סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — תולדות (2026-11-09)

ב"ה .גליון ו' -פ' תולדות תשפ"ז לפ"ק
היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן
אונזער טאטע שליט"א ,אונזערע ברודערס,
דער עלטערער 'ליפא' (ישיבה גדולה),
אונזער 'יואל'יש' (כיתה ט') ,און פון 'זלמן
לייב' ,דער מצויין אין כיתה ו'!
טאטע :א איד האט מיר היינט געפרעגט אן אינטערעסאנטע שאלה" ,ווען קומט אויס אז מען זאל זאגן 'ויתן לך' אום שבת" ,נישט מוצאי שבת?
ליפא :די וואך ,בשעת ווען מען ליינט די פרשה פון די ברכות" ,ויתן לך האלקים מטל השמים"!
טאטע :דער רבי האט אמאל געזאגט ביי א מלוה מלכה מוצ"ש פ' תולדות בדרך צחות ,אז דערפאר פירט מען זיך צו זאגן ביי מלוה מלכה "ויתן לך" ,ווייל מוצאי
שבת גייט מען דאך צו די מלוה מלכה'ס פאר צדקה צוועקן או ן דער תכלית פון די מלוה מלכה איז צו געבן געלט איינמאל און נאכאמאל ,במילא זאגט מען
"ויתן לך" ,ווי רש"י הקדוש טייטשט "ויתן ויחזור ויתן"...
יואל'יש :ויתן ,גיב אהער זיי מוחל די 'רעטעך',
ליפא :זייער גערן ,ויחזור ויתן ...דו גיב אהער זיי מוחל די 'כריין',
טאטע :אה ,ממש "צנון וחזרת"! רש"י זאגט דאך די וואך" ,שלא פסקה מעל שולחנם" ,עס האט קיינמאל נישט געפעלט פונעם טיש פון רבי ואנטונינוס" ,לא
צנון ולא חזרת ,לא בימות החמה ולא בימות הגשמים" ,נישט ווינטער און נישט זומער .לכאורה וואס איז די גרויסע עשירות צו האבן צנון וחזרת סיי זומער אין
סיי ווינטער? דער מהרש"א איז עס מסביר ,אז עס זענען דא פרוכט אין גרינצייג וואס וואקסן נישט אזוי גוט ווען עס איז קאלט ,און דער סדר איז געווען אז די
עשירים פלעגן עס לאזן וואקסן אין אויסגעבויטע היילן ווי עס איז נישט צוגעקומען קיין קעלט ,א שטייגער ווי היינטיגע "גרינהאוזעס" ,און דאס צו האבן איז נאר
שייך געווען ביי די גרויסע עשירים.
אינעם ספר "יפה נוף" ברענגט ער צו די קושיא פון תוספות ,אז וויאזוי קען מען רעדן פון די עסן וואס איז געווען מצוי אויף רבי'ס טיש ,רבי האט דאך אויפגעהויבן
זיינע הייליגע צען פינגערס פאר די פטירה און געזאגט ,רבש"ע גלוי וידוע אז איך האב מיר געפלאגט מיט מיינע צען פינגערס צו לערנען ,און נישט הנאה געהאט
פון די וועלט אפי' באצבע הקטנה? תוס' ענטפערט ,אז די אלע מאכלים האט רבי געהאט פאר זיינע געסט ,אבער פאר זיך אליינס האט ער גארנישט געדארפט!
און חוץ פון דעם פארשטייט מען דאך פון זיך אליינס ,אז וואס רבי האט געטון האט געהאט אן ענין עפ"י פנימיות.
יואל'יש :מיין רבי האט טאקע דערציילט די וואך אז דער גרויסער צדיק ר' שמעלקא סעלישער זי"ע האט זיך געפירט ,אז ער האט נישט נהנה געווען פון קיין
שום עסן ,אויב איז דאס געווען א ווארימער עסן האט ער געווארט ביז עס איז געווארן קאלט ,און אין די זופ פלעגט ער צולייגן אסאך פעפער און זאלץ ביז מען
האט דאס שוין נישט געקענט עסן ,און אזוי איז געווען מיט אלע זיינע מאכלים.
