gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

מוציא לאור: עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish

שבוע: תולדות (2026-11-09)

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

פתח את ה-PDF הורדה

‫זה השער לד'‬ ‫צדיקים יבאו בו‬ ‫דברי תורה אין אידיש‬ ‫בדרכי העבודה והחסידות‬ ‫עוﬥﬨ‬ ‫ארויסגענומען פונעם‬ ‫ספר‬ ‫שבﬨ‬ ‫מאת‬ ‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫ממונקאטש‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫ארויסגעגעבן דורך‪:‬‬ ‫תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש‬ ‫בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א‬ ‫‪5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219‬‬ ‫צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול‬ ‫דאס צו באקומען אין אימעיל‪,‬‬ ‫שרייבט אייך איין ביי‪TTTB5202@gmail.com :‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ב‬ ‫תוכן המאמר‪:‬‬ ‫ביאור חומרתה של קליפת הליצנות‪ ,‬אשר אף שנראית‬ ‫כשחוק ופטפוטי דברים בעלמא‪ ,‬שורשה בעשו ואדום‪,‬‬ ‫וכוחה להחליש את האמונה בגאולה ובבנין בית המקדש‪.‬‬ ‫ובזה יתבאר מדוע התייחסה התורה הנצחית לדברי‬ ‫ליצנות וקבעה את ביטול כוחה לדורות עולם‪ ,‬ומדוע‬ ‫עשתה כן דווקא בפרשת תולדות‪ ,‬שבה מתגלה כח עשו‬ ‫כנגד קדושת יעקב‪ ,‬ולא בשעת לידת יצחק‪.‬‬ ‫ועיקר תיקונה של קליפה זו הוא בכוח לימוד התורה‬ ‫וההליכה לבית המדרש‪ .‬ובזה מתבארים התרוצצות יעקב‬ ‫ועשו במעי רבקה והליכתה לבית מדרשו של שם‪ .‬וכן‬ ‫דרכו של דוד המלך להתגבר על הליצנים בכוח התורה‪,‬‬ ‫ולמצוא בה שמחה וקורת רוח תחת צער הליצנות‪.‬‬ ‫ועוד יתבאר כי בשעת התגברות ליצנותו של עשו יש‬ ‫להוסיף בתורה ובעבודת השי"ת ביתר שאת‪ .‬וזהו הרמז‬ ‫בכתוב "ואלה תולדות יצחק"‪ ,‬בבחינת "ואלה מוסיף על‬ ‫הראשונים"‪ .‬כי יעקב אבינו הוסיף על עבודת אבותיו‬ ‫הקדושים‪ ,‬עד שזכה לשלימותו ולברכת "יתן ויחזור ויתן"‪,‬‬ ‫ולהיות גובר על עשו וקליפתו‪.‬‬ ‫ומכאן הוראה לדורות‪ ,‬שאין העצה להתעסק בדברי‬ ‫הליצנים ולהשיב על ליצנותם‪ ,‬אלא ללכת לבית המדרש‪,‬‬ ‫לדרוש את ד' אצל הצדיקים‪ ,‬ולהוסיף בלימוד התורה‪ ,‬עד‬ ‫ביטול כוח הליצנות וגילוי מלכותו יתברך בעולם‪.‬‬ ‫ג‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫ְוְ ֵאֵ ֶלֶה ּתֹוְלְ דֹות ִיְִצְ ָחָק ֶּבֶן ַאְבְ ָָרָהָם ַאְבְ ָָרָהָם הֹוִלִ יד‬ ‫ֶאֶ ת ִיְִצְ ָחָק‪.‬‬ ‫(כה‪ ,‬יט)‬ ‫רש״י איז מפרש‪ :‬״תולדות יצחק ‪ -‬יעקב ועשו האמורים בפרשה״‪.‬‬ ‫ווייטער ברענגט רש״י‪ ,‬אז די ליצני הדור האבן געזאגט ״מאבימלך נתעברה שרה״‪ .‬האט דער‬ ‫אויבערשטער געמאכט אז יצחק זאל אויסזען פונקט ווי אברהם אבינו‪ ,‬ביז אלע האבן מודה‬ ‫געווען אז ״אברהם הוליד את יצחק״‪.