gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

הליכות ושיחות קודש וויען - אידיש · Halichois V'sichois Koidesh Vien - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

מוציא לאור: הליכות ושיחות קודש וויען - אידיש · Halichois V'sichois Koidesh Vien - Yiddish

שבוע: תולדות (2026-11-09)

הליכות ושיחות קודש וויען - אידיש · Halichois V'sichois Koidesh Vien - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בס"ד‬ ‫דברי‬ ‫הדרכה‬ ‫והתחזקות‬ ‫לנשים‬ ‫שהשמיע כ"ק מרן‬ ‫אדמו"ר שליט"א‬ ‫אצל אסיפת חינוך‬ ‫לנשי אנ"ש והורי מוסדותינו הק'‬ ‫יום ד' חיי שרה תשפ"ז לפ"ק‬ ‫יוצא לאור ע״י‬ ‫מכון מעדני מלך וויען‬ ‫הדפסה והפצת הקונטרס הזה‬ ‫לזכות את הרבים ולהרבות קדושה בישראל‬ ‫נתנדב ע"י ידידינו הרבני הנגיד‬ ‫רחים ומוקיר רבנן ואיהו גופי' צורבא מרבנן‬ ‫לבו ער לכל דבר שבקדושה‬ ‫נודע לשם ולתהלה בקרב עם סגולה‬ ‫הרה"ח ר' יצחק שרגא גראס שליט"א‬ ‫מח"ס חיים שיש בהם‬ ‫לזכר נשמת אביו‬ ‫הרה"ח משה חיים ב"ר יצחק ע"ה‬ ‫ולזכר נשמת אמו‬ ‫מרת גאלדא ב"ר שרגא פייבל ע"ה‬ ‫*‬ ‫ולזכר נשמת חמיו‬ ‫מו"ה יצחק אהרן ב"ר יואל זוסמאן שפיטצער ע"ה‬ ‫ואשתו מרת נחמה רבקה ב"ר נפתלי מנחם ע״ה‬ ‫ת‪.‬נ‪.‬צ‪.‬ב‪.‬ה‪.‬‬ ‫זכות הרבים יהא תלוי בו להתברך בכל מילי דמיטב אכי"ר‪.‬‬ ‫צו הערן די דרשה‬ ‫קול מעדני מלך וויען‬ ‫‪718-400-7710 - 1-2‬‬ ‫דברי‬ ‫הדרכה‬ ‫והתחזקות‬ ‫לנשים‬ ‫שהשמיע כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫אצל אסיפת חינוך לנשי אנ"ש‬ ‫והורי מוסדותינו הק'‬ ‫יום ד' חיי שרה תשפ"ז לפ"ק‬ ‫איך וויל באגריסן די אלע וואס זענען זיך צוזאמגעקומען‪ ,‬ברוכים‬ ‫הבאים בשם ה'‪ .‬די חשוב'ע מאמעס פון די תלמידים פון אונזערע מוסדות‪,‬‬ ‫ערליכע אידישע שטובער‪ ,‬פון די געקליבענע שטובער אין ערליכקייט‬ ‫וואס איז דא אין די שטאט‪ .‬זיי טוען ערציען זייערע קינדער מיט מסירות‬ ‫נפש על דרך ישראל סבא אויפ'ן אלטן וועג‪.‬‬ ‫יעדער ווייסט וויאזוי די גאסן זעען היינט אויס‪ ,‬ס'איז פול מיט‬ ‫טומאה‪ ,‬און אנדערע זאכן וואס איז שלא כדרך התורה‪ ,‬און מ'היט אויף‬ ‫די שטובער אז די שטובער זאלן זיין ריין‪ ,‬אז ס'זאל נישט אריינקומען‬ ‫קיין שום זאך פון די דרכי הגוים אינדערהיים‪ .‬די חשוב'ע מאמעס‪,‬‬ ‫זיי טוען אריינברענגען די ווארעמקייט אין די שטוב צו דרכי התורה‪,‬‬ ‫אז מ'זאל קענען שטיין פעסט אקעגן די אלע שוועריגקייטן וואס עס‬ ‫טרעפט זיך‪ .‬די זכות איז געוואלדיג גרויס פון די וואס היטן אויף זייערע‬ ‫שטובער‪ ,‬אז די שטובער זאלן בלייבן ריין און הייליג‪.‬‬ ‫ג‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫מ'איז זיך צוזאמגעקומען היינט צו געבן חיזוק‪ ,‬שטארקייט‪ ,‬אז‬ ‫מ'זאל קענען ווייטער דאס אנהאלטן‪ ,‬און נישט צובראכן ווערן און‬ ‫נישט נאכלאזן פון די שווערע ארבעט וואס ליגט אויף דעם צו האלטן‬ ‫א אידישע שטוב‪.‬‬ ‫אסאך מאל איז דא‪ ,‬וואס פון אסאך טרדות איז מען נישט משים לב‬ ‫אויף קלייניגקייטן‪ ,‬וואס קוקט אויס ווי עס איז א קלייניגקייט‪ ,‬אבער‬ ‫שפעטער זעט מען די חורבן וואס איז דא אינעווייניג‪ .‬איז וויכטיג פון‬ ‫צייט צו צייט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען‪ ,‬אויסשמועסן די פראבלעמען‬ ‫וואס איז דא היינט פון די גאס‪ ,‬כדי אז מ'זאל קענען אויספירן די‬ ‫פליכט וואס עלטערן האבן אויף זייערע שטובער‪.‬‬ ‫די מאמע איז די עקרת הבית‪ ,‬די עיקר פונעם שטוב‬ ‫א אידישע מאמע ווערט אנגערופן אין די תורה מיט'ן נאמען 'בית'‪,‬‬ ‫אזוי שטייט אין פסוק (ויקרא טז‪-‬יא) וכפר בעדו ובעד ביתו‪ ,‬דער כהן גדול‬ ‫האט מכפר געווען פאר זיך און פאר זיין שטוב‪ ,‬דרש'נט די גמרא (יומא‬ ‫ב‪ ).‬ביתו זו אשתו‪ ,‬די ווייב ווערט אנגערופן דער בית‪ .‬פארוואס הייסט א‬ ‫אשה מיט'ן נאמען 'בית'‪ .‬ווייל זי איז דער עיקר פונעם שטוב‪ ,‬די גאנצע‬ ‫שטוב איז געבויט אויף איר‪ .‬איר השפעה נעמט ארום דעם גאנצן שטוב‬ ‫ארום און ארום‪ .‬וויאזוי די הנהגה איז אין שטוב בגשמיות‪ ,‬איז זי דער‬ ‫עיקר‪ .‬צוזאמנעמען די שטוב‪ ,‬צוגרייטן די עסן אין שטוב‪ ,‬מגדל זיין די‬ ‫קינדער‪ ,‬אלעס קומט פון איר‪ ,‬זי איז די עקרת הבית‪.‬‬ ‫נישט נאר אין גשמיות‪ ,‬נאר אויך די רוחניות פון א אידישע שטוב ליגט‬ ‫אין די הענט פון די מאמען‪ .‬דער טאטע איז פארנומען א גאנצן טאג‪,‬‬ ‫ברענגען פרנסה‪ ,‬ער קומט אהיים אויסגעמוטשעט‪ ,‬און מ'האט שוין נישט‬ ‫די געדולד‪ ,‬די קינדער זענען נישט אינדערהיים ווען דער טאטע איז‬ ‫דארטן‪ .‬אבער די מאמע זיצט א גאנצן טאג אין שטוב מיט די קינדער ווען‬ ‫זיי קומען אהיים‪ ,‬זי געט אריין אין די קינדער די אהבת תורה‪ ,‬ליבשאפט‬ ‫צו תורה‪ ,‬יראת שמים‪ ,‬זי לערנט זיי אויס מדות טובות וויאזוי מ'דארף‬ ‫זיך פירן‪ ,‬ווארימקייט צו יעדע דבר שבקדושה‪ .‬דאס קומט אלעס פון די‬ ‫מאמע פון די שטוב‪ ,‬זי איז די עקרת הבית‪ ,‬זי איז דער עיקר פונעם שטוב‪.‬‬ ‫ד‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫וויאזוי א שטוב פארעמט זיך‪ ,‬וויאזוי א שטוב זעהט אויס‪ ,‬די צורה פון א‬ ‫שטוב‪ ,‬איז אלעס געוואנדן און צו פארדאנקען פאר די מאמען וויאזוי זי‬ ‫פירט עס‪.‬‬ ‫א אידישע שטוב ווערט אנגערופן א בית ה'‪ ,‬א הויז פונעם אייבערשטן‪,‬‬ ‫איש ואשה שזכו שכינה ביניהם (סוטה יז‪ ,).