איינמאל האט איינער ביי זיין טיש זיך אויסגעדרוקט בשעת'ן כאפן די שיריים "מיר האבן נישט קיין שום גשמיות'דיגע הנאה ביים כאפן פונעם רבי'נס שיריים!
האט ר' שמעלקא סעלישער רעאגירט ,אז יעצט פארשטייט מען שוין פשט אין די רש"י "מעולם לא פסקה מעל שולחנם צנון וחזרת" ,ווייל די געשמאקע פלייש
וואס האט געהאט א גוטע טעם איז שטענדיג אראפ פון טיש ווייל דאס האבן די חסידים געכאפט ,אבער די כריין אין רעטעך האט מען איבערגעלאזט ,ווייל
דאס איז נישט געשמאק ,דערפאר איז עס געבליבן אויפ'ן טיש.
טאטע :אפשר פון דעם עובדא נעמט זיך דער אויסדרוק "ווערד א רעטעך"...
זלמן לייב :דער לאנטש רבי האט די וואך ווען עס איז געווען ראש חודש און מען האט געטיילט קוגעל האט ער פארצייילט אז דער נאסאד'ער רב זי"ע האט
איינמאל מיטגעהאלטן ווי מען טיילט אויס 'אייזקריעם' ביי א סעודה ,וואס איז געווען א נייער איינפאל פון א תאוה'דיגער עסן אין זיינע צייטן ,האט ער זיך
אויסגעדרוקט בלשון קדשו " :דאס איז א פיינער מאכל ,מען וואלט עס נאר געברויכט איבערווארימען פארן עסן "...אויך איז געווען מרגלא בפומי' אויף דעם
מאכל "א קאלט מאכל קילט אפ דאס יראת שמים"!
טאטע :האא ...זייער שיין.
עס איז דאך באקאנט אז דער ענין פון עסן ביי צדיקים איז דאך געווען א גאנצע עבודה ,ווי דער רבי זי"ע ברענגט די וואך אין דברי יואל די ווערטער פונעם
הייליגן ישמח משה ,אז יצחק אבינו בשעת ער האט געגעסן פון די עסן וואס עשו פלעגט אים כסדר ברענגען האט ער געשפירט די קדושה פונעם שוחט ,אזויווי
עס שטייט אין ספה"ק אור המאיר אז דער הייליגער בעש"ט האט געקענט דערקענען אויף א שטיקל פלייש וואסערע מחשבות דער שוחט האט אינזינען געהאט
בשעת'ן שחט'ן.
עשו האט גאנץ גוט געוויסט אז אויב ער וועט שחט'ן דאס פלייש וועט יצחק תיכף דערקענען ווער עס איז דער שוחט ,במילא האט ער זיך איבערגעקלוגט און
ער פלעגט כסדר קומען צו יעקב בעטן אז ער זאל שחט'ן דאס עסן פאר יצחק!
זלמן לייב :דעמאלטס פארוואס האט יעקב טאקע געשחט'ן דאס עסן פאר יצחק?
טאטע :פאר צוויי סיבות ,איינס פשוט פאר כיבוד אב ,און צווייטנס -לייגט דער רבי צו ,-אז מן השמים האט געדארפט אזוי זיין אז יצחק זאל מיינען אז עשו איז
א צדיק אזויווי עס שטייט שוין אין זוהר הקדוש ,אז צוליב אסאך טעמים האט אזוי געדארפט זיין ,סיי אז דער שטן זאל נישט קומען מקטרג זיין אויף יעקב אז ער
איז נישט ראוי צו באקומען די ברכות ,און אזוי אויך האט יעקב אריינגעכאפט אויך די ברכות העולם הזה.