‬‬ ‫דארף מען פארשטיין‪ ,‬ערשטנס‪ ,‬די ליצני הדור האבן דאך דאס געזאגט ווען יצחק איז געבוירן‬ ‫געווארן‪ ,‬און דער נס אז יצחק זאל אויסזען ווי אברהם איז דאך אויך דעמאלט געווען‪ .‬אויב‬ ‫אזוי‪ ,‬פארוואס דערמאנט דאס די תורה ערשט אין פרשת תולדות‪ ,‬און נישט שוין פריער אין‬ ‫פרשת וירא‪ ,‬ווען די תורה דערציילט אז יצחק איז געבוירן געווארן?‬ ‫אבער נאך מער דארף מען פארשטיין‪ ,‬פארוואס האט די הייליגע תורה‪ ,‬וואס איז דאך נצחיות‬ ‫פאר אלע דורות‪ ,‬זיך בכלל געדארפט אפגעבן מיט די פוסטע רייד? ס׳איז דאך נישט מער ווי‬ ‫נערישע ליגנטס און ליצנות‪ ,‬וואס האבן נישט קיין שום ממשות‪.‬‬ ‫‪ਪ‬דער כח פון ליצנות און איר שורש אין עשו‬ ‫נאר מען דארף וויסן‪ ,‬אז ליצנות איז נישט אזוי פשוט ווי עס זעהט אויס‪ .‬פונדרויסן קען‬ ‫עס אויסזעהן ווי סתם א געלעכטער און אפאר שטותים'דיגע ווערטער‪ ,‬אבער באמת ליגט‬ ‫דערין א שווערע קליפה‪ ,‬וואס האט א גרויסן כח אפצושוואכן די אמונה אין א אידיש הארץ‪,‬‬ ‫אפצוקילן א מענטש פון עבודת השי״ת‪ ,‬און אפילו ארויסצונעמען פון זיין הארץ דברי תורה‬ ‫וואס ער האט שוין געלערנט‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ד‬ ‫ווי חז״ל זאגן אין מדרש (שיר השירים רבה פ״א ב)‪ :‬״נכנס ללב דבר של ליצנות‪ ,‬יוצא כנגדו דבר של‬ ‫תורה״‪ .‬ווען עס גייט אריין אין הארץ א דבר ליצנות‪ ,‬גייט ארויס דערפון א דבר תורה‪.‬‬ ‫און דער שורש פון דער קליפה קומט פון עשו און אדום‪ .‬ווי חז״ל זאגן אין מדרש (במדבר רבה‬ ‫פי״א א) אויפן פסוק (משלי ג‪ ,‬לד) ״אם ללצים הוא יליץ״‪ ,‬אז דאס גייט ארויף אויף די אדומיים‪,‬‬ ‫וואס ווערן אנגערופן‬ ‫ליצים‪ ,‬ווייל זיי מאכן יעדן‬ ‫ליצנות איז נישט אזוי פשוט‬ ‫טאג ליצנות פון די אידן‬ ‫איבער די צרות וואס קומען‬ ‫ווי עס זעהט אויס‪ .‬פונדרויסן‬ ‫אויף זיי‪.‬‬ ‫קען עס אויסזעהן ווי סתם‬ ‫מלכות אדום שטייט דאך‬ ‫א געלעכטער און אפאר‬ ‫אנטקעגן מלכות דקדושה‬ ‫שטותים'דיגע ווערטער‪ ,‬אבער‬ ‫אלע יארן פונעם גלות‪ ,‬ביז עס‬ ‫וועט מקוים ווערן דער פסוק‬ ‫באמת ליגט דערין א שווערע‬ ‫(עובדיה א‪ ,‬כא) ״ועלו מושיעים‬ ‫קליפה‪ ,‬וואס האט א גרויסן‬ ‫בהר ציון לשפוט את הר‬ ‫כח אפצושוואכן די אמונה אין‬ ‫עשו והיתה לד׳ המלוכה״‪.‬‬ ‫דעמאלטס וועט די מלכות‬ ‫א אידיש הארץ‪ ,‬אפצוקילן א‬ ‫פון אדום בטל ווערן‪ ,‬און‬ ‫מענטש פון עבודת השי״ת‪ ,‬און‬ ‫דער אויבערשטער'ס מלכות‬ ‫אפילו ארויסצונעמען פון זיין‬ ‫וועט נתגלה ווערן אויף דער‬ ‫וועלט‪.‬‬ ‫הארץ דברי תורה וואס ער האט‬ ‫לויט דעם פארשטייט מען‬ ‫שוין געלערנט‪.