‬אז מ'איז זוכה‪ ,‬איז דא א‬ ‫השראת השכינה אין די שטוב‪ ,‬און ס'איז א בית ה'‪ .‬ברוכים הבאים‬ ‫בשם ה'‪ ,‬געבענטשט זאלן זיין די וואס קומען בשם ה'‪ ,‬אין נאמען פונעם‬ ‫אייבערשטן‪ .‬זיי קומען זיך צוזאם כדי צו וויסן וויאזוי זיך אויפצופירן‪,‬‬ ‫און וויאזוי מ'דארף פירן א שטוב פאר'ן אייבערשטן‪ .‬ברכנוכם מבית ה'‪,‬‬ ‫ענקער ברכה קומט פון דעם וואס עטס פירט'ס א בית ה'‪ .‬פון דעם וואס‬ ‫אידישע מאמעס שטעלן אויף אידישע שטובער‪ ,‬דאס איז די ברכה וואס‬ ‫איז דא אינדערהיים‪.‬‬ ‫די תפקיד פון א אידישע מאמע‪ :‬צניעות און חינוך הבנים‬ ‫יעדער מענטש וואס קומט אויף דער וועלט האט דער אייבערשטער‬ ‫אים געגעבן א געוויסן תפקיד‪ ,‬א געוויסע אויפגאבע‪ ,‬א מיש"ן וואס ער‬ ‫האט צו טון אויף דעם עולם‪ ,‬וואס בדרך כלל איז דאס שמירת התורה‬ ‫והמצוות‪ .‬אונז זענען מיר אידן‪ ,‬אונז טוען מיר וואס דער אייבערשטער‬ ‫פארלאנגט פון אונז‪ ,‬מקיים זיין די מצוות פונעם אייבערשטן‪ ,‬יעדער‬ ‫איינער לויט זיין מצב וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן זיין‬ ‫חלק אין די תורה‪.‬‬ ‫נשים האט דער אייבערשטער געגעבן צוויי מצוות וואס איז מיוחד‬ ‫פאר זיי‪ .‬על כל פנים‪ ,‬אין היינטיגע צייטן איז די עיקר פון איר תפקיד‬ ‫אויף דער וועלט אין צוויי זאכן‪ :‬צניעות‪ ,‬וואס איז נוגע נאר פאר נשים‪,‬‬ ‫בעיקר‪ .‬און חינוך פון די קינדער‪ .‬אויפצושטעלן ערליכע אידישע‬ ‫דורות‪ ,‬דאס איז אין זייער האנט‪ .‬אויב זיי זענען זיך מתרשל‪ ,‬זיי טוען‬ ‫נאכלאזן פון אויספירן זייער פליכט‪ ,‬האבן זיי נישט משלים געוועזן די‬ ‫ציל פארוואס זיי געפינען זיך אויף דעם עולם‪ .‬די ציל פון זיי איז‪ ,‬צו‬ ‫געדענקען שטענדיג‪ ,‬פריוואט איז איר מצוה איר צניעות‪ ,‬און אין שטוב‬ ‫איז איר מצוה מחנך צו זיין אירע קינדער‪.‬‬ ‫ה‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫ווארעמקייט צו תורה באקומען קינדער פון די עלטערנ'ס שטוב‬ ‫אמאליגע צייטן איז חינוך פון קינדער געווען נאר פון די עלטערן‬ ‫אינדערהיים‪ .‬טעכטער האבן נישט געהאט קיין סקול‪ ,‬ס'איז נישט געווען‬ ‫קיין בית ספר וואו מ'האט געלערנט מיט זיי‪ .‬די זון האט מען געשיקט אין‬ ‫תלמוד תורה‪ ,‬ס'איז אויך נאר געווען בעיקר געשטעלט לערנען מיט זיי‬ ‫די ווערטער פון די תורה‪ ,‬גמרא‪ ,‬רש"י‪ ,‬תוספות‪ ,‬חומש‪ ,‬אזוי ווי די סדר‬ ‫איז‪ .‬ס'איז געווען געשטעלט בעיקר אויף 'לימוד'‪ ,‬אויף לערנען תורה‪.‬‬ ‫ווארעמקייט צו אידישקייט האט מען נישט געלערנט אין די פרעמד‪,‬‬ ‫דאס האט יעדער איינער זיך געלערנט פון די עלטערן‪ .‬די עלטערן האבן‬ ‫מחנך געווען זייערע קינדער צו א ליבשאפט צו תורה‪.‬‬ ‫היינט האבן זיך זאכן געטוישט‪ ,‬די מוסדות התורה‪ ,‬סיי פאר די זון‬ ‫און סיי פאר די טעכטער‪ ,‬טוען אסאך צוהעלפן אין חינוך פון די קינדער‪,‬‬ ‫מגדל צו זיין די קינדער‪ .‬מ'לערנט זייער אסאך פאר אידישע טעכטער‬ ‫בעיקר‪ ,‬וואס זייער רוב אידישקייט קומט פון דעם וואס זיי לערנען אין‬ ‫די שולע‪ .‬פאר קינדער אין תלמוד תורה געבט מען אוועק אסאך צייט‬ ‫צו לערנען מדות טובות און אידישקייט וואס דאס איז אויסער די לימוד‬ ‫התורה‪ .‬עם כל זה‪ ,‬דער רושם פון קינדער ווענדט זיך אין די עלטערן אין‬ ‫די שטוב‪ .‬זיי לייגן אראפ א זיגל אויף די שטוב וויאזוי די שטוב זעט אויס‪.‬‬ ‫אויף יעדע משפחה קען מען דערקענען די הנהגה פון די עלטערן וויאזוי‬ ‫זיי פירן זיך‪.‬‬ ‫דער חלק פון שטוב‪ ,‬דאס איז תלוי אין די מאמעס פון אידישע קינדער‪.‬‬ ‫ס'איז נישט גענוג אז מ'שיקט די קינדער לערנען אין תלמוד תורה‪ ,‬צי אין‬ ‫מיידל שולע‪ .‬מ'וויל אז מ'זאל געבן א פראדוקט אריין אין מיידל שולע‪,‬‬ ‫צי אין תלמוד תורה‪ ,‬און מ'זאל אהיימברענגען אויסגעארבעטע קינדער‪.‬‬ ‫ס'איז נישט אזוי! זיי קענען צוהעלפן צו דעם וואס די שטוב געבט‪ .‬אבער‬ ‫די עיקר חינוך ליגט אויף די עלטערן פון דעם שטוב‪ .‬וויפיל זיי זענען‬ ‫גרייט צו אינוועסט"ן‪ ,‬אזויפיל ריוח וועלן זיי האבן‪ .‬וויפיל מ'וועט משקיע‬ ‫זיין אין די קינדער‪ ,‬אזויפיל וועט מען ארויסגיין מיט ריוח‪.‬‬ ‫ו‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫די חינוך פון א קינד‪ ,‬איז די הנהגה וואס מען זעט ביי די עלטערן‬ ‫חינוך‪ ,‬איז נישט וואס מ'רעדט צו די קינדער און מ'זאגט‪" ,‬טו אזוי‪,‬‬ ‫און טו אזוי"‪ ,‬מ'איז מחנך וואס צו טון‪ ,‬וואס נישט צו טון‪ .‬וויאזוי א מאמע‬ ‫פירט זיך אין שטוב‪ ,‬דאס איז די חינוך וואס זי איז מחנך אירע קינדער‬ ‫די גאנצע צייט‪ .‬א מאמע אין שטוב איז א מחנכת פיר און צוואנציג שעה‬ ‫אינעם טאג‪ .‬יעדע מינוט‪ ,‬יעדע רגע וואס זי געפינט זיך מיט די קינדער‪,‬‬ ‫וויאזוי זי פירט זיך אויף‪ ,‬דאס איז די חינוך וואס זי געבט איבער פאר‬ ‫אירע קינדער‪.‬‬ ‫און מיר וועלן עס מסביר זיין‪ .‬א קליין קינד געוויינט זיך צו עסן‪,‬‬ ‫טרינקען‪ ,‬רעדן‪ ,‬גיין‪ ,‬צוביסלעך צוביסלעך ווערט ער ערוואקסן‪ ,‬און די‬ ‫קינד ענטוויקלט זיך‪ .‬קיינער האט אים נישט געזאגט וויאזוי מ'דארף צו‬ ‫גיין‪ ,‬קיינער האט אים נישט געזאגט וויאזוי מ'דארף צו רעדן‪ .‬ער זעט‬ ‫אבער וואס מ'טוט אין שטוב‪ .‬ער זעט אז מ'רעדט‪ ,‬ער זעט אז מ'גייט‪,‬‬ ‫ער זעט אז מ'עסט‪ ,‬לערנט ער זיך אויס דערפון‪ ,‬אן דעם וואס מ'האט‬ ‫גערעדט צו דעם קינד וויאזוי ער דארף זיך צו פירן‪ .‬דאס איז ווען מ'איז‬ ‫קליין‪.‬‬ ‫ווען מ'ווערט עלטער טוישט זיך עס נישט‪ .