זלמן לייב :וואס מיינט ברכת עולם הזה?
טאטע :יעקב און עשו האבן זיך דאך צוטיילט ,עשו האט גענומען דעם עולם הזה און יעקב דעם עולם הבא ,און יצחק האט טאקע געוואלט בענטשן עשו מיט
עולם הזה ,און יעקב מיט עולם הבא ,ווייל וויבאלד אז ער האט געהאלטן אז באהאלטענערהייט איז עשו א גרויסע צדיק ,און דאס וואס ער דרייט זיך אין פעלד
צו פאנגען חיות ,איז דאס ווייל ער באהאלט זיינע מדריגות כאילו ער איז א פשוט'ער מענטש ,איז דאך עשו דער ריכטיגער ערליכער קינד וואס ברויך באקומען
דעם עולם הזה כדאי צו קענען דינען השי"ת מיט אלע ברכות.
אבער יעקב וואס האט יא געוואוסט דעם אמת אז די ברכות העולם הזה טאר נישט אנקומען צו עשו נאר צו די עכטע ערליכע אידן ,איז געגאנגען און צוגעכאפט
די עכטע ברכה פון עולם הזה ,כדי עס זאל גיין גוט פאר אידן אויף די וועלט ,און דערפאר האט דאס דוקא געדארפט זיין אויף דעם אופן.
און אין די רגע נאכן געבן די ברכות האט שוין יצחק געמעגט וויסן ווער עס איז באמת דער צדיק ,ווייל ווען עשו איז אריינגעקומען האט ער געשפירט א גערוך
פון גיהנם ,האט ער געזעהן פונקטליך ווער עשו איז ,און דעמאלטס איז ער אינגאנצן דערציטערט געווארן" ,ויחרד יצחק חרדה גדולה" ,ווייל ער האט אנגעהויבן
צו איבערטראכטן ,ווער ווייסט פון וועמענ'ס שחיטה האט ער געגעסן די גאנצע צייט ביז יעצט!? אבער נאכדעם האט ער זיך בארוהיגט ,ווייל מיט רוח הקודש
האט מען אים מגלה געווען פון הימל אז טאקע די אלע עסן וואס ער האט ביז יעצט געגעסן איז פון יעקב ,יעקב אבינו איז געווען אייביג דער שוחט ,און אלע
מדריגות וואס ער האט געזען אין די פלייש ביז יעצט איז טאקע דער צדיק יעקב ,און אז ער איז דער ערליכער שוחט ,נו ,קומט זיך אים טאקע ענדערש די ברכות,
און נישט פאר עשו!
יואל'יש :אה ,יעצט שטימט דאך שוין די גאנצע המשך המעשה זייער שיין.
טאטע :דער רבי פארענטפערט מיט דעם די ווערטער פונעם מדרש אויפן פסוק "בא אחיך במרמה ויקח ברכתך" ,זאגט דער מדרש פשט" ,במרמה" מיינט
"בחכמת תורתו" .לכאורה איז שווער ווי קומט אריין דא חכמת התורה?
נאר באמת קומט זיך דאך פאר יעקב סיי א ברכה אויף עולם הזה און סיי אויף עולם הבא ,ווייל איינער וואס איז זיך מוסר נפש פאר די תורה קומט זיך ביידע
וועלטן ,אבער יעקב אבינו האט באהאלטן פון יצחק זיינע גרויסע השגות אין די תורה ,וואס מען מעג אזוי טון להלכה ,ווי עס ווערט ווערט גע'פסק'ענט אין
מסכת בבא מציעא אז א תלמיד חכם מעג משנה זיין זיינע רייד און נישט ענטפערן אויב מען קען א מסכתא.