‬‬ ‫שוין‪ ,‬אז דער עיקר ציל פון‬ ‫דער קליפת הליצנות‪ ,‬וואס קומט פון אדום‪ ,‬איז אפצושוואכן די אמונה פשוטה אין ביאת גואל‬ ‫צדק און אין בנין בית המקדש‪ ,‬און אפצוקילן די אידישע הערצער פון ווארטן אויף דער גאולה‬ ‫‪ਪ‬די ליצנות קעגן דער אמונה אין דער גאולה‬ ‫דאס געפינען מיר ביי דוד המלך‪ ,‬וואס האט געזאגט (תהלים קיט‪ ,‬נא)‪ :‬״זדים הליצוני עד מאד‬ ‫מתורתך לא נטיתי״ ‪ -‬די רשעים האבן גאר שטארק ליצנות געמאכט פון מיר‪ ,‬אבער פון דיין‬ ‫תורה האב איך זיך נישט אפגעקערט‪.‬‬ ‫דער מדרש (שוחר טוב תהלים קיט) איז מפרש‪ ,‬מיט וואס האבן די לצים חוזק געמאכט פון דוד‬ ‫המלך? זיי האבן געזאגט‪ :‬״מי שהגלה אתכם עוד אינו משיב אתכם״ ‪ -‬דער וואס האט אייך‬ ‫פארטריבן אין גלות‪ ,‬וועט אייך שוין נישט צוריקברענגען‪.‬‬ ‫ה‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫אזוי אויך דערציילן חז״ל אין ירושלמי (שקלים פ״ב ה״ה)‪ ,‬אז די פריצי הדור פלעגן קומען צו די‬ ‫פענסטערס פון דוד המלך און איהם פרעגן‪ :‬״דוד‪ ,‬אימתי יבנה בית המקדש״ ‪ -‬דוד‪ ,‬ווען וועט‬ ‫שוין דער בית המקדש געבויט ווערן?‬ ‫זעהט מען פון דעם‪ ,‬אז‬ ‫זייער ליצנות איז געווען‬ ‫דער עיקר ציל פון דער קליפת‬ ‫געצילט קעגן דער אמונה‬ ‫הליצנות‪ ,‬וואס קומט פון‬ ‫אין דער גאולה‪ ,‬און קעגן‬ ‫דעם וואס אידן בענקן און‬ ‫אדום‪ ,‬איז אפצושוואכן די‬ ‫ווארטן אז דער בית המקדש‬ ‫אמונה פשוטה אין ביאת גואל‬ ‫זאל שוין אויפגעבויט ווערן‬ ‫צדק און אין בנין בית המקדש‪,‬‬ ‫אבער דער כח פון ליצנות‬ ‫און אפצוקילן די אידישע‬ ‫איז נישט געווען בלויז אין‬ ‫הערצער פון ווארטן אויף דער‬ ‫דוד המלך׳ס צייטן‪ ,‬נאר גייט‬ ‫גאולה‪.‬‬ ‫אן אין אלע דורות‪ .‬ווי חז״ל‬ ‫זאגן דארט אין ירושלמי ״אין דור שאין בו ליצנים כדורו של דוד״ ‪ -‬עס איז נישטא קיין דור‬ ‫וואס האט נישט אזעלכע ליצנים ווי אין דוד המלך׳ס צייטן‪.‬‬ ‫ווייל אזוי לאנג ווי מלכות אדום שטייט נאך אויף דער וועלט‪ ,‬איז אויך דער כח פון ליצנות‬ ‫פארהאן‪ .‬נאר אין יעדן דור קומט עס ארויס אויף אן אנדערן אופן‪ .‬אמאל מאכט מען חוזק פון‬ ‫איין זאך‪ ,‬און אמאל שפעט מען פון אן אנדערער זאך‪ .‬אבער דער נקודה איז אלעמאל דער‬ ‫זעלבער ‪ -‬זיך שטעלן קעגן דער אמונה אין ביאת המשיח און אין בנין בית המקדש‪.‬‬ ‫‪ਪ‬אויסווארצלען דעם שורש פון ליצנות‬ ‫לויט דעם דארף מען גוט געדענקען‪ ,‬אז מען מוז זייער אכט געבן אויף ליצנות‪ .‬עס איז נישט‬ ‫גענוג אוועקצומאכן די רייד פון די ליצנים‪ ,‬טראכטנדיג אז דאס זענען סתם נערישקייטן‪ ,‬און‬ ‫זיך בלויז דערפון צו דערווייטערן‪ .‬נאר וויבאלד דער כח פון ליצנות קומט פון דער קליפה פון‬ ‫עשו און אדום‪ ,‬דארף מען דאס אינגאנצן מבטל זיין און אויסווארצלען מן השורש‪.‬‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט פארוואס די הייליגע תורה האט בכלל געדארפט‬ ‫דערמאנען אזעלכע רייד פון די ליצני הדור‪ ,‬וואס האבן געזאגט ״מאבימלך נתעברה שרה״‪.