gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

מוציא לאור: איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish

שבוע: תולדות (2026-11-09)

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

פתח את ה-PDF הורדה

‫איש חסד היה‬ ‫א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד‬ ‫פונעם בארימטן נגיד‬ ‫מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל‬ ‫───────◇───────‬ ‫פאר הערות‪ ,‬תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות‪:‬‬ ‫אימעיל‪y.b.daskal@gmail.com :‬‬ ‫צדקה פאר דער רפואה פון חולים‬ ‫אויך טאשן געלט‬ ‫דער הרה״ג ר׳ אליעזר מאיראוויטש‪ ,‬מו״ץ אין קרית וויזשניץ‪ ,‬האט דערציילט‪:‬‬ ‫די צייט פונעם פלוג איז שוין נאנט געקומען‪ .‬איינער פון די וויזשניצער חסידים האט געפירט זיין‬ ‫קראנק קינד אויפן לופטפעלד‪ ,‬פרובירנדיג אוועקצושטופן די באזארגטע מחשבות און זיך‬ ‫קאנצענטרירן אויף די צוגרייטונגען צום פלוג‪.‬‬ ‫אלעס האט פאסירט אזוי פלוצלינג‪ .‬מען האט אנטדעקט די מחלה‪ ,‬ל״ע‪ ,‬דער פחד און די זארגן האבן‬ ‫אים ארומגענומען‪ ,‬און מיט איין מאל זענען אויף אים ארויפגעפאלן געוואלדיגע הוצאות‪ .‬זיין‬ ‫פרנסה איז שוין אזוי אויך געווען בדוחק‪ ,‬און ער האט זיך קוים געקענט האלטן אונטער דער‬ ‫שווערער לאסט‪...‬‬ ‫דעמאלט איז ר׳ שמואל געקומען צו אים אהיים און אים געגעבן דאס גאנצע געלט פאר אלע הוצאות‪,‬‬ ‫מיט א פריינדלעך פנים און מיט גרויס רחמנות‪.‬‬ ‫עס איז שווער צו באשרייבן וואס פאר א גרויסע דערלייכטערונג דער ארעמער טאטע האט געשפירט‪.‬‬ ‫יעצט וועט ער זיך קענען אינגאנצן אפגעבן מיט זיין זון‪ ,‬אן זיך דארפן זארגן וועגן די געלט־ענינים‪.‬‬ ‫בשעת ער איז געגאנגען אויפן לופטפעלד‪ ,‬האט ער פלוצלינג דערזען א באקאנטע געשטאלט‪ .‬עס איז‬ ‫געווען ר׳ שמואל דסקל! זיין ליכטיגער פנים האט אויסגעשטראלט ווארעמקייט און חיזוק‪.‬‬ ‫״וואס טוט ער דא?!״ האט זיך דער מענטש געוואונדערט‪.‬‬ ‫ווי גרויס איז אבער געווען זיין איבערראשונג‪ ,‬ווען ר׳ שמואל האט אים איבערגעגעבן אן ענוועלאפ‬ ‫מיט עטליכע טויזנט דאלאר‪ ,‬און זיך אנטשולדיגט‪:‬‬ ‫״איך האב פארגעסן דיר אויך צו געבן טאשן געלט‪ .‬דו וועסט דאך דארפן צאלן פאר אן אכסניה‪ ,‬און‬ ‫פאר אנדערע זאכן וואס א מענטש דארף האבן ווען ער געפינט זיך נישט אינדערהיים‪...‬״‬ ‫וואס האט זיך באהאלטן הינטער דעם משלוח מנות‬ ‫יעדעס יאר‪ ,‬פורים‪ ,‬האבן מיר באמערקט צווישן די מענטשן וואס זענען געקומען צו אבא אהיים‪ ,‬א‬ ‫טאטע מיט זיין זון‪ .‬זיי האבן איבערגעגעבן א משלוח מנות‪ ,‬געוואונטשן און באקומען ברכות‪ ,‬און‬ ‫זענען ווייטער געגאנגען‪.‬‬ ‫מיר האבן זיך זייער געוואונדערט ווער זיי זענען‪ .‬זיי זענען דאך נישט געווען קיין קרובים‪ ,‬און אפילו‬ ‫נישט קיין באקאנטע פון אונז‪.‬‬ ‫איין טאג האבן מיר געהערט פון אונזער מוטער מורתנו ע״ה דעם סוד וואס האט זיך דערהינטער‬ ‫באהאלטן‪.‬‬ ‫פרק יב ‪ -‬צדקה פאר דער רפואה פון חולים‬ ‫ווען מיר האבן געוואוינט אין דער נוה אחיעזר געגנט‪ ,‬איז ביי איינע פון די משפחות אין אונזער געגנט‬ ‫געבוירן געווארן א קינד‪ ,‬למזל טוב‪.‬‬ ‫אבער גלייך נאך דער געבורט האבן די עלטערן דערוויסט אז דאס קינד האט א מום אין הארץ‪ .‬די‬ ‫גרויסע שמחה האט זיך פארוואנדלט אין טרויער‪.‬‬ ‫אין יענע צייטן איז אן אפענע הארץ־אפעראציע ביי אזא קליין קינד געווען א גאר קאמפליצירטע‬ ‫זאך‪ .‬אזעלכע אפעראציעס האט מען נאר דורכגעפירט אין אמעריקע‪ ,‬און די הוצאות האבן‬ ‫דערגרייכט דעם געוואלדיגן סכום פון הונדערט טויזנט דאלאר!‬ ‫אבא האט אויף זיך גענומען אלע הוצאות‪ :‬די פליגער־בילעטן‪ ,‬די קאסטן פונעם שפיטאל און פון דער‬ ‫אפעראציע‪.‬‬ ‫בס״ד איז די אפעראציע געלונגען פיל בעסער ווי מען האט ערווארטעט‪.‬‬ ‫״און אלס הכרת הטוב‪,‬״ האט אונזער מוטער פארענדיגט איר דערציילונג‪ ,‬״קומען דער טאטע מיט‬ ‫זיין זון יעדעס יאר אונז וואונטשן א פרייליכן פורים‪.‬״‬ ‫דער הרב אריה האגער פון וויזשניץ האט דערציילט‪:‬‬ ‫אין אונזער ישיבה איז א בחור קראנק געווארן מיט דער ביטערער מחלה‪ ,‬און מען האט אים‬ ‫געדארפט אריבערפליען קיין אויסלאנד‪.‬‬ ‫די הוצאות זענען געווען זייער גרויס‪ .‬ר׳ שמואל האט אלעס אליין באצאלט‪.‬‬ ‫א געוואלדיגער סכום פאר אן אויגן־אפעראציע‬ ‫דער הרה״ג רבי אהרן טויסיג האט דערציילט‪:‬‬ ‫א געוואלדיגער תלמיד חכם‪ ,‬פון די מקורבים פונעם גאון הגדול רבי חיים גריינימאן‪ ,‬האט מיר‬ ‫דערציילט‪ ,‬אז ער האט געדארפט באצאלן צוועלף טויזנט לירות‪ ,‬א געוואלדיגער סכום‪ ,‬פאר אן‬ ‫אפעראציע אויף זיין קראנק אויג‪.‬‬ ‫״גיי צו ר׳ שמואל דסקל‪,‬״ האט אים דער גאון רבי חיים געראטן‪ .‬״בעט אים אז ער זאל זיך משתתף‬ ‫זיין אין די הוצאות‪.‬״‬ ‫״איך האב פאר ר׳ שמואל אויסגעשמועסט די גאנצע מעשה‪,‬״ האט דער תלמיד חכם דערציילט‪ ,‬״און‬ ‫איך האב ערווארטעט אז ער וועט מיר געבן א שיינע השתתפות‪.‬‬ ‫״צו מיין גרויסער איבערראשונג האט ר׳ שמואל מיר נישט געגעבן קיין געלט‪ ,‬נאר ער האט קודם‬ ‫געוואלט זיך דערוויסן די גענויע פרטים‪.‬‬ ‫״ער האט זיך געוואנדן צום הרה״ג רבי אריה שכטר‪ ,‬און אים געבעטן צו באשטעטיגן די פרטים פון‬ ‫דער מעשה‪.‬‬ ‫״ווען ר׳ שמואל האט זיך איבערצייגט אז אלעס איז אמת‪ ,‬האט ער ארויסגענומען פון זיין טאש דעם‬ ‫גאנצן סכום!״‬ ‫ב‬ ‫איש חסד היה‬ ‫דער גאון רבי חיים גריינימאן איז געווען אויסער זיך פון וואונדער‪ .‬ער האט זיך קיינמאל נישט‬ ‫פארגעשטעלט אז ר׳ שמואל וועט געבן אזא געוואלדיגן סכום פאר א מענטש וועמען ער קען אפילו‬ ‫נישט‪.‬‬ ‫אן אפעראציע אומזיסט‪...‬‬ ‫דער הרה״ח ר׳ יהושע כהן פון קרית וויזשניץ האט דערציילט‪:‬‬ ‫ווען עס איז קלאר געווארן פאר א פריינד מיינעם אז זיין זון דארף דורכגיין א קאמפליצירטע‬ ‫אפעראציע‪ ,‬האט ער באשלאסן זיך צו ווענדן צו ר׳ שמואל‪.‬‬ ‫ר׳ שמואל האט געהאט גוטע פארבינדונגען מיט פראפעסאר וואלפשטיין‪ ,‬א בכירער כירורג אין‬ ‫שפיטאל תל השומר‪ .‬דעריבער האט מיין פריינד זיך געוואנדן צו ר׳ שמואל און אים געבעטן אז ער‬ ‫זאל רעדן מיטן פראפעסאר‪.‬‬ ‫און טאקע‪ ,‬ר׳ שמואל האט זיי פארבונדן איינעם מיטן צווייטן‪ ,‬אזוי ווי ער האט שוין געטון אסאך‬ ‫מאל‪.‬‬ ‫ברוך ה׳‪ ,‬די אפעראציע איז געלונגען פיל בעסער ווי מען האט ערווארטעט‪.‬‬ ‫נאך דער אפעראציע האט דער טאטע געפרעגט ר׳ שמואל‪:‬‬ ‫״וויפיל געלט דארף איך באצאלן פארן פראפעסאר?״‬ ‫״גארנישט‪,‬״ האט ר׳ שמואל געענטפערט‪.‬‬ ‫דער טאטע האט פון גרויס איבערראשונג אויפגעהויבן די ברעמען‪.‬‬ ‫״ווי קען דאס זיין?!״‬ ‫דער טאטע האט שוין פארשטאנען‪ ...‬אבער ער האט זיך געפילט נישט באקוועם‪...‬‬ ‫״פונדעסטוועגן‪ ,‬איך וויל באצאלן!״ האט ער זיך געבעטן‪.‬‬ ‫אבער ר׳ שמואל האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן‪.‬‬ ‫ג‬