‬דער חינוך פון א קינד איז‬ ‫וואס ער זעט צו טאג טאג‪ ,‬וויאזוי דער טאטע פירט זיך‪ ,‬וויאזוי די מאמע‬ ‫פירט זיך‪ ,‬דאס איז דער חינוך וואס דער קינד ווערט ערצויגן דערמיט‪.‬‬ ‫זיי זעען וויאזוי די עלטערן פירן זיך‪ ,‬וויאזוי מ'רעדט‪ ,‬וויאזוי איז דער וועג‬ ‫וויאזוי מ'רעדט איינער צום צווייטן‪ ,‬וויאזוי איז דער וועג וויאזוי מ'פירט‬ ‫זיך אויף איינער צום אנדערן‪ .‬דאס טוט מחנך זיין דעם קינד צו גיין‬ ‫אויפ'ן ריכטיגן וועג‪.‬‬ ‫אז מ'זעט ווי עלטערן געבן אכט אויף יעדע ווארט וואס מ'רעדט‪,‬‬ ‫ס'זאל זיין אמת‪ ,‬ס'זאל נישט זיין קיין ליגנט‪ ,‬מ'זאל רעדן איידל‪ ,‬מ'זאל‬ ‫נישט טשעפען‪ ,‬נישט וויי טון פאר א צווייטן‪ ,‬ס'זאל זיין מיט דרך ארץ‪,‬‬ ‫ווערן זיי נתחנך אויף דעם‪ ,‬אז דאס איז דער וועג וויאזוי מ'דארף זיך צו‬ ‫פירן‪ .‬ווען מ'רעדט אויפ'ן טעלעפאן‪ ,‬ווען מ'רעדט צו א צווייטן‪ ,‬דאס קינד‬ ‫זיצט אין שטוב און הערט דעם גאנצן געשפרעך וואס מ'רעדט‪ .‬דאס איז‬ ‫ז‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫א חינוך פאר'ן קינד וויאזוי מ'רעדט צו א צווייטן‪ ,‬צי מ'רעדט שיין‪ ,‬צי‬ ‫מ'רעדט איידל און רואיג‪ ,‬צי מ'רעגט זיך‪ ,‬אלעס איז א חינוך וואס דאס‬ ‫קינד לערנט זיך דערפון‪ .‬אזוי איז אין שטוב‪ .‬אז מ'רעדט איידל אין שטוב‪,‬‬ ‫אז מ'קריגט זיך נישט‪ ,‬און ס'איז דא שלום אין שטוב‪ ,‬ס'איז דא רואיגקייט‬ ‫אין שטוב‪ ,‬ווערן קינדער נתחנך צו איידלקייט‪ ,‬און זיך צו רעכענען מיט א‬ ‫צווייטן‪ ,‬דאס איז זייער חינוך וואס זיי זעען ביי די עלטערן‪.‬‬ ‫די עלטערן זענען א דוגמא פאר די קינדער מיט זייער התנהגות‬ ‫חינוך ארבעט נישט‪ ,‬אז מ'זאגט פאר די קינדער‪" :‬טון אזוי און אזוי"‪,‬‬ ‫אויב זיי זעען דאס נישט פאר א דוגמא‪ ,‬פאר א משל‪ ,‬פאר א בילד‪ ,‬ביי‬ ‫זייערע עלטערן‪ ,‬העלפט נישט דער חינוך‪ .‬וואס מ'טוט מחנך זיין א קינד‪,‬‬ ‫מוז דאס קינד זען אז די עלטערן פירן זיך אויך אויף דעם וועג‪ .‬און כל‬ ‫שכן ווען מ'זעט אסאך מאל אז די חינוך וואס מ'זאגט פאר'ן קינד‪ ,‬איז‬ ‫גאר אנדערש וויאזוי מ'פירט זיך אליין‪ ,‬וואסערע כח קען שוין האבן די‬ ‫חינוך אויף דעם קינד‪ ,‬אז ער זאל צו דעם נתחנך ווערן‪.‬‬ ‫מ'איז מחנך קינדער אויף צניעות‪ ,‬קליידונג וויאזוי מ'דארף צו גיין‪,‬‬ ‫וויאזוי די האר דארפן זיין צאמגענומען‪ ,‬וכדומה‪ .‬אויב זיי זעען אז ביי די‬ ‫עלטערן איז די צניעות שוואך‪ ,‬וואס עס איז נוגע צו זיי ‪ -‬צו די עלטערן‪,‬‬ ‫איז צניעות נישט קיין ארטיקל וואס מ'איז אזוי שטארק מקפיד דערויף‪,‬‬ ‫וועט די טאכטער זיין אזוי ווי די מאמע‪ .‬ס'וועט גארנישט העלפן וואס‬ ‫מ'האט איר געזאגט וויאזוי מ'דארף צו גיין‪ .‬קינדער ווערן מער נתחנך פון‬ ‫דעם וואס זיי זעען‪ ,‬ווי פון דעם וואס מ'רעדט צו זיי‪ .‬וויאזוי זיי זעהן אין‬ ‫שטוב‪ ,‬דאס איז די חינוך וואס קינדער באקומען‪.‬‬ ‫שלמה המלך איז משבח אן אשת חיל‪ ,‬אשת חיל מי ימצא (משלי‬ ‫לא)‪ ,‬א גאנץ קאפיטל האט ער געגעבן אויף די אשת חיל‪ ,‬און ער רעכנט‬ ‫אויס אלע אירע גוטע מעשים וואס די אשת חיל טוט‪ .‬נאכדעם איז דא א‬ ‫שורה צום סוף‪' ,‬צופיה הליכות ביתה ולחם עצלות לא תאכל‪ ,‬קמו בניה‬ ‫ויאשרוה בעלה ויהללה'‪ .‬ער רעכנט אויס די מעלות פון אן אשת חיל‪ ,‬זי‬ ‫איז מופלג אין אירע מעשים טובים וואס זי טוט אין שטוב‪ ,‬ער רעכנט‬ ‫נישט אויס דארט קיין איין ווארט‪ ,‬אז זי געבט דאס איבער פאר אירע‬ ‫קינדער‪ ,‬אז זי איז מחנך די קינדער זאלן אויך גיין אויף דעם וועג‪' .‬צופיה‬ ‫ח‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫הליכות ביתה'‪ ,‬די קינדער קוקן צו וויאזוי די הליכות בית זענען‪ ,‬זיי קוקן‬ ‫אויף די שטוב אויף די אשת חיל‪ ,‬וויאזוי זיי פירט זיך‪' ,‬כפה פרשה לעני‬ ‫וידיה שלחה לאביון'‪ ,‬און אזוי ווייטער‪ .‬די קינדער דארף מען גארנישט‬ ‫זאגן‪' ,‬צופיה הליכות ביתה'‪ ,‬די קינדער קוקן די הליכות פונעם שטוב‪ ,‬און‬ ‫דעמאלטס איז 'קמו בניה ויאשרוה בעלה ויהללה'‪ .‬מ'דארף נישט מוסר‬ ‫זאגן פאר די קינדער‪ ,‬מ'דארף נישט זעהן אז די קינדער זאלן גיין אויף‬ ‫דעם וועג‪ ,‬די קינדער פון זיך אליין שטייען אויף און זיי טוען לויבן‪ ,‬און‬ ‫זיי טוען זיין צופרידן פון וואס זיי האבן געזעהן ביי די מאמע'ן‪ .‬דאס איז‬ ‫חינוך‪.‬‬ ‫ביי יעדע זאך וואס מ'טוט אין שטוב‪ ,‬דארף מען טראכטן וואסערע‬ ‫השפעה וועט עס האבן אויף מיין קינד‪ .‬ס'קען אמאל זיין אז די זאך פאר‬ ‫זיך איז נישט קיין פראבלעם‪ ,‬אדער פאר אן עלטערן מענטש איז עס‬ ‫אנדערש‪ ,‬אבער יעדע זאך וואס מ'טוט אין שטוב דארף מען געדענקען‪,‬‬ ‫אז דאס איז דער חינוך‪ ,‬און אסאך מאל איז דער חינוך אינעם שטוב פון‬ ‫וואס מ'פירט זיך אויף‪ ,‬זייער ווייט פון דעם וואס מ'לערנט דאס קינד אין‬ ‫שטוב און וואס מ'לערנט איר אין די שולע‪ ,‬צו אין חדר‪ ,‬אז מ'דארף זיך‬ ‫אזוי צו פירן‪.‬‬ ‫די מלבושים האבן א געוואלדיגע השפעה אויפן קינד‬ ‫די מלבושים‪ ,‬קליידונג פון די קינדער האט א געוואלדיגע השפעה‬ ‫אויפ'ן קינד‪ ,‬וויאזוי דאס קינד זאל אויפוואקסן‪ .‬אז מ'געבט נישט‬ ‫אכט וואס מ'קליידעט א קינד‪ ,‬מ'טוט אים אן מיט קליידער וואס איז‬ ‫צוגעפאסט מער אויף די מאדערנע זייט ווי פון וואס מ'גייט ביי היימישע‬ ‫אידן‪ .‬די מאמע‪ ,‬ווען זי טוט אן אזא בגד פאר'ן קינד‪ ,‬איז זי מחנך דאס‬ ‫קינד צו א חינוך וואס זאל זיך בייגן אויף מאדערנקייט‪ .