האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

ב"ה
גליון י"ג – פ' תולדות תשפ"ז לפ"ק
מתוך דברי דברי מוסר והתעוררות שנשמעו מפ"ק מרן רבינו זי"ע
במסיבת מלוה מלכה לטובת ישיבתינו הק' (ח"ב)
מוצש"ק חיי שרה תשנ"ו בוומסב"ג יצ"ו – ובתוכו מילי דהספידא על הרה"ק מריבניץ זי"ע
מען האט גערעדט פריער פון סאטמאר רב זי"ע ,ווער עס ווייסט ,איך האב דאס געקענט זען ,ער האט דאך געהאט מיט
זיין שיטה און מיט זיין עבודת ה' ,האט ער דאך געהאט מתנגדים אנע שיעור ,איך מיין די מענטשן וואס האבן נישט
מיטגעהאלטן ,אז ער איז געגאנגען קעגן די ציונים וכדומה ,האט ער דאך געהאט אסאך מענטשן שונאים .עס האט
געמעגט זיין דער גרעסטער שונא ,אויב איז ער אריינגעקומען צו אים בעטן עפעס א טובה וכדומה ,ער האט געקענט
געבן אסאך מער ווי פאר א גוטער פריינט ,אנע שום חשבון צי ער איז א גוטער אדער נישט ,ער האט זיך אויסגעטאן
אלעס פאר איין איד צו העלפן.
דאס פעלט היינט ,נעבעך ,דאס איז א ביטערע זאך ,עס גייט ביי אונז אונטער די אהבת ישראל .האב ליב א איד ,זארג
פאר יענעם .דו קענסט אים נישט אפשר העלפן בפועל ,אסאך האסטו נישט ,זוך א וועג ,אפשר קענסטו אים יא העלפן.
און נישט פארקערט חלילה ,אז דו האסט אויף אים עפעס א פעלער ,דעמאלטס זאגסטו אים אויף און דו שטעלסט אים
אוועק פון זיין פרנסה ל"ע ,אזאנס האט מען נאך קיינמאל נישט געהאט .שטעל נישט אוועק א איד פון זיין פרנסה ,ווייל
דו ביסט א יונגערמאן און דו האסט נישט קיין שכל ,ממילא שטעלסטו אים אוועק .שטעל אים נישט ארויס וועגן דעם
ווייל ער האט אפשר אן אנדערע מיינונג אין עפעס .וועגן דעם איז ער שוין חייב אז מען זאל אים ח"ו אויפזאגן?
איך מיין פשוט מיר גייען אונטער ח"ו ,די אהבת ישראל וועט אונטערגיין ח"ו .מען שפירט זיך נישט .און די אלע זאכן
וואס דער רב האט מעורר געווען ,אויף דאס ענין פון התמדת התורה ,און ליב האבן תורה ,דאס איז דאך א פשיטא ,אנע
תורה איז גארנישט.
אבער דאס אליין ,דאס קען מען זיך יא אויסלערנען ווען מען איז מספיד אזא מאדע איד .מיר קענען נישט נאכמאכן
זיינע דרכים ,בדרך הטבע ,מיר זענען נישט בכח ,מיר ווילן אודאי טאן וואס מיר קענען .אבער דאס קען מען זיך
ארויסלערנען ,אז מען קוקט נישט אויף דיר אליין ,קוק אויף א צווייטער איד .מען בעט נישט פון דיר אז 'געב אוועק
דיין גאנצע עצמיות פאר א צווייטער איד' ,אבער אויף אזויפיל ער זאל האבן א חלק ביי דיר ,א שותפות .אזוי ווי דו
זארגסט פאר דיין קינד ,דו זארגסט פאר דיר ,זארג פאר דעם איד .געב אים א גוט ווארט ,און העלף אים צו .און שטויס
אים נישט אוועק פון א פרנסה ח"ו ,טו נישט.
און אזוי מיט די אנדערע ענינים ,דאס ענין פון כבוד התורה ,דאס ענין פון יעדע זאך וואס קאסט אביסל מסירת נפש.
געב אהער מסירת נפש .אידישע קינדער עקזיסטירן נאר מיט מסירת נפש .מען בעט נישט קיין מסירת נפש מיט אזא
מורא'דיגן וועג וואס יעדער קען דאס נישט נאכמאכן ,אבער מסירת נפש אז דו זאלסט האבן א שותף מיט דיר ,ביי יעדע
זאך אויף דאס וועלט איז נישט קיין "אנכי".
"למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה'"" ,את בניו ואת ביתו אחריו" .וואס האט אברהם אבינו
געהאט? די גרעסטע מדה ,ער האט דאך אויפגעראכטן די וועלט ,ער האט געהאלפן פאר יעדן ,ער האט אויפגעשטעלט
א וועלט -ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש ,ביז אברהם אבינו איז די וועלט נאכנישט געווען גארנישט ,ער האט עס א
שטאנד געגעבן ,און ער האט געטאן" .את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה'" ,ער האט אויסגעלערנט די קינדער:
ביסט נישט אליינס ,זארג נישט פאר דיר ,אז דו וועסט דארפן זארגן -מעגסטו זיין א שותף מיט יענעם ,אבער האב
אינזין דעם צווייטן איד ,האב אינזין כביכול דעם אויבערשטן .ביי יעדע זאך וואס איז די אייגענע אינטערעסע פארגעסט
מען אמאל פון דעם וואס דער אויבערשטער האט געהייסן .דו זוכסט א פרנסה? שטויס נישט אוועק דעם רבש"ע פון
שותפות .זוך אזא פרנסה וואס דו טוסט נישט קעגן באשעפער'ס רצון .פאר דיין קינד זוכסטו פרנסה? זוכסט פאר דיר
פ רנסה? אבער לאז נישט אוועק דעם עיקר שותף ,לאז נישט אוועק דעם בורא כל עולמים .מען בעט נישט פון דיר דו
זאלסט זיך אוועק'הרג'ענען ,אבער עכ"פ אקעגן די תורה טארסטו נישט.
און די צווייטע וואס מיר האבן געזאגט ,אז דער "ואהבת לרעך כמוך" ברענגט דעם "ואהבת את ה' אלקיך" ,דאס איז
דער מוסר לימוד וואס מיר קענען ארויסלערנען פון אזא מאדע איד ,וואס מען האט געזען מיט די אויגן ,וואס איז
אומגלויבליך" ,אלמלי לא ראיתי לא האמנתי" -ווען מען וואלט נישט געזען וואלט מען נישט געגלייבט .און אזוי איז
ער געווען כל ימיו ,אנע הפסק ,אן א הפסקה ,ער האט קיינמאל נישט מסיח דעת געווען אנדערש .סיי ווען ער איז געזעצן
בתורה אין די יונגע יארן ,תורה ,יומם ולילה איז ער געזעצן .עס איז דא אסאך צו פארציילן מען זאל וויסן ,איך האב
דאך נישט די גאנצע באשרייבונג וואס עס איז ,אבער דאס וואס מען האט געזען איז דאך זיכער ,און דאס וואס מיר
האבן געהערט פון אנשים נאמנים ,זעט מען דאך אז דער איד איז אזוי געוואקסן .דאס ברענגט אונז אריין אין אזא צייט.
"שלא נספד כהלכה" ,וואס טייטשט 'כהלכה'? וויאזוי ווייסט א מענטש ווען עס הייסט 'כהלכה'? "נספד כהלכה" איז
טייטש ,נישט בלויז דו זאגסט די ווערטער ,דו ביסט מספיד אזא צדיק וואס איז אוועק ,נעבעך ,מיט זיינע יארן וואס ער
האט געלעבט אויף דער וועלט ,עס איז שוין געווען די לעצטע יארן ער האט נישט געקענט פונקציאנירן ,אבער זיין
עבודה ממש אין הימל ,איז אויך געווען שוין א ישועה ,ווייל עס איז געלעגן דא א איד וואס אין הימל האט ער געהאט
א מורא'דיגע חשיבות ,און ווילאנג ער האט געלעבט האט ער דאך מיט א שאקל מיט זיין קאפ האט ער שוין געקענט
העלפן א איד.
ממילא ,קומט אין אזא צייט ,דאס טייטש "כהלכה" ,מען זאל מספיד זיין כהלכה ,מען זאל ארויסלערנען וואס פון דעם
איד קען מען ארויסלערנען ,וואס מיר קענען פון דעם וויסן ,דאס איז טייטש "נספד כהלכה" .מען זאל זיך ארויסלערנען
אז מען זאל וויסן יעדע זאך .דאס איז היינט נעבעך איינס פון די גרויסע שוועריגקייטן פון דער מצב היינט ,איז איינס
פון די שוועריגקייטן ווייל מען געבט נישט קיין האנט .ער האט אלעמאל געגעבן א האנט ,וואס ער האט געקענט האט
ער געטאן ,און ער האט נישט צוגערירט ח"ו צו יענעמ'ס ,ער האט נישט געטאן דאס וואס מען טאר נישט .מען האט
נישט געזוכט אויף דעם וועג צו העלפן כלל ישרא ל אז מען זאל גיין ח"ו אויף א וועג וואס דער אויבערשטער האט
נישט געהייסן .דאס איז דער לימוד ,וואס אזא מין צדיק איז אוועק פון דער וועלט ,עס פעלט אזא זכות" .גדולים צדיקים
במיתתם יותר מבחייהם" ,מה דאך א לעבעדיגער צדיק האט א כח אין הימל ,ווייל איין "יהא שמיה רבא" פון א
לעבעדיגער איד איז מער ווי אסאך מאל פון גרויסע צדיקים ,ווייל ער לעבט ,איז זיין דיבור אין הימל איז א געוואלדיגע
חשיבות.
דאס איז דאס ענין ,און דאס קען זיין דער פשט אין דעם מדרש" ,כשם שהם תמימים" זאגט ער ,וואס מיינט זיי זענען
תמימים ,זיי זענען צדיקים ,זיי זענען דאך אידן ,זיי האבן געדאוונט ערליך ,ער האט זיך מסגף געווען ,ער האט געטאן.
מיינסטו אז דאס איז עס .ניין ,נישט דאס איז עס" .כך שנותיהם תמימים" ,די גאנצע יאר ,עס איז דורכגעלאפן א יאר,
וואספארא געשעעניש ,וואס עס איז ,איז אלעס געווען בתמימות ,עס איז נישט געגאנגען לבטלה ער זאל זיך
אוועקדרייען און נישט קימערן זיך מיט יענעם ,נאר פארקערט ,וואס ער האט געקענט האט ער זיך אוועקגעגעבן זיין
לעבן ער זאל קענען יענעם העלפן .אזוי ווי זיי זענען תמימים ,שנותיהם -זייער גאנצע יאר ,די לויף פון א יאר ,וואס עס
לויפט דאך דורך פארשידנס ,מען איז דאך א בשר ודם ,מען מוז דאך עסן ,מען מוז דאך שלאפן ,אבער שנותיהם תמימים,
דאס איז דער עבודת השם ,כך שנותיהם תמימים .דערנאך זאגט ער "ונחלתם לעולם תהיה" ,מיינט אז דאס איז נאר פאר
זיך? "לעולם תהיה" -דאס איז פאר די גאנצע וועלט .דאס איז דער לימוד וואס קומט פון דעם ארויס.
איז ממילא ,דאס איז דער עיקר ,איך וואלט נישט געוואלט דאס פארפעלן .אבער לעולם פעלט נישט אויס מיינע דיבורים,
איך בין דאך פון די קטנים ,נישט עס פעלט אויס.
נאר עכ"פ בדרך אגב ,אז איך האלט שוין די פאר ווערטער ,וויל איך נאך מוסיף זיין צוויי-דריי ווערטער .איינס וואס
איך האב געזאגט ,דער לימוד ,עס זאל זיין לעילוי נשמתו.
ברכת "מזל טוב" לאנ"ש שיחיו מיר זאלן זיך פרובירן וואס דער עיקר איז ,מען זאל זיך זארגן
פאר א אידן ,נישט חלילה פארקערט .מאך נישט צו די אויגן.
שהשמחה במעונם האסט אויף אים א הקפדה? זאג אים .אבער לאז אים נישט
ח"ו אן א פרנסה ,צעברעך אים נישט זיין פרנסה ,זאג נישט
הרה"צ ר' משה מנחם בלום שליט"א (קרית קאשוי) ווערטער וואס דו קענסט אים מיט דעם צעברעכן די פרנסה.
לרגל הבר מצוה אצל נכדו נכד חתנו הרב שלו' טייטלבוים שליט"א (מאנסי)
לרגל הולדת נכדו נכד חתנו הרב יואל פאלקאוויטש שליט"א (בלומינגבורג) קיינמאל נישט .מען האט דאס קיינמאל נישט געהאט ,מען
הרב יעקב יוסף בלום שליט"א בן כ"ק אדמו"ר השיח חיים זי"ע (מאנסי) האט דאס קיינמאל נישט געוואלט ,מיר זאלן ח"ו נישט גיין
לרגל הולדת נכדו ני"ו אויף דעם וועג ,וואס וועט זיין מיט אונז ח"ו ,אז מיר וועלן
הגה"צ אבד"ק בית שמואל שליט"א (וומסב"ג)
לרגל אירוסי נכדו בן בנו הרב יואל שליט"א (ק"י) אויפגעבן אז מיך אינטערעסירט נישט א איד -ווייס איך
ולרגל הולדת נכדתו תחי' פארוואס .עס איז נישטא אזאנס ,צי ער איז מיינער צי ער איז
הגה"צ אבד"ק ראצפערט שליט"א (וומסב"ג) נישט מיינער ,וואס איז מיר דאס א נפקא מינה ,איך מוז
לרגל אירוסי בנו ני"ו
הרב יושע עהרענרייך שליט"א (וומסב"ג) העלפן אידישע קינדער ,וואס איך קען נאר געבן וואס איז
לרגל הולדת נכדו ני"ו פארהאן וויל איך אים העלפן.
הרב יואל יצחק איליאוויטש שליט"א (וומסב"ג)
לרגל אירוסי נכדו ני"ו בן בנו הרב גבריאל יודא שליט"א און די זעלבע מיט'ן דרך פון עבודת השם ,די צווייטע זאך,
הרב חיים בער אדלער שליט"א (ק"י) נישט פארגעסן פון אויבערשטן ,מיט'ן אויבערשטן צו מאכן
לרגל אירוסי נכדו ני"ו
הרב משה בויער שליט"א (וומסב"ג) א שותפות .וויל איך נישט זאגן ,עס איז אויסגעקומען צו
לרגל אירוסי בנו ני"ו לאנג .עס איז דא ענינים וואס מיר זענען אביסל נתרשל ,מען
הרב ישראל יצחק וויינשטאק שליט"א חתן הרה"צ רבי אשר יעקב זצ"ל
וואלט געקענט אויסרעכענען זייער אסאך זאכן .די יסודות
(ק"י)
לרגל הולדת בנו ני"ו פון די דריי זאכן זענען ,אז מען זאל חלילה נישט נאכלאזן,
מו"ה קלמן סינאי הי"ו (וומסב"ג) נישט ביי חינוך ביי די קינדער ,מען זאל לאזן לערנען תורה,
לרגל נישואי נכדתו תחי' נישט זוכן אזא פלאן און אזא מעשה ,קיינמאל נישט.
מו"ה ישראל יעקב פאללאק הי"ו (וומסב"ג)
לרגל אירוסי נכדתו תחי' מיר האבן מקבל געווען ,דאס אונזער גאנצער כח איז נאר די
מו"ה אהרן יוסף מנחם הכהן לאנדא הי"ו (ק"י) הייליגע תורה .מען זאל לערנען תורה -אזוי ווי דער רב זאל
לרגל הולדת נכדו אצל בניו מו"ה שמואל זאב הי"ו (ק"י) ומו"ה שמעון מאיר הי"ו (מאנסי)
מו"ה ליפא אקערמאן הי"ו (וומסב"ג) זיין געזונט און שטארק האט געזאגט -אזוי ווי מען האט
לרגל הולדת נכדו ני"ו געלערנט פריער .מיר זוכן נישט קיין נייע וועגן ,מיר זוכן נאר
מו"ה אפרים צבי ווייס הי"ו (וומסב"ג) דעם וועג וואס דער זיידע און דער עלטער זיידע און די אלע
לרגל הולדת נכדתו תחי'
מו"ה אהרן גרינבערג הי"ו (וומסב"ג)
האבן געפירט ,וויאזוי זיי האבן זיך משתדל געווען אין די
לרגל אירוסי בתו תחי' תורה .נישט יעדער איז אויסגעוואקסן א גדול בישראל ,אבער
מו"ה אלעזר גרובער הי"ו (וומסב"ג) יעדער איד איז געזעצן יעדן טאג און ער האט געלערנט
לרגל הולדת נכדו ני"ו שעה'ן .יעדער איד אן אויסנאם .וואס ער איז געווען א שטיקל
מו"ה יצחק לייב ווייס הי"ו (ק"י) בגדר לערנען .דער וואס האט נישט געקענט לערנען ,האט ער
לרגל הולדת נכדו ני"ו
געלערנט עין יעקב ,האט ער געלערנט קיצור שולחן ערוך.
תוספות ברכה:
נ פל או ת על ה פרש ה -מפ י ס פרים וסו פרים
פרשת תולדות
פארוואס רופט מען די פרשה "תולדות"?
קען זיין לויט וואס דער הייליגער "ישמח משה" זי"ע האט אמאל געזאגט דברי תורה ביי זיין טיש ,און דערנאך געהייסן פאר זיין זון רבי אלעזר ניסן זצ"ל זאגן תורה,
און נאכדעם געהייסן פאר זיין אייניקל ,דער "יטב לב" ,אויך זאגן תורה .ער האט מסביר געווען פארוואס ער האט דאס געטון ,ווייל די גמרא זאגט אז אויב דריי דורות
לערנען תורה נאכאנאנד" ,התורה מחזרת על אכסניא שלה" – די תורה קערט זיך צוריק צו איר אכסניא און פארלאזט נישט די משפחה .אבער תוספות ערקלערט
אז דאס איז דווקא ווען די דריי דורות זענען לעבעדיג אינאיינעם און לערנען אינאיינעם.
מיר געפינען נישט אין די גאנצע תורה א פלאץ וואו אלע דריי אבות (אברהם ,יצחק און יעקב) זענען געווען אינאיינעם ,אויסער בלויז דריי פסוקים אין פרשת
תולדות" :ואחרי כן יצא אחיו" ,"...ויגדלו הנערים" ,"...ויאהב יצחק ."...פונעם געבורט פון יעקב ביז ער איז אלט געווען 15יאר – ווען אברהם אבינו איז נפטר געווארן
– האבן די אבות געלערנט אינאיינעם .א דאנק די דריי פסוקים וואו דריי דורות האבן געלערנט אינאיינעם ,איז פארזיכערט געווארן פאר כלל ישראל אז די תורה
וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון זייערע קינדער .דערפאר רופט זיך עס "תולדות " ,ווייל דא האבן די אבות מוריש געווען דעם קיום התורה פאר זייערע
תולדות נאך זיי.
(אמונת עתיך)
ואחרי כן יצא אחיו וידו אוחזת בעקב עשו
פארוואס האט יעקב אבינו אנגעכאפט עשו'ס פערשט? וואס האט ער געקענט אויפטון דערמיט ,עשו איז דאך סוף-כל-סוף געבוירן דעם ערשטן און האט באקומען
די בכורה?
נאר א איד דארף וויסן :אפילו ווען מען זעט נישט קיין שום וועג וויאזוי אן ארבעט אדער א השתדלות גייט מצליח זיין ,טאר מען נישט אראפלייגן די הענט" .לא
עליך המלאכה לגמור" – א איד דארף טון אלעס וואס ער קען ,און דער באשעפער פירט שוין אויס .ווי די צדיקים זי"ע האבן אונז אויסגעלערנט" ,א איד דארף טוען,
נישט אויפטוען .אויפטוען טוט דער אויבערשטער"! דאס זעען מיר דא :יעקב אבינו האט געטון וואס ער האט געקענט צו ווייזן זיין רצון פאר די בכורה ,ווייל עשו
טאר עס נישט האבן ,און צום סוף האט טאקע זיין השתדלות געברענגט די פירות ווען עשו האט אים פארקויפט די בכורה...
(בעלי המוסר)
על כן קרא שמו אדום
אז מען טראכט אריין אין די סדרה באמערקט מען אן אינטערעסאנטע זאך :צו א גוטע נאמען אנצוקומען ,א כתר שם טוב ,קען נעמען יארן לאנגע ארבייט ,ווי אברהם
אבינו וואס האט געדארפט ווארטן ביז 99יאר ביז דער באשעפער האט אים גערופן "אברהם" ,אדער יעקב וואס האט געדארפט קעמפן מיט א מלאך צו באקומען
דעם נאמען "ישראל" ,אבער א שלעכטע נאמען קומט אן אין איין סעקונדע :עשו האט בלויז איין מאל געוויזן זיין גלוסטעניש צו עסן ,און גלייך האט מען אים גערופן
"אדום" ,און דאס איז געווארן דער נאמען פון זיין גאנצע דינאסטיע פאר אלע דורות...
(הג"ר רבי שלמה בלאך זצ"ל ,תלמיד פונעם חפץ חיים)
ויאהב יצחק את עשו כי ציד בפיו
אין מדרש (בראשית רבה עו ,א) שטייט" :דער אויסגעוועלטער פון די אבות איז יעקב ,ווי עס שטייט' :כי יעקב בחר לו קה' (תהלים קלה ,ד) ".דער גאון רבי יוסף חיים
זאנענפעלד זצ"ל ,רב פון ירושלים ,האט געפרעגט א שאלה :אברהם אבינו איז אויסגעשטאנען צען נסיונות ,און יצחק אבינו איז דורך דעם נסיון פון די עקידה .דערצו
האט יעקב שוין מקבל געווען זיין חינוך פון זיינע הייליגע עלטערן און זוכה געווען צו די צוועלף שבטים אן אזויפיל מיה און פלאג; פארוואס טאקע איז ער באצייכנט
געווארן אלס דער "בחיר האבות"?
האט ער געענטפערט לויט דעם פסוק (תולדות כה ,כח)" :ויאהב יצחק את עשיו כי ציד בפיו" .דאס לערנט אונז אז די הייליגע תורה אליין איז מעיד אז דער גרויסער
מאור הדור ,יצחק אבינו ,וואס האט מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן ,האט ליב געהאט עשיו ווייל "ציד בפיו" ,וואס דער תרגום טייטשט "ער האט געגעסן פון זיין
פאנג" .יעקב אבינו האט צוגעזען די דאזיגע גרויסע כבוד וואס מען געבט פאר עשיו טאג און נאכט ,וואס האט נישט געהאט קיין שום הסבר און פשט ,במילא ,איז
דאס צוקוקן און זיך נישט מתרעם זיין געווען א נסיון פיל גרעסער פון די נסיונות פון אברהם און יצחק.
(משה עלה למרום ,אין דעם הספד פון הג"ר גרשון שטעמער ז"ל)
הלוך וגדל
די מסורה ברענגט פיר פלעצער וואו עס שטייט דאס ווארט "הלוך"" :הלוך ושוב" (פרשת נח)" ,הלוך וגדל" (פרשת תולדות)" ,הלוך ונסוע" (פרשת לך לך) ,און "הלוך
וחסור" (פרשת נח) .דאס רעדט אן רמז אויפן ריכטיגן וועג וויאזוי מ'דארף לערנען תורה.
דאס מיינט" :הלוך ושוב" – א מענטש זאל לערנען און גלייכצייטיג צוריקקומען איבערצוחזר'ן וואס ער האט געלערנט" .הלוך וגדל" – דורך דעם וועט ער וואקסן און
שטייגן העכער מיט זיין תורה .אבער אויב פירט מען זיך מיט א סדר פון "הלוך ונסוע" – אז מ'פארט נאר ווייטער און ווייטער אן קוקן צוריק און חזר'ן – דעמאלטס
ענדיגט זיך עס מיט "הלוך וחסור" ,אז זיין לערנען ווערט ווייניגער און עס בלייבט נישט ביי אים געהעריג.
(הרה"ק מגאלנטא זי"ע ,מובא בחיים שיש בהם ,אבות פ"ה משנה י"ב)
יקום אבי
"נאך מער ,יעקב האט געהייסן יצחק זיך זעצן און עסן און גערעדט צו אים בלשון נוכח (צווייטע פערזאן); אבער עשו האט אים דאס נישט געזאגט וכו' ,נאר ער האט
גערעדט בלשון נסתר (דריטע פערזאן) צוליב זיין גרויסע גאווה( ".כלי יקר ,תולדות כז ,לא) .ע"כ.
"דער גאון וצדיק ר' נתן אדלער זצ"ל האט געזאגט :יעקב האט גערעדט צו אים בלשון נוכח – 'קום נא' – אזוי ווי די אידישע קינדער רעדן צו זייערע עלטערן שוין פון
אלטע צייטן .אבער עשו האט גערעדט צו זיין פאטער בלשון נסתר – 'יקום אבי' – אזוי ווי די פרעמדע פעלקער פירן זיך .דער גאון זצ"ל האט מסביר געווען ,אז צו
רעדן בלשון נוכח ווייזט אויף נאנטקייט ,פונקט ווי מיר רעדן צום באשעפער מיט וועמען מיר זענען באהאפטן ,אזוי ווי ס'שטייט 'ואתם הדבקים .'...דערפאר רעדן
אידן ,וואס זענען באהאפטן איינער צום צווייטן ווי איין גוף – און 'ברא מזכי אבא' און ער שטעלט אים אויף די פיס – בלשון נוכח .אבער בלשון נסתר מיינט אז יענער
איז נישט ראוי מ'זאל רעדן צו אים דירעקט ,נאר מ'רעדט וועגן אים צו א צווייטן וכו'".
(תורת משה פונעם חתם סופר ,תולדות ,ד"ה קום נא)