‬‬ ‫ווייל כאטש דאס האט נישט געהאט קיין שום ממשות‪ ,‬איז אבער דער כח פון דער קליפה‬ ‫נישט בטל געווארן פון זיך אליין‪ .‬דערפאר האט די תורה הקדושה דערמאנט זייער ליצנות‪,‬‬ ‫צוזאמען מיט דעם נס וואס דער אויבערשטער האט געמאכט‪ ,‬כדי פעסטצושטעלן דעם‬ ‫ביטול פון דער קליפה פאר אלע דורות‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ו‬ ‫מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס די תורה האט דאס דערמאנט דווקא אין פרשת‬ ‫תולדות‪ ,‬און נישט שוין פריער ביי דער געבורט פון יצחק‪ .‬ווייל דעמאלטס איז עשו נאך נישט‬ ‫געווען אויף דער וועלט‪ ,‬און‬ ‫די קליפת הליצנות האט נאך‬ ‫נישט באקומען די חיות און‬ ‫זייט עשו איז געקומען אויף‬ ‫התחזקות פון זיין כח‪.‬‬ ‫דער וועלט‪ ,‬קען די קליפת‬ ‫אבער אין פרשת תולדות‪,‬‬ ‫הליצנות זיך אריינכאפן אין‬ ‫וואס רש״י זאגט דאך ״יעקב‬ ‫א אידיש הארץ אפילו דורך א‬ ‫ועשו האמורים בפרשה״‪,‬‬ ‫ווען דער כח פון עשו האט‬ ‫ווערטל און א געלעכטער‪ ,‬און‬ ‫זיך געשטעלט אנטקעגן‬ ‫חלילה אפשוואכן די אמונה‪.‬‬ ‫דער קדושה פון יעקב‪ ,‬האט‬ ‫אויסגעפעילט דווקא דא מבטל צו זיין דעם כח פון ליצנות פאר אלע דורות‪ .‬ווייל זייט עשו‬ ‫איז געקומען אויף דער וועלט‪ ,‬קען די קליפת הליצנות זיך אריינכאפן אין א אידיש הארץ‬ ‫אפילו דורך א ווערטל און א געלעכטער‪ ,‬און חלילה אפשוואכן די אמונה‪ .‬דעריבער האט די‬ ‫תורה דווקא דא געוויזן דעם ביטול פון דער קליפה‪ ,‬כדי די אמונה פשוטה זאל בלייבן שטארק‬ ‫אין די אידישע הערצער אין יעדע דור‪.‬‬ ‫‪ਪ‬תורה ‪ -‬די רפואה קעגן ליצנות‬ ‫ווייטער אין דער פרשה שטייט (בראשית כה‪ ,‬כב)‪ :‬״ויתרוצצו הבנים בקרבה ותאמר אם כן למה זה‬ ‫אנכי ותלך לדרוש את ד׳״‪ .‬רש״י איז מפרש‪ ,‬אז צוליב דעם צער פונעם עיבור איז רבקה אמנו‬ ‫געגאנגען אין בית מדרש פון שם‪.‬‬ ‫אין דעם צער פון רבקה אמנו איז אויך געווען דער צער פון דער קליפת הליצנות פון עשו‪,‬‬ ‫וואס האט זיך געשטארקט אנטקעגן דער קדושה פון יעקב‪ .‬ווייל שוין פאר זייער געבורט‬ ‫האבן די צוויי כוחות זיך געשטויסן איינער קעגן דעם אנדערן‪.‬‬ ‫און די עצה זיך צו ראטעווען פון דער ליצנות פון אדום‪ ,‬און מבטל צו זיין דעם כח דערפון‪ ,‬איז‬ ‫דורך זיך שטארקן אין לימוד‬ ‫התורה הקדושה‪.‬‬ ‫ווי חז״ל זאגן אין מדרש (שיר‬ ‫אזוי ווי ליצנות קען‬ ‫השירים רבה שם)‪ :‬״אם נכנס‬ ‫ארויסנעמען א דבר תורה‬ ‫דבר של תורה ללב יוצא כנגדו‬ ‫דבר של ליצנות״ ‪ -‬ווען עס‬ ‫פונעם הארץ‪ ,‬אזוי האט‬ ‫גייט אריין אין הארץ א דבר‬ ‫די הייליגע תורה דעם כח‬ ‫תורה‪ ,‬גייט ארויס דערפון א‬ ‫דבר ליצנות‪ .‬אזוי ווי ליצנות‬ ‫ארויסצונעמען די ליצנות און‬ ‫קען ארויסנעמען א דבר‬ ‫מבטל צו זיין דעם כח דערפון‪.