‬אז מ'טוט אן‬ ‫פאר א קינד א קליין קאפעלע‪ ,‬אז מ'טוט אן א מאדערן קאפל פאר'ן‬ ‫קינד‪ ,‬מ'טוט אן פאר א קינד הויזן וואס זענען שמאל‪ ,‬מ'טוט אן פאר א‬ ‫קינד א מאדערנע שיך‪ ,‬מ'זאגט אז ס'איז קיו"ט‪ .‬ס'איז זייער ווייט פון‬ ‫קיו"ט‪ .‬דאס איז א חינוך וואס מ'טוט אראפפירן דאס קינד פון גיין אויף‬ ‫אן ערליכן וועג‪ ,‬מ'טוט אים געוויינען‪ ,‬קוק אויס אזוי ווי א מאדערן קינד‬ ‫וואס פאסט זיך צו צו די וועגן פון די גויים‪ .‬ס'איז א חינוך פאר א קינד צו‬ ‫ט‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫גיין בדרכי האומות‪ .‬מ'האט גארנישט געזאגט‪ .‬מ'דארף נישט זאגן פאר'ן‬ ‫קינד‪ ,‬ס'איז נישט מ'האט אים מחנך געווען אזוי‪ .‬מ'קען אים זאגן 'גיי‬ ‫אנגעטון און זיי ערליך‪ ,‬וואקס אויס א צדיק'‪ .‬ס'גייט נישט‪ .‬מיט דעם וואס‬ ‫מ'טוט אן א קינד‪ ,‬דאס קינד ווערט ערצויגן‪ ,‬און ער פאסט זיך צו מיט‬ ‫דעם וועג וויאזוי מ'האט אים אנגעטון‪ .‬דאס איז אפילו ביי די יונגלעך‪.‬‬ ‫כל שכן ווען מ'רעדט ביי די טעכטער‪ ,‬ליגט א געוואלדיגער חיוב‬ ‫מער אכט צו געבן אין זייערע קליידונג‪ ,‬ס'דארף זיין מיט גדרי הצניעות‪,‬‬ ‫מ'דארף לייגן אן אויג אויף יעדן קלייד עקסטער וואס מ'קויפט‪ ,‬ווען מ'טוט‬ ‫עס אן‪ ,‬וויסן אז מיט דעם טו איך אויפבויען מיין קינד אויף וואסערן וועג‬ ‫זיין חינוך וועט זיין שפעטער‪.‬‬ ‫מ'געפינט אין די פרשה די וואך‪ ,‬אליעזר איז געגאנגען זוכן א שידוך‬ ‫פאר יצחק‪ .‬אברהם האט אים געשיקט‪ .‬ער איז אנגעקומען צו בתואל אין‬ ‫שטוב און געזען אז דאס איז א פאסנדע שידוך פאר יצחק‪ .‬זאגט דער‬ ‫פסוק (בראשית כד‪-‬נג) אז דער עבד האט ארויסגענומען‪ ,‬כלי כסף וכלי‬ ‫זהב‪ ,‬זילבערנע כלים‪ ,‬גאלדענע כלים‪ ,‬ובגדים‪ ,‬ער האט גענומען קליידער‪,‬‬ ‫ויתן לרבקה‪ ,‬ער האט זיי געגעבן פאר רבקה‪ .‬ער האט מיטגעברענגט‬ ‫מתנות פונדערהיים צו געבן פאר רבקה‪.‬‬ ‫שטייט פונעם פריערדיגן בעלזער רב זי"ע‪ ,‬האט ער געזאגט‪ ,‬ממילא‬ ‫כלי כסף וכלי זהב פארשטייט מען אז ער האט עס מיטגעברענגט; אבער‬ ‫בגדים‪ ,‬האט ער דען געוואוסט וואסערע בגדים זי דארף האבן‪ ,‬ער האט‬ ‫דען געוואוסט איר סייז‪ ,‬ער האט דען געוואוסט ווי הויך זי איז‪ ,‬ווי נידריג‬ ‫זי איז‪ ,‬וואסערע בגד איז צוגעפאסט פאר איר‪ ,‬וויאזוי קען מען ברענגען‬ ‫בגדים פאר א מענטש וואס מ'ווייסט נאכנישט וויאזוי ער זעט אויס?‬ ‫האט דער הייליגער בעלזער רב געזאגט‪ :‬אליעזר האט נישט‬ ‫געברענגט קיין בגדים זי זאל האבן וואס אנצוטון‪ .‬אליעזר האט‬ ‫געברענגט א מוסטער פון בגדים וויאזוי מ'גייט ביי אונז‪ .‬איך גיי דארט‬ ‫נעמען א שידוך פאר יצחק; אויב זי וועט נישט וויסן וויאזוי מ'דארף זיך‬ ‫קליידן אין אברהם אבינו'ס שטוב‪ ,‬איז זי נישט קיין פאסנדע שידוך פאר‬ ‫יצחק‪ .‬ער האט מיטגעברענגט מיט זיך קליידונג וויאזוי מ'גייט אנגעטון‬ ‫ביי אברהם אין שטוב‪ ,‬און איר פרעגן צי ביסטו צוגעפאסט אז דו זאלסט‬ ‫קענען זיך אזוי פירן און קענען אזוי גיין‪ .‬די בגדים איז נישט געוועזן‬ ‫י‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫איר אנצוטון; די בגדים איז געוועזן איר אויסצולערנען וויאזוי א אידישע‬ ‫שטוב דארף זיין‪.‬‬ ‫אל תטוש תורת אמך‪ ,‬נישט נאכלאזן די מסורת אבות‬ ‫מ'דארף אכט געבן‪ ,‬אונז זאלן מיר נישט משנה זיין פון וואס אונז‬ ‫זענען מיר נתחנך געווארן‪ ,‬פון וואס אונז האבן מיר געזען ביי אונזערע‬ ‫עלטערן‪ .‬אל תטוש תורת אמך‪ ,‬מ'טאר נישט איבערלאזן וואס מ'האט‬ ‫געלערנט ביי די מאמען‪ .‬א זאך וואס מ'האט געלערנט אין שטוב‪ ,‬ס'איז‬ ‫דא א מסורה פון אבות וויאזוי אונזערע מאמעס זענען געגאנגען‪ ,‬וויאזוי‬ ‫אונזערע באבעס זענען געגאנגען‪[ .‬אויב מ'ווייסט נישט‪ ,‬קען מען קוקן‬ ‫אויף די בילדער וויאזוי זיי זענען געגאנגען אנגעטון]‪ .‬אל תטוש תורת‬ ‫אמך; אונז דארפן מיר מחנך זיין אונזערע קינדער צו גיין אויפן זעלבן‬ ‫וועג ווי אונזערע עלטערן זענען געגאנגען‪.‬‬ ‫אוודאי מעג מען טוישן אויף בעסער'ס‪ ,‬אויף ערליכער'ס‪ ,‬וואס‬ ‫דאס הייסט נישט געטוישט‪ ,‬דאס הייסט נאר אן הוספה וואס מ'האט‬ ‫צוגעגעבן צו וואס זיי האבן זיך געפירט‪ .‬מ'רעדט אבער פון נאכלאזן‪,‬‬ ‫ביי מיין מאמע איז מען געגאנגען איין וועג‪ ,‬מיין קינד קען גיין אביסל‬ ‫אנדערש פון וואס מ'האט געזען ביי די עלטערן‪ ,‬דאס הייסט א שינוי פון‬ ‫וואס מ'האט געטון פון פריער‪ ,‬מ'דארף מחנך זיין אונזערע קינדער‪ ,‬אונז‬ ‫זאלן מיר נישט טוישן זאכן וואס איז געוועזן ביי אונזערע מאמעס און ביי‬ ‫אונזערע באבעס‪ ,‬און אזוי זאלן די קינדער זיין אפגעהיטן‪ ,‬די קליידונג‪,‬‬ ‫די וועג וויאזוי מ'גייט מיט די האר וכדומה‪ ,‬ס'זאל זיין אלעס ביי יעדע‬ ‫דבר שבקדושה אזוי ווי ס'איז געוועזן ביי אונזערע עלטערן‪.‬‬ ‫השתלשלות פון די מלבוש פון שייטלעך‬ ‫איך וועל זיך אפשטעלן אויף איין זאך וואס איז נוגע צו די האר פון‬ ‫די קינדער‪ .‬אפילו מ'איז נאך יונג‪ ,‬מ'האט נישט חתונה געהאט‪ ,‬איז דא‬ ‫הלכות וויאזוי די האר פון א מיידל דארף אויסזען‪ ,‬זי דארף גיין מיט א וועג‬ ‫וואס איז צנוע‪ ,‬נישט לאנג איבער די אקסלען‪ ,‬עס זאל זיין צאמגענומען‬ ‫און נישט צעווארפן‪ ,‬אפילו מ'איז נאך א פנויה‪ ,‬אפילו מ'האט נאכנישט‬ ‫אי‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫חתונה געהאט‪ ,‬איז דא דיני התורה וויאזוי מ'דארף זיין אנגעטון די האר‬ ‫פונעם קאפ‪ .