" :שֵׂ כֶל הָ עֶ לְ יוֹן" כדי אז דו זאלסט טאקע קענען זוכה זיין צו
פארשטיין דער הייליגער תורה הק'.
און ווען דער יוד האלט שוין ביים סוף פון די ברכה פון" :אַ תָּ ה ח ֹונֵן" וכו',
און ער זאגט שוין די ווערטער" :בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה ח ֹונֵן הַ ָּדעַ ת" ,וואלט ער
דאך דעמאלט'ס געדארפט דאנקען דעם אייבערשטן מיט זיין גאנצן הארץ
אויף דעם וואס דער אייבערשטער האט איהם טאקע נאך געגעבן זיין בקשה
"ש ְמחָ ה" אז ער
דא ,און ער וואלט דאך דעמאלט'ס געדארפט טאנצן פארִׂ :
האט דא זוכה געווען צו באקומען א "הסכמה" פון דעם אייבערשטן אליין
אויף זיינע בקשות וואס ער האט דא געבעטן יעצט ,און ער וואלט דאך
דעמאלט'ס געדארפט אוועק גיין מיט אזא שטארקע" :אֱמּונָה" אז דער
אייבערשטער האט טאקע ָאן גענומען זיין תפילה דא ,און אז ער גייט שוין
טאקע געהאלפן ווערן יעצט מיט אלעס וואס ער דארף נאר.
"שים שָׁ לוֹם" וכו'
און די זעלבע זאך איז דאך אויך מיט די ברכה פוןִׂ :
[למשל] ,ווייל ווען א יודיש קינד קומט ָאן צו די סוף פון די ברכה פון:
"שים שָׁ לוֹם" וכו' ,דארף ער דאך דעמאלט'ס שפירן ביי זיך זייער קלאר ,אז
ִׂ
"דער אייבערשטער האט יעצט טאקע אויס געהערט מיין תפילה" ,און ..יא,
דער אייבערשטער גייט טאקע יעצט לייגן" :שָׁ לוֹם" צווישן די יודישע
קינדער ,און דער מענטש דארף דאך דעמאלט'ס האבן גאר גאר א שטארקע:
"אֱמּונָה" אז דער אייבערשטער שרייט טאקע דעמאלט'ס אויס הויעך אין
ָארץ" – אז איך גיי טאקע יעצט
אלע עולמות עליונים ,אז" :וְ נָתַ תִּ י שָׁ לוֹם בָּ ֶ
געבן" :שָׁ לוֹם" אויף דער וועלט.
כג
אליעזר תולדות נעימות
און די זעלבע זאך איז דאך מיט די סוף פון א יעדע ברכה פון שמונה עשרה,
ווייל א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג גלייבן מיט א ריינע" :אֱמּונָה" און:
"בִּ טָ חוֹן" אז מיין תפילה איז טאקע ָאן גענומען געווארן יעצט ביים הייליגן
באשעפער ,און א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג גלייבן מיט א ריינע:
"אֱמּונָה" און" :בִּטָ חוֹן" אז דער הייליגער באשעפער גייט מיר שוין טאקע
יעצט העלפן.
און עד כדי כך גלייב איך אז דער הייליגער באשעפער גייט מיר שוין טאקע
יעצט העלפן ..אז איך "דאנק" שוין אפילו דעם הייליגן באשעפער אויף זיין
הילף וואס ער גייט מיר דא יעצט שיקן ,און איך זאג שוין יעצט די ווערטער:
"בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה רוֹפֵ א ח ֹולֵי עַ ּמ ֹו י ְִׂש ָראֵ ל" ,ווייל ..יא ,איך גלייב טאקע
באמת" :בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז דער הייליגער באשעפער גייט יעצט טאקע
אויס היילן אלע" :ח ֹולֵי י ְִׂש ָראֵ ל".
אבער עס איז נאר דא איין פראבלעם דא ,ווייל די פראבלעם דא איז ,אז מען
הערט דאך דאס נישט בפועל ,נאר מען דארף גלייבן" :בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז
עס איז טאקע אזוי ,און מען דארף גלייבן אז דער הייליגער באשעפער הערט
טאקע באמת אויס א יעדע "תפילה" פון א יעדע יודיש קינד ,און מען דארף
גלייבן" :בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז דער הייליגער באשעפער ענטפערט א יעדע
תפילה וואס א יעדע יודיש קינד בעט.
און דאס איז דאך טאקע אונזער "עבודה" אויף דער וועלט ,צו גלייבן:
"בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז דער הייליגער באשעפער הערט שטענדיג אויס
אונזערע תפילות ,און אז דער אייבערשטער "ענטפערט" שטענדיג אונזערע
תפילות.
כד
אליעזר תולדות נעימות
און מיר ווייסן דאך שוין אויך זייער גוט ,אז "אברהם אבינו" איז דאך געווען
"מקוֹר הָ אֱמּונָה" ,ווייל "אברהם אבינו" איז דאך געווען דער ערשטער
דיְ :
מענטש אויף דער וועלט וואס האט אויס געשריגן פאר א יעדעם איינעם אז:
"יֶׁש מַ נְהִ יג לְ בִּ ָירה וְ אֵ ין עוֹד ִמלְּ בַ ּדוֹ".
און ממילא וועגן דעם איז אברהם אבינו געווען אין די מדריגה אז ער האט
זוכה געווען צו הערן בפועל ממש פון דעם "אייבערשטן" אליין אז ער וועט
געהאלפן ווערן מיט א" :יְׁשּועָ ה ְׁשלֵמָ ה ִמן הַ שָּׁ מַ יִם".
ווייל ער האט דאך שוין אויס געשריגן אין דעם הייסן קאלעך אויווען אז עס
איז נאר דא איין גאט אויף דער וועלט ,און ער איז דאך שוין אריין געגאנגען
אין פייער פארן אייבערשטנ'ס וועגן ,און ממילא וועגן דעם האט ער געקענט
הערן בפועל ממש פון דעם "אייבערשטן" אליין ווי דער אייבערשטער אליין
זאגט איהם די בשורה טובה אז ער וועט זוכה זיין צו א קינד ,ווייל ער איז
דאך שוין סיי ווי סיי געווען אויס גע'ארבעט אין דעם ענין פון" :אֱמּונָה".
אבער די אמת איז דאך ,אז דער אייבערשטער ענטפערט דאך פאר א יעדע
יודיש קינד וואס בעט איהם א געוויסע בקשה אז ..יא ,איך גיי דאס טאקע
טוהן ,אבער ווען דער מענטש גייט אוועק פון דעם תפילה ,געדענקט ער
דאך אסאך מאל קוים קוים אז ער האט בכלל געדאווענט יעצט ,און אסאך
מאל געדענקט ער שוין אפילו נישט וואס ער האט דא געזאגט בכלל.
און ממילא דו פרעגס'ט מיר דא אזוי ,אז ווען דער אייבערשטער וואלט
געקומען צו מיר און מיר מודיע געווען אז איך וועל געהאלפן ווערן מיט א:
"יְׁשּועָ ה ְׁשלֵמָ ה ִמן הַ שָּׁ מַ יִם" ,דעמאלט'ס וואלט איך דאך אויך געהאט:
כה
אליעזר תולדות נעימות
"אֱמּונָה" אין די ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער ,און איך וואלט זיך
דאך דעמאלט'ס אויך "געפריידט" מיט די" :יְׁשּועַ ת יהו-ה" וואס גייט יעצט
ב קרוב ָאן קומען !?..און ממילא פארוואס מאכט מען אזא מצב פון די:
"צְ חֹ ק" פון "אברהם אבינו" – און ממילא פארוואס מאכט מען אזא מצב פון
"ש ְמחָ ה" וואס אברהם אבינו האט געהאט בשעת ווען דער
דיִׂ :
אייבערשטער האט איהם מודיע געווען אז ער גייט געהאלפן ווערן מיט א
קינד!?..
איך וואלט זיך דאך אויך געפריידט ווען דער אייבערשטער וואלט מיר
געקומען זאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן מיט א" :יְׁשּועָ ה ְׁשלֵמָ ה ִמן
הַ שָּׁ מַ יִם" !?..און איך וואלט דאך אויך געהאט דעמאלט'ס" :אֱמּונָה" אין די
ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער!?..
אבער איין מינוט ר' יוד ,נו האב שוין טאקע יעצט" :אֱמּונָה" אין די ווערטער
פון דעם הייליגן באשעפער !..ווייל דער הייליגער באשעפער שטייט דאך
לעבן דיר א יעדן טאג ביים דאווענען ,און ער זאגט דאך דיר א יעדן טאג פון
דאס ניי נאך אמאל און נאך אמאל ,אז דו ווייסט וואס יענק'ל !?..איך געב
דיר נאך דיין בקשה וואס דו האסט מיר געבעטן דא ,און איך גיי דיר שוין
טאקע יעצט שיקן דיין" :יְׁשּועָ ה ְׁשלֵמָ ה ִמן הַ שָּׁ מַ יִם".
"ש ְמחָ ה" בשעת
און ממילא נו ר' יוד ,לאמיר שוין זעהן ווי דו טאנצט פארִׂ :
ווען דו האלטס'ט שוין ביים סוף פון די ברכה ,און לאמיר שוין זעהן דיין
"ש ְמחָ ה" ווי דו פרייס'ט זיך מיט די" :יְׁשּועַ ת יהו-ה" וואס גייט
גרויסעִׂ :
שוין בקרוב ָאן קומען !?..און לאמיר שוין זעהן דיין גרויסע" :אֱמּונָה" וואס
כו
אליעזר תולדות נעימות
דו האסט אין די ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער וואס גייט דיר שוין
יעצט שיקן דיין גרויסע" :יְׁשּועָ ה ְׁשלֵמָ ה ִמן הַ שָּׁ מַ יִם"!?..
אבער ..נייןֹ" :לא ִמנֵּיּה וְ ֹלא ִמ ְקצָ תֵ יּה" ,דו ווערס'ט נישט" :מָ לֵא ִׂש ְמחָ ה"
ווען דו קומס'ט שוין ָאן צו די ווערטער" :בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה רוֹפֵ א ח ֹולֵי עַ ּמ ֹו
י ְִׂש ָראֵ ל" ,און דו ווערס'ט נישט עפעס" :מָ לֵא ִׂש ְמחָ ה" ווען דו קומס'ט שוין
ָאן צו די ווערטער" :בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה הַ ְּמבָ רֵ ְך אֶ ת עַ ּמ ֹו י ְִׂש ָראֵ ל בַּ שָּׁ לוֹם".
און לאמיר דיר פרעגן ר' יוד ,ווען דו קומס'ט ָאן צו די ווערטער" :בָּ רּוְך אַ תָּ ה
"ש ְמחָ ה" ,און
יהו-ה ּגוֹאֵ ל י ְִׂש ָראֵ ל" ,טאנצטו טאקע דעמאלט'ס באמת פארִׂ :
דו גלייבס'ט טאקע דעמאלט'ס באמת אין הארצן אז דער אייבערשטער גייט
"יעצט" טאקע בלאזן מיט דעם גרויסןׁ" :שוֹפָ ר שֶׁ ל מָ ִׁשיחַ " און אויס לייזן
אלע יודישע קינדער פון דעם שווער'ן ביטער'ן גלות!?..
אדער טראכסטו דעמאלט'ס ביי דיר אז נו ..נאך א שמונה עשרה אפ
געדאווענט ,אדער קען זיין אז דו טראכס'ט דעמאלט'ס ביי דיר אז "ווען
גייט מען שוין אהיים" !?..הַ א !?..דו גלייבס'ט טאקע דעמאלט'ס באמת אז
דער אייבערשטער האט דיר דעמאלט'ס גע'ענטפערט אויף דיין תפילה!?..
אדער גלייבסטו נישט אזוי שטארק אין דעם!?..
"ש ְמחָ ה" אין הארצן בשעת ווען דו קומס'ט ָאן צו
אויב טאנצטו נישט פארִׂ :
די ווערטער" :בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה ּגוֹאֵ ל י ְִׂש ָראֵ ל" ,דעמאלט'ס איז דאך דאס א
אפענ'ע "הוכחה" אז דו גלייבס'ט נישט אזוי שטארק אז דער אייבערשטער
האט טאקע יעצט גע'ענטפערט דיין תפילה ,און אויב טאנצטו נישט פאר:
"ש ְמחָ ה" אין הארצן בשעת ווען דו קומס'ט ָאן צו די ווערטער" :בָּ רּוְך אַ תָּ ה
ִׂ
כז
אליעזר תולדות נעימות
יהו-ה ּגוֹאֵ ל י ְִׂש ָראֵ ל" ,דעמאלט'ס איז דאך דאס א אפענ'ע "הוכחה" אז דו
גלייבס'ט נישט אזוי שטארק אז דער אייבערשטער גייט "יעצט" טאקע אויס
לייזן אלע יודישע קינדער פון דעם שווער'ן ביטער'ן גלות.
אבער משא"כ "אברהם אבינו" האט זיך דאך שוין אויס גע'ארבעט אין דעם
ענין פון" :אֱמּונָה" יארן יארן פריער – ביי די מעשה פון נמרוד אין" :אּור
כ ְַּׂש ִּדים" ,און "אברהם אבינו" האט זיך דאך שוין מקריב געווען יארן יארן
פריער פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
און ממילא וועגן דעם האט ער געקענט זוכה זיין צו הערן ווי דער
"אייבערשטער" אליין ענטפערט איהם אויף זיין תפילה און ער זאגט איהם
אז ער וועט זוכה זיין צו א קינד.
ווייל דער אייבערשטער האט דאך שוין גאנץ גוט געוואוסט [כביכול] ,אז
גלייך נאך דעם וואס אברהם אבינו וועט הערן די גוטע בשורה אז ער וועט
זוכה זיין צו א קינד ,וועט דעמאלט'ס גלייך קומען א" :וַיִּ צְ חָ ק" – וועט
"ש ְמחָ ה" אין די ווערטער פון דעם דעמאלט'ס גלייך קומען א אמונה'דיגעִׂ :
הייליגן באשעפער.
אבער די אמת איז דאך ,אז דער אייבערשטער ענטפערט דאך אונז אלע
שטענדיג אויף אונזערע תפילות ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע
בפירוש א יעדן טאג ביים דאווענען ,אז דער אייבערשטער איז דאך א:
"ע ֹונֶה" לְ עַ ּמ ֹו י ְִׂש ָראֵ ל בְּ עֵ ת שַׁ וְּ עָ ם אֵ לָיו ,און דער אייבערשטער איז דאך א:
"ע ֹונֶה" לְ עַ ּמ ֹו י ְִׂש ָראֵ ל בְּ עֵ ת צָ ָרה ,און דער אייבערשטער איז דאך א" :ע ֹונֶה"
ּומ ַרחֵ ם בְּ כָל עֵ ת צָ ָרה וְ צּוקָ ה ,און ממילא פארוואס האבן מיר נישט אזא
ְ
כח
אליעזר תולדות נעימות
שטארקע" :אֱמּונָה" אז דער אייבערשטער ענטפערט אונזערע תפילות אויפן
רגע וואס מיר בעטן דאס !?..און פארוואס פארמאגן מיר נישט אזא
"ש ְמחָ ה" אין די ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער אז ער
אמונה'דיגעִׂ :
וועט אונז טאקע נאך געבן אונזערע בקשות!?..
אבער ווען א מענטש דאווענט טאקע מיט א אמת'ע שטארקע" :אֱמּונָה" אין
הארץ ,און ער לייגט טאקע באמת אריין אין זיין קאפ דעם געדאנק אז דער
אייבערשטער אליין שטייט יעצט דא לעבן מיר ,און ער ערפילט יעצט אלע
מיינע בקשות וואס איך בעט איהם דא יעצט ,און ווען ער ענדיגט דאווענען,
גייט ער טאקע דעמאלט'ס אוועק מיט א זיכער'ע" :אֱמּונָה" און" :בִּ טָ חוֹן"
אין דעם הייליגן באשעפער אז "ער איז שוין טאקע א געהאלפענער יעצט",
אזא איינער קען טאקע זוכה זיין צו זעהן גאר גרויסע" :יְׁשּועוֹת ִמן הַ שָּׁ מַ יִם".
ווייל אזא איינער וואס פריידט זיך שוין מיט די" :יְׁשּועַ ת יהו-ה" וואס גייט
בקרוב ָאן קומען נאך פאר ווען די ישועה קומט ָאן ,און ער רופט "שוין"
ֱֹלקים – אז דער אייבערשטער האט מיר
אויס הויעך ,אז :צְ חֹ ק "עָ שָׂ ה" לִ י א ִ
"שוין" פריילעך געמאכט מיט דעם וואס ער האט מיר יעצט געזאגט אז ער
ֱֹלקים ,נאר:
גייט ערפילן אלע מיינע בקשות ,און נישט :צְ חֹ ק " ַיעֲשֶׂ ה" לִ י א ִ
ֱֹלקים ,אזא איינער איז טאקע זוכה צו זעהן גאר גרויסע:
צְ חֹ ק "עָ שָׂ ה" לִ י א ִ
"יְׁשּועוֹת ִמן הַ שָּׁ מַ יִם" ,און דו ווייסט פארוואס!?..
ווייל צדיקים האבן דאך אונז שוין קלאר געזאגט ,אז" :קַ בָּ לַת הַ תְּ פִ לָּה"
ווענדט זיך לויט ווי שטארק די" :אֱמּונָה" און" :בִּ טָ חוֹן" איז אין די הארץ
פון דער יוד וואס דאווענט.
כט
אליעזר תולדות נעימות
און ווען א יודיש קינד שטעלט זיך דאווענען ,דארף ער דאך דעמאלט'ס זיין
זיכער אז זיין תפילה "וועט" גע'ענטפערט ווערן ,און לויט ווי שטארק איך
וועל גלייבן אז דער הייליגער באשעפער גייט מיר יעצט העלפן ,אזוי
שטארק וועל איך טאקע געהאלפן ווערן מיט מיין ישועה.
ווייל וואס איז די ערשטע זאך וואס א יודיש קינד זאגט ביי שמונה עשרה א
יעדן טאג גלייך נאכן דערמאנען אבות !?..וואס זאגן מיר דעמאלט'ס
גלייך!?..
מיר זאגן דעמאלט'ס גלייך די ווערטער" :מֶ לְֶך ע ֹוזֵר ּומו ִֹׁשיעַ " – אז דער
אייבערשטער איז א קעניג וואס העלפט אונז שטענדיג.
ווייל דאס איז דאך די "יסוד" וואס א יודיש קינד דארף שטענדיג וויסן און
געדענקען ,און נאך דערצו פאר מען גייט בעטן אזוי פיל בקשות ביי תפילת
שמונה עשרה ,אז וואס !?..אז דער אייבערשטער איז א" :מֶ לְֶך ע ֹוזֵר" – אז
דער אייבערשטער איז א קעניג וואס העלפט אונז "שטענדיג"" ,אפילו ווען
מיר בעטן איהם נישט פאר הילף".
[ווייל די לשון" :עֶ זְ ָרה" מיינט דאך ,ווען איינער דארף הילף ..אבער ער בעט
נישט אז מען זאל איהם העלפן ,אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע
דערמאנט אין די מאמרים פון דעם הייליגן בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל
בנוגע דעם ענין פון" :עֲזוֹר" לַּׁשוֹבְ תִ ים בַּ ְּׁשבִ יעִ י וכו' ,עיין שם].
אוןּ" :ומו ִֹׁשיעַ " – און אין צריך לומר אז דער אייבערשטער העלפט אונז ווען
מיר שרייען צו איהם פאר הילף[ ,ווייל די לשון" :מו ִֹׁשיעַ " מיינט דאך ,ווען
ל
אליעזר תולדות נעימות
איינער דארף הילף ..און ער שרייט טאקע אז מען זאל איהם העלפן ,אזוי ווי
עס ווערט דאך שוין טאקע אויך דערמאנט אין די מאמרים פון דעם הייליגן
בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל בנוגע דאס וואס עס ווערט דערמאנט אין
דער הייליגער תורה הק' אין פרשת כי תצא (קפיטל כ"ב פסוק כ"ז) ,אז:
צָ עֲקָ ה הַ ַּנע ֲָרה הַ ְמאֹ ָרשָׂ ה וְ אֵ ין "מו ִֹׁשיעַ " לָּה ,עיין שם].
און ממילא וועגן דעם זענען מיר טאקע מקדים די ווערטער פון" :מֶ לְֶך ע ֹוזֵר
ּומו ִֹׁשיעַ " גלייך אין אנהייב פון אונזערע תפילות און בקשות ,כדי אונז צו
דערמאנען ,אז ..ר' יוד ,ארבעט אביסעל'ע אויף דיין" :אֱמּונָה" אין דעם
הייליגן באשעפער אז דער הייליגער באשעפער וועט דיר טאקע העלפן,
ווייל אויב דו וועסט גלייבן אז דער הייליגער באשעפער העלפט דיר,
דעמאלט'ס וועט דיר דער הייליגער באשעפער "טאקע" העלפן.
ווייל די ענין פון" :קַ בָּ לַת הַ תְּ פִ לָּה" ווענדט זיך לויט ווי שטארק די" :אֱמּונָה"
און" :בִּ טָ חוֹן" איז אין די הארץ פון דער יוד וואס דאווענט ,און ווען א יודיש
קינד שטעלט זיך דאווענען ,דארף ער דאך דעמאלט'ס זיין זיכער אז זיין
תפילה וועט זיכער גע'ענטפערט ווערן בלי שום ספק.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווערטער פון" :מֶ לְֶך
ע ֹוזֵר" וכו' ,ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטערֶ " :מלְֶך ע ֹוזֵר" – איז דאך
טאקע אויך גימטריאּ" :ובֶ אֱמּונָה" – און נאר מיט" :אֱמּונָה" ,ווייל זאג נאר
ר' יוד ,דו ווילס'ט אז דער גרויסער" :מֶלְֶך ע ֹוזֵר" זאל דיר העלפן !?..גוט,
איז בעט איהם דיינע בקשות מיט א הארץ ָאן געפילט מיט" :אֱמּונָה" ,און
האב נאר" :אֱמּונָה" אין איהם.
לא
אליעזר תולדות נעימות
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווערטער פון" :מֶ לְֶך
ע ֹוזֵר" וכו' ,ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטערֶ " :מלְֶך ע ֹוזֵר" – איז דאך
אויך גימטריא" :אֱמּונָה ּבוֹ" – גלייב נאר אין דעם ,ווייל יא ר' יוד ,גלייב נאר
אין דעם אז דער אייבערשטער איז דער איינציגסט'ער" :מֶלְֶך ע ֹוזֵר" ,און
גלייב נאר אין "איהם" – גלייב נאר אין דעם" :מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְּמלָכִ ים הַ קָּ דוֹׁש
בָּ רּוְך הּוא".
און דאס רופן מיר דאך שוין טאקע אלע אויס א יעדן שבת קודש אינדערפרי
ביי נשמת ,ווייל מיר זאגן דאך שוין אלע פארן הייליגן באשעפער א יעדן
שבת קודש אינדערפרי ביי נשמת ,אז ..טאטע אין הימל :אֵ ין לָנּו מֶ לְֶך "ע ֹוזֵר"
וְ סוֹמֵ ְך אֶ לָּא אָ תָּ ה – מיר האבן נישט קיין אנדערע קעניג וואס העלפט אונז
ארויס מיט אלע אונזערע שוועריקייטן נאר דיר הייליגער גרויסער טאטע אין
הימל.
און מיר בעטן טאקע אלע ווייטער פון דיר גרויסער הייליגער טאטע אין
הימל ,אז" :יהו-ה ֱהיֵה ע ֹוזֵר לִ י" – אז דו זאלסט אונז טאקע ווייטער אויך
זיין פאר א גוטע העלפער ,און דו זאלסט אונז טאקע ווייטער אויך שטענדיג
ארויס העלפן מיט אלעס וואס מיר דארפן נאר.
אבער אונזער עבודה איז ,צו "גלייבן" און "גלייבן" און "גלייבן" אז דער
הייליגער באשעפער "העלפט" אונז שטענדיג ארויס ,און אפילו ווען עס
קוקט נישט אויס אז דער אייבערשטער העלפט אונז ארויס ,דארפן מיר
אבער דעמאלט'ס נאך אלץ גלייבן" :בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז דער אייבערשטער
העלפט אונז דעמאלט'ס אויך ארויס מיט אלעס וואס מיר דארפן נאר.
לב
אליעזר תולדות נעימות
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט א מורא'דיגע ווארט פון דעם
הייליגן צדיק רבי מאיר'ל פרעמישלאנ'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל ,אז
דער הייליגער רבי מאיר'ל פרעמישלאנ'ער האט אמאל געזאגט על פי דרך
צחות ,אז טאקע וועגן דעם זאגן מיר א יעדן טאג ביי שמונה עשרה א ברכה
אויף" :קַ בָּ לַת הַ תְּ פִ לָּה" ,און מיר זאגן ביי שמונה עשרה די ווערטער" :בָּ רּוְך
אַ תָּ ה יהו-ה ׁשוֹמֵ עַ תְּ פִ לָּה" – אז געלויבט ביזטו באשעפער אז דו הערס'ט
אויס מיינע תפילות ,און אז דו נעמס'ט זיי ָאן.