‬‬ ‫ז‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫תורה פונעם הארץ‪ ,‬אזוי האט די הייליגע תורה דעם כח ארויסצונעמען די ליצנות און מבטל‬ ‫צו זיין דעם כח דערפון‪.‬‬ ‫מיט דעם ווערן די ווערטער פון רש״י נאך מער פארשטענדליך‪ ,‬אז ווען רבקה אמנו איז‬ ‫דורכגעגאנגען ביי די בתי מדרשים פון שם ועבר‪ ,‬האט יעקב זיך געראנגלט דארט ארויסצוגיין‪.‬‬ ‫ווייל יעקב האט געוואלט אנקומען צו א מקום תורה‪ ,‬וואו מען קען זיך שטארקן קעגן דער‬ ‫קליפה פון עשו און דערמיט מבטל זיין דעם כח פון זיין ליצנות‪.‬‬ ‫און דערפאר איז אויך רבקה אמנו‪ ,‬ווען זי האט געשפירט דעם צער פון דער התרוצצות‪ ,‬וואס‬ ‫איז אויך געקומען פון דער קליפת הליצנות‪ ,‬געגאנגען דווקא אין בית מדרש פון שם‪ .‬ווייל זי‬ ‫האט געוואוסט אז דארט‪ ,‬דורך דעם כח התורה פונעם הייליגן צדיק‪ ,‬וועט זי טרעפן די רפואה‬ ‫פאר איר צער‪.‬‬ ‫און דעם זעלבן יסוד געפינען מיר אויך ביי דוד המלך‪ .‬ווען די זדים זענען געקומען איהם‬ ‫טשעפענען מיט זייער ליצנות‪ ,‬איז זיין עצה געווען זיך צו שטארקן אין לימוד התורה הקדושה‪,‬‬ ‫ווי ער האט געזאגט‪ :‬״זדים הליצוני עד מאד‪ ,‬מתורתך לא נטיתי״‪ .‬דורך דעם וואס ער האט זיך‬ ‫פעסט געהאלטן אין דער הייליגער תורה‪ ,‬האט ער איבערגעשטארקט די ליצנים און מבטל‬ ‫געווען דעם כח פון זייער ליצנות‪.‬‬ ‫‪ ਪ‬שמחת התורה נעמט אוועק דעם כח הליצנות‬ ‫און נאך מער געפינען מיר ביי דוד המלך‪ .‬כאטש די ליצנים האבן איהם געוואלט טשעפענען‬ ‫מיט זייער פראגע‪ ,‬״אימתי יבנה בית המקדש״‪ ,‬האט ער זיך נישט אויפגערעגט‪ ,‬נאר אדרבה‪,‬‬ ‫ער האט זיך דערפון געפרייט‪ .‬ווי חז״ל זאגן אין ירושלמי (שקלים שם)‪ :‬״אף על פי שהן מתכוונין‬ ‫להכעיסני‪ ,‬יבא עלי שאני שמח בלבי״ ‪ -‬כאטש זיי ווילן מיך אויפרעגן‪ ,‬קען איך עדות זאגן אויף‬ ‫מיר‪ ,‬אז איך פריי זיך אין הארץ‪ .‬ווי עס שטייט (תהלים קכב‪ ,‬א) ״שמחתי באומרים לי בית ד׳ נלך״‬ ‫מען קען מסביר זיין‪ ,‬אז דוד המלך האט געשעפט דעם כח און די שמחה דורך לימוד התורה‬ ‫אין די בתי מדרשים‪ ,‬וואס‬ ‫זענען דאך בבחינת ״מקדש‬ ‫מעט״‪ ,‬וואו מען שפירט א‬ ‫כדי מבטל צו זיין די קליפת‬ ‫מעין פון דער קדושה פונעם‬ ‫הליצנות‪ ,‬איז נישט אייביג‬ ‫בית המקדש‪ .‬דארט האט‬ ‫ער זוכה געווען צו שמחת‬ ‫גענוג זיך בלויז צו שטארקן‬ ‫התורה‪ ,‬ווי עס שטייט‬ ‫אין לימוד התורה‪ ,‬נאר מען‬ ‫(תהלים יט‪ ,‬ט) ״פקודי ד׳ ישרים‬ ‫משמחי לב״ ‪ -‬די הייליגע‬ ‫דארף אויך אלץ מער מוסיף‬ ‫תורה דערפרייט דאס הארץ‪.‬‬ ‫זיין אין תורה און עבודת ד'‪.‬‬ ‫און דורך דער שמחת התורה‬ ‫איז עס די ליצנים נישט געלונגען איהם אויפצורעגן‪ ,‬נאר אדרבה‪ ,‬דער כח פון זייער ליצנות‬ ‫איז דערמיט בטל געווארן‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ח‬ ‫און אזוי קען מען אויך זאגן ביי רבקה אמנו‪ ,‬אז ווען זי איז געקומען אין בית מדרש פון שם‪,‬‬ ‫האט זי דארט געפונען רואיגקייט און קורת רוח דורך דער שמחת התורה וואס האט דארט‬ ‫געהערשט‪ .