‬דאס איז ווילאנג מ'איז נאך אין שטוב‪.‬‬ ‫ווען מ'האט חתונה‪ ,‬ווערן די הלכות הארבער‪ ,‬אז מ'טאר נישט‬ ‫ארויסזען קיין האר פונעם קאפ‪ ,‬די קאפ דארף זיין צוגעדעקט מיט א‬ ‫טיכל‪ ,‬דאס איז די מצוה פון די תורה ווען מ'האט חתונה‪ .‬אן אשת איש‬ ‫דארף זיין אנדערש געקליידעט‪ ,‬אנגעטון‪ ,‬און גיין מיט אירע האר‪ ,‬פון‬ ‫דעם וואס מ'איז געוועזן פון פריער‪ .‬און גילוי ראש איז אן ערוה ביי אשה‪,‬‬ ‫מ'טאר נישט זאגן קיין אידיש ווארט ווען די האר זענען אפן‪ .‬אזוי זענען‬ ‫אידישע קינדער געגאנגען הונדערטער יארן‪ ,‬צוגעדעקט מיט א טיכל‬ ‫אויפ'ן קאפ‪.‬‬ ‫ס'האט זיך נאכדעם געמאכט ס'איז געווארן נתפשט די שייטלען‪.‬‬ ‫אין יענע צייטן איז שייטלען נישט געווען פון קיין האר‪ ,‬שייטלען זענען‬ ‫געווען געמאכט פון סחורה‪ ,‬פון פעדעמער‪ ,‬וואס מ'האט אויסגעצויגן די‬ ‫פעדעמער‪ ,‬סינטעטי"ש ווי מ'רופט דאס‪ ,‬ס'האט נישט געהאט אין זיך‬ ‫קיין האר‪ .‬און מ'האט זיך געדינגען צו מ'קען גיין דערמיט‪ ,‬צו נישט‪ ,‬די‬ ‫פוסקים האבן מקיל געווען אז מ'קען דאס אנטון אויפ'ן קאפ‪ ,‬עס איז א‬ ‫צודעק אויף די האר‪ .‬ס'איז דאך א זאך וואס איז געמאכט געווארן צו‬ ‫זיין אנשטאט'ס א טיכל‪ ,‬אפילו עס איז געמאכט געווארן ענליך צו האר‪,‬‬ ‫אבער ס'איז נישט קיין האר‪.‬‬ ‫די היינטיגע סארט שייטלעך‪ ,‬איז אויסגעשפילט די תורה‬ ‫שפעטער איז געווארן די וועלט מאדערנער‪ ,‬מ'האט אנגעהויבן צו‬ ‫מאכן שייטלען פון האר‪ .‬פון אנדערע גוי'טעס‪ ,‬זיי האבן זיך אפגעשוירן‬ ‫די האר‪ ,‬און מ'האט דאס פארקויפט‪ ,‬און פון דעם האט מען געמאכט די‬ ‫שייטלען‪ .‬ווען איינער טראכט נאר אביסל אריין‪ ,‬צו גיין מיט אזא שייטל‬ ‫איז אויסגעשפילט די תורה‪ .‬די תורה האט געזאגט אז מ'טאר נישט גיין‬ ‫מיט קיין האר‪ ,‬האב איך אראפגענומען מיינע האר‪ ,‬און איך לייג ארויף‬ ‫יענעמ'ס האר‪ .‬ס'קוקט אויס דאס זעלבע‪ ,‬אמאליגע צייטן האט דאס‬ ‫נאכנישט אויסגעקוקט דאס זעלבע‪ ,‬אבער מ'רעדט פון היינט‪ ,‬עס איז‬ ‫ממש דומה‪ ,‬מ'דערקענט נישט צו דאס איז א פנויה‪ ,‬צו מען האט שוין‬ ‫בי‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫חתונה געהאט‪ .‬צו איז זי נאך א מיידל אין סקול‪ ,‬צו זי האלט שוין נאך די‬ ‫חתונה‪ .‬עס קוקט אויס די זעלבע‪ .‬די הערמה וואס ליגט אין דעם‪ ,‬וואס‬ ‫מען האט אויסגעשפילט די תורה‪ ,‬פארשטייט יעדער איינער וואס עס‬ ‫ליגט דערין‪.‬‬ ‫אוודאי איז זייער חשוב‪ ,‬אז איינער וואס איז א יראת ה' זאל גיין נאר‬ ‫מיט א סינטעטי"ש שייטל‪ ,‬מ'זאל דערקענען אז ס'איז א געהעריג שייטל‬ ‫ווי אונזערע באבעס זענען געגאנגען‪.‬‬ ‫כל שכן היינטיגע צייטן וואס מ'נעמט אן און מ'ווייסט‪ ,‬אז רוב פון די‬ ‫שייטלעך איז תקרובת עבודה זרה‪ ,‬ס'ווערט געשניטן פאר עבודה זרה‪,‬‬ ‫וואס תקרובת עבודה זרה טאר מען נישט האלטן אין שטוב אפילו מ'טוט‬ ‫דאס נישט אן אויפן קאפ‪ .‬רוב שייטלעך פון האר זענען פארבינדן היינט‬ ‫מיט א דין פון עבודה זרה‪ .‬דאס איז די שייטלעך אליין‪.‬‬ ‫די פריצות פון די לאנגע און צולאזטע שייטלעך‬ ‫אבער ווען מ'רעדט פון גיין מיט לאנגע שייטלען‪ ,‬וואס ווען זי איז‬ ‫געוועזן א מיידל האט מען אכט געגעבן‪ ,‬אז זי איז נישט געגאנגען מיט‬ ‫קיין לאנגע האר‪ ,‬ווען זי איז נאך געווען א פנויה‪ .‬און יעצט ווען זי האט‬ ‫חתונה געהאט‪ ,‬קען מען גיין מיט די לאנגע שייטלעך וואס זאל זיין‬ ‫אנדערש פון דעם חינוך וואס אונז האבן געגעבן פאר אונזערע קינדער‬ ‫ווען זי איז געוועזן א מיידל אין שולע?!‪ .‬איז דאס פארשטענדליך?!‬ ‫פארשטייט מען דאס מיט'ן שכל‪ ,‬אז בשעת מ'איז געוועזן אין שולע האט‬ ‫מען אכט געגעבן אז דאס קינד זאל גיין נאר מיט האר וואס קומען ביז די‬ ‫אקסל‪ .‬און אז מ'האט חתונה‪ ,‬און זי איז געווארן אן אשת איש‪ ,‬קען מען‬ ‫גיין מיט א לענגער שייטל?!‬ ‫קען מען פארשטיין‪ ,‬אז בשעת מ'איז געוועזן א מיידל האט מען אכט‬ ‫געגעבן אז די האר זאלן זיין צאמגענומען און ס'זאל נישט זיין צעווארפן‪,‬‬ ‫און נאך די חתונה קען מען גיין מיט וואסערע סטייל צעווארפן?! ווען‬ ‫מען טראכט אביסל אריין‪ ,‬זעט מען‪ ,‬אז עס האט נישט קיין שום שכל‬ ‫דאס צו פארשטיין!‬ ‫און כל שכן ווען מ'רעדט פון די נייע שייטלעך וואס איז געמאכט‬ ‫גי‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫געווארן‪ ,‬וואס מ'רופט היינט‪ ,‬לעי"ס‪ ,‬דארף מען זיך אוודאי אכט געבן‬ ‫דערויף‪ ,‬דאס איז א זאך וואס איז אסור פון כל גדולי ישראל‪.‬‬ ‫די שכר פון צניעות איז גוטע קינדער‬ ‫שכר פון צניעות איז זייער גרויס‪ .‬די גמרא זאגט אין יומא (מז‪ ,).‬אז‬ ‫עס איז געוועזן א יודענע וואס האט געהייסן קמחית‪ ,‬זי האט געהאט‬ ‫זיבן קינדער‪ .‬אלע האבן משמש געווען בכהונה גדולה‪ ,‬זי האט געהאט‬ ‫זיבן קינדער וואס זענען געווען כהנים גדולים‪ .‬און די חכמים האבן‬ ‫איר געפרעגט‪ ,‬חכמים! די גמרא'ס חכמים‪ ,‬האבן געפרעגט‪ ,‬מה עשית‬ ‫שזכית לכך? וואס האסטו זוכה געווען אז דו האסט אזעלכע געראטענע‬ ‫קינדער? האט זי געענטפערט‪ ,‬מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי‪.‬‬ ‫כ'בין אייביג געגאנגען צוגעדעקט‪ ,‬אז אפילו די באלקן פון מיין הויז האט‬ ‫נישט געזען מיינע האר‪ .‬פון דעם צניעות וואס זי האט געהאט‪ ,‬האט זי‬ ‫זוכה געווען אז זי האט געהאט זיבן קינדער וואס זענען געוועזן כהנים‬ ‫גדולים‪.