ווייל אזוי וועט דאך שוין דער הייליגער באשעפער [כביכול] "מוזן" ָאן
נעמען די תפילות פון די יודישע קינדער ,ווייל אויב נישט ,וועט דאך די
ברכה פון" :כִּ י אַ תָּ ה ׁשוֹמֵ עַ תְּ פִ לַּת כָּל פֶּ ה" וכו' זיין א" :בְּ ָרכָה לְ בַ טָּ לָה" ,און
דאס איז דאך פארשטייט זיך נאר על פי דרך צחות פון דעם הייליגן צדיק
רבי מאיר'ל פרעמישלאנ'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
אבער למעשה דארפן מיר דאך אבער אלע וויסן און געדענקען ,אז" :צְ חֹ ק"
– אז די גרויסע ישועה וואס דארף ָאן קומען צו מיר ..דאס" :עָ שָׂ ה לִ י
ֱֹלקים" – דאס האט דאך מיר שוין דער הייליגער באשעפער פון לאנג צוריק א ִ
ָאן גע'גרייט ,אבער" :כָּל הַ שֹּׁמֵ עַ " – אבער די אלע מענטשן וואס וועלן הערן
אז דער הייליגער באשעפער גייט מיר שיקן א ישועה און זיי האבן נישט
קיין" :אֱמּונָה" אין דעם הייליגן באשעפער ,און זיי זאגן מיר נאך אפילו אויך
אז" :הֲבַ ת תִּ ְׁשעִ ים שָׁ נָה תֵּ לֵד" – און זיי זאגן מיר נאך אפילו אויך אז עס איז
אנטקעגן די מציאות אז איך זאל געהאלפן ווערן ,זייִ " :יצֲחַ ק לִ י" – זיי וועלן
בּורה" און אויך מודה זיין צו מיר אז" :יֶׁש ּבוֹרֵ א
"מ ַּדת הַ גְּ ָ
שוין מוזן נוצן דיִ :
"משַׁ נֶּה" די
ע ֹולָם" – אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס איזְ :
לג
אליעזר תולדות נעימות
גאנצע" :טֶ בַ ע הַ בְּ ִריָאה" פאר זיין הייליג פאלק" :י ְִׂש ָראֵ ל" ,ווייל ווען איך
וועל זעהן מיין גרויסע ישועה ,דעמאלט'ס וועלן דאך שוין אלע נישט
גלויביג'ע אויך מוזן מודה זיין אז" :יֶׁש מַ נְהִ יג לְ בִּ ָירה" – אז עס איז דא א:
"משַׁ נֶּה" די גאנצע" :טֶ בַ ע
"ּבוֹרֵ א ע ֹולָם" אויף דער וועלט וואס איזְ :
הַ בְּ ִריָאה" פאר זיין הייליג פאלק" :י ְִׂש ָראֵ ל".
און איין זאך איז דאך זיכער ,אז א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג גלייבן
מיטן גאנצן הארץ אז בשעת ווען ער בעט עפעס פון דעם אייבערשטן אמאל,
דעמאלט'ס וועט דאס איהם דער אייבערשטער זיכער נאך געבן.
און אפילו ווען א מענטש זעהט נישט אלעמאל גלייך די תוצאה פון זיין
תפילה ,טאר ער אבער נאך אלץ נישט וועגן דעם אפ לאזן זיין ריינע:
"אֱמּונָה" אין דעם הייליגןּ" :בוֹרֵ א כָּל ע ֹול ִָמים" אז דער אייבערשטער וועט
איהם נאך העלפן ,נאר ער דארף ווייטער גלייבן" :בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז:
"יְׁשּועָ תִ י ְקרוֹבָ ה לָבוֹא" פון דעם גרויסן" :מָ עוֹז צּור יְׁשּועָ תִ י".
און דאס איז דאך בעצם די גאנצע "נסיון" פון א מענטש ,ווייל די גאנצע
"נסיון" פון א מענטש איז דאך נאר ,אז דער אייבערשטער ווארט אסאך מאל
א שטיק צייט ביז ער שיקט די ריכטיגע" :יְׁשּועָ ה" פאר א מענטש ,און די
סיבה פארוואס דער אייבערשטער ווארט אסאך מאל ביז ער שיקט די
ריכטיגע" :יְׁשּועָ ה" פאר א מענטש איז ,ווייל דער אייבערשטער וויל זעהן
אויב דער מענטש וועט ח"ו פארלירן זיין ריינע" :אֱמּונָה" אין דעם הייליגן:
"ּבוֹרֵ א כָּל ע ֹול ִָמים" וואס העלפט איהם כסדר ,און ממילא דאס איז דאך א
פשוט'ע "נסיון" פון הימל וואס א מענטש דארף זיך דאך קענען שטארקן
איבער דעם.
לד
אליעזר תולדות נעימות
און ..יא ,א יודיש קינד דארף לעבן מיט" :אֱמּונָה פְּ ׁשּוטָ ה" אין דעם הייליגן:
"ּבוֹרֵ א כָּל ע ֹול ִָמים" אויף א יעדע טריט און שריט ,און א יודיש קינד דארף
דאך שטענדיג געדענקען ,אז דער "הייליגער באשעפער" איז דאך דער
איינציגסט'ער וואס פירט מיין לעבן ,און אז דער "הייליגער באשעפער" איז
דאך דער איינציגסט'ער וואס געבט מיר" :גֶעזּונְט פַּ ְרנָסָ ה נַחַ ת".
און אפילו אויב עס זעהט מיר אמאל אויס אז פלוני בן פלוני האט דאך מיר
דא גאר גאר שטארק ארויס געהאלפן ,טאר מען זיך אבער נאך אלץ ח"ו
קיינמאל נישט פארלירן פאר א מענטש און זיך אינגאנצן ָאן הענגען:
ָאדם" ,ווייל איך מיין אז עס איז דאך שוין העכסט צייט אז דו
"בְּ ַדעְ ּת ֹו שֶׁ ל ָ
זאלסט גוט אריין נעמען ביי דיר אין קאפ די דאזיגע ווערטער אז "קיין שום
מענטש קען דיר נישט העלפן" !..גענוג קלאר ארויס געברענגט!?..
ווייל דאס איז דאך די מציאות ,אז וואס !?..אז קיין שום מענטש קען דאך
דיר נישט העלפן ָאן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אריין שיינען:
"סִ יַּעְ תָּ א ִּד ְׁשמַ יָּא" אין זיינע" :מַ עֲשֵׂ ה י ָָדיו".
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע בפירוש א יעדן טאג ביי תפילת שחרית,
ָאדם" – אז פאר לאז זיך קיינמאל נישט אויף
אזַ" :אל תִּ בְ ְטחּו בִ נ ְִדיבִ ים בְּ בֶ ן ָ
קיין שום מענטש ,ווייל" :שֶׁ אֵ ין ל ֹו תְ ׁשּועָ ה" – ווייל קיין שום מענטש
פארמאגט דאך נישט אין זיך קיין שום אייגענ'ע הילף וואס ער זאל דיר
קענען געבן.
ווייל" :תֵּ צֵ א רּוחוֹ" – ווייל ווען די" :נְשָׁ מָ ה" פון א מענטש גייט ארויס פון
ַאדמָ תוֹ" – דעמאלט'ס קערט זיך דאך דער
איהם ,דעמאלט'סָ " :ישֻׁב לְ ְ
לה
אליעזר תולדות נעימות
מענטש גלייך צוריק צו דער ערד ,און זיין" :נְשָׁ מָ ה" גייט דאך דעמאלט'ס
גלייך ארויף אויבן אין הימל ,און" :בַּ ּיוֹם הַ הּוא ָאבְ דּו עֶ ְׁשתֹּ נֹ תָ יו" – און אין
יענע טאג ווערן דאך פארלוירן אלע זיינע צענדליגע טויזנט'ער פלענער וואס
דער מענטש האט נאך געהאט אין פְּ לַאן צו טוהן.
ווייל" :כִּ י עָ פָ ר אַ תָּ ה וְ אֶ ל עָ פָ ר תָּ ׁשּוב" – ווייל וואס איז א מענטש !?..א
מענטש איז דאך נאר א שטיק "ערד" ,און ממילא וועגן דעם וועט ער דאך
"ממֶּ נָּה לֻקָּ ְחתָּ " – און
איין טאג אויך מוזן צוריק גיין צו די פלאץ פון וואוִ :
ממילא וועגן דעם וועט ער דאך איין טאג אויך מוזן צוריק גיין צו די פלאץ
פון וואו מען האט איהם גענומען[ ,און דאס מיינט מען דאך צו דער ערד].
און ממילא פארוואס זאלסטו זיך דעמאלט'ס פאר לאזן אויף א מענטש!?..
א מענטש קען דאך דיר נישט העלפן ָאן דעם וואס דער אייבערשטער זאל
אריין שיינען" :סִ יַּעְ תָּ א ִּד ְׁשמַ יָּא" אין זיינע" :מַ עֲשֵׂ ה י ָָדיו".
און אויב דו דארפס'ט דאך שוין סיי ווי סיי צו קומען צום אייבערשטן,
דעמאלט'ס קענסטו דאך שוין "גלייך" גיין צום אייבערשטן ,און ממילא:
"אַ ְׁשרֵ י שֶׁ אֵ-ל ַיעֲקֹ ב בְּ עֶ זְ רוֹ" – און ממילא וואויל איז פאר דעם יוד וואס דער
אייבערשטער איז שטענדיג זיין גרויסער" :מֶ לְֶך ע ֹוזֵר ּומו ִֹׁשיעַ ".
און וואויל איז פאר א מענטש וואס פאר לאזט זיך שטענדיג אויפן
צּורי וִ יׁשּועָ תִ י" – ווייל דער אייבערשטער איז
אייבערשטן ,ווייל" :אַ ְך הּוא ִ
דאך" :אַ ְך וְ ַרק" מיין איינציגסט'ער העלפער ,און "נאר" פון איהם וועט
קומען מיין גרויסע ישועה ,ווייל" :כִּ י לַיהו-ה הַ יְׁשּועָ ה" – ווייל ביי דעם
"הייליגן באשעפער" ליגן דאך אלע סארטן "ישועות" וואס א מענטש וויל
לו
אליעזר תולדות נעימות
נאר זוכה זיין צו דעם ,און" :עַ ל עַ ְּמָך" – און ביי גוטע יודן ..איז" :בִ ְרכָתֶ ָך
סֶּ לָה" – איז דאך טאקע אויך שטענדיג גוט צו נעמען א "ברכה" ,יא ..אבער
וואו ליגט דיין אמת'ע הילף ר' יוד !?..וואו !?..ביים "הייליגן באשעפער".
און ממילא זאג מיר נאר ר' יוד !..וואו ליגט דיין ישועה !?..ביים
רימניצער !?..אדער ביי ר' ישעי'לע אין קערעסטיר !?..הַ א !?..ביי זיי ליגט
דיין ישועה!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז ..ניין ,אויס דרוק'לעך "נישט" ,ווייל דיין ישועה
ליגט נישט אין קערעסטיר ,און דיין ישועה ליגט נישט אין רימניץ ,נאר דיין
ישועה ליגט ביים "הייליגן באשעפער" ,און אויב דו וועסט גוט מתפלל זיין
צום הייליגן באשעפער אז ער זאל דיר שוין שיקן דיין ישועה ,וועסטו
דעמאלט'ס זוכה זיין צו באקומען דיין ישועה ,און אויב דו קענסט נאר האבן
א" :פְּ תִ יחַ ת הַ לֵּב" אין רימניץ אדער אין קערעסטיר ,דעמאלט'ס שוין ..זאל
דאס זיין דארטן ,אבער דיין "ישועה" קומט דאך אויס דרוק'לעך נאר פון
דעם "הייליגן באשעפער" אליין.
און דו ביזט גערעכט טאקע אז דורך דעם וואס דו וועסט בעטן דעם
אייבערשטן ביי א ציון הק' פון א הייליגער" :צַ ִּדיק" אז דו זאלסט זוכה זיין
געהאלפן צו ווערן דעמאלט'ס וועסטו שנעלער זוכה זיין געהאלפן צו ווערן,
אבער צו זאגן אז דער" :צַ ִּדיק" געבט מיר מיין" :יְׁשּועָ ה" !?..און צו זאגן
אז איך דארף שוין נישט צו קומען צום אייבערשטן!?..
חס להזכיר ,מען טאר דאך נישט רעדן אזוי !..ווייל דער "אייבערשטער" איז
"מקוֹר הַ יְּ ׁשּועוֹת" ,און דער אייבערשטער וועט דאך דיר שוין
דאך דיְ :
לז
אליעזר תולדות נעימות
ָאטׁש ִדי יְׁשּועָ ה אִ יז
בקרוב ממש שיקן דיין ישועה ,און ממילא יא ר' יוד" :כ ְ
ִישט ָדא זִ י ְנגֶען ִמיר ִׁש ָירה"!..
נָאְך נ ְׁ
און ממילא דאס איז פשט אין דעם פסוק פון" :וְ אֵ לֶּה ּתוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק בֶּ ן
ַאבְ ָרהָ ם" וגו' ,אז :וְ אֵ לֶּה "ּתוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – אז וואס איז די "תולדה" פון זיין
פריילעך אפילו נאך פאר ווען מען זעהט די" :יְׁשּועָ ה" – וואס איז די
"תוצאה" פון זיין פריילעך אפילו נאך פאר ווען מען זעהט די" :יְׁשּועָ ה"!?..
און וואס איז די תוצאה פון זיין" :בְּ ִׂש ְמחָ ה" בכלליות!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז די תוצאה פון זיין" :בְּ ִׂש ְמחָ ה" טראץ דעם וואס
די ישועה איז נאך נישט דא איז ,אז" :בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" – אז עס וועט אויף
געבויעט ווערן די ענין פוןַ" :אבְ ָרהָ ם".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אזוי ,אז מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז
די נאמעןַ" :אבְ ָרהָ ם" ווייזט דאך אויף" :הִ תְ נ ְַׂשאּות" – די נאמעןַ" :אבְ ָרהָ ם"
ווייזט דאך אויף "דערהויבנ'קייט" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע
בפירוש אין פסוק אין פרשת לך לך (קפיטל י"ז פסוק ה') ,אז דער
אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז דו ווייסט
פארוואס :וְ הָ יָה ִׁש ְמָך "ַאבְ ָרהָ ם" – אז דו ווייסט פארוואס דו וועסט יעצט
באקומען דעם נאמעןַ" :אבְ ָרהָ ם"!?..
ווייל :כִּ י "ַאב הֲמוֹן ּג ֹויִם נְתַ תִּ יָך" – ווייל פון יעצט און ווייטער וועסטו דאך
ווערן א "הויפט" פאר די גאנצע וועלט ,אזוי ווי רש"י הק' זאגט דאך אונז
שוין טאקע בפירוש ,אז" :וְ עַ כְ שָׁ יו ָאב לְ כָל הָ ע ֹולָם" – אז פון יעצט און
ווייטער וועט דאך אברהם אבינו ווערן א "הויפט" פאר די גאנצע וועלט.
לח
אליעזר תולדות נעימות
און ממילא זעהט מען דאך שוין פון דעם קלאר ,אז די נאמעןַ" :אבְ ָרהָ ם"
ווייזט דאך אויף" :הִ תְ נ ְַׂשאּות" – אז די נאמעןַ" :אבְ ָרהָ ם" ווייזט דאך אויף
"דערהויבנ'קייט".
און ממילא דאס זאגט אונז דא דער הייליגער תורה הק' ,אז :וְ אֵ לֶּה "ּתוֹלְ דֹת
יִצְ חָ ק" – אז ווען א מענטש מאכט זיך פריילעך וויפיל ער קען טראץ דעם
וואס ער גייט אריבער א שוועריקייט ,דעמאלט'ס איז ער זוכה אז ער
באקומט א" :נ ְִׂשיאּות רֹאׁש" ,און" :בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" – און עס בויעט זיך אויף
ביי איהם א ענין פון" :נ ְִׂשיאּות רֹאׁש" ,און מען הייבט איהם דעמאלט'ס אויף
פון הימל ,און ער איז דעמאלט'ס זוכה ארויס צו גיין פון אלע זיינע
פראלעמען וואס ער איז נאר ארום גענומען מיט דעם ,און ער ווערט
דעמאלט'ס צוריק א גרויסער "העלד".
און איינמאל ער איז שוין א בחינה פוןַ" :אבְ ָרהָ ם" ,ווערט דאך שוין
דעמאלט'סַ" :אבְ ָרהָ ם הוֹלִ יד אֶ ת יִצְ חָ ק" – פון דיַ" :אבְ ָרהָ ם" – פון זיין
דערהויבנ'קייט ..ווערט" :אֶ ת יִצְ חָ ק" – קומט שוין ארויס א אמת'ע:
"ש ְמחָ ה".
ִׂ
"מ ַּדת הַ ִׂש ְמחָ ה" אין זיך טראץ
ווייל אויב א מענטש האלט ָאן זיין הייליגעִ :
דעם וואס ער איז נאך נישט געהאלפן געווארן ,דעמאלט'ס איז ער שפעטער
"מ ַּדת הַ ִׂש ְמחָ ה" נעמט איהם אינגאנצן איבער ,און ער איז
זוכה אז דיִ :
"ש ְמחָ ה".
שפעטער זוכה צו לעבן מיט א אמת'עִׂ :
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל צ"ז פסוק
לט
אליעזר תולדות נעימות
י"א) ,אז" :אוֹר זָרֻ עַ לַצַּ ִּדיק" – אז אויב א צדיק שפרייט אויס א ליכטיג'קייט
אויף זיין פנים טראץ דעם וואס ער גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן,
דעמאלט'ס וועט ער שפעטער זוכה זיין אזּ" :ולְ י ְִׁשרֵ י לֵב ִׂש ְמחָ ה" –
"ש ְמחָ ה" וועט איהם אריין
דעמאלט'ס וועט ער שפעטער זוכה זיין אז דיִׂ :
גיין גלייך אין זיין הארץ אריין ,און ער וועט שוין דעמאלט'ס "באמת"
ווערן" :בְּ ִׂש ְמחָ ה" ,און ער וועט שוין דעמאלט'ס "באמת" האבן מיט וואס
זיך צו פרייען.
און די ווארטַ" :אבְ ָרהָ ם" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבותִ " :מׁשּום רּוחַ
אַחֶ ֶרת הָיְתָ ה ּבוֹ" – וויבאלד אברהם אבינו האט געהאט א אנדערע" :רּוחַ",
ווייל יא ר' יוד ,אברהם אבינו האט געהאט א אנדערע" :רּוחַ" פון די גאנצע
וועלט ,און אברהם אבינו האט פארשטאנען אנדערש פון די גאנצע וועלט,
און פון ווען ער איז נאך געווען דריי יאר אלט ,האט ער שוין פארשטאנען,
אז אפילו ווען מען זעהט נישט דעם אייבערשטן ,און אפילו ווען מען הערט
נישט דעם אייבערשטן ,און אפילו ווען עס גייט מיר גאר גאר שווער ,דארף
מען אבער נאך אלץ גלייבן" :בֶּ אֱמּונָה ְׁשלֵמָ ה" אז אלעס איז" :בְּ הַ שְׁגָּחָ ה
פְּ ָר ִטית" פון דעם גרויסןְ " :ממַ לֵּא כָּל עָ לְ ִמין וְ סוֹבֵ ב כָּל עָ לְ ִמין" ,ווייל דער
אייבערשטער שטייט דאך שטענדיג לעבן מיר.
און וויבאלד ער האט געהאט דעם שטארקן" :רּוחַ ַאחֶ ֶרת" אז מען קען
שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף נאר ,ווייל דער
אייבערשטער שטייט דאך שטענדיג לעבן מיר ,ממילא וועגן דעם האט ער
געקענט זוכה זיין צו דעם ברכה פון" :כִּ י ַאב הֲמוֹן ּג ֹויִם נְתַ תִּ יָך" און צו דעם
ברכה פון" :וֶהְ יֵה בְּ ָרכָה" – ממילא וועגן דעם האט ער געקענט זוכה זיין צו
מ
אליעזר תולדות נעימות
די ברכות פון "גרויס ווערן" און "דערהויבן ווערן" ,ווייל אויב א יודיש קינד
פראבירט זיך פריילעך צו מאכן מיט וואס ער קען נאר ,ווייל ער וויל זיין:
"בְּ ִׂש ְמחָ ה" ,דעמאלט'ס קען ער זוכה זיין צו" :כִּ י תִ שָּׂ א" אֶ ת רֹאׁש בְּ נֵי י ְִׂש ָראֵ ל
– דעמאלט'ס קען ער זוכה זיין צו" :הַ ָרמַ ת קֶ ֶרן י ְִׂש ָראֵ ל ִמכָּל צָ רוֹתֵ יהֶ ם".
און עס איז דאך טאקע אויך כדאי ָאן צו מערקן נאך א נקודה דא אין דעם
פסוק פון" :וְ אֵ לֶּה ּתוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" וגו' ,ווייל ווי אזוי ענדיגט זיך די
פאריגע פרשה פרשת חיי שרה!?..
פרשת חיי שרה ענדיגט זיך דאך מיט דעם פסוק פון" :וַיִּ ְׁשכְּ נּו מֵ חֲוִ ילָה עַ ד
ּׁשּורה עַ ל פְּ נֵי כָל אֶ חָ יו נָפָ ל" ,און ווי אזוי
ׁשּור אֲשֶׁ ר עַ ל פְּ נֵי ִמצְ ַריִם ֹּב ֲאכָה אַ ָ
הייבט זיך ָאן פרשת תולדות!?..
פרשת תולדות הייבט זיך דאך ָאן מיט די ווערטער" :וְ אֵ לֶּה" ּתוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק בֶּ ן
ַאבְ ָרהָ ם וגו' ,און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך זייער גוט ,אז חז"ל
(בראשית רבה פרשה י"ב סימן ג) זאגן דאך אונז שוין בפירוש ,אז די ווארט:
"וְ אֵ לֶּה" איז דאך" :מוֹסִ יף עַ ל הָ ִראׁש ֹונִים".
און ממילא וואס איז די קשר צווישן דעם פסוק פון" :וַיִּ ְׁשכְּ נּו מֵ חֲוִ ילָה עַ ד
ּׁשּורה עַ ל פְּ נֵי כָל אֶ חָ יו נָפָ ל" מיט דעם פסוק
ׁשּור אֲשֶׁ ר עַ ל פְּ נֵי ִמצְ ַריִם ֹּב ֲאכָה אַ ָ
פון" :וְ אֵ לֶּה ּתוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק בֶּ ן ַאבְ ָרהָ ם" וגו'!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז די פסוק וויל אונז דא זאגן אזוי ,אז די סיבה
ּׁשּורה" –
פארוואס א מענטש ווערט צובראכן איז דאך נאר ,וויילֹּ " :ב ֲאכָה אַ ָ
ווייל ער האלט דאך און איין קומען קוקען" :עַ ל פְּ נֵי כָל אֶ חָ יו" – אויף זיינע
מא
אליעזר תולדות נעימות
אנדערע יודישע ברודער ,און פון דעם" :נָפָ ל" – און פון דעם ווערט ער צו
פאלן ביי זיך ,ווייל ווען ער זעהט אז זיינע אנדערע יודישע ברודער זענען
"שבְ רֵ י
מצליח און ער נישט ,דעמאלט'ס צוברעכט דאך דאס איהם אויףִׁ :
ְׁשבָ ִרים".
און ממילא קוק נישט אויף א צווייטן ר' יוד ,און קוק נישט אויף יענעמ'ס
הצלחות" ,נאר קוק אויף זיך" !..און" :וְ אֵ לֶּה" – און דאס זאלסטו טוהן ר'
יוד ,וואס זאלסטו טוהן ר' יוד!?..
דו זאלסט טוהן די פעולה פוןּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – דו זאלסט טוהן די פעולה
"ש ְמחָ ה" ָאן
"ש ְמחָ ה" ,אִׂ :
אז עס זאל געבוירן ווערן ביי דיר א נייע סארטִׂ :
"ש ְמחָ ה" וואס"דבַ ר ְׁשטּות" ,אִׂ :
"ש ְמחָ ה" אפילו מיט אְּ :
קיין שום פשט ,אִׂ :
"ש ְמחָ ה" ,און דו זאלסט זיך פראבירן פריילעך צו
איז נישט ממש א אמת'עִׂ :
מאכן אויף אלע וועגן ,און דו זאלסט זיך ָאן האלטן מיט אייזענ'ע כוחות כדי
אז דו זאלסט ח"ו נישט אריין פאלן אין די נעץ פון דעם יצר הרע וואס
הייסט" :יִאּוׁש".
"ש ְמחָ ה"
נארּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – נאר דו זאלסט אריין ברענגען אין דיר אִׂ :
"ש ְמחָ ה",פון ערגעץ וואו ,און עס זאל געבוירן ווערן ביי דיר א נייע סארטִׂ :
"ש ְמחָ ה" ָאן קיין שום פשט ,צו זאל דאס זיין פון דער הייליגער "תורה"
אִׂ :
"דבַ ר ְׁשטּות".
הק' ,אדער אפילו פון אְּ :
"מדַּת
אוןּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – און דו זאלסט זיך ָאן גארטל'ן מיט די הייליגעִ :
בּורה" פון דיין הייליגע זיידע "יצחק אבינו" ,און דו זאלסט פראבירן ָאן הַ גְּ ָ
"ש ְמחָ ה" ווי ווייט מעגליך.
צו גיין ווייטער מיט א אינדרויסנ'דיגעִׂ :
מב
אליעזר תולדות נעימות
אוןּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – און די "תוצאה" פון זיך ָאן גארטל'ן מיט די הייליגע:
בּורה" פון אונזער הייליגע זיידע "יצחק אבינו" איז ,אז" :בֶּ ן" – אז
"מ ַּדת הַ גְּ ָ
ִ
דאס בויעט אויףַ" :אבְ ָרהָ ם" – א "העלד" ,און דאס מאכט אז דו זאלסט נאך
אמאל זוכה זיין צו זיין שטארק אין עבודת השם יתברך.
אוןּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – און די "תוצאה" פון זיך ָאן גארטל'ן מיט די הייליגע:
בּורה" פון אונזער הייליגע זיידע "יצחק אבינו" כדי צו זיין:
"מ ַּדת הַ גְּ ָ
ִ
"בְּ ִׂש ְמחָ ה" איז ,אז" :בֶּ ן" – אז דאס בויעט אויףַ" :אבְ ָרהָ ם" – א "העלד",
און דאס מאכט אז דו זאלסט נאך אמאל זוכה זיין צו זיין א "העלד" און א
"מוצלח" אין עבודת השם יתברך.
און די ווארט" :וְ אֵ לֶּה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא :לֵב י' ,ווייל יא ר'
יוד ,דו זאלסט וויסן זייער קלאר ר' יוד ,אז" :וְ אֵ לֶּה" – אז אין די הארץ פון א
צובראכענ'ע יו"ד מוז ערגעץ וואו געבוירן ווערן אּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – אין די
הארץ פון א צובראכענ'ע יו"ד מוז ערגעץ וואו געבוירן ווערן א נייע גייסט
"ש ְמחָ ה" !..ווייל וואו צובראכנ'קייט קען צו ברענגען קען דאך קיין
פוןִׂ :
שום זאך אויף דער וועלט נישט צו ברענגען.
און די ווארט" :וְ אֵ לֶּה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :בָּ ם" ,און די
ווארט" :בָּ ם" גייט דאך ארויף אויף דער הייליגער "תורה" הק' כידוע ,אזוי
ווי חז"ל זאגן דאך אונז שוין טאקע בפירוש אויף דעם פסוק פון" :וְ ִׁש ַּננְתָּ ם
לְ בָ נֶיָך וְ ִדבַּ ְרתָּ בָּ ם" וגו' וואס מיר זאגן אלע א יעדן טאג ביי קריאת שמע ,אז
די ווארט" :בָּ ם" גייט דאך ארויף אויף דער הייליגער "תורה" הק' ,און חז"ל
(יומא דף :י"ט ע"ב) זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך דארטן בפירוש ,אז:
וְ ִדבַּ ְרתָּ "בָּ ם" – אז פון דער הייליגער "תורה" הק' זאלסטו זעהן צו רעדן,
מג
אליעזר תולדות נעימות
אבער" :וְ ֹלא בִּ ְדבָ ִרים בְּ טֵ לִ ים" – אבער דו זאלסט נישט רעדן ח"ו קיין:
"דבָ ִרים בְּ טֵ לִ ים".
ְ
און ממילא די פסוק זאגט דיר דא אויך ,אז די עצה ארויס צו גיין פון אלע
"נפילות" און פון אלע צובראכנ'קייטן איז ,אז" :וְ אֵ לֶּה" – אז דו זאלסט זיך
מדבק זיין אין דער הייליגער "תורה" הק' מיט א אמת.
ווייל א מענטש וואס איז טאקע באמת דבוק אין דער הייליגער תורה הק'
קען מען נישט צוברעכן ,ווייל דער הייליגער תורה הק' געבט דאך איהם
שטענדיג "חיות" און "כח" און "קראפט" ָאן צו גיין ווייטער מיט א
פרייליכ'ע פריש'קייטַ " :לעֲבו ַֹדת הַ ּבוֹרֵ א".
ּׁשּורה" – און ממילא קום נישט קוקען" :עַ ל
און ממילא קום נישטֹּ " :ב ֲאכָה אַ ָ
פְּ נֵי כָל אֶ חָ יו" – אויף דיינע אלע יודישע ברודער וואס זענען גאר שטארק
מצליח אין זייערע אלע ענינים ,ווייל דאס וועט דאך דיר נאר צו ברענגען אז:
"נָפָ ל" – ווייל דאס וועט דאך נאר צו ברענגען אז דו זאלסט ווערן צו פאלן
"ש ְמחָ ה" אין דיין הארץ דורך
ביי דיר ,נאר" :וְ אֵ לֶּה" – נאר ברענג אריין אִׂ :
"ש ְמחָ ה" אין דיין הארץ אפילו
דער הייליגער תורה הק' ,און ברענג אריין אִׂ :
"ש ְמחָ ה" ביי דיר.
"דבַ ר ְׁשטּות" ,אבי ..עס זאל הערש'ן אִׂ :
מיט אְּ :
"ש ְמחָ ה" וואס עס איז געבוירן
אוןּ" :תוֹלְ דֹת יִצְ חָ ק" – און די נייע סארטִׂ :
געווארן ביי דיר וועט שפעטער צו ברענגען אז" :בֶּ ן" – אז עס זאל אויף
געבויעט ווערן ביי דירַ" :אבְ ָרהָ ם" – א נייע פריש'ע "העלד" וואס וועט גאר
שטארק מצליח זיין אויף דיין סארט אופן ,אבער די עיקר איז ,אז דו זאלסט
זיין "פריילעך".
מד
אליעזר תולדות נעימות
און דו זאלסט געדענקען ר' יוד ,אז דער הייליגער באשעפער שטייט דאך
שטענדיג לעבן דיר" :בְּ כָל יוֹם ּובְ כָל עֵ ת ּובְ כָל שָׁ עָ ה" ,און ער "העלפט" דאך
דיר שטענדיג ארויס מיט וואס אלעס וואס דו דארפס'ט נאר ,און דו
דארפס'ט נאר זעהן צו "גלייבן" אין דעם עד הסוף.
און אויב דו וועסט גלייבן אז דער אייבערשטער איז דער איינציגסט'ער:
"מֶ לְֶך ע ֹוזֵר ּומו ִֹׁשיעַ " וואס עס איז נאר פארהאנען אויף דער וועלט,
דעמאלט'ס וועסטו טאקע זוכה זיין צו זעהן גאר גרויסע" :יְׁשּועוֹת ְׁשלֵמוֹת
ִמן הַ שָּׁ מַ יִם".
און ממילא לאמיר נאך אמאל איבער חזר'ן ,אז" :צְ חֹ ק" – אז די גרויסע:
ֱֹלקים" – דאס
"יְׁשּועָ ה" וואס דארף ָאן קומען צו מיר ..דאס" :עָ שָׂ ה לִ י א ִ
האט דאך מיר שוין דער הייליגער באשעפער פון לאנג צוריק ָאן גע'גרייט.
אבער" :כָּל הַ שֹּׁמֵ עַ " – אבער די אלע מענטשן וואס וועלן הערן אז דער
הייליגער באשעפער גייט מיר שיקן א" :יְׁשּועָ ה" און זיי האבן נישט קיין:
"אֱמּונָה" אין דעם הייליגן באשעפער ,און זיי זאגן מיר נאך אפילו אויך אז:
"הֲבַ ת תִּ ְׁשעִ ים שָׁ נָה תֵּ לֵד" – און זיי זאגן מיר נאך אפילו אויך אז עס איז
אנטקעגן די מציאות אז איך זאל געהאלפן ווערן ,זייִ " :יצֲחַ ק לִ י" – זיי וועלן
בּורה" און אויך מודה זיין צו מיר אז" :יֶׁש ּבוֹרֵ א
"מ ַּדת הַ גְּ ָ
שוין מוזן נוצן דיִ :
"משַׁ נֶּה" די
ע ֹולָם" – אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס איזְ :
גאנצע" :טֶ בַ ע הַ בְּ ִריָאה" פאר זיין הייליג פאלק" :י ְִׂש ָראֵ ל".
ווייל ווען איך וועל זעהן מיין גרויסע ישועה ,דעמאלט'ס וועלן דאך שוין
אלע נישט גלויביג'ע אויך מוזן מודה זיין אז" :יֶׁש מַ נְהִ יג לְ בִּ ָירה" –
מה
אליעזר תולדות נעימות
דעמאלט'ס וועלן דאך שוין אלע נישט גלויביג'ע אויך מוזן מודה זיין אז עס
"משַׁ נֶּה" די גאנצע:
איז דא אּ" :בוֹרֵ א ע ֹולָם" אויף דער וועלט וואס איזְ :
"טֶ בַ ע הַ בְּ ִריָאה" פאר זיין הייליג פאלק" :י ְִׂש ָראֵ ל" ,און ממילא יא טייערע
יודן ,לא מיר אלע צוזאמען אויס שרייען הויעך ,אזֲ " :אנִי מַ א ֲִמין בֶּ אֱמּונָה
ְׁשלֵמָ ה שֶׁ תִּ הְ יֶה יְׁשּועוֹת ְׁשלֵמוֹת מֵ אֵ ת הַ ּבוֹרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְׁשמ ֹו בְּ קָ רוֹב מַ מָּ ׁש":
מונִ י
אש ֹון ַא ְד ֹ
וַ י ֵֵּצא ָה ִר ׁ
שו:
מו ֵע ָׂ
ש ָער וַ ִּי ְק ְרא ּו ְׁש ֹ
מונִ י ֻּכלּ ֹו ְּכ ַא ֶּד ֶרת ֵׂ
אש ֹון ַא ְד ֹ
וַ ֵּיצֵ א הָ ִר ׁ
לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא ,ווייל עס איז דאך זייער
זעלט'ן אז דער הייליגער תורה הק' זאל ארויס ברענגען ווי אזוי איינער האט
אויס געזעהן בשעת ווען ער איז געבוירן געווארן ,און ממילא וואס איז פשט
פון דעם אז דער הייליגער תורה הק' איז אונז דא מסביר ווי אזוי דער חכם
"עשיו הרשע" האט אויס געזעהן!?..
דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז קיינמאל נישט אז ..דו זאלסט וויסן,
אז דער און דער מענטש איז געבוירן געווארן ממש ..האריג ,אזוי ווי א
האריג'ע מאנטל ,מען זעהט דאך קיינמאל נישט אז דער הייליגער תורה הק'
זאל מסביר זיין ווי אזוי א מענטש האט אויס געזעהן בשעת ווען ער איז
געבוירן געווארן ,און ממילא פארוואס פעלט אויס צו וויסן ווי אזוי דער
חכם עשיו הרשע האט אויס געזעהן בשעת ווען ער איז געבוירן געווארן!?..
און נאך א קשיא איז שווער דא ,ווייל ביי יעקב אבינו שטייט דאך נישט ווי
אזוי ער האט אויס געזעהן ,און ביי יעקב אבינו שטייט דאך נישט אין פסוק
אז יעקב אבינו האט געהאט צוויי שיינע פיאות ביי די צוויי זייטן וכדומה,
מו
אליעזר תולדות נעימות
ָאחיו" וגו' און פארטיג,
נאר עס שטייט אין פסוק פשוט ..אז" :וְ ַאחֲרֵ י כֵן יָצָ א ִ
און ממילא פארוואס ביי עשיו שרייבט דער הייליגער תורה הק' יא ארויס ווי
אזוי דער חכם "עשיו הרשע" האט אויס געזעהן ,וואס איז אונז א נפקא מינה
ווי אזוי "עשיו הרשע" האט אויס געזעהן!?..
און נאך א קשיא איז דאך שווער דא ,ווייל פארוואס דארף שטיין אין פסוק
אז עשיו הרשע איז געווען א" :אִ יׁש י ֵֹדעַ צַ יִד" און א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,עס
וואלט דאך געקענט שטיין דא פשוט ..אז דו זאלסט וויסן ,אז עשיו איז
געווען א" :אִ יׁש צַ יִד" ,און פון דעם וואלט איך דאך שוין אליין פארשטאנען
אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,ווייל וואו דען פאנגט מען חיות אויב
נישט אין "פעלד" !?..מען פאנגט דאך נישט קיין חיות אין שטוב !?..ווייל
מען מוז דאך ארויס גיין אין "פעלד" כדי צו קענען פאנגען חיות.
און ממילא פארוואס פעלט אויס ארויס צו שרייבן אין פסוק אז דו זאלסט
וויסן אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" !?..שרייב נאר אז עשיו איז
געווען א" :אִ יׁש צַ יִד" – שרייב נאר אז עשיו איז געווען א "פאנגער" ,און
פון דעם וועל איך דאך שוין אליין פארשטיין אז ער איז געווען א" :אִ יׁש
שָׂ ֶדה" !?..ווייל וואו דען האט ער געקענט פאנגען זיינע חיות אויב נישט אין
"פעלד"!?..
און בכלל ..דארף מען דאך פארשטיין דא נאך א נקודה ,ווייל פארוואס
דארף שטיין דא אין פסוק אז דו זאלסט וויסן ר' יוד אז דער חכם עשיו
הרשע איז געווען א :אִ יׁש "י ֵֹדעַ " צַ יִד – פארוואס דארף שטיין דא אין פסוק
אז דו זאלסט וויסן ר' יוד אז דער חכם עשיו הרשע האט "פארשטאנען" צו
דעם ענין פון "פאנגען" ,און ער איז ממש געווען "געמאכט פאר דעם" ,און
מז
אליעזר תולדות נעימות
ער איז ממש געווען א "מומחה" אין דעם ענין פון "פאנגען" ,וועמען גייט
ָאן צו וויסן ווי שטארק דער חכם "עשיו הרשע" האט פארשטאנען צו דעם
פאך פון "פאנגען"!?..
שרייב נאר פשוט אז דו זאלסט וויסן ר' יוד אז עשיו איז געווען א "פאנגער",
און פון דעם וועל איך דאך שוין אליין פארשטיין אז לכאורה האט עשיו
"פארשטאנען" צו דעם פאך פון "פאנגען".
ווייל אויב דער הייליגער תורה הק' שרייבט אויף עשיו אז "ער איז געווען א
פאנגער" ,דעמאלט'ס איז ער דאך מסתמא "טאקע" געווען א ריכטיגער
"פאנגער" ,און איך וועל דאך שוין דעמאלט'ס אליין פארשטיין פון דעם אז
מסתמא האט עשיו גוט פארשטאנען צו דעם פאך פון "פאנגען"!?..
און ממילא פארוואס דארף שטיין דא אין פסוק אז דו זאלסט וויסן אז דער
חכם עשיו איז געווען א :אִ יׁש "י ֵֹדעַ " צַ יִד – און ממילא פארוואס דארף
שטיין דא אין פסוק אז דו זאלסט וויסן אז דער חכם עשיו הרשע האט גוט
"פארשטאנען" צו דעם ענין פון "פאנגען" ,און ער האט זיך נישט סתם
נאריש געמאכט אין פעלד ,נאר ער איז טאקע געווען א ריכטיגער "פאנגער",
און ער האט געפאנגען חיות רעכט'ס און לינק'ס !?..וועמען גייט בכלל ָאן
צו וויסן ווי שטארק דער חכם עשיו הרשע האט פארשטאנען צו דעם פאך
וואס הייסט "פאנגען"!?..
און נאך א קשיא איז דאך שווער דא ,ווייל פארוואס דארף שטיין דא אין
פסוק ביי יעקב אבינו אז :וְ ַיעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם "יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" – פארוואס דארף
שטיין דא אין פסוק ביי יעקב אבינו אז יעקב אבינו איז געזעצן אין
מח
אליעזר תולדות נעימות
געצעלט'ן !?..עס וואלט דאך לכאורה געדארפט שטיין דא אין פסוק ,אז:
"וְ ַיעֲקֹ ב הָ יָה יֹשֵׁ ב וְ לוֹמֵ ד ּתו ָֹרה" – אז יעקב אבינו איז געזעצן און געלערנט
דער הייליגער תורה הק' !?..ווייל די ווערטער" :יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" מיינט דאך
נאך נישט צו זאגן אז ער איז געזעצן און געלערנט דער הייליגער "תורה"
הק'.
ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז היינטיגע צייטן זענען דאך
ליידער דא גענוג און נאך מענטשן וואס זענען טאקע" :יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" ,אבער
דאס מיינט נאך נישט אז זיי "לערנען" טאקע ,ווייל עס איז דאך דא היינטיגע
צייטן גענוג און נאך מענטשן וואס זענען טאקע" :יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" ,אבער
למעשה ..לערנט מען נישט קיין יודיש ווארט.
נאר מען זיצט און בית המדרש[ ,זיצן אין בית המדרש איז אויך א גוטע זאך,
אבער ביי דעם ענדיגט זיך די גאנצע מעשה דארטן] ,און ביי דעם ענדיגט זיך
די גאנצע" :יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" ,און די" :יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" האט נישט קיין טיפער'ע
באדייט ביי זיי ,און ממילא פארוואס זאגט אונז נישט די פסוק דא קלאר און
אפן ,אז דו זאלסט וויסן ,אז :וְ ַיעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם "וְ הָ יָה יֹשֵׁ ב וְ לוֹמֵ ד ּתו ָֹרה בְּ בֵ ית
ִמ ְד ָרׁש ֹו שֶׁ ל שֵׁ ם וְ עֵ בֶ ר" !?..וואס איז פשט פון דעם אינטרעסאנט'ן לשון פון:
"יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" – אז יעקב אבינו איז געזעצן אין געצעלט'ן!?..
און נאך א זאך דארף מען דאך פארשטיין דא ,ווייל מיר ווייסן דאך שוין
אלע זייער גוט ,אז רש"י הק' איז דאך אונז שוין מסביר דעם פסוק פון:
"וַיִּ תְ ֹרצֲצּו הַ בָּ נִים בְּ ִק ְרבָּ ּה" וגו' ,אז דאס מיינט צו זאגן ,אז" :הָ יּו ִמתְ רוֹצְ צִ ים
ּומ ִריבִ ים בְּ ַנ ֲחלַת ְׁשנֵי ע ֹולָמוֹת" – אז יעקב און עשיו האבן זיך
זֶה עִ ם זֶה ְ
געקריגט וועלכע וועלט עס איז בעסער" :ע ֹולָם הַ זֶּה" אדער" :ע ֹולָם הַ בָּ א",
מט
אליעזר תולדות נעימות
יעקב האט גע'טענה'עט אז" :ע ֹולָם הַ בָּ א" איז בעסער ,און עשיו האט
גע'טענה'עט אז" :ע ֹולָם הַ זֶּה" איז בעסער ,אבער לכאורה איז דאך דאס
נישט צו פארשטיין ,ווייל וואס איז דא זיך צו טענה'נען אויב א יעדער
איינער וויל א אנדערע זאך!?..
דו האסט געזעהן אמאל ווי צוויי מענטשן זאלן זיך קריגן און א יעדער
איינער זאל וועלן א צווייטע זאך !?..אויב א יעדער איינער וויל א צווייטע
זאך ,דעמאלט'ס איז דאך נישט דא פארוואס זיך צו קריגן ,דו נעם וואס דו
ווילס'ט ,און דו נעם וואס דו ווילס'ט ,און מען דארף זיך נישט קריגן בכלל.
ווייל "קריגן" קריגט מען זיך דאך נאר "ווען ביידע ווילן די זעלבע זאך",
און דעמאלט'ס ברעכט טאקע אויס א "קריגעריי" ,אבער אויב ביידע ווילן
אנדערע זאכן ,דעמאלט'ס דארף מען זיך דאך נישט "קריגן".
און ממילא וואס איז פשט פון די ווערטער אז :הָ יּו ִמתְ רוֹצְ צִ ים זֶה עִ ם זֶה
"ּומְ ִריבִ ים" בְּ ַנ ֲחלַת ְׁשנֵי ע ֹולָמוֹת !?..וואס איז בכלל געווען די "קריגעריי"
דא !?..דו עשיו נעם דיר" :ע ֹולָם הַ זֶּה" ,און דו יעקב נעם דיר" :ע ֹולָם הַ בָּ א",
און מען דארף זיך דאך נישט "קריגן" בכלל!?..
און נאך א קשיא איז דאך שווער דא ,ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער
גוט ,אז ווען יעקב אבינו האט געקאכט א געקעכט'ס ,דעמאלט'ס איז עשיו
הרשע אריין געקומען צו איהם ,און ער האט איהם דעמאלט'ס געבעטן ,אז:
"הַ לְ עִ יטֵ נִי נָא ִמן הָ ָאדֹם הָ ָאדֹם הַ זֶּה" – אז געב מיר צו עסן פון די רויטע זאך
דארטן ,ווייל" :כִּ י עָ יֵף ָאנֹ ִכי" – ווייל איך בין דאך גאר שטארק מיד און אויס
געמוטשע'ט.
נ
אליעזר תולדות נעימות
און" :עַ ל כֵּן" – און ווי נאר יעקב אבינו האט געזעהן אז עשיו בעט א רויטע
זאך ,איז" :קָ ָרא ְׁשמ ֹו אֱדוֹם" – האט דעמאלט'ס יעקב אבינו ָאן גערופן עשיו
מיטן נאמען" :אֱדוֹם".
און ווי נאר יעקב אבינו האט געהערט אז עשיו וויל די עסן וואס ער האט צו
גע'גרייט פאר זיין טאטע יצחק אבינו ,איזַ " :ויֹּאמֶ ר ַיעֲקֹ ב" – האט
דעמאלט'ס יעקב אבינו גלייך געזאגט פאר עשיו ,אז דו ווילס'ט עסן!?..
"מכְ ָרה כַּיוֹם אֶ ת בְּ כֹ ָרתְ ָך לִ י"
נו ..גוט ,אבער עס האט א פרייז ,און נאר אויבִ :
– או ן נאר אויב דו פארקויפס'ט מיר דיין" :בְּ כֹ ָרה" ,דעמאלט'ס קענסטו עסן
די עסן וואס איך האב דא צו גע'גרייט.
און עשיו האט איהם דעמאלט'ס גלייך געזאגט ,אז" :הִ נֵּה ָאנֹ כִ י ה ֹולְֵך לָמּות"
– אז איך גיי דאך שוין סיי ווי סיי שטארבן ,און ממילא" :וְ לָמָּ ה זֶּה לִ י
בְּ כֹ ָרה" – און ממילא פארוואס דארף איך דען האבן די" :בְּ כֹ ָרה"!?..
און זיי זענען טאקע דעמאלט'ס גלייך צו געגאנגען צו דעם געשעפט ,און זיי
האבן טאקע דעמאלט'ס גלייך געמאכט דעם טויש ,עשיו האט דעמאלט'ס
פארקויפט די הייליגע" :בְּ כֹ ָרה" פאר אביסעל'ע" :לֶחֶ ם ּונְזִ יד עֲ ָד ִׁשים".
אבער לכאורה איז דאך שווער דא עטליכע קשיות ,ווייל קודם כל ..איז
שווער ,אז פארוואס האט זיך עשיו ָאן גערופן צו יעקב אבינו אז געב מיר פון
יענע "רויטע רויטע" זאך !?..זייט ווען הייסט א עסן די "רויטע רויטע"
זאך !?..און דו זאלסט מיר אנטשולדיג'ן עשיו טייערע ,אבער דו האסט דאך
נאך גאנץ גוט געוואוסט וואס "עסן" איז ,ווייל אויב עשיו איז געווען א:
נא
אליעזר תולדות נעימות
אִ יׁש "י ֵֹדעַ " צַ יִד – ווייל אויב עשיו האט פארשטאנען צו "פאנגען" ,און ער
איז געווען גאר גאר א גרויסער מבין אויף א "שטיקל פלייש" ,דעמאלט'ס
האט ער דאך זיכער פארשטאנען וואס אביסעל'ע "לינזן זופ" איז ,ניין!?..
און ממילא לאמיר דיר פרעגן עשיו טייערע ,פארוואס ווען דו זעהס'ט אז
דיין ברודער יעקב קאכט א געשמאק'ן "לינזן זופ" ,זאגסטו איהם
דעמאלט'ס אז ער זאל דיר געבן פון יענע "רויטע רויטע" זאך דארטן!?..
פארוואס זאגסטו יענע "רויטע רויטע" זאך דארטן !?..זאג אז איך וויל
היינט עסן "לינזן זופ" ,פארוואס זאגסטו נישט וואס דו ווילס'ט עסן !?..דו
האסט דאך גאנץ גוט פארשטאנען צו אביסעל'ע עסן ,ניין!?..
און נאך א קשיא איז דאך שווער דא ,ווייל ווען יעקב אבינו האט געזעהן אז
זיין ברודער עשיו זאגט די "רויטע רויטע" זאך ,דעמאלט'ס" :עַ ל כֵּן" קָ ָרא
ְׁשמ ֹו אֱדוֹם – האט איהם שוין דעמאלט'ס יעקב אבינו ָאן גערופן פון היינט
און ווייטער מיטן נאמען" :אֱדוֹם" – רויט ,און עשיו באקומט פון היינט און
ווייטער א נייע נאמען ,די נאמען" :אֱדוֹם".
און דאס איז דאך בעצם נישט צו פארשטיין ,ווייל דו יעקב קאכס'ט זיך
רויטע לינזן ,און דיין ברודער עשיו האט פונקט דערמאנט די ווארט "רויט",
דארף ער יעצט וועגן דעם הייסן" :אֱדוֹם" – רויט!?..
און נישט נאר "ער" וועט הייסן" :אֱדוֹם" – רויט ,נאר אלע זיינע קינדער און
אייניקל'עך עד סוף כל הדורות גייען יעצט הייסן" :אֱדוֹם" – רויט,
פארוואס !?..ווייל זייער עלטער עלטער עלטער זיידע עשיו האט דערמאנט
נב
אליעזר תולדות נעימות
די ווארט "רויט" ,און לכבוד דעם דארף יעצט גאנץ משפחת עשיו עד סוף
כל הדורות טראגן דעם נאמען" :אֱדוֹם"!?..