‬דאס האט פון איר אוועקגענומען דעם צער פון דער התרוצצות‪ ,‬ביז זי האט מער‬ ‫נישט געשפירט דעם כח פון עשו‪ ,‬נאר ווי יעקב ראנגלט זיך ארויסצוגיין צו דעם מקום תורה‪.‬‬ ‫ווייל דורך דעם כח התורה איז די קליפה פון עשו און זיין ליצנות אפגעשוואכט געווארן‪.‬‬ ‫‪ਪ‬אלץ מער מוסיף זיין אין לערנען תורה‬ ‫אבער אין דעם ענין ליגט נאך א טיפערער יסוד‪ .‬ווייל כדי מבטל צו זיין די קליפת הליצנות‪,‬‬ ‫איז נישט אייביג גענוג זיך בלויז צו שטארקן אין לימוד התורה‪ ,‬נאר מען דארף אויך אלץ מער‬ ‫מוסיף זיין אין תורה און עבודת השי״ת‪ ,‬בפרט ווען דער כח פון ליצנות פון עשו און אדום‬ ‫ווערט שטארקער‪.‬‬ ‫אויף דעם זאגט דער גמרא‬ ‫(גיטין ז‪ ,‬א)‪ :‬״השכם והערב‬ ‫ווען די לצים שטארקן זיך‬ ‫עליהן לבית המדרש והן כלין‬ ‫מיט זייער ליצנות‪ ,‬איז די‬ ‫מאליהן״ ‪ -‬מען זאל גיין פרי‬ ‫עצה נישט זיך אפצוגעבן מיט‬ ‫און שפעט אין בית מדרש‪,‬‬ ‫און דורכדעם וועלן זיי פון‬ ‫זיי און צוריקענטפערן אויף‬ ‫זיך אליין בטל ווערן‪.‬‬ ‫זייערע רייד‪ ,‬נאר דעמאלטס‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬אז ווען די לצים‬ ‫זאל מען גיין אין בית מדרש‪,‬‬ ‫שטארקן זיך מיט זייער‬ ‫קובע זיין נאך א שיעור‪ ,‬צופרי‬ ‫ליצנות‪ ,‬איז די עצה נישט‬ ‫זיך אפצוגעבן מיט זיי און‬ ‫און ביינאכט‪ ,‬און מוסיף זיין‬ ‫צוריקענטפערן אויף זייערע‬ ‫אין יגיעת התורה‪ .‬דורך דעם‬ ‫רייד‪ ,‬נאר דעמאלטס זאל‬ ‫מען גיין אין בית מדרש‪ ,‬קובע‬ ‫ווערט דער כח פון זייער‬ ‫זיין נאך א שיעור‪ ,‬צופרי און‬ ‫ליצנות פון זיך אליין בטל‪.‬‬ ‫ביינאכט‪ ,‬און מוסיף זיין אין‬ ‫יגיעת התורה‪ .‬דורך דעם ווערט דער כח פון זייער ליצנות פון זיך אליין בטל‪.‬‬ ‫און דעם יסוד קען מען אויך זען אין די ווערטער פון דוד המלך (תהלים קיט‪ ,‬נ–נא)‪ :‬״זאת נחמתי‬ ‫בעניי כי אמרתך חיתני״ ‪ -‬דאס איז מיין נחמה אין מיינע צרות‪ ,‬ווייל דיין תורה גיבט מיר חיות‪.‬‬ ‫און גלייך דערנאך זאגט ער‪ :‬״זדים הליצוני עד מאד מתורתך לא נטיתי״‪.‬‬ ‫ווייל כאטש דוד המלך האט שטענדיג געשעפט זיין חיות און נחמה פון דער הייליגער תורה‪,‬‬ ‫ווי ער זאגט ״כי אמרתך חיתני״‪ ,‬האט ער זיך אבער נישט באגענוגנט מיט דעם‪ .‬ווען די לצים‬ ‫האבן זיך גאר שטארק געשטעלט קעגן איהם‪ ,‬״זדים הליצוני עד מאד״‪ ,‬האט ער זיך דווקא‬ ‫דעמאלט נאך מער געשטארקט און מוסיף געווען אין לימוד התורה‪ ,‬ביז ״מתורתך לא נטיתי״‪,‬‬ ‫זיך גארנישט אפגעקערן פון לערנען תורה‪.‬‬ ‫ט‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫‪ਪ‬ואלה מוסיף על הראשונים‬ ‫און דער יסוד איז שוין מרומז אין די ערשטע ווערטער פון אונזער פרשה‪ ,‬״ואלה תולדות‬ ‫יצחק״‪ .