‬‬ ‫אונז לעב מיר היינט אין א וועלט וואס מ'זעט‪ ,‬ליידער‪ ,‬הונדערטער‬ ‫בחורים‪ ,‬הונדערטער מיידלעך האבן איבערגעלאזט אלעס וואס זיי‬ ‫זענען נתחנך געווארן און אוועקגעגאנגען אין די פרעמד‪ .‬זיי זענען‬ ‫געפאלן ביז די נידריגסטע מקום וואס ס'איז שייך צו פאלן‪ .‬וויפיל סיעתא‬ ‫דשמיא דארפן אונז האבן‪ ,‬אז אונז זאל מיר קענען אנהאלטן אונזערע‬ ‫שטובער‪ ,‬און זיי מגדל זיין אז זיי זאלן זיין אין א שטוב פון תורה‪ .‬וויפיל‬ ‫ליגט אויף אונז‪ ,‬אונז זאל מיר זיך אוועקגעבן אפילו ס'קומט אן שווער‪,‬‬ ‫זיך מחזק זיין אין צניעות‪ ,‬וואס די גמרא זאגט אז דאס איז א סגולה אז‬ ‫מ'זאל האבן גוטע קינדער‪ .‬וואס וואלט א מאמע נישט געטון כדי זוכה צו‬ ‫זיין זיין צו האבן א קינד א תלמיד חכם‪ ,‬א קינד א ראש ישיבה‪ ,‬א מרביץ‬ ‫תורה‪ ,‬מ'וואלט אלעס אוועקגעגעבן כדי מ'זאל קענען צוקומען דערצו‪.‬‬ ‫און וואס פארלאנגט מען? אז מ'זאל גיין אנגעטון מער באשיידן‪ ,‬וואס‬ ‫יעדער פארשטייט‪ ,‬די שיינקייט און די ערליכקייט וואס איז דא ביי א‬ ‫אידישע טאכטער דערויף‪.‬‬ ‫די‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫די שיינקייט פון א אידישע שטוב‪ ,‬נישט צו טוישן פון וואס מ'האט‬ ‫געזעהן ביי די עלטערן‬ ‫די וואך אין די פרשה געפינט מען‪ ,‬ווען אליעזר איז געגאנגען ברענגען‬ ‫דעם זיווג פון יצחק‪ ,‬האט פאסירט אסאך נסים פאר אים‪ .‬קפצה לו‬ ‫הארץ‪ ,‬ער האט געהאט קפיצת הארץ‪ ,‬ער איז ארויסגעגאנגען א ווייטער‬ ‫וועג‪ ,‬און איז אנגעקומען דעם זעלבן טאג‪ .‬ווען ער איז געקומען צו די‬ ‫ברונע פון וואסער‪ ,‬וויאזוי מיט זיין דיבור‪ ,‬ער האט מתפלל געווען און‬ ‫תיכף איז אנגעקומען רבקה‪ .‬שפעטער אין שטוב‪ ,‬בתואל האט געוואלט‬ ‫שטערן דעם שידוך‪ ,‬איז געקומען א מלאך וואס האט אים געהרג'עט‪ .‬עס‬ ‫איז געווען לויטער נסים וואס האט פאסירט כדי דער זיווג זאל קענען‬ ‫צוזאמקומען‪.‬‬ ‫אליעזר איז אהיימגעקומען‪ ,‬זאגט די תורה אז ער האט פארציילט‬ ‫פאר יצחק'ן אלעס וואס האט פאסירט‪ .‬ויספר העבד ליצחק את כל‬ ‫הדברים אשר עשה (בראשית כד‪-‬סו)‪ ,‬אלעס וואס האט פאסירט‪.‬‬ ‫זאגט דער פסוק ווייטער‪ :‬ויביאה יצחק האהלה שרה אמו‪ ,‬יצחק האט‬ ‫אריינגעברענגט רבקה צו זיך אין שטוב‪ ,‬צו דעם אוהל פון זיין מאמע‬ ‫שרה‪ ,‬ויקח את רבקה ותהי לו לאשה‪ ,‬ער האט גענומען רבקה און ער‬ ‫האט מיט איר חתונה געהאט‪ .‬רש"י זאגט‪ :‬האהלה שרה אמו‪ ,‬זי איז‬ ‫געווארן דוגמת שרה‪ .‬אלעס וואס ער האט געזען ביי שרה‪ ,‬האט ער‬ ‫געזען ביי רבקה‪ .‬האהלה‪ ,‬ער האט איר אריינגעברענגט אינעם אוהל‪,‬‬ ‫שרה אמו‪ ,‬ער האט געהאט פאר זיך די פיקטשער פון זיין מאמען שרה‪,‬‬ ‫ווען זי איז אריינגעקומען אין שטוב‪.‬‬ ‫עס שטייט אין מפרשים די פשט דערפון‪ ,‬מען האט געברענגט א זיווג‬ ‫פאר יצחק‪ .‬יצחק איז נישט געווען רואיג‪ .‬מ'ברענגט מיר א מיידל וואס‬ ‫איז געקומען דארטן פון בתואל און לבן'ס שטוב‪ ,‬ווער ווייסט וואסערע‬ ‫שטוב כ'וועל קענען מיט איר אויפשטעלן‪ ,‬ווער ווייסט וויאזוי זי וועט זיך‬ ‫קענען דא אריינפאסן און זיך קענען פירן‪ .‬מ'פארציילט טאקע פאר יצחק‬ ‫די נסים וואס ס'האט פאסירט אז דער שידוך זאל קענען צוזאמקומען‪,‬‬ ‫אבער ער איז נישט רואיג‪ .‬מיט די נסים וואס מ'זעט‪ ,‬דארף מען אסאך‬ ‫סייעתא דשמיא אז מ'זאל טרעפן דעם ריכטיגן זיווג‪.‬‬ ‫וט‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫ער האט זיך נאר בארואיגט ווען ער האט איר אריינגעברענגט אין‬ ‫שטוב‪ ,‬און ער האט געזען שרה אמו‪ ,‬דאס איז א פיקטשער פון מיין‬ ‫מאמע'ן‪ ,‬מיין מאמע איז אזוי געגאנגען‪ ,‬און מיין ווייב גייט אזוי‪ .‬דאס האט‬ ‫אים בארואיגט‪ ,‬און אויף דעם זאגט דער פסוק נאכדעם‪ ,‬אז ער האט איר‬ ‫גענומען ויקח את רבקה ותהי לו לאשה‪ .‬דאס איז די שיינקייט פון א‬ ‫אידישע שטוב‪ ,‬אז מ'טוישט נישט וואס מ'האט געזען ביי די עלטערן‪.‬‬ ‫א מענטש דארף שטענדיג טראכטן‪ ,‬מיין שטוב זאל אויסקוקן ווי מיינע‬ ‫עלטערן'ס שטוב‪ .‬אז מ'האט חתונה‪ ,‬זאל מיין ווייב זיין דאס זעלבע ווי‬ ‫ס'איז געוועזן ביי מיין מאמע'ן‪ ,‬ס'זאל נישט זיין קיין שינוי אויף לגרעון‪,‬‬ ‫אויף ערגער‪ .‬בעסער האט מען פריער געזאגט קען אייביג זיין‪ ,‬אבער‬ ‫נישט אוועקגיין פון די מסורה פון די עלטערן‪.‬‬ ‫ערליכע קינדער דאס איז נחת לעולמי עד‬ ‫אונז דארף מיר געדענקען‪ ,‬מ'לעבט נישט אייביג‪ .‬אונזערע טעג אויף‬ ‫דער וועלט זענען זייער קורץ‪ .‬די וועלט איז א פרוזדור בפני עולם הבא‪,‬‬ ‫ס'איז א פארצימער‪ ,‬מ'זאל זוכה זיין צו עולם הבא‪ .‬ס'וועט קומען א‬ ‫טאג‪ ,‬מ'וועט אלעס איבערלאזן דא‪ ,‬מ'וועט נישט מיטנעמען גארנישט‬ ‫פון דער וועלט‪ ,‬ס'וועט אונז נישט בלייבן קיין שום זאך פון דעם עולם‪,‬‬ ‫איין זאך וואס וועט אונז בלייבן‪ :‬דאס איז אונזערע קינדער‪ .‬אונזערע‬ ‫קינדער וואס אונז לאז מיר דא‪ ,‬אויב אונז וועל מיר זיי מגדל זיין פאר‬ ‫ערליכע שטיבער‪ ,‬פאר תורה און יראת ה'‪ ,‬דאס איז די איינציגע זאך פון‬ ‫וואס מ'וועט האבן נחת לעולמי עד‪ .‬מ'וועט שוין זיין אויף יענעם עולם‪,‬‬ ‫מ'וועט זיך בענקען אויף א מצוה‪ ,‬טון א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן‪,‬‬ ‫און נאר די קינדער וואס מ'לאזט איבער דא אויף דער וועלט‪ ,‬זיי וועלן‬ ‫צוהעלפן אז מ'זאל קענען זיצן אין גן עדן רואיגערהייט‪ .‬ליגט אויף אונז‬ ‫א פליכט‪ ,‬אונז זאל מיר טון וואס אונז קען מיר‪ ,‬צו מחנך זיין אונזערע‬ ‫קינדער‪ ,‬זיי זאלן זיין ערליך‪.‬‬ ‫וויפיל תענוג איז דא פאר עלטערן‪ ,‬אז מ'איז זוכה און מ'שטעלט אויף‬ ‫אן ערליכע שטוב‪ ,‬און מ'זיצט צוזאמען א שבת‪ ,‬א יום טוב‪ ,‬אין די וואכן‪,‬‬ ‫און מ'קוקט זיך אום‪ ,‬ווער זענען מיינע קינדער און מיינע אייניקלעך?‬ ‫קינדער תלמידי חכמים‪ ,‬אייניקלעך תלמידי חכמים‪ ,‬לאזט עס איבער‬ ‫זט‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫אזא געוואלדיגען תענוג‪ ,‬וואס כל חפציה לא ישוו בה‪ ,‬ס'איז נישטא‬ ‫קיין געלט וואס קען באצאלן דעם תענוג וואס מ'האט ווען מ'האט אן‬ ‫ערליכע אידישע שטוב‪ .‬מ'דארף וויסן‪ ,‬ס'ליגט אין ענקער הענט‪ ,‬עטץ‬ ‫קענטס אויפשטעלן א שטוב פון תורה‪ ,‬ס'ווענדט זיך אין ענקער הנהגה‪.‬‬ ‫עטץ האטס א השפעה אויף די קינדער מער וויפיל דער טאטע האט א‬ ‫השפעה‪ .‬און אז מען נעמט זיך פאר‪ ,‬אז די שטוב וועט זיין א ערליכע‬ ‫שטוב‪ ,‬א שטוב פון צניעות‪ ,‬א שטוב פון איידלקייט און ערליכקייט‪ ,‬בויען‬ ‫ענק אויף אז מ'זאל קענען האבן א שטוב פון בני תורה‪.‬‬ ‫די וויכטיגקייט פון געבן אסאך ליבשאפט פאר קינדער‬ ‫ס'איז זייער וויכטיג היינט צו געבן אסאך ליבשאפט פאר די קינדער‪,‬‬ ‫צו זיין נאנט צו קינדער‪ .‬די קינדער זאלן האבן א רואיגע שטוב‪ ,‬נישט‬ ‫הערן ווי מ'קריגט זיך אין שטוב‪ ,‬נישט הערן ווי מ'רעדט נישט איידל‬ ‫איינעם צום צווייטן‪ .‬א שטוב וואס איז רואיג‪ ,‬א שטוב וואס איז איידל‪,‬‬ ‫איז מחנך ערליכע אידישע קינדער‪ .‬ס'ציט צו די קינדער צו די מאמען‪,‬‬ ‫ס'ברענגט א נאנטקייט צו די עלטערן‪ .‬עלטערן דארפן גיסן מיט‬ ‫עמערס שפע פון אהבה פאר די קינדער‪ ,‬האבן צייט פאר די קינדער זיי‬ ‫אויסצוהערן‪ .‬זאגן פארן קינד‪ :‬וואס קען איך דיר העלפן?‪ ,‬פארברענגען‬ ‫מיט קינדער‪ ,‬שפילן זיך מיט קינדער‪ .‬אז ס'איז דא א נאנטקייט צווישן‬ ‫די קינדער און די עלטערן און מ'ווערט מקושר איינער מיט'ן צווייטן‪,‬‬ ‫וועט דאס קינד קיינמאל נישט איבערלאזן די מאמע'ס שטוב‪ .‬ווי שווער‬ ‫ס'וועט זיין פאר איר‪ ,‬וועט זי בלייבן דארטן‪ ,‬זי וועט זיך נישט זוכן קיין‬ ‫גליקן אין די פרעמד‪ ,‬ווייל די ליבשאפט וואס עס איז דא אין שטוב דאס‬ ‫איז מקרב די קינדער‪ .‬מען דארף אסאך צייט אוועקגעבן כדי אז מ'זאל‬ ‫קענען פארברענגען מיט די קינדער צוזאמען‪.‬‬ ‫מצמצם זיין פון זיך באנוצן מיט טעכנאלאגישע כלים‬ ‫מ'האט שוין פריער גערעדט‪ ,‬די טעכנאלאגיע היינט איז א זאך‬ ‫וואס מאכט חרוב שטובער‪ .‬מ'רעדט דאך נישט פון נישט קיין ערליכע‬ ‫טעכנאלאגיע‪ .‬אפילו עס איז ערליך‪ ,‬אז ס'איז דא אין שטוב ווערט‬ ‫זי‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫מען צוגעבינדן דערצו‪ .‬די עלטערן ווערן צוגעבינדן‪ ,‬די קינדער ווערן‬ ‫צוגעבינדן‪ .‬די קאפ איז שוין נישט דארטן‪ ,‬די מאמע'ס קאפ איז שוין נישט‬ ‫ביי די קינדער‪ ,‬זי האט וויכטיגערע זאכן צו טון‪ ,‬זי איז פארבינדן שטענדיג‬ ‫מיט די היינטיגע כלים‪ .‬מען דארף שטארק אכט געבן דערויף און זען‬ ‫וואס מ'קען מצמצם זיין פון אריינברענגען סיי וועלכע טעכנאלאגיע אין‬ ‫די שטובער‪.‬‬ ‫די גרויסע שכר פון יעדע מינוט עבודת ה'‪ ,‬עס איז א שאד צו‬ ‫פארשלאפן די צייט‬ ‫איך וויל ענדיגן מיט איין ווארט‪ .‬שטייט אין מדרש די וואך ()‪ ,‬רבי‬ ‫עקיבא האט גע'דרש'נט‪ ,‬און זעהט אויס ס'איז געווען א לאנגע דרשה‪,‬‬ ‫און דער עולם האט איינגעדרימלט‪ ,‬און ער האט זיי געוואלט אויפוועקן‪.‬‬ ‫האט ער געזאגט‪ ,‬פארוואס האט אסתר זוכה געווען‪ ,‬אז זי געווען א‬ ‫קעניגן אויף הונדערט זיבן און צוואנציג מדינות‪ .‬האט ער געזאגט‪ :‬אזוי ווי‬ ‫זי איז געווען אן אייניקל פון שרה‪ ,‬און שרה האט געלעבט הונדערט און‬ ‫זיבן און צוואנציג יאר‪ ,‬האט זי זוכה געוועזן‪ ,‬אז אסתר זאל קענען זיין א‬ ‫מלכה אויף הונדערט זיבן און צוואנציג מדינות‪ .‬שרה האט דאך געלעבט‬ ‫הונדערט זיבן און צוואנציג יאר‪ ,‬פאר די הונדערט זיבן און צוואנציג יאר‬ ‫פון שרה האט מען באצאלט פאר אסתר‪ ,‬אז אסתר איז געוועזן א מלכה‬ ‫אויף הונדערט זיבן און צוואנציג מדינות‪ .‬סתם אזוי לערנט מען‪ ,‬ער האט‬ ‫געוואלט זאגן אן אינטערעסאנטע זאך‪ ,‬מען הערט אן אינטערעסאנטע‬ ‫זאך וועקט מען זיך אויף‪ .‬אבער ס'ליגט עפעס טיפערס אין דעם ווארט‬ ‫וואס ער האט זיי געזאגט‪.‬‬ ‫עס שטייט פונעם חידושי הרי"ם‪ .‬דער חידושי הרי"ם האט געזאגט‪,‬‬ ‫שרה איז געווען א צדקת‪ ,‬זי געלעבט הונדערט און זיבן און צוואנציג‬ ‫יאר‪ ,‬זי האט אויסגענוצט יעדן טאג‪ ,‬שני חיי שרה‪ ,‬כולן שוין לטובה‪ .‬זי‬ ‫האט אויסגענוצט יעדן טאג פון איר לעבן צו דינען דעם אייבערשטן‪ .‬און‬ ‫דער באשעפער באצאלט שכר‪ .‬נישט אייביג באצאלט מען פאר דעם‬ ‫מענטש אליין‪ .‬נישט אייביג ווען מען פירט זיך אויף ערליך באקומט מען‬ ‫דעם שכר אויף די וועלט‪ .‬שכר איז אוועקגעלייגט אויף יענע וועלט‪ .‬שכר‬ ‫חי‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫באצאלט דער אייבערשטער פאר קינדער‪ ,‬פאר אייניקלעך‪ .‬די אור אור‬ ‫אייניקלעך זענען א סאך מאל זוכה אין זכות פון זייער עלטער עלטער‬ ‫זיידע‪ ,‬וואס מען באצאלט דאס פאר די קינדער‪ .‬מ'האט באצאלט פאר‬ ‫שרה אמנו פאר די הונדערט זיבן און צוואנציג יאר וואס זי האט געדינט‬ ‫דעם אייבערשטן‪ ,‬אז איר אייניקל אסתר איז געווען א מלכה אויף‬ ‫הונדערט און זיבן און צוואנציג מדינות‪.‬‬ ‫זאגט דער חידושי הרי"ם‪ ,‬אז מען מאכט א חשבון‪ ,‬קומט אויס פאר‬ ‫יעדע יאר וואס שרה האט געדינט דעם אייבערשטן‪ ,‬איז איר אייניקל‬ ‫געווארן א מלכה אויף א גאנצע מדינה‪ .‬א מדינה פון טויזנטער מענטשן‪,‬‬ ‫טויזנטער הייזער‪ ,‬איז זי געווארן א מלכה דערויף‪ .‬אז דאס איז פאר‬ ‫איין יאר‪ ,‬באקומט מען א גאנצע מדינה‪ ,‬וויפיל האט זי באקומען פאר‬ ‫א חודש‪ ,‬פאר א וואך‪ ,‬פאר א טאג‪ ,‬פאר א שעה‪ ,‬נאך א שטאט‪ ,‬נאך א‬ ‫גאס וכדו'‪ .‬יעדע מינוט וואס מ'האט געדינט דעם אייבערשטן‪ ,‬באקומט‬ ‫מען דאך א גרויסער שכר‪.‬‬ ‫רבי עקיבא האט געזען אז מען איז פארשלאפן‪ ,‬מען ליגט אין‬ ‫הבלי עולם הזה‪ ,‬מען ליגט אין די וועלט‪ ,‬מ'טראכט נישט וואס וועט‬ ‫זיין שפעטער‪ ,‬מען טראכט נישט וואס וועט זיין מיט די קינדער‪ .‬מען‬ ‫איז אריינגעטון אין אנדערע זאכן‪ ,‬קליידונג‪ ,‬שיינע דירות וכדומה‪ .‬דער‬ ‫קאפ איז נישט דא‪ .‬האט ער זיי געוואלט אויפוועקן‪ .‬האט ער זיי געזאגט‬ ‫פאר די וואס האבן צוגעהערט‪ ,‬זאלסט וויסן ווי טייער יעדע מינוט איז‪.‬‬ ‫פאר יעדע מינוט פון עבודת ה' וואס שרה האט געדינט‪ ,‬וויפיל זי האט‬ ‫באקומען‪ .‬פאר איין יאר וואס זי האט געדינט דעם אייבערשטן‪ ,‬א גאנצע‬ ‫מדינה‪ .‬יעצט מאכסט'ס א חשבון וויפיל ס'איז אויסגעקומען פאר יעדן‬ ‫טאג און פאר יעדע שעה וואס מ'האט געדינט דעם אייבערשטן‪ ,‬ס'איז א‬ ‫שאד צו פארשלאפן דאס לעבן‪.‬‬ ‫אונז האב מיר א קורצע צייט וואס מ'געפינט זיך אויף דער וועלט‪ .‬די‬ ‫עיקר פון אונז‪ ,‬איז אויפצוציען ערליכע קינדער‪ .‬אונז דארפן מיר אלעס‬ ‫אוועקלייגן אין דער זייט‪ ,‬און אריינלייגן דעם קאפ נאר אין דעם‪ ,‬צו‬ ‫זען וויאזוי אונז זענען מיר מחנך אונזערע קינדער‪ .‬ס'איז די איינציגע‬ ‫אינוועסטמענט וואס א מענטש מאכט‪ ,‬וואס דאס בלייבט אויף זיין גאנץ‬ ‫לעבן שפעטער‪ ,‬און ס'איז א שאד אז מ'זאל עס פארשפילן‪ .‬ס'איז נאר‬ ‫טי‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫אין די צייט וואס די קינדער זענען אינדערהיים‪ ,‬און זענען אונטער די‬ ‫עלטערן‪ ,‬און מ'האט אן השפעה אויף זיי‪ .‬דארף מען טון אלעס אין דער‬ ‫וועלט נאנט צו זיין צו די קינדער‪ ,‬זיי מקרב זיין‪ ,‬ארויסהעלפן מיט וואס‬ ‫מ'דארף‪ ,‬שאפן א ליבשאפט צווישן די קינדער און די עלטערן‪ ,‬און זען‬ ‫וואס מ'קען טון אז די שטוב זאל זיין אן ערליכע שטוב‪.‬‬ ‫דאווענען פאר די הצלחה פון די קינדער‬ ‫און די עיקר פון אלעם איז תפלה‪ ,‬דאווענען‪ .‬מ'דארף דאווענען‪ ,‬מען‬ ‫דארף אסאך בעטן פונעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו קענען‬ ‫ערציען אידישע שטיבער‪ .‬חס ושלום א קינד זאל נישט פארפאלן ווערן‪,‬‬ ‫א קינד זאל נישט אוועקגיין פונעם ריכטיגן וועג‪ .‬א קינד זאל נישט‬ ‫אוועקגיין למחצה לשליש ולרביע‪ ,‬צו האלב‪ ,‬צו א דריטל‪ ,‬צו א פערטל‪.‬‬ ‫קינדער זאלן ערצויגן ווערן‪ ,‬און זאלן קענען אנגיין און אנהאלטן די‬ ‫מסורה‪ .‬וויפיל תפלה פעלט אויס אויף דעם‪ .‬ווייבער האבן א געוואלדיגן‬ ‫כח אין זייערע תפלות ווען זיי דאווענען און זיי בעטן פונעם אייבערשטן‪.‬‬ ‫זאגן א קאפיטל תהלים ווען מ'האט צייט‪ ,‬פאר די זכות פון מיינע קינדער‪.‬‬ ‫ווען מ'צינדט ליכט‪ ,‬נעמען צייט רואיג‪ ,‬מתפלל זיין אויף יעדן קינד‬ ‫עקסטער‪ ,‬מ'זאל קענען ערציען און מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים‬ ‫טובים‪ .‬ס'קומט די צייט און מ'דארף מאכן שידוכים‪ ,‬זאל מען קענען טון‬ ‫מיט זיי ריכטיגע שידוכים‪ .‬ס'קומט אז מ'גייט ארויס פון שולע‪ ,‬מ'דארף‬ ‫טרעפן א פלאץ צו ארבעטן‪ ,‬זאל דאס קענען זיין א פלאץ וואס איז‬ ‫ערליך און אפגעהיטן‪ .‬מ'האט פריער גערעדט‪ ,‬חס ושלום וואס איין‬ ‫שלעכטע חבר'טע קען אלץ אוועקציען פון דעם ריכטיגן וועג‪ ,‬אז מ'בעט‬ ‫פונעם אייבערשטן‪ ,‬דער באשעפער איז א שומע תפלת כל פה‪ ,‬ער הערט‬ ‫צו יעדע תפלה‪ ,‬זאל דער אייבערשטער אננעמען אונזערע תפלות‪ ,‬אז‬ ‫זאל מיר קענען דינען דעם אייבערשטן ווי ס'דארף צו זיין‪ ,‬און מיר זאלן‬ ‫קענען אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער‪.‬‬ ‫צו מחשיב זיין און שעצן די ארבעט פון די מחנכים‬ ‫כ‬ ‫דברי הדרכה והתחזקות‬ ‫אויסערדעם דארף מען דאנקען פאר די שולע וואס לייגט אריין‬ ‫אזויפיל כוחות אין די קינדער‪ ,‬די רבי'ס אין תלמוד תורה‪ ,‬און די‬ ‫טיטשערס אינעם שולע‪ ,‬וואס מ'געבט זיך אוועק פאר די קינדער‪ ,‬יעדעס‬ ‫קינד עקסטער‪ ,‬מ'זאל זיי קענען ערציען ווי ס'דארף צו זיין‪ .‬מ'דארף זיין‬ ‫שותפים צוזאמען‪ ,‬חס ושלום קיינמאל נישט אראפרייסן די סקול‪ ,‬צו די‬ ‫תלמוד תורה‪ ,‬פארנט פון א קינד‪ ,‬צו זאגן‪ :‬פארוואס האט דער טיטשער‬ ‫אזוי געטון‪ ,‬די מנהלת האט אזוי געטון‪ ,‬דאס אלעס לאזט איבער א‬ ‫געוואלדיגע דעמעדז"ש פאר די קינדער‪ ,‬אז מ'איז נישט מקבל שפעטער‬ ‫עפעס אנדערש‪ .‬מ'כאפט זיך אסאך מאל נישט מיט איין ווארט וואס‬ ‫מ'זאגט‪ ,‬וויפיל מ'קען קאליע מאכן‪ .‬אדרבה‪ ,‬הייבן די שולע‪ ,‬הייבן די‬ ‫מלמדים‪ ,‬הייבן די מחנכות וואס טוען אריינלייגן אהבת תורה און יראת‬ ‫שמים‪.‬‬ ‫זאל דער אייבערשטער אונז געבן‪ ,‬מיר זאלן זוכה זיין צו קענען מגדל‬ ‫זיין ערליכע אידישע דורות‪ ,‬מתוך שמחה וטוב לבב‪ ,‬און אקעגן גיין משיח‬ ‫צדקנו במהרה בימינו אמן‪.‬‬ ‫אכ‬