קומט אויס אז יצחק האט געמיינט אויף עשו אז ער איז א גרויסע צדיק דורך די עסן ,ווי פריער געשמועסט ,און אויף יעקב האט ער געמיינט אז ער האט נישט
די גרויסע השגות אין די תורה .קומט אויס אז ביידע האבן געמאכט א פאפעריי ,דער חילוק איז נאר געווען ,אז דאס וואס יעקב האט אויסגעפאפט איז געווען
ברשות התורה און אויסגעהאלטן עפ"י הלכה!
דאס האט יצחק געזאגט פאר עשו" ,בא אחיך במרמה בחכמת תורתו" ,זיין פאפעריי איז דאך אויסגעהאלטן על פי תורה ,אבער דיין פאפעריי נישט ,און יעצט
אז איך ווייס שוין ווער דו ביזט און ווער ער איז" ,ברוך יהי'" קומט אים ביידע ברכות סיי עולם הזה און סיי עולם הבא.
זלמן לייב ,די האסט שוין אפגעמאכט וואס די גייסט בעטן פאר אפיקומן דאס יאר ביים סדר אי"ה?
זלמן לייב :איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין דער אפיקומן דא אינמיטן א כסלו שבת?
טאטע :אדרבה ,איך בין נייגעריג צו איינער קען אים אויסקלארן?
ליפא :איך שטעל מיר פאר אז די רעדסט וועגן דעם וואס עס שטייט אין מדרש אז די ברכות יעקב איז פארגעקומען פסח ביינאכט?!
טאטע :ריכטיג ,אבער הער צו וואס דער רבי האט געזאגט פסח ביינאכט ביים סדר אין יאר תשי"ד איבער דעם אפיקומן וואס האט מיט די ברכות יעקב:
אויף דעם מדרש וואס אונז האבן פריער גערעדט "בא אחיך במרמה ויקח ברכתיך ,במרמה ,בחכמת תורתו" ,לייגט דער מדרש צו נאך ווערטער" ,הוציא
אפיקומן והראה לו" ,יעקב אבינו האט ארויסגענומען דעם אפיקומן און עס אים געוויזן! עס זענען דא ספרים וואס זאגן זייער א גראדע פשט דערויף ,אז עשו
האט געטענה'ט צו יצחק ,אמת אז די האסט שוין געגעסן פון די עסן פון יעקב ,אבער קענסט דאך עסן פון מיינס אויך ,האט אים יעקב אבינו געוויזן דאס
אפיקומן ,און "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן" ,מען טאר שוין גארנישט עסן נאכן אפיקומן!
זאגט דער רבי ,אז פון דא איז דא א רמז אויף דעם מנהג ישראל וואס די קליינע קינדער כאפן צו דעם אפיקומן ווען מען זעהט נישט ,און דערנאך בעטן זיי עפעס
א מתנה דאס צו אויסלייזן ,ווייל עס שטייט אין ספר אמרי נועם (יום א' דפסח ד"ה והנה יעקב) אז דאס ווארט "במרמה" איז בגימטריא "אפיקומן" ,חושבנא
דדין כחושבנא דדין! דאס אויספאפן עשו איז געשעהן דורכ'ן אפיקומן! אבער באמת – לייגט דער רבי צו – איז אויך דער ווארט "פזר" נתן לאביונים (תהלים
קי"ב ,ט') בגימטריא דאס זעלבע! במילא דער אפיקומן גייט צוזאמען מיט במרמה ,מען כאפט עס אוועק ,און אויך צוזאמען מיט פזר ,מען מוז עפעס טיילן
לכבוד דעם!
יואל'יש :מיין רבי אין חדר האט די וואך שטארק ארומגערעדט איבער די מצוה פון כיבוד אב ,ווייל די גאנצע זכות וואס עשו האט איז נאר זיין מצות כיבוד אב!
ער האט אבער נאכגעזאגט אן אינטערעסאנטע שטיקל חתם סופר בשם זיין רבי ר' נתן אדלער זצ"ל ,אז ווען יעקב האט גערעדט מיט יצחק איז דאס געווען מיט
א לשון פער-דו ,אזויווי אידישע קינדער האבן אייביג גערעדט מיט די עלטערן ,אז אפילו פאר אנדערע עלטערע איד פאסט זיך צו זאגן "איר" בלשון רבים ,אבער
פאר א טאטע זאגט מען יא "דו" ,ווי עס שטייט אין פסוק "קום נא" ,שטיי אויף ,אבער עשו האט גערעדט מיט א באהאלטענע לשון "יקום אבי" ,דער טאטע
זאל אויפשטיין ,אזויווי די גוים רעדן ,וואס אויבנאויף קוקט דאס אויס כאילו מיט מער דרך ארץ ,אבער באמת ווען מען רעדט דירעקט ווייזט דאס אויף נאנטקייט
און שייכות ,ווייל מיר זעען דאך אז אידישע קינדער רעדן אזוי צום אויבערשטן" ,ברוך אתה ה'" ,ווייל מיר זענען באהאפטן צום אויבערשטן ,אבער עשו האט
געזאגט "יקום אבי" ווייל באמת האט ער נישט געהאט קיין שייכות מיט אים.
זלמן לייב :מיין מנהל האט די וואך ביי די פתיחה דרשה אויך גערעדט פון מכבד זיין א טאטע זייער שטארק ,ער האט ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס מען
פירט זיך גוט אויף אין חדר ,דאס אליינס איז די גרעסטע כיבוד אב וואס עס איז נאר דא ,ווייל דער טאטע האט הנאה צו הערן אז מען פירט זיך אויף גוט אין
חדר.
טאטע :יא ,זיידי האט מיר טאקע געבעטן אז יעצט אין די לאנגע ווינטער שבתים צו איך קען צוריק אויפפרישן מיט אים דעם שיעור אין אוחה"ק נאך די סעודה,
לאמיר זיך אביסל אונטער-יאגן ,אנצוקומען באצייטנ'ס.
ליפא :ווער גייט בענטשן די וואך?
טאטע :איך מיין אז יואל'יש וועט בענטשן ,ווייל ער האט דאך אזוי שיין נאכגעזאגט א תורה פונעם חתם סופר איבערן ענין פון כיבוד אב ואם ,ווי נאנט אידן
האלטן זיך צו די עלטערן ,ליפא ,עס איז ממש "בא אחיך במרמה בחכמת תורתו ויקח ברכתך" ,ער האט זיך גענומען דאס בענטשן...
יואל'יש :אדרבה ,איך פארגין עס אים ,טוב עין הוא יברך!
ליפא :דאס שטימט ווייטער זייער גוט מיטן סדר נאכט ,ווי די האסט שוין פריער געזאגט אז די ברכות האט מען אויסגעכאפט ביים סדר נאכט ,ווייל ביים סדר
שטייט אויך אז דער בעה"ב בענטשט אויפן כוס אלץ "טוב עין הוא יברך" ,און ער האט דאך אויסגערופן "כל דכפין ייתי וייכול"!
טאטע :דערמאנסט מיר א ווערטל איבערן ענין פון כיבוד אב ואם ,אז פינף ברידער זענען געזיצן ביים טיש אין דער פאטער האט איינגעדרימעלט אין מען האט
שוין געוואלט ברענגען מים אחרונים צום בענטשן ,אין זיי האבן צווישן זיך באשלאסן צו פארקויפן די מצוה פון כיבוד אב צו ברענגען וואסער צום בענטשן! נאך
צען מינוט האט עס דער רייכסטער ברודער אפגעקויפט ,אין ער האט מכבד געווען דערמיט דעם טאטן...
נו יואל'יש ,ברענג אריין וואסער צום בענטשן ,צוזאמען מיטן כוס...
פאר הערות אדער צו באקומען וועכנטליך דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו:
Thesatmartish@gmail.com