‬ווי חז״ל זאגן אין מדרש (שמות רבה פ״ל ג)‪ :‬״ואלה מוסיף על הראשונים״‪ ,‬אז דאס ווארט‬ ‫״ואלה״ קומט מרמז זיין אויף א הוספה צו די פריערדיגע‪.‬‬ ‫ווייל ווען עשו איז געבוירן‬ ‫געווארן‪ ,‬און עס האט זיך‬ ‫ווען די ליצני הדור קומען מיט‬ ‫גאר געשטארקט דער כח‬ ‫פון ליצנות‪ ,‬האט יעקב‬ ‫זייערע ווערטלעך און מאכן‬ ‫אבינו געדארפט‪ ,‬זה לעומת‬ ‫חוזק פון א איד וואס זיצט און‬ ‫זה‪ ,‬נאך מער מוסיף זיין אין‬ ‫לערנט‪ ,‬פון די הייליגע מנהגים‬ ‫תורה און עבודת השי״ת‪ .‬ער‬ ‫האט זיך נישט באגענוגנט‬ ‫פון אונזערע אבות‪ ,‬אדער‬ ‫בלויז מיט די מדריגות פון‬ ‫פון דעם וואס אידן ווארטן‬ ‫זיינע הייליגע אבות‪ ,‬נאר‬ ‫האט מוסיף געווען אפילו‬ ‫און האפן יעדן טאג אויף דער‬ ‫אויף זייער עבודה‪ ,‬און זיך‬ ‫גאולה‪ ,‬כדי אפצושוואכן די‬ ‫דערהויבן צו נאך העכערע‬ ‫אמונה אין אידישע הערצער‪,‬‬ ‫מדריגות אין תורה און‬ ‫קדושה‪.‬‬ ‫איז די עצה נישט זיך‬ ‫און דורך דער הוספה האט‬ ‫אריינלאזן מיט זיי אין ויכוחים‬ ‫יעקב אבינו זוכה געווען צו‬ ‫און פראבירן ענטפערן אויף‬ ‫זיין דער ״בחיר שבאבות״‬ ‫זייער ליצנות‪ .‬נאר אדרבה‪,‬‬ ‫(בראשית רבה פע״ו א)‪ ,‬און‬ ‫אנקומען צו זיין שלימות‪,‬‬ ‫גיין אין בית מדרש‪ ,‬זיך מחזק‬ ‫ווי עס שטייט (בראשית לג‪,‬‬ ‫זיין ביי די צדיקים‪ ,‬און אלץ‬ ‫יח) ״ויבא יעקב שלם״‪ ,‬און‬ ‫ווי דער הייליגער זוהר (חלק‬ ‫מער מוסיף זיין אין לימוד‬ ‫א לט‪ ,‬א) רופט אים אן ״יעקב‬ ‫התורה און עבודת השי״ת‪.‬‬ ‫שלימא״‪.‬‬ ‫און אט דער כח פון שטענדיג מוסיף זיין אין תורה און קדושה‪ ,‬איז געווען וואס האט יעקב‬ ‫אבינו בייגעשטאנען זיך צו מתגבר זיין אויף עשו און מבטל זיין דעם כח פון זיין ליצנות‪.‬‬ ‫‪ਪ‬תוספת תורה ברענגט תוספת ברכה‬ ‫און מיט דעם כח האט יעקב אבינו אויך זוכה געווען צו די ברכות פון זיין פאטער יצחק‬ ‫אבינו (בראשית כז‪ ,‬כח)‪ :‬״ויתן לך האלקים מטל השמים״‪ ,‬ווי רש״י איז מפרש‪ :‬״יתן ויחזור ויתן״‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫י‬ ‫‪ -‬דער אויבערשטער זאל געבן‪ ,‬און נאכאמאל געבן‪ ,‬א ברכה פון שטענדיג מוסיף זיין נאך‬ ‫און נאך‪ .‬ווייל אזוי ווי יעקב אבינו האט אלץ מער מוסיף געווען אין תורה און קדושה‪ ,‬האט‬ ‫ער אויך זוכה געווען צו א שטענדיגע תוספת ברכה מן השמים‪.‬‬ ‫און מיט דעם כח פון הוספה האט ער זוכה געווען צו דער ווייטערדיגער ברכה (שם‪ ,‬כט)‬ ‫״יעבדוך עמים וישתחוו לך לאמים‪ ,‬הוה גביר לאחיך״‪ ,‬אז ער זאל זיין שטארקער פון עשו‬ ‫און זיין קליפה‪ ,‬און קענען מבטל זיין דעם כח פון זיין ליצנות‪.‬‬ ‫‪ਪ‬הוראה פאר אלע דורות‬ ‫און פון דעם לערנען מיר א וויכטיגע הוראה פאר אלע דורות‪ .