און נישט נאר דעם ,נאר מיר ווייסן דאך שוין אלע אויך ,אז עס איז דא
היינטיגע צייטן א מושג פון :גָלּות "אֱדוֹם" ,און יא טייערע יודן ,מיר
געפונען זיך אלע היינטיגע צייטן אין א גלות וואס הייסט :גָלּות "אֱדוֹם"
וואס ליגט אין די הענט פון :מַ לְ כּות "אֱדוֹם" ,און עס דרייט זיך ארום אויף
דער וועלט א גאנצע פאלק וואס הייסט" :אֱדוֹם".
און נישט נאר דעם ,נאר אלע גוים ווערן דאך בעצם ָאן גערופן" :אֱדוֹם",
[חוץ די בני ישמעאל כידוע] ,און אויב דו וועסט אמאל פרעגן א מענטש ,אז
זאג מיר נאר ר' יוד ,פארוואס הייסן די גוים היינטיגע צייטן" :אֱדוֹם"!?..
וועט ער דיר דעמאלט'ס ענטפער'ן ,אז ַאה ..דו ווילס'ט וויסן פארוואס די
גוים ווערן היינטיגע צייטן ָאן גערופן מיטן נאמען" :אֱדוֹם" !?..איך וועל
דיר זאגן פארוואס די גוים ווערן היינטיגע צייטן ָאן גערופן" :אֱדוֹם" ,ווייל
זייער עלטער עלטער עלטער זיידע עשיו האט געהאט א "ברודער" וואס
האט געקאכט רויטע לינזן ,און ממילא וועגן דעם האט "עשיו" באקומען
דעם נאמען" :אֱדוֹם" עד סוף כל הדורות.
און דאס איז דאך בעצם נישט צו פארשטיין ,ווייל דו ווילס'ט מיר יעצט זאגן
אין אנדערע ווערטער ..אז אויב יעקב אבינו וואלט געקאכט "ברוינ'ע" לינזן,
דעמאלט'ס וואלטן אלע גוים געהייסן "ברוין" !?..און אויב יעקב אבינו
וואלט געקאכט "שווארצע" לינזן ,דעמאלט'ס וואלטן אלע גוים געהייסן
"שווארץ"!?..
נג
אליעזר תולדות נעימות
אזא זאך איז דאך נישט צו פארשטיין ,ווייל פארוואס זאלן אלע גוים
באקומען דעם נאמען" :אֱדוֹם" !?..ווייל יעקב אבינו האט געקאכט "רויטע"
לינזן פאר זיין טאטע יצחק!?..
און נאך א קשיא איז דאך שווער דא ,ווייל פארוואס האט יעקב אבינו
געבעטן אז עשיו זאל איהם אוועק געבן די" :בְּ כֹ ָרה" !?..שטעלט'ס ענק
פָ אר ,אז דיין ברודער קומט אהיים נאך א שווערע טאג ארבעט ,און ער געבט
דיר דעמאלט'ס א זאג ,אז ..ברודער יענק'ל ,איך בין הונגעריג ,און איך וויל
עסן ,און ממילא געב מיר אביסעל'ע צו עסן ,צו דען זאגט מען איהם
דעמאלט'ס אז ..איין מינוט ,הער צו ,דו ביזט די "בכור" ,ריכטיג !?..און איך
נישט ,אבער ..ניין ברודער ,איך בין נישט מסכים צו דעם ,נאר מאך מיר
יעצט פאר די "בכור" ,און פון יעצט און ווייטער וועל איך זיין די "בכור"
אנשטאדט דיר ,און נאר אזוי וועסטו באקומען צו עסן פון מיר ,אזוי טוט
מען דען פאר א ברודער!?..
יעקב אבינו איז דאך געווען דער הייליגער צדיקַ " :יעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם יֹשֵׁ ב
אֹ הָ לִ ים" ,נו ..געב צו עסן פאר דיין ברודער ,מען רעדט דאך דא פון דעם
גרויסן הייליגן צדיק "יעקב אבינו" ,און ממילא געב צו עסן פאר דיין
ברודער עשיו ,א מענטש איז דאך הונגעריג דא !?..פארוואס דארף עשיו
אוועק געבן זיין" :בְּ כֹ ָרה" כדי צו קענען באקומען אביסעל'ע עסן!?..
און נאך מער דארף מען דאך פארשטיין ,ווייל לאמיר זאגן אז עשיו וואלט
זיך געהאלטן ביי זיינ'ס ,און ער וואלט דעמאלט'ס געזאגט פאר יעקב אבינו,
אז ..ניין ,איך פארקויף דיר נישט די" :בְּ כֹ ָרה" ,וואס וואלט דעמאלט'ס
געווען!?..
נד
אליעזר תולדות נעימות
אויב עשיו וואלט נישט מסכים געווען צו פארקויפן די" :בְּ כֹ ָרה" פאר יעקב,
דעמאלט'ס ווייס איך נישט אויב עשיו וואלט באקומען צו עסן יענע טאג פון
יעקב ,און דאס איז דאך ממש נישט צו פארשטיין ,ווייל וואס איז שוין יעקב
טייערע !?..געב צו עסן פאר דיין ברודער ,א מענטש איז דאך הונגעריג
דא !?..ניין!?..
און ממילא וואס איז די ענין פון טוישן דאס "עסן" פאר די" :בְּ כֹ ָרה"!?..
פארוואס בעטסטו אזא טייערע פרייז ווי די" :בְּ כֹ ָרה" פאר אביסעל'ע:
"לֶחֶ ם" מיט" :נְזִ יד ע ֲָד ִׁשים".
און וואס ענטפערט איהם דעמאלט'ס עשיו צוריק !?..עשיו ענטפערט איהם
דעמאלט'ס צוריק ,אז איך גיי דאך שוין סיי ווי סיי שטארבן ,און ממילא
פארוואס דארף איך דען האבן די" :בְּ כֹ ָרה"!?..
אבער איין מינוט ,וואס האט די "שטארבן פון עשיו" צו טוהן מיט די:
"בְּ כֹ ָרה"[ !?..דו ביזט גערעכט טאקע אז רש"י הק' ברענגט טאקע אראפ
צוויי פשטים אויף דעם ,אבער לאמיר זעהן וואס נאך מיר קענען ארויס
נעמען פון דעם ענין פון" :הִ נֵּה ָאנֹ כִ י ה ֹולְֵך לָמּות" מיט די" :בְּ כֹ ָרה"].
און פאר מיר גייען צו גיין צו דעם תירוץ איז כדאי אראפ צו ברענגען נאך
איין קשיא וואס איז שווער אין פרשת וישלח ,ווייל דאס איז אויך גאר
שטארק נוגע צו די וואכעדיגע פרשה פרשת תולדות ,די קשיא איז ,אז גלייך
ווען יעקב אבינו האט זיך גע'ענדיגט קריגן מיט די" :שַׂ ר ֹו שֶׁל עֵ שָׂ יו" ,שטייט
דארטן אין פסוק ,אז יעקב אבינו האט דעמאלט'ס געגעבן א פרעג די" :שַׂ ר ֹו
שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" ,אז" :הַ גִּ ָידה נָּא ְׁשמֶ ָך" – אז זאג מיר ווי אזוי דו הייסט!?..
נה
אליעזר תולדות נעימות
האט איהם דעמאלט'ס די" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" געזאגט ,אז" :לָמָּ ה זֶּה תִּ ְׁשַאל
לִ ְׁש ִמי" – אז פארוואס פרעגסטו מיין נאמען !?..און די" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו"
האט איהם דעמאלט'ס גלייך געבענטש'ט ,און מיט דעם האט זיך געשלאסן
די גאנצע שמועס דארטן.
אבער איין מינוט ,וואס איז פשט פון דעם !?..פארוואס האט יעקב אבינו
געדארפט פרעגן די" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" זיין נאמען !?..עס איז איהם געווען
אזוי וויכטיג צו וויסן די נאמען פון דעם" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו"!?..
נאר די תירוץ אויף די אלע קשיות איז ,אז עס איז דאך שוין באקאנט פאר א
יעדעם איינעם ,אז "דער וועלט" ווערט דאך ָאן גערופן א" :ע ֹולָם הַ שֶּׁ קֶ ר",
אבער אפילו הכי האבן מיר אבער נאך אלץ אלע א אמת'ע "תכלית"
פארוואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט.
און א יעדע זאך וואס האט נאר א אמת'ע "תכלית" אין זיך ,האט דער
אייבערשטער ארום גענומען מיט א שאלעכטץ פון" :שֶׁ קֶ ר" – האט דער
אייבערשטער ארום גענומען מיט א שאלעכטץ פון "נישט אמת'ע זאכן".
און די חכמה פון א מענטש איז ,אז ער זאל קענען איבער גיין אויף די:
"שֶׁ קֶ ר" ,און דער גרייכן די אמת'ע "תכלית" וואס ליגט באהאלטן אונטער
די" :שֶׁ קֶ ר" פון א יעדע זאך ,און זיך נישט אפ שטעלן ביי די אלע "שקרים"
וואס נעמען ארום דעם אמת'ן "תכלית" פון די זאך.
און נאך א כלל איז דא אין די וועלט ,און דאס איז ,אז ווי גרעסער די
"חיצוניות" פון די זאך איז ,אלץ א קלענער'ע "תכלית" האט דאס ,אזוי ווי
נו
אליעזר תולדות נעימות
עס איז דאך שוין טאקע באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז עס איז דא א
געוויסע שפיל וואס קליינע קינדער שפילן צווישן זיך ,און די שפיל ארבעט
אזוי ,אז מען פאקט איין געוויסע מתנה'לעך אין אסאך שמאטע'ס ,יעדע
מתנה'לע ווערט באזונדער ארום גענומען מיט אסאך שמאטע'ס ,און עס
ווערט גאר גאר א גרויסע פעקל ,און מען מאכט א גורל צווישן אלע קינדער
אויף א יעדע מתנה וואס איז ארום גענומען מיט שמאטע'ס ,און א יעדע קינד
קען נאר געווינען איין מתנה ,און קינדער פלעגן טאקע פון מאל צו מאל
געווינען גרויסע טייערע זאכן.
אבער די קינדער האבן שוין געוואוסט צווישן זיך דעם כלל ,אז ..ווי
"קלענער" די מתנה איז פון אינדרויסן ,אלץ "גרעסער" איז די אמת'ע מתנה
אינעווייניג ,און ווי "גרעסער" די מתנה זעהט אויס פון אינדרויסן ,אלץ
"קלענער" איז די אמת'ע מתנה אינעווייניג.
און ממילא ווען די קינדער האבן געזעהן א ריזיג'ע מתנה וואס איז ארום
גענומען מיט אסאך שמאטע'ס און פאפיר ,דעמאלט'ס האבן זיי דאך שוין
געוואוסט ,אז די אמת'ע מתנה וואס ליגט באהאלטן טיף אינעווייניג איז גאר
גאר א קליינע נאריש'ע זאך.
אבער משא"כ ווען די קינדער האבן געזעהן א קליינטשיג'ע קעסטעל'ע
ארום גענומען מיט ווייניג שמאטע'ס ,און עס האט אויס געזעהן ווי גאר א
קליינע מתנה ,דעמאלט'ס האבן שוין די קינדער געוואוסט ,אז מסתמא ליגט
דארטן אינעווייניג א אמת'ע טייערע מתנה ,איי ..עס זעהט דאך אויס אזוי
קליין !?..אבער ..ניין ,מסתמא ליגט דארטן עפעס א קליינע טייערע
נז
אליעזר תולדות נעימות
זייגער'ל וואס איז ווערד אסאך געלט ,אדער עפעס א קליינע טייערע רינגל
וואס איז ווערד אסאך געלט.
און דאס איז דאך פונקט אונזער געדאנק וואס מיר רעדן דא יעצט ,ווייל
"דער וועלט" ארבעט דאך בעצם אויך אזוי ,ווייל ווי קלענער די "חיצוניות"
איז ,אלץ מער האט עס א "תכלית" ,און אלץ מער האט עס א "מטרה".
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אויך ,אז די גמרא (עירובין דף :נ"ד ע"א)
זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך ,אז" :הַ אי עָ לְ מָ א כְּ בֵּ י הִ ּלּולָא ַד ְמיָא" – אז
דער וועלט איז דאך צו געגליכ'ן צו א "חתונה".
אבער איין מינוט ר' יוד ,פארוואס טאקע איז דער וועלט צו געגליכ'ן צו א
"חתונה" !?..די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל וואו איז דען דא א פלאץ אויף
דער וועלט וואס עס ליגט דארטן מער" :שֶׁ קֶ ר" ווי אין א חתונה זַאל!?..
ווייל לאמיר זעהן מיט וועמען מען האנדל'ט דא ביי דעם גרויסן חתונה ,דו
האנדלס'ט דאך דא מיט מענטשן וואס האלטן נאך א שווער'ן טאג ארבעט,
און גאר אסאך פון זיי זענען געפערליך ָאן געצויגן ,אבער למעשה טוען זיי
זיך אבער נאך אלץ ָאן א שיינע בעקיטשע מיט א שיינע שטריימל ,און זיי
קומען אזוי אריין צו די חתונה.
און דער זעלבע מענטש וואס איז פריער געווען ָאן געצויגן ווי א בער ,לייגט
יעצט ארויף א פאלטש'ע שמייכל אויף זיין פנים ביז נאך די חתונה ,און ער
געבט נאך אזא שיינע זאג פאר די מחותן "מזל טוב ..מזל טוב ..מזל טוב"..
און ער לייגט נאך אפילו אסאך מאל צו די ווערטער אז "דאס איז דאך א
נח
אליעזר תולדות נעימות
מורא'דיגע שמחה" ,און אלע מענטשן זיצן דארטן ביי די חתונה אזוי שיין
און אזוי איידל ,און געב נאר א פרעג איינער וואס זיצט דארטן ביי די חתונה,
אז ..זאג נאר יונגערמאן ,ביי דיר אינדערהיים זיצטו אויך אזוי איידל און אזוי
שיין ווען דו עסט נאכטמאל !?..אדער דארטן קוקט שוין אויס דאס בילד
אינגאנצן אנדערש !?..און יא ..אלע שפילן דעמאלט'ס מיט דעם שיינעם
שפיל דורך אויס די גאנצע צייט פון די דערהויבענ'ע "חתונה".
און יא ר' יוד ,דאס איז א "חתונה" היינטיגע צייטן ,איין שטיק
פאלטש'קייט ,און ממילא וועגן דעם זאגן דאך אונז שוין טאקע חז"ל ,אז:
"הַ אי עָ לְ מָ א כְּ בֵּ י הִ ּלּולָא ַד ְמיָא" – אז דער וועלט איז צו געגליכ'ן צו א
"חתונה" ,ווייל דער וועלט איז דאך אויך ָאן געפילט מיט גאנצע'טע זעק פון
"חיצוניות" ,און די גאנצע וועלט איז דאך אויך ָאן געפילט היינטיגע צייטן
מיט איין שטיק" :שֶׁ קֶ ר".
אבער וואו ליגט די "חיצוניות" !?..און וואו איז די "מקור" פון
חיצוניות" !?..און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז די מקור פון "חיצוניות"
איז ,אין די "אויג" פון א מענטש ,ווייל די אויג פון א מענטש איז דאך גאר
גאר א גרויסער "גנב".
אזוי ווי מען זעהט דאך שוין טאקע בפירוש אין פרשת בראשית ,ווייל אין
פרשת בראשית זעהט מען דאך שוין ,אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס
געגעבן פאר אדם מיט חוה אלע גוטע געשמאקע ביימער וואס עס איז נאר
געו וען אין די גן עדן ,אבער דער אייבערשטער האט זיי דעמאלט'ס ָאן
געזאגט ,אז זיי זאלן נישט עסן פון די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" ,יעצט וואס איז געווען
די גרויסע תאוה צו עסן פון די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת"!?..
נט
אליעזר תולדות נעימות
איז לאמיר אריין קוקען צוזאמען אין דעם פסוק ,ווייל די פסוק זאגט דאך
אונז שוין בפירוש אין פרשת בראשית (קפיטל ג' פסוק ו') ,אז :וַתֵּ ֶרא הָ אִ שָּׁ ה
כִּ י טוֹב הָ עֵ ץ לְ מַ ֲאכָל וְ כִ י תַ ֲאוָה הּוא "לָעֵ י ַניִם" – אז די תאוה פון עסן פון די:
"עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" איז נישט געווען ווייל די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" איז געווען א
געשמאקער'ע בוים מער ווי אלע אנדערע ביימער ,ניין ניין ניין ..בכלל נישט,
נאר די תאוה פון עסן פון די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" איז געווען א" :תַּ ֲאוָה לָעֵ י ַניִם" –
די תאוה פון עסן פון די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" איז געווען א גליסטעניש פאר די
"אויג" פון דעם מענטש.
אבער איין מינוט ,איך פארשטיי נישט ,ווי אזוי קען זיין אז די תאוה פון עסן
פון די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" איז געווען א" :תַּ ֲאוָה לָעֵ י ַניִם" – ווי אזוי קען זיין אז די
תאוה פון עסן פון די" :עֵ ץ הַ ַּדעַ ת" איז געווען א גליסטעניש פאר די
אויג!?..
דו האסט דען אמאל געהערט אז א עסן זאל זיין געשמאק ווייל די "אויג"
קו קט דאס ָאן און ווייל די "אויג" האט דאס ליב !?..וואס איז פשט פון
דעם !?..זייט ווען דארף זיך מעסט'ן די געשמאקייט פון א עסן לויט איר
אויס זעהן!?..
אבער זעהט זיך אויס אז דאס איז טאקע געווען די מציאות דארטן ,אז די
אויג האט זיך נעבעך איין גערעדט אז די זאך וואס זעהט אויס מורא'דיג איז
טאקע באמת גוט ,אבער עס הייבט זיך דאך בעצם נישט ָאן.
און אויב מיר וואלטן טאקע אלע באמת געקענט אריין לייגן אין אונזערע
קעפ אז די אלע" :הַ בְ לֵי ע ֹולָם הַ זֶּה" איז נאר איין גרויסע "דמיון",
ס
אליעזר תולדות נעימות
דעמאלט'ס וואלט דאך אונז שוין געווען אסאך אסאך גרינגער אין" :עֲבו ַֹדת
הַ שֵּׁ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,ווייל אויב מיר ווייסן קלאר אז די אלע" :תַּ ֲאוַת ע ֹולָם הַ זֶּה"
איז דאך בעצם פאלטש ,נאר "עס זעהט אויס" מורא'דיג ,אבער בעצם איז
דאך דאס איין שטיק ליידיג'קייט ,און דאס איז דאך נאך גאר גאר "ווייט"
פון געשמאק ,דעמאלט'ס קוקט מען דאך דאס שוין ָאן מיט א אנדערע בליק
אינגאנצן.
און ממילא די כלל איז ,אז ווי שענער א זאך איז "בחיצוניות" ,אלץ ווייניגער
איז דאס "בפנימיות" ,און ווי שענער א זאך איז "בחיצוניות" ,אלץ ליידיגער
איז די אמת'ע "תכלית" פון די זאך.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך בנוגע "ניגונים" ,ווייל לאמיר דיר נאר
פרעגן אזא שאלה ,וויפיל "ניגונים" קען מען נישט זינגען נאר אויב מען
פיצט דאס צו פון אלע זייטן מיט שיינע באפיצט'ע שטיקל'עך!?..
און עס איז דאך אפילו דא היינטיגע צייטן גאר גאר אסאך "ניגונים" וואס
מען קען דאס אפילו נישט זינגען ָאן קיין מוזיק ,און וואס מיינט דאס צו
זאגן !?..וואס דארף איך וויסן ווען איך זעה אז מען קען נישט זינגען א
געוויסע ניגון ָאן קיין מוזיק !?..וואס מיינט דאס צו זאגן!?..
און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז דאס מיינט דאך צו זאגן ,אז די ניגון
פארמאגט גארנישט אין זיך ,און דאס מיינט דאך צו זאגן ,אז די ניגון זאגט
גארנישט ,נאר עס איז א ליידיגע פוסט'ע ניגון.
סא
אליעזר תולדות נעימות
יעצט וועלכע חוש דארף הנאה האבן בשעת ווען א מענטש "הערט" א
ניגון !?..און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז נאר די" :חּוׁש הַ ְּׁש ִמיעָ ה"
דארף הנאה האבן בשעת ווען א מענטש "הערט" א ניגון ,אבער וויפיל
ניגונים קען מען ליידער נישט הערן היינטיגע צייטן נאר אויב מען "זעהט"
ווי אזוי דער זינגער שטייט אין דער הייעך און זינגט דעם ניגון צוזאמען מיט
כל מיני תנועות משונות!?..
אבער איין מינוט ר' יוד ,וואס איז פשט פון דעם !?..פארוואס דארף די:
"חּוׁש הָ ְראִ יָּה" הנאה האבן בשעת ווען א מענטש "הערט" א ניגון!?..
נאר אלא מאי זעהט מען דאך שוין פון דעם ,אז עס איז דא געוויסע
פאלטש'קייטן אין "נגינה" ,עס איז דא געוויסע ניגונים וואס נאר אויב מען
זעהט דאס ..דעמאלט'ס איז דאס אינטרעסאנט.
אבער פון די אנדערע זייט איז דאך אבער אויך דא כל מיני תוכנ'דיגע ניגונים
וואס מען דארף דאס נישט דוקא זינגען ווען א זינגער שטייט אין דער הייעך
און מאכט כל מיני תנועות משונות מיט די הענט און מיט די פוס.
נאר פארקערט ,מען קען דאס זינגען בעסער ווען מען זיצט צוזאמען פרייטיג
צו נאכט'ס במסיבת מרעים ,און מען מאכט זיך צו די אויגן ,און מען זינגט
זיך אזא ווארימ'ע" :יָּ-ה אֶ כְ סֹ ף נֹ עַ ם שַׁ בָּ ת" ,און אזא ניגון איז דאך טאקע א
אמת'ע ריכטיגע הייליגע ניגון.
סב
אליעזר תולדות נעימות
אבער משא"כ ווען דו האסט א אנדערע ניגון וואס איז דאך בעצם נישט קיין
ניגון ,דעמאלט'ס דארפסטו זיך דאך גאר שטארק מוטשענען כדי דאס צו
קענען זינגען בכלל ,ווייל די ניגון איז דאך בעצם א פאלטש'ע נידריגע ניגון.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך בנוגע "שידוכים" ,ווייל וויפיל מענטשן
זאגן נעבעך ליידער אפ צענדליגע שידוכים נאר וועגן די "חיצוניות" פון די
זא ך !?..ליידער ליידער ליידער ,איי ..דער בחור איז דאך "מלא תוכן" ,און
ער איז דאך אזא גרויסע" :יְרֵ א שָׁ מַ יִם" ,און ער איז דאך אזא גרויסע בעל
מידות טובות !?..אבער אזוי גייט עס ליידער היינטיגע צייטן ,און יא ר' יוד:
"אוֹי נָא לָנּו שֶׁ כְַּך עָ לְ תָ ה בְּ יָמֵ ינּו".
אבער לאמיר נאר אריין טראכטן דא א מינוט ,ווייל וועלכע מענטש וואלט
זיך דען אפ געשטעלט ביי א מענטש וואס איז געמאכט פון פלעסטיק וואס
ליגט אינדרויסן פון א געשעפט ָאן געטוהן מיט שיינע קליידער [אלץ א
סעמּפל] און געזאגט אז דאס איז דאך טאקע באמת א "שיינע" מענטש!?..
קיינער נישט ,ריכטיג !?..ווייל דער מענטש דא איז דאך בעצם נישט קיין
מענטש ,נאר ער איז איין שטיק "פלעסטיק" ,איי ..ער האט דאך אזעלכע
שיינע קליידער !?..אבער ער אליין איז דאך פאלטש ,ווייל אונטער די שיינע
קליידער ליגט דאך נידריגע "פלעסטיק"!?..
און דאס זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך חז"ל (שבת דף :ק"ד ע"א) ,אז
וואס !?..אז" :שֶׁ קֶ ר אֵ ין ל ֹו ַרגְ ַליִם" – אז" :שֶׁ קֶ ר" האט דאך נישט קיין
"תקומה" ,און" :שֶׁ קֶ ר" איז דאך נישט קיין זאך וואס קען זיך האלטן ,אבער
משא"כ" :אֱמֶ ת" האט דאך יא א נצחיות'דיגע "תקומה" ,ווייל" :אֱמֶ ת"
מ יינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אז איך "בין" טאקע בעצם א גוטע
סג
אליעזר תולדות נעימות
מענטש !?..אבער מאש"כ" :שֶׁ קֶ ר" מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע
ווערטער ,אז איך "זעה אויס" ווי א גוטע מענטש.
און די עיקר פון א מענטש איז דאך זיין "מהות" ,און זיין אמת'ע "תוכן"
וואס ער פארמאגט אין זיך ,און דער הייליגער חידושי הרי"ם זכותו יגן
עלינו ועל כל ישראל האט דאך אונז שוין טאקע אויך געזאגט אמאל ,אז
דאס וואס א פרוי איז א" :יְרֵ א שָׁ מַ יִם" איז נאך נישט אזא גרויסע גדולה אין
א וועלט וואס מען ווייסט אז" :שֶׁ קֶ ר" איז" :שֶׁ קֶ ר" און" :הֶ בֶ ל" איז" :הֶבֶ ל",
אבער" :שֶׁ קֶ ר הַ חֵ ן וְ הֶ בֶ ל הַ יֹּפִ י" – אבער אין אזא סארט וועלט וואס" :שֶׁ קֶ ר"
האט" :חֵ ן" ,און" :הֶ בֶ ל" האט" :יֹּפִ י" ,אויב "דארטן" איז נאך אלץ דא א:
"אִ שָּׁ ה י ְִרַאת יהו-ה" ,דעמאלט'ס" :הִ יא תִ תְ הַ לָּל" – דארטן איז עס טאקע
באמת א לויב.
און די ענין פון" :שֶׁ קֶ ר הַ חֵ ן וְ הֶ בֶ ל הַ יֹּפִ י" איז דאך בעצם לאו דוקא געזאגט
געווארן פאר "פרויען" ,ווייל די ענין פון" :שֶׁ קֶ ר הַ חֵ ן וְ הֶ בֶ ל הַ יֹּפִ י" איז דאך
בעצם געזאגט געווארן פאר "מענער" אויך ,ווייל וויפיל מענטשן האבן
ליידער היינטיגע צייטן גאר שטארק ליב צו לעבן מיט" :שֶׁ קֶ ר" ,און דאס
האט ביי זיי" :חֵ ן" !?..לא עלינו ולא עליכם.
און מענטשן ווערן ליידער נתפעל היינטיגע צייטן פון "ליידיג'קייט" – און
מענטשן ווערן ליידער נתפעל היינטיגע צייטן פון פוסט'ע זאכן ,אבער
משא"כ אויב א יודיש קינד האלט זיך ָאן צו זיין אמת'ן תכלית אין לעבן
טראץ דעם וואס ער געפונט זיך אין אזא שטארקע" :ע ֹולָם הַ שֶׁ קֶ ר",
דעמאלט'ס איז ער א געלויבט'ע מענטש.
סד
אליעזר תולדות נעימות
און א מענטש וואס וויל זיין א גליקלעכ'ע מענטש אויף דער וועלט ,דארף
דאך שטענדיג זיין פארנומען מיט די אמת'ע "תכלית" פון זיין לעבן ,און
נישט מיט קיין אויף געבלאזענ'ע שטותים ,ווייל די אלע שטותים זענען דאך
ליידיגע פוסט'ע זאכן ,און דאס איז דאך בעצם די גאנצע "נסיון" פון דער
וועלט" ,זיך צו האלטן צו אונזער תכלית אין לעבן" ,און נישט ווערן נאך
געשלעפט נאך די "חיצוניות" וואס דער וועלט פארקויפט אונז ,נאר בלייבן
קאנצעטרירט אויף די" :תַּ כְ לִ ית הַ חַ יִּ ים".
און מען קען דאס אפשר געבן צו פארשטיין מיט א משל ,ווייל עס איז
געווען אמאל א מענטש וואס האט שפאצירט לעבן די ברעג פון דעם ים ,און
ער האט דעמאלט'ס פלוצלונג באמערקט גאר גאר א מאדנע בילד ,ער האט
דעמאלט'ס פלוצלונג באמערקט ,ווי א פיש כאפער שטייט מיט א גרויסע
פיש כאפער אין זיין היינט ,און אויף די שפיץ פון די פיש כאפער איז דא א
אריין געבויעט'ע "זייגער".
און ווי נאר ער האט דאס באמערקט ,האט ער זיך דאך גאר שטארק
געוואונדערט אויף דעם ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך געגעבן א פרעג דעם
פיש כאפער דארטן ,אז זאג מיר נאר הער פיש כאפער ,פארוואס דארף זיין א
"זייגער" אויף א "פיש כאפער"!?..
האט איהם דעמאלט'ס דער פיש כאפער גע'ענטפערט ,אז פארוואס
פרעגסטו מיר דא קשיות !?..דו מיינס'ט טאקע אז איך גיי דיר דא יעצט
אלעס ערקלערן אין איין מינוט!?..
סה
אליעזר תולדות נעימות
איך שטאדיר דאך שוין יארן לאנג וועגן פיש ,און דו ווילס'ט אז איך זאל דיר
יעצט אלעס אויס זאגן אין איין מינוט !?..ניין ניין ניין ,בשום אין אופן!..
האט איהם אבער דער מענטש געזאגט ,אז ..איך בעט דיר ,ביטע ..זאג מיר..
זאג מיר אויס דעם גרויסן סוד פארוואס עס איז דא א "זייגער" אויף דיין
פיש כאפער ,האט איהם דער פיש כאפער געזאגט ,אז ..גוט ,בסדר ,איך בין
דיר מסכים צו זאגן ,אבער נאר מיט איין תנאי ,און די תנאי איז ,אז דו וועסט
מיר געבן פאר דעם "אכט הונדערט דולר".
האט זיך דעמאלט'ס דער מענטש געמאכט אזא חשבון ,אז דער פיש כאפער
האט דאך געצאלט "טויזנט'ער טויזנט'ער דולארן" כדי אז ער זאל זיך קענען
אויס לערנען אזא פאך ,און איך קען דאך דאס יעצט באקומען פאר גאר א
ביליג'ן פרייז פון "אכט הונדערט דולר".
און ממילא עס לוינט זיך דאך צו באצאלן "אכט הונדערט דולר" כדי
געוואויר צו ווערן גרויסע סודות פון די פיש כאפער'ס.
און אומר ועושה ,און דער מענטש האט טאקע דעמאלט'ס גלייך ארויס
גענומען אכט הונדערט דולר פון זיין טאש ,און ער האט דאס דעמאלט'ס
גלייך דערלאנגט פאר דעם פיש כאפער ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך
געזאגט פאר דעם פיש כאפער ,אז דא האסטו דיין אכט הונדערט דולר ,און
יעצט זאג מיר אויס דעם גרויסן סוד פארוואס עס איז דא א "זייגער" אויף
דיין פיש כאפער.
סו
אליעזר תולדות נעימות
און דער פיש כאפער האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך ָאן געהויבן צו
ערקלערן דעם גאנצן ענין דא ,און דער פיש כאפער האט איהם דעמאלט'ס
געזאגט אזוי ,אז ווען דו קוקס'ט אריין אין א פיש טאנק ,דעמאלט'ס וועסטו
דאך שטענדיג זעהן אז די פיש זענען עפעס זייער אום רואיג ,און זיי
שווימען א גאנצן טאג אהין און צוריק נערוועזערהייט ,און זיי זעהען דאך
שטענדיג אויס זייער זייער נייגעריג.
און ווען די גרויסע פראפעסאר'ן האבן דאס געזעהן ,האב זיי זיך דאך גאר
שטארק געוואונדערט אויף דעם ,און זיי האבן דעמאלט'ס אלע געטראכט,
אז פארוואס טאקע זענען די פיש אין וואסער אזוי נערוועז און אזוי אום
רואיג און אזוי נייגעריג !?..וואס פעלט זיי דען דארטן !?..די פיש האבן
דאך גענוג וואסער צו טרינקען ,און זיי האבן דאך אויך גענוג עסן ,און
ממילא פארוואס זענען די פיש אין וואסער אזוי ָאן געצויגן!?..
ביז די גרויסע פראפעסאר'ן זענען ענדליך צו געקומען צו די מסקנא ,אז די
סיבה פארוואס די פיש אין וואסער זענען ָאן געצויגן איז" ,ווייל זיי האבן
דאך נישט קיין זייגער" ,און ווען איינער דרייט זיך ארום ָאן קיין זייגער א
גאנצע טאג און א גאנצע נאכט ,איז דאך דאס דאך ממש" :יִּסּורֵ י אִ ּיוֹב".
און ממילא וועגן דעם איז איין געפאלן פאר די פיש כאפער'ס א מורא'דיגע
געדאנק ,און דאס איז ,אז מען וועט ארויף לייגן א "זייגער" אויף אונזערע
פיש כאפער'ס ,און ווען די פיש וועלן זעהן א "זייגער" ,וועלן זיי דאך
דעמאלט'ס אלע גלייך קומען צו לויפן כדי צו זעהן וויפיל אזייגער עס איז,
און אזוי וועלן מיר זיי אלע קענען אריין כאפן אין אונזער נעץ אריין.
סז
אליעזר תולדות נעימות
און ווען דער מענטש האט דאס געהערט ,האט ער זיך דעמאלט'ס גלייך
געגעבן א צו שריי ,אז פאר אזא נאריש'ע "שטות" האב איך יעצט באצאלט
"אכט הונדערט דולר" !?..כדי געוואויר צו ווערן אזא נאריש'ע שטות!?..
זאג מיר נאר הער פיש כאפער ,וויפיל פיש האסטו שוין מצליח געווען צו
כאפן אויף דעם סארט אופן!?..
האט איהם דער פיש כאפער גע'ענטפערט ,אז "דו" ביזט דער "אכט'ער"
פיש וואס איך האב שוין מצליח געווען צו כאפן אויף דעם סארט אופן!..
און די מוסר השכל פון דעם איז ,אז יא יא ר' יוד ,דו האסט טאקע געזעהן א
מורא'דיגע בילד ,און דו האסט טאקע געזעהן א שיינע מענטש מיט שיינע
קליידער וואס איז שוין אפילו געגאנגען שטאדיר'ן ,אבער דו ביזט דער
"אכט'ער" פיש וואס איז אריין געכאפט געווארן אין דעם נעץ אריין ,און דו
האסט גארנישט פארדינט פון דעם גאנצן געשעפט דא ,און דו האסט
גארנישט געכאפט דא – און דו ביזט בכלל נישט קלוגער געווארן דא.
נאר פארקערט ,מען האט "דיר" געכאפט ,און דו ביזט גאר געכאפט געווארן
דא ,און דאס איז אלעס געשעהן ווייל דו ביזט נאך געשלעפט געווארן נאך
די "חיצוניות" פון דער וועלט ,און דו ביזט געווארן "נייגעריג" צו וויסן
נאך" :הַ בְ לֵי ע ֹולָם הַ זֶּה".
און יא ר' יוד ,אזוי זעהט אויס די וועלט ,די וועלט שרייט דאך שטענדיג ,און
די וועלט גלאנצ'ט דאך שטענדיג ,אבער דאס איז דאך אלעס נאר כדי אונז
אריין צו כאפן אין דעם נעץ וואס הייסט "חיצוניות" און אונז דער ווייטער'ן
פון דעם אמת'ן תכלית פארוואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט.
סח
אליעזר תולדות נעימות
און וואס איז די חילוק צווישן א לעבעדיגע מענטש און א טויט'ע
מענטש !?..און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז די חילוק צווישן א
לעבעדיגע מענטש און א טויט'ע מענטש איז ,אז א לעבעדיגע מענטש האט
דאך א" :נְשָׁ מָ ה" ,אבער משא"כ א טויט'ע מענטש האט דאך שוין נישט
קיין" :נְשָׁ מָ ה".
און אויב א מענטש ווערט באהאפט'ן צו די "חיצוניות" פון א זאך,
דעמאלט'ס איז ער דאך ממש אזוי ווי א טויט'ע מענטש ,ווייל וואס איז א
"מענטש" !?..א "מענטש" האט דאך אין זיך צוויי חלקים.
א) א מענטש האט דאך אין זיך א" :נְשָׁ מָ ה".
ב) און א מענטש האט דאך אויך אין זיך א" :גּוף".
און אויב ביזטו זיך נאר מדבק אין די אלע "גופניות'דיגע" זאכן ,דעמאלט'ס
ביזטו דאך ממש א טויט'ע מענטש ,און דו ביזט דאך דעמאלט'ס ממש אזוי
ווי א טויט'ע מענטש וואס עס פעלט איהם אינגאנצן די "פנימיות'דיגע"
חלק פון די" :נְשָׁ מָ ה".
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע זייער גוט ,אז ווען א מענטש גייט
אוועק פון דער וועלט ,דעמאלט'ס פראבירן זיך דאך ָאן צו כאפן אין איהם
די "חיצוניים" ,אבער איין מינוט ר' יוד ,פארוואס טאקע פראבירן די
"חיצוניים" זיך ָאן צו כאפן אין דעם נפטר!?..
סט
אליעזר תולדות נעימות
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל די חלק "הפנימי" פון דעם מענטש פעלט
דאך איהם שוין דעמאלט'ס ,און ממילא וועגן דעם פראבירן דעמאלט'ס די
"חיצוניים" זיך ָאן צו כאפן אין דעם מענטש.
און א "דבר חיצוני" האט דאך נישט קיין שום "נצחיות" ,ווייל א "דבר
חיצוני" גייט דאך אוועק נאך א שטיק צייט ,און א "דבר חיצוני" איז דאך
אזוי ווי א "שאלעכטץ" וואס שיילט זיך אפ פון א פרוכט.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם ,אז א מענטש וואס איז פארנומען מיט
"חיצוניות" א גאנצן טאג ,איז דאך בעצם א טויט'ע מענטש ,ווייל ער איז
דאך שטענדיג נאר פארנומען מיט א טויט'ע זאך.
ווייל די" :גּוף" אליין איז דאך בעצם א טויט'ע זאך ,און ..והא ראי' ,ווייל
ווען מען לייגט איר אריין אין קבר נאך הונדערט און צוואנציג יאר,
דעמאלט'ס בלייבט זי דארטן ,און זי קען דעמאלט'ס גארנישט טוהן.
ווייל א מענטש איז דאך נאר צוזאם געשטעלט פון הויט און ביין ,און א
מענטש קען דאך בעצם גארנישט טוהן ָאן דעם וואס די" :נְשָׁ מָ ה" זאל איהם
העלפן ,ווייל נאר דורך דעם וואס די" :גּוף" פארמאגט א" :נְשָׁ מָ ה" [וואס
די" :נְשָׁ מָ ה" איז דאך א" :חֵ לֶק אֱֹלקַ י ִממַּ עַ ל"] קען זי זיך רירן דורך דעם און
טוהן כל מיני זאכן ,און ממילא אויב א מענטש איז שטענדיג פארנומען מיט
דעם" :גּוף" ,דעמאלט'ס איז ער דאך ממש אזוי ווי א טויט'ע מענטש וואס
איז דאך נאר" :כָּל כֻּּל ֹו גּוף".
ע
אליעזר תולדות נעימות
אבער משא"כ אויב א מענטש איז שטענדיג פארנומען מיט זיין אמת'ן
"תכלית" פארוואס ער איז אראפ געקומען אויף דער וועלט וואס גייט זיך
דאך ציען" :לְ עוֹלְ מֵ י עַ ד ּולְ נֵצַ ח נְצָ ִחים" ,דעמאלט'ס איז ער דאך א לעבעדיגע
מענטש ,ווייל ער איז דאך שטענדיג פארנומען מיט פנימיות'דיגע זאכן וואס
האט דאך א אייביג'ע "קיום".
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך ,אז די "נאמען" פון א מענטש איז
דאך די "מהות" פון א מענטש ,און אויב מען לייגט אמאל צו א נאמען צו א
מענטש ,ווערט דעמאלט'ס דער מענטש א נייע "מהות".
און דורך דעם וואס מען לייגט אמאל צו א נאמען פאר א מענטש ,קען מען
אמאל דורך דעם פועל'ן גאר א גרויסע "ישועה" פאר דעם מענטש ,ווייל
אויב מען טויש'ט די "נאמען" פון א מענטש ,דעמאלט'ס ווערט ער דאך א
אנדערע מענטש דורך דעם ,און אויב מען טויש'ט די "נאמען" פון א
מענטש ,ווערט דאך דעמאלט'ס דער מענטש א נייע סארט "מהות".
און עס איז דאך בעצם נישט דא קיין גרעסער'ע "קשר" צו א מענטש ווי זיין
אייגענ'ע פריוואט'ע "נאמען" ,און עס איז דאך שוין טאקע אויך באקאנט
פאר א יעדעם איינעם ,אז ווען א מענטש שלאפט גאר א טיפע שלאף ,קען
מען איהם אבער נאך אלץ גאר שנעל אויף וועקן דורך דעם וואס מען רופט
איהם ביי זיין "נאמען".
ווייל ווען מען רופט די "נאמען" פון א מענטש ,דעמאלט'ס רופט מען דאך
די "מהות" פון דעם מענטש ,און ווען מען רופט די "נאמען" פון א מענטש,
דעמאלט'ס רופט מען דאך די" :נְשָׁ מָ ה" פון דעם מענטש.
עא
אליעזר תולדות נעימות
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין מדרש ,אז די מלחמה פון
יעקב און עשיו איז געווען אויף "חיצוניות" מיט "פנימיות" ,ווייל עשיו איז
דאך געבוירן געווארן" :כֻּּל ֹו כְּ אַ ֶּד ֶרת שֵׂ עָ ר" ,און יא ר' יוד ,דאס איז געווען די
גאנצע "עשיו" ,די גאנצע "עשיו" איז נישט געווען מער ווי "איין גרויסע
האריג'ע מאנטל" ,איין שטיק "האריג'ע מאנטל" – איין שטיק "חיצוניות".
און יא ר' יוד ,עשיו איז דאך געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" – עשיו איז דאך געווען
א מענטש פון אינדרויסן ,און עשיו איז דאך געווען א" :אִ יׁש ִחיצ ֹונִי".
אבער :וְ ַיעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם "יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" – אבער יעקב אבינו איז דאך געווען
ִימי" ,און יעקב אבינו איז דאך שטענדיג געווען פארנומען מיט
א" :אִ יׁש פְּ נ ִ
"פנימיות".
און עד כדי כך גייט דער ענין ..אז ווען יעקב אבינו האט זיך אמאל געוואלט
מאכן ווי "עשיו" ביי די מעשה פון די "ברכות" ,האט ער דעמאלט'ס גלייך
צו גענומען פון עשיו זיינע "בגדים" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע
בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה (קפיטל כ"ז פסוק ט"ו) ,אז ווען רבקה
אמינו האט געוואלט אז יעקב אבינו זאל אויס זעהן ווי עשיו ביי די מעשה
פון די "ברכות" ,האט זי דעמאלט'ס גלייך גענומען :אֶ ת "בִּ גְ ֵדי" עֵ שָׂ ו בְּ נָּה
הַ ָּגדֹל הַ חֲמֻ דֹת ,און זי האט דאס דעמאלט'ס ָאן געטוהן פאר איר זוהן יעקב.
ווייל זי האט דאך שוין גאנץ גוט געוואוסט ,אז נאר אזוי וועט יצחק אבינו
שפירן אז מען האנדל'ט טאקע דא פון "עשיו" ,ווייל אויב יצחק אבינו וועט
שפירן "חיצוניות" ,וועט ער דאך שוין דעמאלט'ס גלייך פארשטיין אז מען
רעדט טאקע דא פון "עשיו" וואס איז דאך געווען איין שטיק "חיצוניות".
עב
אליעזר תולדות נעימות
און עס איז דאך שוין טאקע אויך באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז דער
הייליגער רבי רבי בונם פון פשיסחא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האט
דאך שוין טאקע אמאל געזאגט ,אז די וועלט מיינט אז עשיו איז געגאנגען
ָאן געטוהן ווי עפעס א שיגץ פון גאס ,אבער ..ניין ,עס איז דאך נישט אמת,
יימל אּון ִמיט
וזלה"ק ,ווייל" :עֵ שָׂ ו אִ יז גֶעגַא ְנגֶען ָאן גֶעטּוהן ִמיט ַא ְׁש ְטרֵ ְ
ָאקן אּון עֶ ר הָ אט גֶעוֵויינְט בַּ יי שָׁ לוֹׁש סְ עּודוֹת ּתו ָֹרה"!..
וַוייסֶ ע ז ְ
און יא ר' יוד ,דער עשיו האט זיך געמאכט ווי א גרויסער "צדיק" ,אזוי ווי
מען זעהט דאך שוין טאקע בפירוש סוף פרשה ,אז עשיו האט נאך אמאל
חתונה געהאט ביי די "פערציג יאר" ,ווייל ער האט דאך געזאגט ,אז "די
טאטע האט דאך אזוי געטוהן" ,און די טאטע יצחק האט דאך אויך חתונה
געהאט ביי די "פערציג יאר".
אבער די אנדערע זאכן וואס זיין טאטע האט געטוהן ..איז איהם בכלל נישט
ָאן געגאנגען ,און די אנדערע זאכן וואס זיין טאטע האט געטוהן האט ער
בכלל נישט נאך געטוהן ,נאר ער האט געשפילט א פאלטש'ע
"חיצוניות'דיגע" שפיל.
און מיר האבן דאך שוין טאקע אויך דערמאנט פריער ,אז די "נאמען" פון א
מענטש איז דאך די "מהות" פון א מענטש ,און דאס איז דאך טאקע אויך
געווען די כוונה פון יעקב אבינו בשעת ווען ער האט זיך געשלאגן מיט די:
"שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" ,ווייל יעקב אבינו האט דאך דעמאלט'ס געוואלט
פארשטיין פון דעם" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" וואס זיין כח איז ,און יעקב אבינו האט
דעמאלט'ס געוואלט פארשטיין פון דעם" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" ווי אזוי עס קען
זיין אז זיינע אייניקל'עך [וואס וועלן שפעטער ָאן קומען אין :גָלּות "אֱדוֹם"]
עג
אליעזר תולדות נעימות
וועלן אזוי שטארק אראפ פאלן מיט אזעלכע ביטער'ע נסיונות ,ווי אזוי וועט
דאס פאסירן !?..און ווי אזוי וועלן אזוי פיל יודישע קינדער אוועק פאלן:
"בְּ ַאח ֲִרית הַ י ִָּמים"!?..
און יעקב אבינו האט טאקע דעמאלט'ס געפרעגט דעם" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו",
"שמֶ ָך" – אז זאג מיר נאר הער" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" ,וואס איז
אז :הַ גִּ ָידה נָּא ְׁ
דיין "מהות" !?..זאג מיר אויס דיין סוד ,ווער "ביזטו"!?..
האט איהם דעמאלט'ס דער" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" גע'ענטפערט ,אז מיין "מהות"
איז ,דאס אז" :לָמָּ ה זֶּה תִּ ְׁשַאל לִ ְׁש ִמי" – דאס אז פארוואס קוקסטו אויף א
"מהות" !?..לעב נישט מיט קיין "מהות" !..און טראכט נישט פון קיין
"מהות" !..און טראכט נישט פון דעם אמת'ן "תכלית" פון דעם לעבן !..נאר
לעב א "חיצוניות'דיגע" לעבן ,רח"ל.
יעצט לאמיר פארשטיין טייערע יודן ,וואס איז די אמת'ע "תכלית" פון א
"עסנווארג" !?..די אמת'ע תכלית פון א עסנווארג איז דאך ,פשוט ..אז די
עסן דארף דיר געבן געזונט'ע ווייטימינען ,און די עסן דארף דיר געבן "כח"
כדי צו קענען דינען דעם הייליגן באשעפער ,און די עסן זעטיג'ט דאך אויך
א מענטש ,און דאס איז דאך טאקע די "מטרה" פון די עסן.
און פארשטייט זיך אז עס איז אויך דא די ענין פון מתקן זיין די "ניצוצות"
פון די "נשמות" וואס ליגן אין די עסן ,אבער מיר רעדן דאך נאר יעצט דא
פשוט פשט ,און ממילא די פשוט'ע "תכלית" פון די עסן איז ,צו "זעטיג'ן"
א מענטש און צו געבן "כח" פאר דעם מענטש.
עד
אליעזר תולדות נעימות
אבער עס איז דאך אויך דא אנדערע חלקים "חיצוניים" פון די עסן ,ווייל עס
איז דאך דא נאך חלקים אין דעם ענין פון "אכילה" ,ווי למשל ,די "טעם" –
אז די עסן האט גאר א גוט'ן "טעם" ,אבער דאס איז דאך נישט די "תכלית"
פון די עסן ,נאר עס איז אויך א גוטע זאך אז די עסן האט גראדע אויך א
גוטע "טעם" ,און עס איז דאך אויך דא די חלק פון די "אויס זעהן" פון די
עסן – אז די עסן איז שיין איין געדרייט ,און דאס גלייכן ,און דאס איז דאך
שוין נאך מער "חיצוניות'דיג" ,אבער וואס איז די ווייט'סטע חלק פון
"חיצוניות" אין עסן!?..
די ווייט'סטע חלק פון "חיצוניות" אין עסן איז ,די "קאליר" פון די עסן,
ווייל אויב א מענטש עסט נאר א געוויסע מאכל ווייל עס איז א געוויסע
"קאליר" ,דעמאלט'ס איז ער דאך שוין פשוט נישט נארמאל ,ווייל דו ווייסט
ווי חיצוניות'דיג דו ביזט!?..
פאר דעם עסט מען !?..ווייל עס האט א שיינע "קאליר" !?..און וועלכע
קאליר ציט גאר גאר שטארק א מענטש !?..איז די מבינים זאגן ,אז די קאליר
"רויט" ציט גאר שטארק א מענטש.
יעצט ווען עשיו קומט אהיים הונגעריג ,געבט ער זיך דעמאלט'ס א רוף ָאן
צו יעקב ,אז געב מיר נאר אהער דעם" :הָ ָאדֹם הָ ָאדֹם" הַ זֶּה – געב מיר נאר
אהער יענע "רויטע רויטע" זאך ,ווייל" :הָ ָאדֹם הָ ָאדֹם" הַ זֶּה – ווייל עס איז
דאך גאר גאר שטארק "רויט" ,און איך האב דאך גאר גאר שטארק ליב
"רויטע" עסן ,האט דעמאלט'ס יעקב אבינו געזאגט ,אז וואס !?..דו עסט א
עסנווארג ווייל עס איז "רויט"!?..
עה
אליעזר תולדות נעימות
און דא ..האט שוין יעקב אבינו געהערט א נייע זאך ,ווייל יעקב אבינו האט
דאך דא געהערט ,אז ער האט א ברודער וואס עסט א עסנווארג ווייל עס
האט א "רויטע" קאליר ,און ווי נאר יעקב אבינו האט דאס געזעהן ,האט ער
דעמאלט'ס גלייך געזאגט פאר עשיו ,אז ..ברודער מיינע ,דו האסט מיר
יעצט מגלה געווען וואס דיין "מהות" איז ,דיין "מהות" איז" ,קאליר" –
דיין מהות איז "חיצוניות".
און ממילא וועגן דעם" :עַ ל כֵּן קָ ָרא ְׁשמ ֹו אֱדוֹם" – און ממילא וועגן דעם
האט איהם דעמאלט'ס יעקב אבינו געגעבן דעם נאמען" :אֱדוֹם" – רויט,
ווייל יא עשיו ,דאס ביזטו ,דו ביזט איין שטיק "חיצוניות" ,און דער
הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין
פרשת וישלח (קפיטל ל"ו פסוק א') ,אז" :וְ אֵ לֶּה תֹּ לְ דוֹת עֵ שָׂ ו הּוא אֱדוֹם" –
אז" :עֵ שָׂ ו" איז" :אֱדוֹם"!..
ווייל יא ר' יוד ,דאס איז די "מהות" פון "עשיו" ,די "מהות" פון "עשיו" איז
"קאליר" – די "מהות" פון עשיו איז "חיצוניות" און פאלטש'קייט ,און
ממילא וועגן דעם וועסטו טאקע באקומען דעם נאמען" :אֱדוֹם" – רויט,
ווייל יא עשיו ,דאס ביזטו ,דו ביזט איין שטיק "חיצוניות".
און נישט נאר דיר ,נאר אלע דיינע קינדער און אייניקל'עך און אור
אייניקל'עך עד סוף כל הדורות וועלן טראגן דעם נאמען" :אֱדוֹם" ,ווייל
אלע גוים אויף דער וועלט לעבן דאך א "חיצוניות'דיגע" לעבן ,און די
גאנצע גאס איז דאך נאר איין שטיק "חיצוניות" ,און עס גייט דאך זיי בעצם
בכלל נישט ָאן זייער "תכלית" פארוואס זיי זענען אראפ געקומען אויף דער
וועלט.
עו
אליעזר תולדות נעימות
און ווען יעקב אבינו האט געזעהן אז זיין ברודער עשיו איז נאר פארנומען
מיט "חיצוניות" ,האט ער איהם דעמאלט'ס גלייך געגעבן א זאג ,אז געב
מיר נאר אהער דיין" :בְּ כֹ ָרה" ,ווייל פארוואס דארפסטו דען האבן דיין:
"בְּ כֹ ָרה" !?..דו ביזט דאך סיי ווי סיי שטענדיג נאר פארנומען מיט
"חיצוניות"!?..
און עשיו האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך נאך דעם קלאר ארויס געזאגט
מיטן פיל'ן מויל ,אז יא מיין ברודער יעקב ,איך בין א מענטש וואס איז
שטענדיג פארנומען מיט" :שֶׁ קֶ ר" ,און איך בין א מענטש וואס איז שטענדיג
פארנומען מיט "חיצוניות" ,און יא מיין ברודער יעקב ,איך בין א :אִ יׁש
"י ֵֹדעַ " צַ יִד – איך פארשטיי אז "חיצוניות" איז די זאך ,און איך פארשטיי
גוט אז א שטיקל פלייש איז די זאך ,און" :הִ נֵּה ָאנֹ כִ י ה ֹולְֵך לָמּות" – און איך
בין דאך שטענדיג פארנומען מיט די סארט וועלט וואס איז" :ה ֹולְֵך לָמּות" –
און איך בין דאך שטענדיג פארנומען מיט די סארט וועלט וואס איז א
"טויט'ע פגר" בלי נשמה ,און ממילא" :וְ לָמָּ ה זֶּה לִ י בְּ כֹ ָרה" – און ממילא
פארוואס דארף איך דען האבן א וועלט וואס האט א "מהות"!?..
און דאס איז דאך די זעלבע סארט" :לָמָּ ה" וואס די" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" האט
געזאגט פאר יעקב אבינו ,ווייל די" :שַׂ ר ֹו שֶׁ ל עֵ שָׂ יו" האט דאך אויך געזאגט
פאר יעקב אבינו ,אז :לָמָּ ה זֶּה תִּ ְׁשַאל "לִ ְׁש ִמי" – אז פארוואס דארף מען זיין
פארנומען מיט א "מהות" פון א זאך !?..און פארוואס דארף מען זיין
פארנומען מיט די "תכלית" פון א זאך !?..נעם דיר די "מהות" ,ווייל איך
דארף דאך דאס נישט האבן.
עז
אליעזר תולדות נעימות
און דער זעלבע געדאנק ווערט דאך שוין טאקע אויך דערמאנט אין פרשת
וישלח ,ווייל ווען יעקב אבינו האט געשיקט א מתנה פאר זיין ברודער עשיו,
האט ער דעמאלט'ס ָאן געזאגט פאר די מלאכים דארטן ,אז" :וְ ֶרוַח תָּ ִׂשימּו
בֵּ ין עֵ ֶדר ּובֵ ין עֵ ֶדר" – אז ענק זאלן לאזן ליידיג פלאץ צווישן איין מתנה און
דעם צווייטן ,איי וועסטו אבער פרעגן ,אז פארוואס האט דאס געפעלט!?..
ענטפערט אונז אויף דעם רש"י הק' דארטן אויפן פלאץ א מורא'דיגע תירוץ,
און רש"י הק' זאגט אונז דארטן ,אז די סיבה פארוואס יעקב אבינו האט
געהייסן פאר די מלאכים אז זיי זאלן לאזן ליידיג פלאץ צווישן איין מתנה
און דעם צווייטן איז געווען" :כְּ ֵדי לְ הַ ְׂשבִּ יעַ עֵ ינ ֹו שֶׁ ל אוֹת ֹו ָרשָׁ ע" – כדי ָאן צו
זעטיג'ן די "אויג" פון עשיו הרשע ,ווייל ווען עשיו וועט זעהן אז עס איז דא
ליידיג פלאץ צווישן איין מתנה און דעם צווייטן ,וועט ער דאך דעמאלט'ס
זאגן ,אז ָאה ַאה ..מסתמא איז די מתנה גאר גאר א גרויסע מתנה ,און ממילא
וועגן דעם שיקט מען דאס אין גאר אסאך חלקים.
אבער לאמיר זיך אפ שטעלן דא א מינוט ,און לאמיר זיך דא אליין פרעגן די
שאלה ,ווען עס קומט אמאל ָאן צו א מענטש גאר גאר א גרויסע מתנה ,און
דער מענטש זעהט דעמאלט'ס גלייך אז די מתנה איז ָאן געפילט מיט לופט,
איז וועלכע נער וועט נישט כאפן אז דאס איז איין גרויסע "שטות" !?..און
וועלכע נער וועט נישט באמערקן אז די מתנה איז בעצם פוסט און
ליידיג!?..
אבער דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס יעקב אבינו האט געהייסן אז
מען זאל לאזן ליידיג פלאץ צווישן איין מתנה און דעם צווייטן ,ווייל יעקב
אבינו האט דאך שוין גאנץ גוט געקענט זיין ברודער עשיו ,און יעקב אבינו
עח
אליעזר תולדות נעימות
האט דאך שוין גאנץ גוט געוואוסט ,אז זיין ברודער עשיו ווערט זַאט פון
"לופט" ,און יעקב אבינו האט דאך שוין גאנץ גוט געוואוסט ,אז זיין
ברודער עשיו ווערט זַאט פון א גרויסע "בלון" – אז זיין ברודער עשיו
ווערט זַאט פון" :שֶׁ קֶ ר".
און ממילא וועגן דעם האט ער איהם טאקע דעמאלט'ס צו געשטעלט א
מתנה וואס איז ָאן געפילט מיט "לופט" ,ווייל ער האט דאך שוין גאנץ גוט
געוואוסט ,אז עשיו עסט נישט מיטן "מויל" ,נאר עשיו עסט מיט זיין
"אויג".
און דאס מיינט טאקע רש"י הק' מיט די ווערטער :כְּ ֵדי לְ הַ ְׂשבִּ יעַ "עֵ ינוֹ" שֶׁ ל
אוֹת ֹו ָרשָׁ ע ,ווייל יא ר' יוד ,דאס איז געווען דער עשיו הרשע ,עשיו הרשע
איז געווען א מענטש וואס איז געווארן זַאט פון ליידיג'קייט.
און מיט דעם געדאנק קענען מיר דאך שוין טאקע אויך פארשטיין דעם
מאמר חז"ל וואס חז"ל (תענית דף :ה' ע"א) זאגן דאך אונז שוין ,אזַ " :יעֲקֹ ב
ָאבִ ינּו ֹלא מֵ ת" – אז יעקב אבינו איז נישט "געשטארבן" ,ווייל יעקב אבינו
האט דאך געלעבט א לעבן פון "פנימיות" ,וואס דאס איז דאך ,א לעבן וואס
שטארבט קיינמאל נישט ,און יעקב אבינו האט דאך געלעבט א לעבן וואס
איז געווען פונקט דאס פארקערט'ע פון :הִ נֵּה ָאנֹ כִ י "ה ֹולְֵך לָמּות".
און די וועלט זאגט דאך שוין טאקע אויך נאך א גוט ווערטל ,אז אויף
וועלכע געטראנק קען מען זאגן" :לְ חַ יִּ ים" !?..און די תירוץ אויף דעם איז
דאך ,אז אויף "בראנפן" קען מען זאגן" :לְ חַ יִּ ים" ,איי וועסטו אבער פרעגן,
עט
אליעזר תולדות נעימות
אז פארוואס דוקא אויף "בראנפן" !?..פארוואס קען מען נישט זאגן:
"לְ חַ יִּ ים" אויף אנדערע סארטן געטראנקען!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז דו ווייסט אויף וואס מען קען זאגן:
"לְ חַ יִּ ים" !?..מען קען נאר זאגן" :לְ חַ יִּ ים" אויף אזא סארט געטראנק וואס
ווען דו לייגס'ט איהם אריין אין א פריזער ..ווערט ער נישט פאר פרוירן ,נאר
אויף אזא איינעם קענסטו זאגן" :לְ חַ יִּ ים".
אבער אויף אזא איינער וואס ווערט נאך געשלעפט נאך זיין "חיצוניות"
בשעת ווען ער געפונט זיך אין פריזער ..און ער ווערט אייז ,אויף אזא איינער
קענסטו שוין נישט זאגן קיין" :לְ חַ יִּ ים".
און מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז ווען מען לייגט אריין "בראנפן"
אין א פריזער ,דעמאלט'ס ווערט עס נישט אייז ,און עס ווערט נישט
דעמאלט'ס נאך געשלעפט נאך די" :רּוחַ הַ ִחיצ ֹונִי" ,נאר ער בלייבט וואס ער
איז ,און ער בלייבט זיין "מהות" – און ער בלייבט "בראנפן".
און דו ביזט גערעכט טאקע אז ער האט "הנאה" פון די קעלט ,און עס האט
א "השפעה" אויף איהם ,און ער ווערט טאקע קאלט ,אבער ער טוישט
קיינמאל נישט זיין עצם "מהות" ,און ער בלייבט שטענדיג רינענ'דיג ,און
נאר אויף אזא איינעם קענסטו זאגן" :לְ חַ יִּ ים".
ווייל מיר וואונטש'ן זיך אלע צו קענען זוכה זיין צו לעבן א "לעבן" וואס
איז "מלא פנימיות" ,און מיר וואונטש'ן זיך אלע צו קענען זוכה זיין צו לעבן
פ
אליעזר תולדות נעימות
מיט אונזער "תכלית" פארוואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט,
און מיר ווילן נישט ח"ו נאך געשלעפט ווערן נאך די "חיצוניים" חלילה.
און ווען יעקב אבינו איז זיך טאקע באמת מדבק אין זיין "תכלית" פארוואס
ער איז אראפ געקומען אויף דער וועלט ,קען ער דעמאלט'ס אויך זוכה זיין
צו די ברכות פון "עשיו" אויף "דער וועלט".
ווייל איינער וואס לעבט מיט זיין אמת'ן "תכלית" אויף דער וועלט ,האט
אויך הנאה פון דער וועלט ,אבער אזא איינער וואס לעבט נאר מיט דער
וועלט ,האט אפילו נישט דער וועלט אויך נישט.
"מ ִריבִ ים" בְּ ַנ ֲחלַת ְׁשנֵי
און ממילא דאס איז פשט פון די ווערטער :הָ יּו ְ
ע ֹולָמוֹת ,ווייל יא ר' יוד ,יעקב און עשיו האבן זיך טאקע גע'קריגט אויף
ביידע וועלט'ן ,איי וועסטו אבער פרעגן ,אז וואס הייסט !?..ווי אזוי קען
דאס זיין !?..אויב יעקב אבינו וויל" :ע ֹולָם הַ בָּ א" און עשיו וויל" :ע ֹולָם
הַ זֶּה" ,דעמאלט'ס איז דאך נישט דא פארוואס צו קריגן ,ווייל א יעדער
איינער וויל דאך א אנדערע זאך!?..
אבער די תירוץ אויף דעם איז ,אז ..ניין ,עס איז דאך נישט אמת ,ווייל ווער
האט סוף כל סוף באקומען די ברכות פון יצחק אויף "דער וועלט" אז עס
זאל איהם זיין אלע גוטע השפעות אויף "דער וועלט"" !?..יעקב".
און וואס האט עשיו געזאגט ווען ער האט אויס געפונען אז זיין ברודער
יעקב האט איהם בא'גאנבע'ט די ברכות !?..עשיו האט דעמאלט'ס זאגט ,אז
מיין ברודער יעקב האט דאך מיר שוין בא'גאנבע'ט די צווייטע מאל ,ווייל
פא
אליעזר תולדות נעימות
די ערשטע מאל האט ער מיר דאך בא'גאנבע'ט די" :בְּ כֹ ָרה" ,און יעצט האט
ער מיר דאך שוין אויך צו געגאנבע'ט מיינע "ברכות".
אבער איין מינוט הער עשיו ,וואס הייסט אז יעקב האט דיר צו גע'גאנבע'ט
די" :בְּ כֹ ָרה" ,דו האסט דאך דאס איהם אוועק געגעבן מיט דיין אייגענעם
ווילן !?..און ממילא פארוואס זאגסטו מיר דא אז יעקב האט דיר שוין
בא'גאנבע'ט די צווייטע מאל !?..עס איז דאך נישט אמת ,ווייל ער האט
דאך דיר נאר איין מאל בא'גאנבע'ט ,ווייל די" :בְּ כֹ ָרה" האסטו דאך איהם
אליין אוועק געגעבן מיט דיין אייגענעם ווילן!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז עשיו האט שפעטער אויס געפונען אז דער
וואס איז דבוק אין זיין "תכלית" אויף דער וועלט האט סוף כל סוף "דער
וועלט" אויך ,און ממילא" :הָ יּו ְמ ִריבִ ים בְּ ַנחֲלַת ְׁשנֵי ע ֹולָמוֹת" – און ממילא
יעקב און עשיו האבן זיך טאקע געקריגט אויף "ביידע וועלט'ן" ,ווייל עשיו
האט דאך שפעטער אויס געפונען אז ער האט אפילו נישט דער וועלט אויך
נישט.
און מיר דארפן דאך טאקע אלע אויך וויסן ,אז אפילו אין" :עֲבו ַֹדת הַ שֵּׁ ם
יִתְ בָּ ַרְך" אליין איז דאך אויך דא גאר אסאך מענטשן וואס כאפן נאר ָאן די
"חיצוניות" פון די מצוה ,און מען לאזט ליידער אויס די גאנצע "פנימיות"
פון די מצוה.
אבער מיר דארפן דאך אלע וויסן ,אז א ערליכע יוד לעבט מיט זיין אמת'ן
"תכלית" אויף דער וועלט אלע זיינע טעג ,און ער פארגעסט נישט פון דעם
קיין איין מינוט.
פב
אליעזר תולדות נעימות
און דאס איז דאך די" :אֱמֶ ת" וואס די ספרים הק' רופן ָאן" :אֱמֶ ת ַלא ֲִמּתוֹ" –
און דאס איז דאך די" :אֱמֶ ת" וואס די ספרים הק' רופן ָאן" :אֱמֶ ת בְּ תוְֹך
הָ אֱמֶ ת" ,ווייל א יעדער איינער שרייט דאך שטענדיג היינטיגע צייטן אז ביי
זיי איז דא די" :אֱמֶ ת" ,און עס קען טאקע זיין אז זיי זענען גערעכט ,ווייל עס
שטייט דאך שוין פון צדיקים ,אז דער אייבערשטער ווייזט דאך שטענדיג
פאר א יעדן צדיק אז זיין וועג איז די אמת'ע וועג.
אבער ועל כולם ..איז דאך אבער דא איין אמת וואס איז" :אֱמֶ ת ַלא ֲִמּתוֹ" –
אבער ועל כולם ..איז דאך אבער דא איין אמת וואס איז א" :אֱמֶ ת בְּ תוְֹך
הָ אֱמֶ ת" ,ווייל די ריכטיגע אמת'ע תכלית פון א מענטש אויף דער וועלט איז
דאך נאר איין זאך ,און דאס איז ,צו זיין דבוק אין דעם הייליגןּ" :תו ַֹרת
אֱמֶ ת" ,וואס אין דעםּ" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ליגט דאך באהאלטן דער הייליגער:
"מקוֹר הָ אֱמֶ ת".
"יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" וואס איז דאך דיְ :
און מיר בעטן דאך שוין טאקע אלע אויך ווייטער דעם הייליגן באשעפער,
אז" :הַ כֶּר נָא ְדבַ ר אֱמֶ ת" – אז מיר זאלן שוין טאקע אלע קענען זוכה זיין צו
קענען דערקענען אין דעם נידריג'ן וועלט וועלכע זאך געהערט צום הייליגן:
"יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת" ,און וועלכע זאך נישט ,און מיר זאלן שוין טאקע אלע
קענען זוכה זיין צו זיין פארנומען מיט אונזער "תכלית" פארוואס מיר זענען
אראפ געקומען אויף דער וועלט ,און מיר זאלן שוין טאקע אלע קענען זוכה
זיין צו זיין דבוק אין דעם הייליגןּ" :תו ַֹרת אֱמֶ ת".
"ש ִמ ַירת ּתו ַֹרת אֱמֶ ת" ,קען מען צו קומען צו זיין דבוק אין
ווייל נאר דורךְׁ :
"ש ִמ ַירת ּתו ַֹרת אֱמֶ ת" ,קען מען
דעם" :יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת" ,און נאר דורךְׁ :
שפעטער צו קומען צו האבן א פנים אין דעם" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת".
פג
אליעזר תולדות נעימות
און א מענטש דארף דאך טאקע אויך שטענדיג געדענקען צו בעטן דעם
אייבערשטן" :סִ יַּעְ תָּ א ִּד ְׁשמַ יָּא" אז ער זאל טאקע מצליח זיין צו שטייגן
מעלה מעלה" :בַּ ּתו ָֹרה ּובַ עֲבו ָֹדה ּובְ י ְִרַאת יהו-ה ְטהו ָֹרה".
ווייל יא ר' יוד ,אפילו אין עניני "רוחניות" גייט דאך אויך ָאן דעם הייליגן
"מבַּ לְ ע ֲֵדי עֻזְּ ָך וְ עֶ זְ ָרתְ ָך אֵ ין עֶ זְ ָרה וִ יׁשּועָ ה" – אז ָאן די הילף פון
מאמר פוןִ :
דעם הייליגן באשעפער קען מען אין ערגעץ נישט ָאן קומען.
און מענטשן וואונדער'ן זיך אסאך מאל אז "פארוואס דארף איך בעטן דעם
אייבערשטן אז איך זאל קענען זוכה זיין איהם צו דינען בלב שלם" !?..איך
בין דאך פארנומען דא מיט" :כְּ בוֹד שָׁ מַ יִם" !?..אבער ניין ר' יוד ,עס איז
דאך נישט אמת ,ווייל מען דארף דאך "שטענדיג" צו קומען צו" :סִ יַּעְ תָּ א
ִּד ְׁשמַ יָּא" ,פון די רגע וואס דו ווערס'ט געבוירן ביז די רגע האחרון.
און דער געדאנק איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון" :עֶ זְ ִרי
ָָארץ" ,ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטער" :עֶזְ ִרי
מֵ עִ ם יהו-ה עֹ שֵׂ ה שָׁ מַ יִם ו ֶ
מֵעִ ם יהו-ה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא :ק"כ – "הונדערט און
צוואנציג" ,כדי מרמז צו זיין מיט דעם פאר א מענטש ,אז יא ר יוד ,א גאנץ
לעבן דארף מען שטענדיג גוט געדענקען ,אז" :עֶ זְ ִרי מֵ עִ ם יהו-ה עֹ שֵׂ ה שָׁ מַ יִם
ָָארץ" – אז מיין הילף קומט דאך שטענדיג נאר פון דעם הייליגן באשעפער,
ו ֶ
און איך דארף דאך שטענדיג צו קומען צו די הילף פון דעם הייליגן
באשעפער ,און קיין שום מענטש קען דאך מיר נישט געבן קיין הילף ָאן
דעם וואס דער אייבערשטער לייגט אריין אין זיין הילף" :סִ יַּעְ תָּ א ִּד ְׁשמַ יָּא".
פד
אליעזר תולדות נעימות
ּומפַ לְ ִטי" – ווייל מיין גאנצע הילף און מיין גאנצע רעטונג איז
ווייל" :עֶ זְ ִרי ְ
דאך נאר" :אַ תָּ ה יהו-ה" – מיין גאנצע הילף און מיין גאנצע רעטונג איז דאך
נאר "דיר" הייליגער גרויסער טאטע אין הימל ,ווייל דו ביזט דאך דער
איינציגסט'ער" :מֶ לְֶך ע ֹוזֵר ּומו ִֹׁשיעַ ּומָ גֵן":
יש ָׂש ֶדה
יש י ֵֹד ַע ַציִ ד ִא ׁ
וַ יְ ִהי ֵע ָׂשו ִא ׁ
יש ָּתם
ש ֶדה ְויַ ֲעקֹב ִא ׁ
יש ָׂ
יש י ֵֹד ַע צַ יִ ד ִא ׁ
שו ִא ׁ
וַ ִּיגְ ְּדל ּו הַ ְּנ ָע ִרים וַ יְ ִהי ֵע ָׂ
י ֵֹׁשב אֹהָ לִ ים :לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא ,ווייל
פארוואס דארף שטיין דא אין פסוק אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש י ֵֹדעַ צַ יִד"
און אויך א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" !?..אויב עשיו איז געווען א "פאנגער",
דעמאלט'ס פארשטיי איך דאך שוין פון זיך אליין אז ער איז געווען א" :אִ יׁש
שָׂ ֶדה" ,ווייל א "פאנגער" וואס פאנגט חיות איז דאך א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,ווייל
ער איז דאך שטענדיג פארנומען צו פאנגען חיות אין פעלד!?..
און ממילא עס וואלט דאך געקענט שטיין דא פשוט ..אז דו זאלסט וויסן אז
עשיו איז געווען א" :אִ יׁש צַ יִד" ,און פון דעם וואלט איך דאך שוין אליין
פארשטאנען אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,ווייל איך פארשטיי נישט
ר' יוד ,וואו דען פאנגט מען חיות אויב נישט אין "פעלד"!?..
מען פאנגט דאך נישט קיין חיות אין א שטוב !?..ווייל מען מוז דאך ארויס
גיין אין "פעלד" כדי צו קענען פאנגען חיות ,און ממילא פארוואס פעלט דא
אויס ארויס צו שרייבן אין פסוק אז דו זאלסט וויסן אז עשיו איז געווען א:
"אִ יׁש שָׂ ֶדה" !?..שרייב נאר אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש צַ יִד" – שרייב נאר
פה
אליעזר תולדות נעימות
אז עשיו איז געווען א "פאנגער" ,און פון דעם וועל איך דאך שוין אליין
פארשטיין אז ער איז געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" !?..ווייל וואו דען האט ער
געקענט פאנגען זיינע חיות אויב נישט אין "פעלד"!?..
און בכלל ..פארוואס דארף שטיין דא אין פסוק אז דו זאלסט וויסן אזַ :ויְהִ י
עֵ שָׂ ו אִ יׁש "י ֵֹדעַ " צַ יִד ,עס וואלט דאך לכאורה געדארפט שטיין דא אין פסוק
אזַ " :ויְהִ י עֵ שָׂ ו אִ יׁש צַ יִד" – עס וואלט דאך לכאורה געדארפט שטיין דא אין
פסוק אז עשיו איז געווען א "פאנגער" ,און פארטיג ,פארוואס שטייט דא
אין פסוק דעם לשון אזַ :ויְהִ י עֵ שָׂ ו אִ יׁש "י ֵֹדעַ " צַ יִד – פארוואס שטייט דא אין
פסוק דעם לשון אז עשיו האט געהאט א "ידיעה" צו דעם ענין פון
"פאנגען" !?..פארוואס פעלט אויס צו זאגן אז עשיו האט געהאט א
"ידיעה" ווי אזוי צו פאנגען !?..וואס איז דאס נוגע פאר אונז!?..
פארוואס דארפן מיר וויסן אז דער חכם "עשיו הרשע" איז געווען א :אִ יׁש
"י ֵֹדעַ " צַ יִד – פארוואס דארפן מיר וויסן אז דער חכם "עשיו הרשע" האט
פארשטאנען צו דעם ענין פון "פאנגען" ,און ער איז ממש געווען געמאכט
פאר דעם ,און ער איז ממש געווען א "מומחה" אין דעם ענין פון "פאנגען",
וועמען גייט ָאן צו וויסן ווי שטארק דער חכם "עשיו הרשע" האט
פארשטאנען צו דעם פאך וואס הייסט "פאנגען"!?..
שרייב נאר פשוט אז דו זאלסט וויסן אז עשיו איז געווען א "פאנגער" ,און
פון דעם וועל איך דאך שוין אליין פארשטיין אז לכאורה האט עשיו
פארשטאנען צו דעם פאך פון "פאנגען".
פו
אליעזר תולדות נעימות
ווייל אויב דער הייליגער תורה הק' שרייבט אויף עשיו אז ער איז געווען א
"פאנגער" ,דעמאלט'ס איז ער דאך מסתמא "טאקע" געווען א ריכטיגער
"פאנגער" ,און איך וועל שוין אליין פארשטיין פון דעם אז מסתמא האט
עשיו גוט פארשטאנען צו דעם ענין פון "פאנגען"!?..
און ממילא פארוואס דארף שטיין דא אין פסוק אז דו זאלסט וויסן אז דער
חכם "עשיו הרשע" איז געווען א :אִ יׁש "י ֵֹדעַ " צַ יִד – פארוואס דארף שטיין
דא אין פסוק אז דו זאלסט וויסן אז דער חכם "עשיו הרשע" האט גוט
"פארשטאנען" צו דעם ענין פון "פאנגען" ,און ער האט זיך נישט סתם
נאריש געמאכט אין פעלד ,נאר ער איז טאקע געווען א ריכטיגער "פאנגער",
און ער האט געפאנגען חיות רעכט'ס און לינק'ס !?..וועמען גייט ָאן צו
וויסן ווי שטארק דער חכם "עשיו הרשע" האט פארשטאנען צו דעם פאך
וואס הייסט "פאנגען"!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז דא איז געלעגן אסאך א טיפער'ע כוונה ווי
סתם דערציילן אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,און די סיבה פארוואס
דער הייליגער תורה הק' קומט אונז דא זאגן אז דו זאלסט וויסן אז עשיו איז
געווען א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" איז ,ווייל מיר געפונען דאך שוין אין דער הייליגער
תורה הק' ,אז גלייך פאר יצחק אבינו איז א חתן געווארן ,איז דעמאלט'ס
"יצחק אבינו" ארויס געגאנגען אין "פעלד" כדי צו בעטן דעם אייבערשטן
אז ער זאל טאקע זוכה זיין צו טרעפן זיין באשערט'ן זיווג דורך דעם הייליגן
שליח אליעזר עבד אברהם.
און יצחק אבינו איז טאקע דעמאלט'ס גלייך ארויס געגאנגען אין פעלד כדי
מתפלל צו זיין אויף דעם ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין
פז
אליעזר תולדות נעימות
פסוק אין פרשת חיי שרה (קפיטל כ"ד פסוק ס"ג) ,אזַ " :ויֵּצֵ א יִצְ חָ ק לָׂשּוחַ
בַּ שָּׂ ֶדה" – אז יצחק אבינו איז דעמאלט'ס גלייך ארויס געגאנגען אין פעלד
כדי צו בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל טאקע זוכה זיין צו טרעפן זיין
באשערט'ן זיווג.
און רבקה אמינו האט דאך זיכער פארציילט פאר אירע צוויי קינדער "יעקב"
און "עשיו" ווי אזוי זי איז א כלה געווארן ,ניין !?..און רבקה אמינו האט
דאך זיכער פארציילט פאר אירע צוויי קינדער "יעקב" און "עשיו" ,אז
בשעת ווען זי איז געווען אויפן קעמל ,האט זי דעמאלט'ס געזעהן פון
דערווייטנ'ס א יוד איין געוויקל'ט אין א טלית וואס רעדט זיך אויס דאס
הארץ צום אייבערשטן אזוי ערליך און אזוי הייליג.
ווייל רבקה אמינו האט דאך געוואלט אז אירע קינדער "יעקב" און "עשיו"
זאלן זיך אפ לערנען פון זייער הייליגן טאטן "יצחק אבינו" ווי אזוי צו
"דאווענען" ,און רבקה אמינו האט דאך געוואלט אז אירע קינדער "יעקב"
און "עשיו" זאלן אויך זיין ערליכע יודן ,און דאווענען פיין ,און לערנען
פיין ,אזוי ווי זייער הייליגן טאטן יצחק אבינו ,און ממילא וועגן דעם האט זי
זיי דערציילט ווי אזוי זי האט געזעהן זייער הייליגן טאטן יצחק אבינו
דאווענען אין פעלד.
אבער עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז עשיו האט
געהאט א מורא'דיגע נאריש'ע שוואכ'קייט ,און זיין שוואכ'קייט איז געווען,
אז ער פלעגט אלעמאל נאך מאכן זיין טאטע יצחק "פונקטליך אויפן הָ אר",
און ער פלעגט שטענדיג נאך טוהן אלעס וואס זיין טאטע יצחק פלעגט
טוהן ,אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע קלאר געברענגט אין מדרש ,אז
פח
אליעזר תולדות נעימות
עשיו האט נאך אמאל חתונה געהאט ווען ער איז געווארן "פערציג יאר"
אלט ,איי פארוואס!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל וואס הייסט !?..די "טאטע" יצחק האט דאך
אויך חתונה געהאט ביי די "פערציג יאר" ,און ממילא וועגן דעם מוז איך
דאך אויך אזוי טוהן ,איי ..דו האסט דאך שוין חתונה געהאט מיט צענדליגע
פרויען !?..אבער ..ניין ,דאס איז געווען די קאפ פון עשיו ,ער האט דאס
גענוצט אזוי ווי א נער אויפן מארק.
[און מען האט איהם טאקע שפעטער אפ געהאקט זיין קאפ ,כדי איהם צו
ווייזן ,אז איינער וואס נוצט נישט זיין "קאפ" ,נאר ער מאכט נאך א יעדע
זאך וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטן ..אפילו אויב עס איז א "עבירה"
פאר מיר צו טוהן יעצט אזא סארט זאך ,אזא איינער דארף נישט קיין קאפ
בכלל ,ווייל נישט דאס מיינט גיין" :בְּ ֶד ֶרְך הָ ָאבוֹת"].
און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש סוף פרשת תולדות,
ּומעַ נֶּה
ַארבָּ עִ ים שָׁ נָה הָ יָה עֵ שָׂ ו צָ ד נ ִָׁשים ִמתַּ חַ ת בַּ ֲעלֵיהֶ ן ְ
וזלה"ק ,אז" :כָּל ְ
אוֹתָ ם" – אז דורך אויס די גאנצע פערציג יאר וואס עשיו האט געלעבט,
פלעגט דע ר רשע עשיו פאנגען צענדליגע פרויען פון זייערע מענער ,און ער
ְסּורים".
פלעגט זיי אויס פייניג'ן מיט שרעקליכ'ע" :י ִ
ַארבָּ עִ ים" – אבער ווען עשיו הרשע איז שוין געווארן
אבער" :כְּ שֶׁ הָ יָה בֶּ ן ְ
פערציג יאר אלט ,איזָ" :אמַ ר" – האט דעמאלט'ס דער רשע עשיו געזאגט,
ַארבָּ עִ ים שָׁ נָה נָשָׂ א אִ שָּׁ ה" – אז די טאטע יצחק האט דאך
אז" :אַ בָּ א בֶּ ן ְ
"חתונה" געהאט ביי די "פערציג יאר".
פט
אליעזר תולדות נעימות
און ממילא וועגן דעםַ" :אף ֲאנִי כֵּן" – און ממילא וועגן דעם מוז איך דאך
אויך יעצט חתונה האבן מיט א פרוי ,איי ..דו האסט דאך שוין חתונה
געהאט מיט אזוי פיל פרויען!?..
אבער ..ניין ,דאס איז געווען די קאפ פון עשיו ,די קאפ פון עשיו איז געווען,
א נאריש'ע קאפ וואס האט נאך געטוהן א יעדע זאך וואס ער האט געזעהן
ביי זיין טאטע יצחק ,און אנטשולדיגט ..עשיו הרשע האט "נישט" נאך
געטוהן א יעדע זאך וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטע יצחק ,נאר ער האט
נאר נאך געטוהן די סארט זאכן וואס האט איהם "געשמעקט" נאך צו טוהן.
און יא ..אזוי איז שטענדיג געגאנגען די חשבונות פון עשיו הרשע ,די
חשבונות פון עשיו הרשע איז שטענדיג געגאנגען אויף דעם אופן ,אז אויב
"די טאטע האט אזוי געטוהן" ,דעמאלט'ס מוז איך דאך דאס אויך נאך
טוהן ,און ער האט אפילו נישט געטראכט פאר קיין איין רגע אויב די זאך
וואס איך טוה יעצט איז א "מצוה" אדער א "עבירה".
און ממילא ווען עשיו הרשע האט געהערט פון זיין מאמע רבקה אז זיין
טאטע יצחק איז אמאל ארויס געגאנגען אין "פעלד" ,אזוי ווי די פסוק זאגט
דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין פרשת חיי שרה (קפיטל כ"ד פסוק ס"ג),
אזַ " :ויֵּצֵ א יִצְ חָ ק לָׂשּוחַ בַּ שָּׂ ֶדה" ,האט ער דעמאלט'ס גלייך געזאגט ,אז
וואס !?..די טאטע איז ארויס געגאנגען אין "פעלד"!?..
שוין ..דאס איז עס ,דא האט זיך עס גע'ענדיגט ,אויב די טאטע איז ארויס
געגאנגען אין פעלד ,דעמאלט'ס דארף איך דאך אויך ארויס גיין אין פעלד
און פארברענגען דארטן א גאנצן טאג ,ווייל די טאטע האט דאך אזוי
צ
אליעזר תולדות נעימות
געטוהן ,ניין !?..אבער ער האט זיך נישט אפ געשטעלט דעמאלט'ס
טראכטן פאר קיין איין רגע "פארוואס" זיין טאטע איז דעמאלט'ס ארויס
געגאנגען אין פעלד.
און מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז די סיבה פארוואס יצחק אבינו
איז ארויס געגאנגען דעמאלט'ס אין פעלד איז דאך געווען ,ווייל ער איז דאך
שוין געווען דעמאלט'ס פערציג יאר אלט ,און אפילו הכי האט ער אבער נאך
אלץ נאך נישט געטראפן זיין באשערט'ן זיווג ,און ממילא וועגן דעם איז ער
דעמאלט'ס ארויס געגאנגען אין "פעלד" ,כדי זיך אויס צו רעדן דאס הארץ
צום אייבערשטן ,און כדי צו טוהן די השתדלות פון "תפילה" ,אזוי ווי זיין
הייליגע טאטע אברהם אבינו האט געטוהן בשעת ווען ער איז געווען אין א:
"עֵ ת צָ ָרה" ,און ממילא דאס איז געווען די "סיבה" פארוואס יצחק אבינו איז
ארויס געגאנגען אין "פעלד".
אבער "עשיו הרשע" !?..עשיו הרשע האט דאך נישט געהאט קיין שום
"סיבה" פארוואס זיך צו דרייען אין "פעלד" ,אבער מיט דעם אלעמען..
האט ער אבער נאך אלץ נישט געטראכט קיין צוויי מינוט ,נאר איין זאך איז
געלעגן ביי איהם אין קאפ ,און דאס איז ,אז "די טאטע איז ארויס געגאנגען
אין פעלד" ,דעמאלט'ס גיי איך אויך ארויס גיין אין "פעלד" ,און ער איז
טאקע דעמאלט'ס גלייך ארויס געגאנגען אין "פעלד".
אבער וואס זאל א "עשיו" טוהן אין א גרויסן ליידיג'ן "פעלד" !?..איז ער
געווארן א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" – איז ער געווארן א "ליידיג גייער" ,און ער האט
ָאן געהויבן צו פאנגען חיות ,און ער איז געווארן א ווילד'ער פאנגער וואס
פאנגט חיות אין פעלד.
צא
אליעזר תולדות נעימות
און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין די וואכעדיגע פרשה
מורא' דיגע ווערטער אויף די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,ווייל רש"י הק' זאגט
דאך אונז שוין אין די וואכעדיגע פרשה אויף די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,אז
וואס מיינט די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" – אז וואס מיינט אז עשיו איז געווען
א "פעלד" מענטש!?..
זאגט אונז רש"י הק' אויף דעם ,אז דו זאלסט ח"ו נישט מיינען אין דיין
וויסט'ן חלום אז די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" מיינט אז עשיו האט גוט
פארשטאנען צו פעלדער ,ניין ניין ניין ,זאג נישט אזוי ,ווייל די ווערטער:
"אִ יׁש שָׂ ֶדה" מיינט דאך" :כְּ מַ ְׁשמָ עוֹ" – די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" מיינט דאך
אזוי ווי דאס טייטש'ט זיך אפ ,נו ווי אזוי טייטש'ט זיך טאקע אפ די
ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה"!?..
זאגט אונז אויף דעם רש"י הק' ,אז די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" מיינט ,אז
"ָאדם בָּ טֵ ל" – אז עשיו איז געווען א "ליידיג גייער",
עשיו איז געווען אָ :
און דו זאלסט זיך ח"ו נישט איין רעדן פאר קיין איין רגע אז די ווערטער:
"אִ יׁש שָׂ ֶדה" מיינט אז עשיו האט גוט פארשטאנען צו "פעלדער" ,ניין ניין
ניין ,זאג נישט אזוי ,ווייל די ווערטער" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" מיינט דאך ,אז עשיו איז
געווארן א פשוט'ע "ליידיג גייער"!..
אבער די עיקר איז [האט עשיו געזאגט] ,אז מען האט ב"ה זוכה געווען צו
גיין אין דעם דרך פון דעם טאטן ארויס צו גיין אין פעלד אריין ,און יא ר'
יוד ,דאס איז געווען די "קאפ" פון דעם רשע "עשיו הרשע".
צב
אליעזר תולדות נעימות
אבער משא"כ יעקב אבינו האט זיך דאך דא געמאכט אזא חשבון ,אז ..איין
מינוט ,פארוואס דערציילט מיר מיין מאמע רבקה יעצט אז זי האט געזעהן
מיין הייליגן טאטן יצחק דאווענען אין פעלד אזוי ערליך און פיין!?..
פארוואס דארף איך דאס וויסן!?..
די סיבה פארוואס מיין מאמע דערציילט מיר דאס איז דאך נאר ,ווייל זי וויל
אז איך זאל זיך אפ לערנען פון מיין הייליגן טאטן יצחק ווי אזוי מען דארף
"דאווענען" ,און מיין מאמע וויל דאך דא זיכער אז איך זאל זיך אפ לערנען
פון מיין הייליגן טאטן יצחק ווי אזוי צו זיין א ערליכע יוד ,און מיין מאמע
וויל דאך דא זיכער אז איך זאל זיך אפ לערנען פון מיין הייליגן טאטן יצחק
אז א יודיש קינד דארף זיך דאך שטענדיג אויס רעדן זיין הארץ צום הייליגן
באשעפער ,און גראדע איז דעמאלט'ס געווען מיין טאטנ'ס פעולה בשעת'ן
"דאווענען" אז ער איז דעמאלט'ס ארויס געגאנגען אין "פעלד" ,אבער
מיינט דאס דען אז איך מוז דאס יעצט נאך טוהן עד הסוף און איך מוז יעצט
ווערן א" :אִ יׁש שָׂ דֶה"!?..
ניין !..עס הייבט זיך דאך נישט ָאן ,ווייל איך קען ווייטער זיצן און לערנען
אין דעם הייליגן בית המדרש פון שם ועבר ,און דארטן דאווענען ,און
דארטן לערנען דער הייליגער תורה הק' ,און דארטן זיין א ערליכע יוד.
אבער משא"כ עשיו האט גלייך ָאן געכאפט די "טפל" פון די זאך און די
"חיצוניות" פון די זאך ,און ווען ער האט געהערט די ווארט "פעלד" ,האט
ער דעמאלט'ס גלייך געזאגט ,אז שוין ..דאס איז עס ,רבותי !..מען גייט
ארויס אין פעלד ,ווייל די טאטע איז דאך ארויס געגאנגען אין פעלד.
צג
אליעזר תולדות נעימות
איי ..וואס גייסטו טוהן אין פעלד !?..ענטפערט עשיו ,איך ווייס נישט וואס
איך גיי טוהן איך פעלד ,איך וועל שוין טרעפן וואס צו טוהן ,און ממילא
וועגן דעם איז טאקע עשיו געווארן א" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" – און ממילא וועגן דעם
איז טאקע עשיו געווארן א ווילד'ער פעלד מענטש וואס פאנגט חיות טמאות
א גאנצן טאג אין פעלד.
און דאס זאגט דאך אונז שוין טאקע די פסוק דא ,אזַ " :ויְהִ י עֵ שָׂ ו" – אז עשיו
הרשע איז געווען א" :אִ יׁש" – אז עשיו הרשע איז געווען אזא סארט
מענטש ,וואס" :י ֵֹדעַ " – וואס האט געהאט א "ידיעה" ביי זיך אין קאפ אז
מען מוז זיין" :צַ יִד" – אז מען מוז זיין א "פאנגער" ,ווייל" :אִ יׁש שָׂ ֶדה" –
ווייל מען דארף דאך זיין א "אִ יׁש שָׂ ֶדה" ,אזוי ווי די טאטע איז געווען ,ווייל
די טאטע יצחק איז דאך אויך ארויס געגאנגען אין "פעלד".
אבער משא"כ יעקב אבינו איז דאך געווען א" :אִ יׁש תָּ ם" – אבער משא"כ
יעקב אבינו איז דאך געווען א תמימות'דיגע יוד ,און ער האט פארשטאנען,
אז די סיבה פארוואס זיין טאטע יצחק איז ארויס געגאנגען אין פעלד איז
געווען ווייל ער האט געהאט א "צורך" דערצו ,אבער "איך"!?..
איך דארף זיך דאך נאר אפ לערנען פון דעם ווי אזוי צו דינען דעם הייליגן
באשעפער מיט די מדה פון" :תְּ ִמימּות" ,און א יעדע מאל וואס עס טוט מיר
עפעס וויי ,דארף איך דעמאלט'ס גלייך נאך טוהן דאס וואס מיין הייליגע
טאטע יצחק האט געטוהן בשעת ווען עס האט איהם עפעס וויי געטוהן ,און
איך דארף דאך דעמאלט'ס גלייך בעטן דעם אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ
אזוי ווי קינד רעדט צו זיין טאטן ,און איך דארף דאך דעמאלט'ס גלייך בעטן
צד
אליעזר תולדות נעימות
דעם אייבערשטן מיט די גאנצע" :תְּ ִמימּות" אז ער זאל מיר שוין שיקן מיין
ישועה.
און איך טאר דאך נישט דעמאלט'ס מאכן קיין חשבונות אז דער
אייבערשטער הערט מיר יא אויס אדער נישט אויס ,נאר איך דארף זיך
דעמאלט'ס נעמען בעטן דעם אייבערשטן איין מאל און נאך אמאל און נאך
אמאל ,ביז ..ער וועט מיר שוין שיקן מיין גענצליכ'ע ישועה.
און דאס דארף איך זיך ארויס לערנען פון די מעשה וואס מיין מאמע
דערציילט מיר דא אז מיין טאטע יצחק איז ארויס געגאנגען אין "פעלד",
איך דארף נישט ָאן כאפן די עצם מציאות אז ער איז ארויס געגאנגען אין
"פעלד" ,נאר איך דארף טראכטן ,אז "וואס האט מיין הייליגע טאטע
געטוהן אין פעלד"!?..
און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז מיין הייליגע טאטע יצחק אבינו האט
זיך דאך אויס גערעדט דאס הארץ צום אייבערשטן אין פעלד ,און דאס איז
דאך טאקע די זאך וואס איך דארף זיך אפ לערנען פון מיין הייליגן טאטן
יצחק אבינו.
און די ווערטער" :לָׂשּוחַ בַּ שָּׂ ֶדה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :עָ שָׂ ה
יִצְ חָ ק ָאבִ ינּו" [מיט די דריי ווערטער] – דאס האט" :יִצְ חָ ק ָאבִ ינּו" געטוהן!..
אבער "איך"" !?..איך" קען אויך דאווענען צום אייבערשטן אין "שוהל",
ווייל די עיקר איז דאך ,אז איך זאל "דאווענען" מיט גרויס כוונה ,און זיך
אויס שמועס'ן דאס הארץ מיט מיין טאטן אין הימל ,דאס איז די עיקר.
צה
אליעזר תולדות נעימות
ווייל יא ר' יוד ,די ענין פון" :לָׂשּוחַ " קומט פאר די ענין פון" :בַּ שָּׂ ֶדה" – די
ענין ווי אזוי עס דארף אויס זעהן א "דאווענען" פון א יודיש קינד קומט פאר
די ענין פון אפ זיצן אין פעלד א גאנצן טאג.
ווייל עס שטייט דאך נישט אין פסוק דא אזַ " :ויֵּצֵ א יִצְ חָ ק בַּ שָּׂ ֶדה לָׂשּוחַ " –
ווייל עס שטייט דאך נישט אין פסוק דא אז יצחק אבינו איז ארויס געגאנגען
אין "פעלד" כדי צו "דאווענען" ,ניין ניין ניין ,נאר עס שטייט דא אין פסוק
אזוי ,אז דו זאלסט וויסן ר' יוד ,אזַ " :ויֵּצֵ א יִצְ חָ ק לָׂשּוחַ " – אז יצחק אבינו
איז ארויס געגאנגען פון זיין שטוב כדי צו גיין "דאווענען" – יצחק אבינו
איז ארויס געגאנגען פון זיין שטוב כדי" :לָׂשּוחַ " – כדי זיך אויס צו רעדן
דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שווער'ן מצב.
און דו ווייסט נאך א זאך ר' יוד !?..גראדע איז זיין תפילה פָ אר געקומען:
"בַּ שָּׂ ֶדה" – גראדע איז זיין תפילה פָ אר געקומען דעמאלט'ס אין "פעלד",
אבער די "פעלד" איז געווען די עיקר פון די גאנצע מעשה דארטן !?..חס
ושלום אזוי צו רעדן ,ווייל די עיקר חלק פון די מעשה דארטן איז דאך
געווען אז יצחק אבינו איז ארויס געגאנגען דעמאלט'ס כדי צו "בעטן" דעם
הייליגן באשעפער אז ער זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן זיין באשערט'ן זיווג
דורך דעם הייליגן שליח אליעזר עבד אברהם.
און דאס איז די ענין וואס מיר דארפן זיך אלע אפ לערנען פון "יצחק אבינו",
ווייל מיר דארפן זיך דאך אלע אפ לערנען פון יצחק אבינו ,אז ווען א יודיש
קינד האט אמאל א פראבלעם ,דעמאלט'ס איז די ערשטע אדרעס "א
קרעכטץ צום אייבערשטן" ,און נישט צו קיין אנדערע עסקנים און ארויס
צו
אליעזר תולדות נעימות
העלפער'ס ,ווייל די אלע ארויס העלפער'ס קענען דאך דיר נאר העלפן אויב
דער אייבערשטער וועט אריין שיינען אין זייער ארבעט" :סִ יַּעְ תָּ א ִּד ְׁשמַ יָּא".
און ממילא וואו אהין לויפסטו ר' יוד בשעת ווען דו האסט א צרה !?..וואו
אהין לויפסטו ר' יוד בשעת ווען דו האסט א צרה !?..איך וועל דיר זאגן
וואו דו לויפס'ט בשעת ווען דו האסט א צרה ,דו לויפס'ט אריין אין די שויס
פון דעם אייבערשטן [כביכול] ,און דו בעטס'ט איהם דעמאלט'ס :בְּ תַ חֲנּונִים
"מּתוְֹך ִׂשיחָ ה" אז ער זאל דיר שוין אויס לייזן פון אלע דיינע" :צָ רוֹת" און:
ִ
ְסּורים"."י ִ
"שמַ ד" ,ווייל יא ר'
און די ווארט" :לָׂשּוחַ " – איז דאך טאקע אויך גימטריאְׁ :
יוד ,אויבַ " :ויֵּצֵ א יִצְ חָ ק" – אויב ווילסטו זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן:
"לָׂשּוחַ בַּ שָּׂ ֶדה" – אויב ווילסטו זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן פון דעם
"שמַ ד" וואס דרייט זיך ליידער ארום אין די
שרעקליכ'ן "חיצוניות'דיגן"ְׁ :
גאסן היינטיגע צייטן[ ,אזוי ווי מיר האבן דאך שוין טאקע פריער דערמאנט
באריכות לגבי די נושא פון די האריג'ע מאנטל פון עשיו הרשע] ,דעמאלט'ס
איז נאר דא איין עצה פאר דיר ,און די עצה איז ,אז" :לָׂשּוחַ " – אז דו זאלסט
ָאחי ִמיַּד עֵ שָׂ ו" –
ָאן הייבן צו "בעטן" דעם אייבערשטן ,אז" :הַ צִּ י ֵלנִי נָא ִמיַּד ִ
אז ער זאל דיר ראטעווען פון די הענט פון "עשיו" – אז ער זאל דיר
ראטעווען פון די הענט פון די קליפה פון עשיו הרשע וואס רופט זיך
"חיצוניות" ,און יא ר' יוד ,הייב שוין ָאן צו בעטן דעם אייבערשטן אז" :וְ ַאל
יְבִ יאֵ נּו אֶ ל תַּ ֲאוַת הָ ע ֹולָם הַ שָּׁ פָ ל הַ זֶּה וְ אֶ ל הֲבָ לָיו":
צז
אליעזר תולדות נעימות
יש ָּתם י ֵֹׁשב א ָֹה ִלים
יַעקֹב ִא ׁ
ְו ֲ
יש ָּתם
ש ֶדה ְויַ ֲעקֹב ִא ׁ
יש ָׂ
יש י ֵֹד ַע צַ יִ ד ִא ׁ
שו ִא ׁ
וַ ִּיגְ ְּדל ּו הַ ְּנ ָע ִרים וַ יְ ִהי ֵע ָׂ
י ֵֹׁשב אֹהָ לִ ים :עס איז אינטרעסאנט ָאן צו מערקן דא ,אז ביי עשיו הרשע
שטייט דעם לשון פוןַ " :ויְהִ י" עֵ שָׂ ו אִ יׁש י ֵֹדעַ צַ יִד אִ יׁש שָׂ ֶדה ,אבער משא"כ
ביי יעקב שטייט שוין נישט דעם לשון פוןַ " :ויְהִ י" ַיעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם יֹשֵׁ ב
אֹ הָ לִ ים ,נאר עס שטייט דארטן פשוט ..אז" :וְ ַיעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים",
און וואס איז טאקע פשט פון דעם!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז די
לשוןַ " :ויְהִ י" איז דאך א לשון "צער" כידוע ,ווייל יא ר' יוד ,דער הייליגער
תורה הק' זאגט אונז דא קלאר ,אזַ " :ויְהִ י" עֵ שָׂ ו אִ יׁש י ֵֹדעַ צַ יִד אִ יׁש שָׂ ֶדה – אז
עס איז געווען גאר גאר א גרויסע "צער" פון די הייליגע אבות ואימהות הק'
אז עשיו איז געווען א" :אִ יׁש י ֵֹדעַ צַ יִד אִ יׁש שָׂ ֶדה".
און משא"כ ביי יעקב אבינו שטייט שוין נישט דעם לשון פוןַ " :ויְהִ י" ַיעֲקֹ ב
אִ יׁש תָּ ם יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים ,נאר עס שטייט דארטן פשוט ..אז" :וְ ַיעֲקֹ ב אִ יׁש תָּ ם
יֹשֵׁ ב אֹ הָ לִ ים" ,ווייל פון "יעקב אבינו" האבן שוין נישט די הייליגע אבות
ואימהות הק' געהאט "צער".
נאר פארקערט ,דער הייליגער תורה הק' וואס יעקב אבינו האט געלערנט:
"בְּ בֵ ית ִמ ְד ָרׁש ֹו שֶׁ ל שֵׁ ם וְ עֵ בֶ ר" איז געווען א "זכות" פאר זיינע הייליגע אבות
הק' ,אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע קלאר מבואר אין חז"ל ,אז איינער
וואס איז מחדש חידושים אין דער הייליגער תורה הק' ,איז [כביכול]:
צח
אליעזר תולדות נעימות
ָאדם אֵ ינ ֹו חַ יָּב אֶ לָּא כְּ ִׁשעּור ֹו ַרק
" ַנעֲשָׂ ה שֻׁתָּ ף לְ הַ קָּ דוֹׁש בָּ רּוְך הּוא" ,און" :וְ כָל ָ
שֶׁ ַּיעֲמֹ ל בְּ כָל ּכוֹח ֹו לְ חַ ֵּדׁש ִחּדּושֵׁ י ּתו ָֹרה ְּדהַ יְנּו לְ הַ ְקׁשוֹת ּולְ תָ רֵ ץ בִּ תְּ נַ"ְך ּובְ שַׁ "ס
רּושים בְּ פַ ְר ֵּד"ס עַ ל תְּ נַ"ְך וְ שַׁ "ס וְ הּוא תִּ ּקּון גָּדוֹל לְ כָל עָ וֹן ּולְ כָל
א ֹו לְ פָ רֵ ׁש פֵּ ִׁ
חַ טָּ את ּובִ פְ ָרט בְּ שַׁ בָּ ת חָ ׁשּוב ְמאוֹד כְּ שֶׁ ְּמחַ ֵּדׁש ִחּדּושֵׁ י ּתו ָֹרה ַּכאֲשֶׁ ר הִ פְ לִ יג
בִּ ְׁשבָ ח ֹו בַּ זֹּהַ ר הַ קָּ דוֹׁש (ח"ג דף קע"ג) מַ ה מַ גִּ יעַ אֵ לָיו ּומַ ה ַנעֲשֶׂ ה יְקָ ר ּוגְ דּולָּה
לְ נֶפֶ ׁש ָאבִ יו וְ אִ ּמוֹ" ,עכ"ד.
אבער על כל פנים ..דער הייליגער תורה הק' וואס יעקב אבינו האט
געלערנט" :בְּ בֵ ית ִמ ְד ָרׁש ֹו שֶׁ ל שֵׁ ם וְ עֵ בֶ ר" איז געווען א "זכות" פאר זיינע
הייליגע אבות הק' עד אין שיעור וערך.
און ווען משיח וועט קומען ,דעמאלט'ס וועלן מיר שוין אלע קענען זוכה
זיין צו הערן פון אונזערע הייליגע אבות ואימהות הק' אליין וואס פאר א:
"נַחַ ת רּוחַ " דער הייליגער תורה הק' פון יעקב אבינו האט זיי פאר שאפט,
און אויב מיר פאר שאפן זיי א" :נַחַ ת רּוחַ " ,דעמאלט'ס בינדט דאך דאס
אונז צו מיט א שטערקער'ע" :קֶ שֶׁ ר" צו אונזערע הייליגע אבות הק'.
און די ווערטער" :נַחַ ת רּוחַ " – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :קֶ שֶׁ ר עָ ב" –
א דיק'ע קניפ ,ווייל יא ר' יוד ,אויב מיר פאר שאפן א" :נַחַ ת רּוחַ " פאר
אונזערע הייליגע אבות הק' ,דעמאלט'ס בינדן מיר זיך דאך צו מיט א
שטערקער'ע" :קֶ שֶׁ ר" צו אונזערע הייליגע אבות הק'.
און די ווערטער" :נַחַ ת רּוחַ " – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :קֶ שֶׁ ר ִמלֵּב"
– א" :קֶ שֶׁ ר" פון הארצן ,ווייל יא ר' יוד ,אויב מיר פאר שאפן א" :נַחַ ת רּוחַ "
צט
אליעזר תולדות נעימות
פאר אונזערע הייליגע אבות הק' ,דעמאלט'ס בינדן מיר זיך דאך צו מיט א
דיק'ע" :קֶ שֶׁ ר" פון הארצן צו אונזערע הייליגע אבות הק'.
און ווי מער תמימות'דיג ,אלץ מער דער נענטער'ן מיר זיך צו אונזער
הייליגע זיידע "יעקב אבינו" וואס איז דאך געווען" :כָּל כֻּּל ֹו תְּ ִמימּות" ,און
עד כדי כך איז יעקב אבינו געווען א" :תָּ ִמים" ..אז דער הייליגער "תורה"
הק' אליין שרייבט אויף איהם די ווערטער" :אִ יׁש תָּ ם"!..
און די ווערטער" :אִ יׁש תָּ ם" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :נ ְִקרֵ אתָ " – דו
ווער'סט ָאן גערופן א" :אִ יׁש תָּ ם" יעקב אבינו ,און פונקט אזוי ווי דו
פארשטייס'ט אז דער אייבערשטער איז דאך א" :בַּ עַ ל הָ ַרח ֲִמים נ ְִקרֵ אתָ " ,אזוי
אויך דארפסטו פארשטיין אז אויף דעם גרויסן צדיק יעקב אבינו ווערט
געליינט דעם" :אִ יׁש תָּ ם נ ְִקרֵ אתָ":
וַ ִּי ְׁשמֹר ִמ ְׁש ַמ ְר ִּתי
שמַ יִ ם ְונָ ַת ִּתי לְ ז ְַר ֲע ָך ֵאת ָּכל הָ אֲ ָרצֹת יתי ֶאת ז ְַר ֲע ָך ְּכ ֹ
כו ְכבֵ י הַ ָּׁ ְו ִה ְר ֵּב ִ
שמַ ע ַא ְב ָרהָ ם הָ ֵאל ְו ִה ְת ָּב ֲרכ ּו ְבז ְַר ֲע ָך כֹּל גּ ֹויֵי הָ ָא ֶרץֵ ..ע ֶקב אֲ ֶׁ
שר ָׁ
תור ָֹתי :עס ווערט געברענגט
ְּבקֹלִ י וַ ִּי ְׁשמֹר ִמ ְׁשמַ ְר ִּתי ִמ ְצ ֹו ַתי חֻ קּ ֹו ַתי ְו ֹ
אין די ספרים הק' ,אז ווען א יודיש קינד היט אפ דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת
קו ֶֹדׁש" ווי עס דארף צו זיין ,ווערט ער דעמאלט'ס געבענטש'ט מיט א
ספעציעל'ע "ברכה" ,אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע קלאר דערמאנט
אין דעם הייליגן זוהר הק' וואס מיר זאגן אלע פרייטיג צו נאכט'ס ,אז" :כָּל
ק
אליעזר תולדות נעימות
בִּ ְרכָָאן ִּדלְ עֵ לָּא וְ תַ תָּ א בְּ יוֹמָ א ְׁשבִ יעָ ָאה תַּ לְ יָן" – אז אלע "ברכות" זענען ָאן
געהאנגען אין דעם הייליגן טאג פון" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש".
און דער הייליגער זוהר הק' איז דאך אונז שוין טאקע אויך מסביר ,אז די
ברכה וואס אׁ" :שוֹמֵ ר שַׁ בָּ ת" באקומט ,שטאמט פון דעם פסוקַ " :ויְבָ ֶרְך
ֱֹלקים אֶ ת יוֹם הַ ְּׁשבִ יעִ י" ,און אזוי אויך פון דעם פסוק" :עַ ל כֵּן בֵּ ַרְך יהו-ה
א ִ
אֶ ת יוֹם הַ שַּׁ בָּ ת ַויְקַ ְּדשֵׁ הּו" וואס געפונט זיך אין די" :עֲשֶׂ ֶרת הַ ִדבְּ רוֹת".
און דערפאר בעטן מיר אלע בשעת'ן זאגן די זמירות פרייטיג צו נאכט'ס ,אז:
"אֲדוֹן הַ שָּׁ לוֹם מֶ לְֶך שֶׁ הַ שָּׁ לוֹם שֶׁ ּל ֹו בָּ ְר ֵכנִי בַ שָּׁ לוֹם" – אז בענטש אונז מיט:
"שָׁ לוֹם" אין דעם זכות וואס מיר זענען אלעׁ" :שו ְֹמרֵ י שַׁ בָּ ת שָׁ לוֹם" ,און אזוי
אויך אין דעם זכות וואס מיר זענען אלע מכבד דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת שָׁ לוֹם".
און מיר בעטן דאך שוין טאקע אלע אויך פרייטיג צו נאכט'ס ביי די זמירות
שבת קודש ,אז" :אָ נָּא מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְּמלָכִ ים צַ וֵּה לְ מַ לְ ָאכֶיָך מַ לְ ֲאכֵי הַ שָּׁרֵ ת
ְמשָׁ ְרתֵ י עֶ לְ יוֹן שֶׁ יִּ פְ ְקדּונִי בְּ ַרח ֲִמים" ,און די ספרים הק' זענען דאך אונז שוין
מסביר ,אז די ווערטער" :שֶׁ יִּ פְ ְקדּונִי בְּ ַרח ֲִמים" מיינט ,אז אויב עס איז ח"ו דא
שלעכטע מלאכים אויף די יודישע קינדער ,זאלן די שלעכטע מלאכים נישט
קענען אפ האלטן די "ברכה" וואס דער אייבערשטער וואונטשט אונז פון
קענען אראפ קומען אויף דער וועלט.
ווייל אסאך מאל ..קענען דאך די מלאכים טענה'נען פארן אייבערשטן ,אז
דער מענטש דא איז דאך נישט ראוי מקבל צו זיין די "ברכה" וואס דו
ווילס'ט איהם דא שיקן ,און ממילא וועגן דעם בעטן מיר אלע דעם הייליגן
באשעפער א יעדן פרייטיג צו נאכט'ס ,אז די שלעכטע מלאכים זאלן נישט
קא
אליעזר תולדות נעימות
קענען שטערן די "ברכה" וואס דער אייבערשטער בענטש'ט אונז אין דעם
הייליגן טאג פון" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש".
און וועגן דעם בעטן מיר טאקע אויך ביי דעם פיוט פוןֲ " :אזַמֵּ ר בִּ ְׁשבָ ִחין"
"רצוֹן"
וכו' ,אז" :יְהֵ א ַר ֲעוָא קַ מֵּ יּה ְּדתִ ְׁשרֵ י עַ ל עַ מֵ יּה" – אז עס זאל זיין דיָ :
פון דעם אייבערשטן אז די "ברכה" זאל יא רוען אויף זיין הייליג פאלק:
"י ְִׂש ָראֵ ל ְּדיִתְ עַ נַּג לִ ְׁשמֵ יּה בִּ ְמתִ ִיקין וְ דּובְ ִׁשין" – וואס זיי זענען מענג דעם
הייליגן" :שַׁבָּ ת קו ֶֹדׁש" מיט תענוגים און מיט גוטע זיסע זאכן.
[און מהאי טעמא קען מען טאקע הערן ווי אזוי מענטשן זאגן אמאל ביי א
דרשה ,אז דער און דער יוד איז דאך ממש א" :כֵּלִ י מַ חֲזִ יק בְּ ָרכָה" ,און דאס
מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דער בעל דרשן וויל
דעמאלט'ס מעיד זיין אויף דער און דער מענטש אז ער איז טאקע א אמת'ע:
"כֵּלִ י" וואס איז יא ראוי מקבל צו זיין די "ברכה"].
און מיר בעטן דאך שוין טאקע אלע אויך פרייטיג צו נאכט'ס ביי די זמירות
שבת קודש ,אז" :וִ יבָ ְרכּונִי בְּ בוָֹאם לְ בֵ יתִ י בְּ יוֹם קָ ְדשֵׁ נּו" – אז די מלאכים
זאלן אונז בענטשן ווען זיי קומען אריין אין אונזער שטוב אין דעם הייליגן
טאג פון" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ,און די כוונה פון דעם איז ,אז די גוטע מלאך זאל
וואונטשן ,אז" :יְהִ י ָרצוֹן שֶׁ יִּ הְ יֶה לְ שַׁ בָּ ת הַ בָּ ָאה כֵּן" – אז די קומענדיגע שבת
זאל אויך אזוי זיין ,און די שלעכטע מלאך וועט דאך שוין דעמאלט'ס בעל
כרחו מוזן ענטפער'ן אמן.
אבער פארוואס זענען מיר זוכה צו די אלע גוטע ברכות !?..זאגן מיר דא
ווייטער ,אז די אלע ברכות דא באקומען מיר דאך נאר ,ווייל" :כִּ י הִ ְדל ְַקתִּ י
קב
אליעזר תולדות נעימות
נֵרוֹתַ י" – ווייל מיר האבן געצינדן שבת'דיגע ליכט ,און" :וְ הִ צַּ עְ תִּ י ִמטָּ תִ י" –
און וויבאלד מיר האבן שיין געמאכט די בעטן ,און" :וְ הֶ ֱחלַפְ תִּ י ִׂש ְמלוֹתַ י" –
און וויבאלד מיר האבן געטוישט אונזערע קליידער ,און וויבאלד מיר האבן
דאס אלעס געטוהן" :לִ כְ בוֹד יוֹם הַ שַּׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש".
און ממילא זאגן מיר דא יעצט" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" פארן הייליגן באשעפער ,אז
עס קומט זיך אונז דאך "יא" די ברכה ,ווייל געב נאר א קוק ווי שטארק מיר
האבן "מכבד" געווען דיין טייערע "מתנה" וואס דו האסט אונז געגעבן.
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין דעם "שבת קודש ליד"
וואס דער הייליגער בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל האט מחבר געווען,
[וואס גאר אסאך גדולי ישראל זענען דאך שוין גאר שטארק נתעורר געווארן
פון דעם הייליגן ניגון ,און זיי פלעגן לאזן טייכן טרערן בשעת'ן זינגען דעם
הייליגן ניגון ,און דארטן זינגט דער הייליגער סקולענ'ע רבי זצ"ל אזוי] ,אז:
ֶוערן ִמ ְּמקוֹר הַ בְּ ָרכָה ִמיט שֶׁ פַ ע בְּ ָרכָה וְ הַ צְ לָחָ ה ,עֶ ס
"גֶעבֶּ ענ ְְט ְׁש'ט וֶועסְ טּו ו ְ
ִישט מַ אכְ ן פּון ֶדעם שַׁ בָּ ת וֶועט ִדיר תָּ ִמיד זַיין גּוט אּון וואוֹילַ ,אז דּו וֶועסְ ט נ ְׁ
חוֹל" ,וכו'.
ווייל די גרעסטע מקור פון "ברכה" איז ,דער הייליגער" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ,אזוי
ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע בפירוש ביי דעם הייליגן פיוט פון" :לְ כָה
דו ִֹדי" וכו' ,אז" :לִ ְק ַראת שַׁ בָּ ת לְ כּו וְ נֵלְ כָה" ,ווייל" :כִּ י הִ יא ְמקוֹר הַ בְּ ָרכָה",
און אזוי ווייטער איז דאך שוין פארהאן אסאך מקורות וואו מיר געפונען די
"ש ִמ ַירת שַׁ בָּ ת".
גרויס'קייט פון די "ברכה" וואס מען איז זוכה דורךְׁ :
קג
אליעזר תולדות נעימות
און ממילא דאס איז פשט אין דעם פסוק דא ,אז דער אייבערשטער האט דא
געזאגט פאר יצחק אבינו ,אז" :וְ הִ ְרבֵּ יתִ י אֶ ת ז ְַרעֲָך כְּ כוֹכְ בֵ י הַ שָּׁ מַ יִם וְ נָתַ תִּ י
ָארץ" – אז עס וועט
לְ ז ְַרעֲָך אֵ ת כָּל הָ אֲרָ צֹת הָ אֵ ל וְ הִ תְ בָּ רֲ כּו בְ ז ְַרעֲָך כֹּל ּג ֹויֵי הָ ֶ
קומען אויף דיר אזוי פיל גוטע "ברכות" ,עד כדי כך ..אז אלע פעלקער
וועלן ענק "מקנא" זיין ,און עס וועט אפילו זיין :וְ הִ תְ בָּ רֲ כּו בְ ז ְַרעֲָך כֹּל "ּג ֹויֵי
ָארץ" – און אפילו די "גוים" וועלן זיך אויך וואונטשן צו האבן די
הָ ֶ
"הצלחה" וואס ענק וועלן פארמאגן דורך מיין "ברכה".
און ווי אזוי איז טאקע געקומען אזא גרויסע "ברכה" !?..איז די פסוק אונז
דא מסביר ,און די פסוק זאגט אונז דא ,אז די גרויסע "ברכה" דא איז
געקומען ,ווייל" :עֵ קֶ ב אֲשֶׁ ר שָׁ מַ ע ַאבְ רָהָ ם בְּ קֹ לִ י".
און וואס האט אברהם אבינו צו געהערט דא !?..די תירוץ אויף דעם איז ,אז
אברהם אבינו האט דא צו געהערט דעם" :וַיִּ ְׁשמֹ ר ִמ ְׁשמַ ְרתִּ י".
און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע דא אויך בפירוש אויפן פלאץ ,אז
די אבות הק' האבן דאך אויך אפ געהיטן דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" וואס
"מ ְׁשמֶ ֶרת" ,און די אבות הק' האבן דאך דאס אויך
ווערט דאך ָאן גערופןִ :
גאר שיין מכבד געווען ווי עס דארף צו זיין.
און די ווערטער" :וַיִּ ְׁשמֹ ר ִמ ְׁשמַ ְרתִּ י" [מיט די עלעוו אותיות צוזאמען מיט די
צוויי ווערטער] – איז דאך טאקע אויך גימטריאַ" :אבְ ָרהָ ם ָאבִ ינּו שָׁ מַ ר
שַׁ בָּ ת" ,ווייל יא טייערע יודן ,אונזער הייליגע זיידע "אברהם אבינו" האט אפ
געהיטן דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" מיט אלע דקדוקים ,אזוי ווי רש"י הק'
זאגט דאך אונז שוין טאקע דא בפירוש אויפן פלאץ.
קד
אליעזר תולדות נעימות
און ממילא דאס זאגט אונז דא די פסוק ,אז אין דעם זכות וואס ענק האבן
מקיים געווען דעם "וַיִּ ְׁשמֹ ר ִמ ְׁשמַ ְרתִּ י" ,און ענק האבן האבן אפ געהיטן דעם
הייליגן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ווי עס דארף צו זיין ,וועגן דעם האבן ענק זוכה
געווען צו די אלע געוואלדיגע גוטע "ברכות".
ווייל ווען א יודיש קינד היט אפ דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ווי עס דארף צו
זיין ,און ער איז מענג דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ווי עס דארף צו זיין ,און
ער פריידט זיך מיט דעם הייליגן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" וואס איז דאך א" :מַ תָּ נָה
טוֹבָ ה" פון דעם" :מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְּמלָכִ ים הַ קָּ דוֹׁש בָּ רּוְך הּוא" אליין ,איז ער
דעמאלט'ס זוכה צו די הבטחה וואס דער הייליגער זוהר הק' האט צו
געזאגט פאר אׁ" :שוֹמֵ ר שַׁ בָּ ת" ,אז" :וְ תִ ְׁשרֵ י בִּ ְרכָתָ א ֲעלֵּה" – אז די "ברכה"
וועט טאקע דעמאלט'ס קענען רוען אויף איהם ,און נישט נאר" :שַׁ בָּ ת
קו ֶֹדׁש" וועט דאס רוען אויף איהם ,נאר א גאנצע וואך אויך ,און" :וְ תִ ְׁשרֵ י
בִּ ְרכְּ תָ א ֲעלֵּה כָּל ְׁשָאר יוֹמָ א ְּדשַׁ בַּ תָּ א".
און צדיקים פלעגן טייטש'ן ,אז :זְ כֹ ר אֶ ת ּבו ְֹראֶ יָך "בִּ ימֵ י בְּ חּורֹתֶ יָך" – אז
געדענק דעם הייליגן באשעפער אין די טעג וואס מען זאגט" :אַ תָּ ה
בְ חַ ְרתָּ נּו" ,און פיר זיך אויף אין די טעג פון" :יוֹם טוֹב" ווי אזוי עס פאסט
זיך אויף צו פירן אין אזעלכע הייליגע גרויסע טעג.
אבער די אמת איז דאך ,אז" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" דארף מען זיך דאך זיכער אויף
פירן ווי עס דארף צו זיין און מקיים זיין דעם" :זְ כֹ ר אֶ ת ּבוֹ ְראֶ יָך בִּ ימֵ י
בְּ חּורֹתֶ יָך" ,ווייל" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" איז דאך אסאך אסאך גרעסער ווי אלע:
"י ִָמים טוֹבִ ים" ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן פרייטיג צו
נאכט'ס ביים דאווענען ,אזּ" :ובֵ ַרכְ ּת ֹו ִמכָּל הַ י ִָּמים וְ ִק ַּד ְׁשּת ֹו ִמכָּל הַ זְּ מַ נִּים".
קה
אליעזר תולדות נעימות
און די ווערטער" :יְמֵ י בְּ חּורֹתֶ יָך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :שַׁ בָּ ת"
[מיט די דריי אותיות מיטן כולל] ,אונז מרמז צו זיין ,אז דו ביזט גערעכט
טאקע אז" :יוֹם טוֹב" גייט טאקע ָאן דעם" :זְ כֹ ר אֶ ת ּבו ְֹראֶ יָך בִּ ימֵ י בְּ חּורֹתֶ יָך"
– אז געדענק דעם הייליגן באשעפער אין די טעג וואס מען זאגט :אַ תָּ ה
"בְ חַ ְרתָּ נּו" ,אבער" :שַׁ בָּ ת"" !?..שַׁ בָּ ת" גייט דאך דאס זיכער ָאן ,ווייל:
"שַׁ בָּ ת" איז דאך אסאך העכער ווי" :יוֹם טוֹב" ,און ממילא ווען עס קומט ָאן
דער הייליגער" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ,דארף דאך שוין דעמאלט'ס קאכן אין אונז
פון זיך אליין דעם" :זְ כֹ ר אֶ ת ּבו ְֹראֶ יָך בִּ ימֵ י בְּ חּורֹתֶ יָך" ,און נישט זיין פאר
שלאפן" :שַׁ בָּ ת קו ֶֹדׁש" ,נאר" :הִ תְ עו ְֹר ִרי הִ תְ עו ְֹר ִרי כִּ י בָ א אוֹרֵ ְך":
א פרייליכ'ן שבת !
ב
מ ר אַ הָ ּ
ֹו ִ יְ ָתה ֶח ֶרת ח
ּו ַ ׁש ּום
און מיט דעם ענדיגן מיר :אז מיר זאלן זוכה זיין אז ווען
עס וועט זיין" :אָ סֻ ָרה נָּא" – ווען מען וועט אוועק גיין פון
דעם גרויסן התעוררות ,זאל אבער נאך אלץ זיין:
"וְ אֶ ְראֶ ה אֶ ת הַ ַּמ ְראֶ ה הַ ָּגדֹל הַ זֶּה"!..
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
יצא לאור לז"נ זקני הרב ר' יצחק בן יונה ז"ל
קו
אליעזר תולדות נעימות
קז
אליעזר תולדות נעימות
קח