‬ווען די ליצני הדור קומען מיט‬ ‫זייערע ווערטלעך און מאכן חוזק פון א איד וואס זיצט און לערנט‪ ,‬פון די הייליגע מנהגים‬ ‫פון אונזערע אבות‪ ,‬אדער פון דעם וואס אידן ווארטן און האפן יעדן טאג אויף דער גאולה‪,‬‬ ‫כדי אפצושוואכן די אמונה אין אידישע הערצער‪ ,‬איז די עצה נישט זיך אריינלאזן מיט זיי אין‬ ‫ויכוחים און פראבירן ענטפערן אויף זייער ליצנות‪ .‬נאר אדרבה‪ ,‬גיין אין בית מדרש‪ ,‬זיך מחזק‬ ‫זיין ביי די צדיקים‪ ,‬און אלץ‬ ‫מער מוסיף זיין אין לימוד‬ ‫התורה און עבודת השי״ת‪.‬‬ ‫דורך דעם וואס מיר זענען‬ ‫דאס איז דער כח וואס‬ ‫מוסיף אין תורה און קדושה‪,‬‬ ‫יעקב אבינו האט אונז‬ ‫איבערגעלאזט‪ ,‬אז דורך דעם‬ ‫באקומען מיר אויך א תוספת‬ ‫וואס מיר זענען מוסיף אין‬ ‫כח מן השמים‪ ,‬זיך צו האלטן‬ ‫תורה און קדושה‪ ,‬באקומען‬ ‫שטארק אין דער אמונה‬ ‫מיר אויך א תוספת כח‬ ‫מן השמים‪ ,‬זיך צו האלטן‬ ‫פשוטה‪ ,‬און זיך מתגבר זיין‬ ‫שטארק אין דער אמונה‬ ‫אויף די ליצני הדור און דעם‬ ‫פשוטה‪ ,‬און זיך מתגבר זיין‬ ‫אויף די ליצני הדור און דעם‬ ‫כח פון עשו און אדום‪.‬‬ ‫כח פון עשו און אדום‪.‬‬ ‫דער אויבערשטער זאל העלפן‪ ,‬אז מיר זאלן זוכה זיין אלץ מער מוסיף צו זיין אין תורה‬ ‫און קדושה‪ ,‬און בפרט אין דעם חודש כסלו‪ ,‬ווען מיר גייען צו די הייליגע חנוכה טעג‪ ,‬וואס‬ ‫דעמאלטס צינדן מיר די חנוכה ליכט בבחינת ״מוסיף והולך״ (שבת כא‪ ,‬ב)‪ ,‬יעדן טאג נאך א‬ ‫ליכטל‪.‬‬ ‫און אין דעם זכות זאל נשפע ווערן אויף אונז און אויף גאנץ כלל ישראל א שפע פון ברכה און‬ ‫הצלחה‪ ,‬ווי עס איז מרומז אינעם נאמען פונעם חודש ״כסלו״‪ ,‬וואס איז פונקטליך בגימטריא‬ ‫״אך טוב וחסד״‪ .‬ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צום גאנצער ביטול פון דער קליפה פון עשו און‬ ‫אדום‪ ,‬און עס וועט מקוים ווערן דער פסוק ״והיתה לד׳ המלוכה״‪ ,‬בביאת בן דוד במהרה דידן‬ ‫ברוב רחמיו וחסדיו‪.‬‬ ‫אי‬ ‫פרשת תולדות‬ ‫נקודות למעשה בעבודת ד'‬ ‫היוצאות מן המאמר‪:‬‬ ‫•להיזהר מקליפת הליצנות‪ ,‬שאף כשהיא נראית‬ ‫כשחוק ודברים בעלמא‪ ,‬בכוחה להחליש את‬ ‫האמונה ולרפות את האדם מעבודת השי"ת‪.‬‬ ‫•להתחזק באמונה הפשוטה ובציפיה לגאולה‪ ,‬ולא‬ ‫להניח לדברי ליצנות לקרר את הלב מן האמונה‬ ‫בביאת גואל צדק ובבנין בית המקדש‪.‬‬ ‫•לדעת שכח התורה מבטל את הליצנות‪ ,‬וכשנכנס‬ ‫דבר של תורה ללב‪ ,‬יוצא כנגדו דבר של ליצנות‪.‬‬ ‫•בעת צער והתגברות הקליפה‪ ,‬ללכת לבית המדרש‬ ‫ולדרוש את ד' אצל הצדיקים‪ ,‬ולמצוא שם קורת‬ ‫רוח ושמחת התורה‪.‬‬ ‫•אין העצה להתעסק בדברי הליצנים ולהשיב על‬ ‫ליצנותם‪ ,‬אלא להרבות בלימוד התורה‪ ,‬ובפרט‬ ‫בהשכמה ובהערבה לבית המדרש‪ ,‬עד שיכלה‬ ‫כוחם מאליו‪.‬‬ ‫•להיות מוסיף והולך בתורה ובעבודת השי"ת‪ ,‬ולא‬ ‫להסתפק במדרגתו הקודמת‪ ,‬כי בכוח ההוספה‬ ‫בקדושה מתגברים על קליפת עשו וליצנותו‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫בי‬