gilyoines.com

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive

שבוע: ויצא (2026-11-16)

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — ויצא (2026-11-16)

פתח את ה-PDF הורדה

הטקסט של גיליון זה

‫קונטרס‬ ‫אמרי מנחם‬ ‫דברי תורה וסיפורי קודש‬ ‫מאת כבוד קדושת מרן‬ ‫רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע‬ ‫אדמו"ר משינאווא‬ ‫ויצא‬ ‫גליון קס"ז ‪ -‬שנה ד' ‪ -‬שנת תשפ"ז לפ"ק‬ ‫· אידיש ·‬ ‫יו"ל ע"י‬ ‫כל הזכויות שמורות‬ ‫בס"ד‬ ‫להערות והארות‪:‬‬ ‫‪845.459.5954‬‬ ‫‪zy‬‬ ‫לקבלת הקונטרס מדי שבוע‪:‬‬ ‫‪mechonshinova@gmail.com‬‬ ‫צו הערן די‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫מודעה חשובה‬ ‫מי שרוצה ליקח חלק‬ ‫בההוצאות הגליונות‬ ‫לרגל שמחה משפחתית‪ ,‬יארצייט‪ ,‬וכדו'‬ ‫נא לפנות אל המכון‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫וַ ַ ּי ֲחלֹם וְ ִה ֵּנה סֻ ָּלם ֻמ ָ ּצב ַא ְרצָ ה וְ ר ׁ‬ ‫ֹאש ֹו ַמ ִּג ַיע ַה ּׁ ָש ָמיְ ָמה‬ ‫וְ ִה ֵּנה ַמלְ ֲא ֵכי ֱאל ִֹקים עֹלִ ים וְ י ְֹר ִדים ּבוֹ‪.‬‬ ‫א) לכאורה‪ ,‬דער תכלית פונעם חלום איז געווען די הבטחה וואס‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ֲאנִ י וגו'‬‫צב ָע ָליו וַ ּי ַ‬ ‫שטייט אין די קומענדיגע פסוקים "וְ ִה ֵ ּנה ה' נִ ָ ּ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫יה ְל ָך ֶא ּ ְתנֶ ָ ּנה ּו ְלזַ ְר ֶע ָך וגו' ִּכי לא ֶא ֱעזָ ְבך ַעד‬ ‫ָ‬ ‫ָה ָא ֶרץ ֲא ֶשר ַא ּ ָתה ש ֵכב ָע ֶל ָ‬ ‫ׁ‬ ‫ׂ‬ ‫ׁ‬ ‫יתי ֵאת ֲא ֶשר ִ ּד ַ ּב ְר ּ ִתי ָל ְך"‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס האט אויסגעפעלט‬ ‫ֲא ֶשר ִאם ָע ִש ִ‬ ‫די הקדמה פונעם 'סולם' וואס מען האט אים דא געוויזן?‬ ‫ב) רש"י זאגט‪" :‬מלאכים שליווהו בארץ אין יוצאים חוצה לארץ‬ ‫ועלו לרקיע‪ ,‬וירדו מלאכי חוצה לארץ ללוותו" – מען האט אים‬ ‫געוויזן ווי די מלאכים פון ארץ ישראל גייען ארויף‪ ,‬און עס קומען‬ ‫אראפ מלאכים פון חוץ לארץ‪ .‬לכאורה‪ ,‬עס טוט זיך דאך כסדר אפ‬ ‫רוחניות'דיגע זאכן‪ ,‬וואס דער מענטש האט נישט קיין רשות דאס צו‬ ‫זען און מיטהאלטן‪ ,‬נו‪ ,‬וואס האט מען דא געוואלט ווייזן פאר יעקב‬ ‫אבינו מיט די מלאכים וואס גייען ארויף און אראפ?‬ ‫ֹ‬ ‫ג) "וְ ָהיָ ה זַ ְר ֲע ָך ַּכ ֲע ַפר ָה ָא ֶרץ ּו ָפ ַר ְצ ּ ָת יָ ָּמה וָ ֵק ְד ָמה וְ ָצפנָ ה וָ נֶ ְג ָ ּבה" – דיינע‬ ‫קינדער וועלן זיין אזוי פיל ווי די זאמד פון דער ערד‪ ,‬און דו וועסט‬ ‫זיך שטארקן אויף אלע פיר זייטן‪ .‬דער מזרחי ברענגט פון רד"קא‪ ,‬אז‬ ‫'ופרצת' מיינט 'דורכברעכן' די גדרים‪ ,‬אז אידן וועלן זיין אזוי פיל‪ ,‬אז‬ ‫מען וועט נישט קענען שטעלן א 'גדר' ביז וואו זיי וואוינען‪ ,‬נאר זיי‬ ‫וועלן ארויסגיין פון אלע גדרים‪ .‬לכאורה‪ ,‬אויב זענען זיי שוין אזוי‬ ‫פיל ווי די 'עפר הארץ' וועלכע מען קען נישט ציילן‪ ,‬נו‪ ,‬האט מען‬ ‫דאך שוין געזאגט דאס מערסטע וואס מען קען זאגן‪ ,‬און וואס איז די‬ ‫הוספה פונעם 'ופרצת'?‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ד) "וְ נִ ְב ְרכ ּו ְב ָך ָּכל ִמ ְש ּ ְפחת ָה ֲא ָד ָמה ּו ְבזַ ְר ֶע ָך" – אלע גוים וועלן זיך‬ ‫וואונטשן צו זיין ווי דיר און דיינע קינדער‪ .‬לכאורה איז דאך די ברכה‬ ‫ג‬ ‫א נצחיות פאר אלע דורות‪ ,‬נו‪ ,‬וואו זעט מען היינט צוטאג אז דער גוי‬ ‫זאל זיך וואונטשן צו זיין ווי אידן?‬ ‫וז"ל‪" :‬הרד"ק פירש‪ ,‬כלם מענין הריסה ונתיצה‪ ,‬כי פירוש "וכן יפרוץ"‪" ,‬ומקנהו‬ ‫א‬ ‫פרץ בארץ"‪" ,‬ויפרוץ האיש מאד" הוא כאלו מרבויים יפרצו הגדרים‪ ,‬שלא יכילם‬ ‫מקום נגדר"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫"הן ָעם ְל ָב ָדד יִ ְש ּכן‬ ‫ה) ביי די ברכות פון בלעם שטייט (במדבר כג‪ ,‬ט)‪ֶ :‬‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ּו ַב ּגויִ ם לא יִ ְת ַח ּ ָשב ִמי ָמנָ ה ֲע ַפר יַ ֲעקב" – די אידן רוען אליין און האבן‬ ‫נישט קיין שייכות מיט די גוים‪ ,‬ווער קען ציילן די אידישע קינדער‪.‬‬ ‫לכאורה‪ ,‬וואס איז דער שייכות צווישן די צוויי ענינים פון 'זיין‬ ‫אפגעטיילט פונעם גוי' מיטן 'צאל פון אידן'?‬ ‫ו) די גמרא זאגט (שבת קיח‪" :).‬כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי‬ ‫ְמ ָצ ִרים וכו' כיעקב שכתוב בו ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה" – דער‬ ‫וועלכער איז מענג דעם שבת‪ ,‬גיבט מען אים א שכר ָאן קיין גרעניצן‬ ‫און ענדע‪ ,‬אזויווי עס שטייט דא ביי אונז אויף יעקב אבינו‪ ,‬אז דער‬ ‫ֹ‬ ‫אייבערשטער האט אים צוגעזאגט ' ּו ָפ ַר ְצ ּ ָת יָ ָּמה וָ ֵק ְד ָמה וְ ָצפנָ ה וָ נֶ ְג ָ ּבה'‪.‬‬ ‫דארף מען פארשטיין‪ ,‬וואס איז די 'מדה כנגד מדה'?‬ ‫ז) די גמרא זאגט (שבת קיט‪" :).‬אמר לו קיסר לרבי יהושע בן חנניא‬ ‫מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף" – דער גוי'אישער קיסר האט‬ ‫געפרעגט פון רבי יהושע‪ ,‬פארוואס שמעקט אזוי גוט די שבת'דיגע‬ ‫מאכלים? "אמר לו תבלין אחד יש לנו ושבת שמו שאנו מטילין לתוכו‬ ‫וריחו נודף" – האט רבי יהושע געענטפערט‪ ,‬מיר האבן א געווירץ‬ ‫וואס הייסט 'שבת'‪ ,‬וואס דאס מאכט עס אזוי גוט שמעקן‪" .‬אמר‬ ‫לו תן לנו הימנו" – האט דער קיסר אים געבעטן‪ ,‬אז ער זאל אים‬ ‫געבן אביסל פון דעם תבלין‪" ,‬אמר לו כל המשמר את השבת מועיל‬ ‫לו ושאינו משמר את השבת אינו מועיל לו" – האט רבי יהושע אים‬ ‫געענטפערט‪ ,‬אז דאס העלפט נישט פאר אזעלכע וועלכע היטן נישט‬ ‫קיין שבת‪ .‬בפשטות איז דער 'ריחו נודף' א רוחניות'דיגע זאך – ווי‬ ‫מען זעט פון זיין תשובה‪ ,‬אז עס איז נישטא ביי אזא איינעם וואס‬ ‫ער היט נישט קיין שבת – נו‪ ,‬וויאזוי האט דער קיסר געקענט בכלל‬ ‫שפירן דעם ספעציעלן ריח פון די מאכלי שבת? אויך דארף מען‬ ‫פארשטיין די בקשה פון 'תן לנו הימנו'‪ ,‬דא רעדט מען דאך נישט‬ ‫פון א דארפישער פויער‪ ,‬מען רעדט דאך פון א 'קיסר' וועלכער האט‬ ‫ד‬ ‫אודאי געוואוסט אז 'שבת' מיינט א 'יום מנוחה'‪ ,‬וואס דאס איז נישט‬ ‫'תופס מקום'‪ ,‬נו וואס איז דער פשט אז ער האט געבעטן מען זאל‬ ‫אים אהינגעבן דעם 'שבת'?‬ ‫ׁ‬ ‫משה‬‫"ק ָרא ְל ֶ‬ ‫ח) ביי די שבת'דיגע זמירות זאגט מען (בזמר תנו שבח)‪ָ :‬‬ ‫ֹ‬ ‫ַמ ּ ָתנָ ה ְ ּב ֵבית ְ ּגנָ זַ י ִהיא ְטמ ּונָ ה‪ְ .‬ל ָך יָ ֲא ָתה וְ ַקח או ָת ּה ּ ְתנָ ּה ַל ֲע ַדת ִמי‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫ָמנָ ה" – דער אייבערשטער האט געגעבן דעם שבת פארן כלל ישראל‬ ‫וועלכע איז 'עדת מי מנה'‪ ,‬מען קען זיי נישט ציילן‪ .‬לכאורה‪ ,‬פארוואס‬ ‫פונקט דא רופט ער ָאן דעם כלל ישראל מיט דעם לשון?‬ ‫יעדע השגה און מדרגה – איז געאייגנט בלויז פאר דער וואס איז ראוי דערצו‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬אין עבודת ה' איז פארהאן פארשידענע‬ ‫הויכע מדרגות און בחינות‪ ,‬וואס נישט יעדער פשוט'ער איד קען‬ ‫זוכה זיין דערצו‪ ,‬נאר בלויז דער וועלכער האט זיך אויסגעארבעט‬ ‫און מזכך געווען זיין חומריות‪ .‬למשל‪ ,‬די מדרגה פון 'נבואה' און 'רוח‬ ‫הקודש' – האט זייער אסאך תנאים‪ ,‬וואס דער מענטש דארף זיין א‬ ‫'בר הכי' כדי עס זאל קענען שורה זיין אויף אים אזא גרויסע קדושה;‬ ‫ווי די גמרא רעכנט אויס (שבת צב‪ .).‬און אזוי איז מיט יעדן רוחניות'דיגן‬ ‫אור פון א מצוה אדער פון א זמן קדוש‪ ,‬וואס דער פשוט'ער מענטש‬ ‫וועלכער ליגט אין גשמיות – קען דאס נישט שפירן‪ ,‬וויבאלד ער האט‬ ‫נישט קיין 'זיכוך הגוף'‪ ,‬און דער גשמיות איז א שטער און א 'מסך‬ ‫המבדיל' פון דאס צו קענען זען און שפירן‪.‬‬ ‫די הרגשה פון 'קדושת שבת' איז געאייגנט אפילו פארן פשוט'סטן איד‬ ‫אבער ווען עס קומט צו 'קדושת שבת' – איז אנדערש ווי איבעראל‪,‬‬ ‫ווייל אפילו דער פשוט'סטער איד וועלכער ליגט אין גשמיות א גאנצע‬ ‫וואך – אבער ווי נאר עס קומט שבת‪ ,‬שפירט ער אויך אן 'התעלות'‬ ‫און א 'קדושה'! מען דארף נישט זיין קיין שום בעל מדרגה דאס צו‬ ‫שפירן‪ ,‬מען דארף בלויז זיין א איד א שומר שבת – שפירט מען ממש‬ ‫בחוש א 'טעם שבת' און א 'קדושת שבת'; ווי דער ספר החיים פון רבי‬ ‫בצלאל – דער ברודער פון מהר"ל מפראג זאגט (חלק פרנסה וכלכלהב)‪,‬‬ ‫וז"ל‪" :‬לפי שלב האדם מפקפק מאד בתורה ומצוות‪ ,‬אם הם אלוקיים‪ .‬לפי שכל‬ ‫ב‬ ‫אמונה שבאה לאדם מזולתו‪ ,‬היא מביאתו לידי ספק‪ ,‬אם לא עמד הוא בעצמו‬ ‫ה‬ ‫עליה‪ ,‬כאשר עמדו על הבירור אבותינו הקדושים שעמדו רגליהם על הר סיני‪,‬‬ ‫שכולם עלו למדרגת הנבואה ושמעו קול אלקים חיים מדבר‪ .‬ומאהבת השם‬ ‫יתברך את עמו ישראל וכדי להסיר מלבם כל ספק‪ ,‬נתן להם את שבת קדשו‪,‬‬ ‫שהיא אות ברית בינו ובינינו‪ ,‬ובמנוחתנו לא ישכנו ערלים‪ ,‬במה שירגיש כל איש‬ ‫ישראל בעצמו שפע אלקי ואור פניו כי רציתו‪ ,‬ושמחה יתירה שנופל עליו בלי‬ ‫מתכוין‪ ,‬מיד בהכנסת השבת וליל של שבת כולה אור ועוז וחדוה במקומנו‪.‬‬ ‫בלתי ספק‪ ,‬שאין זה רק ניצוץ האור והשמחה המבהיק ממקום שהנבואה‬ ‫יוצאת משם‪ .‬שאף על פי שאין לנו לא נביא ולא חוזה ואנחנו על אדמה‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫אז פון אלע ראיות אויף דער אמונה הקדושה – איז דער גרעסטער‬ ‫ראיה דערויף‪ ,‬דער שבת קודש! ווייל יעדער איד‪ ,‬אפילו דער 'פחות‬ ‫שבפחותים'‪ ,‬ווי נאר עס פאלט צו דער פרייטאג צונאכט פון שבת‬ ‫קודש – שפירט ער א ליכטיגקייט און א פרייליכקייט‪ ,‬די נשמה איז‬ ‫אים דערהויבן און הייליג‪ ,‬וואס דאס האט נישט קיין שום טבע'דיגן‬ ‫הסבר‪ ,‬נאר דאס איז א קלארע צייכן און ראיה אויף די אמונה‪ ,‬וואס‬ ‫מען קען דאס נישט פארלייקענען‪ ,‬ווייל מען שפירט דאס ממש‬ ‫בחוש‪ .‬לכאורה דארף מען פארשטיין‪ ,‬פארוואס איז טאקע דער שבת‬ ‫אנדערש פון אלע אנדערע קדושות – וואס נאר דער וואס איז ראוי‬ ‫דערצו – קען שפירן דעם אור און קדושת שבת?‬ ‫אלע הארות קומען פון 'מתן תורה'‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין דער הסבר‪ ,‬ווייל אלע קדושות וואס זענען‬ ‫פארהאן; ווי 'קדושת ימים טובים'‪ ,‬אדער 'קדושת המצוות'‪ ,‬וכדומה‬ ‫– איז אלעס געבויעט אויף 'קבלת התורה'‪ ,‬וואס אין די תורה שטייט‬ ‫דאך די אלע ימים טובים און מצוות‪ ,‬ממילא האט זיך אנגעהויבן די‬ ‫אלע בחינות און הארות – בלויז פון מתן תורה‪ .‬און דערפאר‪ ,‬טאמער‬ ‫א איד ליגט נעבעך אין גשמיות און איז ווייט פון 'דביקות בתורה' –‬ ‫קען ער נישט שפירן די הארה און קדושה פון דער מצוה‪ ,‬וויבאלד ער‬ ‫איז דערווייטערט פונעם רוחניות פון תורה‪.‬‬ ‫'קדושת שבת' קומט פון 'ששת ימי בראשית' און עס ליגט אינעם 'גשמיות הבריאה'‬ ‫אבער דער קדושת שבת האט זיך נישט אנגעהויבן פון 'קבלת‬ ‫התורה'‪ ,‬נאר באלד פונעם ערשטן שבת אין דער בריאה! ווי דער‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫פסוק זאגט אין פרשת בראשית (ב‪ ,‬א)‪" :‬וַ יְ ַכל ֱאל ִקים ַ ּב ּיום ַה ּ ְש ִב ִ‬ ‫יעי וגו'‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫יעי וַ יְ ַק ֵ ּדש אתו"‬ ‫יעי וגו' וַ יְ ָב ֶר ְך ֱאל ִקים ֶאת יום ַה ּ ְש ִב ִ‬ ‫וַ ִ ּי ְש ּבת ַ ּב ּיום ַה ּ ְש ִב ִ‬ ‫– דער אייבערשטער האט געבענטשט און געהייליגט דעם זיבעטן‬ ‫טאג‪ ,‬מצד די בריאה – נישט מצד די תורה! דאס הייסט‪' ,‬קדושת‬ ‫שבת' איז נישט בלויז א רוחניות'דיגע מדרגה און הארה – אזויווי‬ ‫ו‬ ‫אלע אנדערע הארות‪ ,‬נאר דאס איז אריינגעלייגט אינעם גשמיות!‬ ‫טמאה‪ ,‬עם כל זאת לא עזב ממנו חסדו ואמתו‪ ,‬להשפיע עלינו אור אלקי‪,‬‬ ‫מידי שבת בשבתו‪ .‬ובפרט אנחנו עייפי הגלות המר הזה‪ ,‬אנו מוצאים מרגוע‬ ‫לנפשינו ביום הקדוש הזה‪ .‬ובזה נתברר לנו בירור גמור שאין אחריו ספק כי‬ ‫תורתנו תורת אמת"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫פונקט ווי די אלע נבראים וואס דער אייבערשטער האט באשאפן‬ ‫אין די זעקס טעג פון דער וואך – זענען ממש א חלק פונעם גשמיות‬ ‫הבריאה – אזוי אויך די בריאה וואס הייסט 'שבת קודש' איז ממש א‬ ‫חלק פון דער בריאה הגשמית!‬ ‫צו שפירן א טעם אין א מאכל ‪ -‬מוז מען האבן א מענטשליכן 'חוש הטעם'‬ ‫נאר וואס'זשע דען? וואס איז געשען ביי 'מתן תורה' – ווען דער‬ ‫אייבערשטער האט זיי באפוילן צו היטן שבת און זיי זענען געווארן‬ ‫'שומרי שבת' – מער ווי פריער? נאר דער פשט איז‪ ,‬אז כאטש דער‬ ‫'טעם שבת' ליגט אינעם גשמיות ממש‪ ,‬דאך דארף מען האבן דעם‬ ‫'חוש הטעם' דאס צו קענען שפירן! אזויווי בדרך משל‪ :‬א מאכל וואס‬ ‫האט בטבע א גוטן טעם בגשמיות‪ ,‬טאמער וועט דאס דער שלאנג‬ ‫עסן – וועט ער גארנישט שפירן אנדערש ווי זאמד‪ ,‬און נישט ווייל עס‬ ‫פעלט עפעס אינעם 'טעם' פונעם מאכל‪ ,‬נאר ווייל עס פעלט אינעם‬ ‫'חוש הטעם' פונעם שלאנג! ער שפירט איבעראל א 'טעם עפר'!‪.‬‬ ‫צו שפירן א זיסקייט אין שבת – מוז מען האבן א אידישן 'חוש הטעם'‬ ‫די זעלבע זאך איז לגבי די קדושה און הארה פון שבת‪ ,‬אז כאטש וואס‬ ‫דער אייבערשטער האט שוין ביי די 'שבעת ימי בראשית' באשאפן‬ ‫דעם שבת און עס אריינגעלייגט ממש אין דער גשמיות'דיגער בריאה‬ ‫– האט אבער דער אייבערשטער דאס באהאלטן 'בבית גנזי' אז‬ ‫קיינער זאל דאס נישט קענען שפירן! ער האט פאר קיינעם נישט‬ ‫געגעבן דעם 'חוש הטעם' דאס צו קענען שפירן! און דערפאר קען‬ ‫טאקע זיין אז ביז 'מתן תורה'‪ ,‬האבן אידן גארנישט געשפירט קיין‬ ‫הארה און קדושה אינעם שבת‪ ,‬וויבאלד דאס איז געווען 'בבית גנזיו'‬ ‫פונעם אייבערשטן‪ ,‬און זיי האבן נישט געהאט קיין רשות דאס צו‬ ‫זען און שפירן‪ .‬און ערשט נאך 'מתן תורה' ווען דער אייבערשטער‬ ‫האט מצווה געווען אויף 'שמירת שבת'‪ ,‬וואס דאס מיינט אז ער‬ ‫ז‬ ‫האט אריינגענומען אידן אין זיין פריוואטן 'יום מנוחה' – דעמאלט‬ ‫האט ער אויפגעעפנט פאר אידישע קינדער דעם 'חוש הטעם'‪ ,‬און‬ ‫ממילא שפירן זיי דעם קדושת שבת אפילו בגשמיות ממש! ווייל‬ ‫דאס איז דאך נישט בלויז א רוחניות'דיגער אור פון א מצוה‪ ,‬נאר‬ ‫דאס איז א טעם וואס ליגט ממש אינעם גשמיות'דיגן בריאה‪ ,‬און ווי‬ ‫נאר מען האט דעם ריכטיגן 'חוש הטעם' – קען מען דאס שפירן! און‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫דערפאר‪ ,‬אפילו א איד וועלכער איז נישט דער 'איש מורם מעם'‪,‬‬ ‫נאר פארקערט‪ ,‬ער ליגט נעבעך אין גשמיות – פונדעסטוועגן‪ ,‬ווי נאר‬ ‫עס קומט שבת איז ער מרגיש דעם טעם און הארה פון שבת‪ ,‬לפי‬ ‫בחינתו‪.‬‬ ‫דער גוי קען נישט עומד זיין אויפן 'גשמיות'דיגן' טעם שבת ווייל ער האט נישט דעם 'חוש‬ ‫הטעם'‬ ‫מיט דעם קען מען פארשטיין די גמרא‪" :‬אמר לו קיסר לרבי יהושע‬ ‫בן חנניא מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף‪ ,‬אמר לו תבלין אחד‬ ‫יש לנו ושבת שמו שאנו מטילין לתוכו וריחו נודף" – וויבאלד דער‬ ‫גוי'אישער קיסר איז געזעסן אין א אידישע שטוב און געשמעקט די‬ ‫מאכלים וואס רבי יהושע האט אנגעגרייט לכבוד שבת – האט אפילו‬ ‫דער גוי געקענט שמעקן אז דאס האט א באזונדערן ריח‪ ,‬ווייל דער‬ ‫'טעם שבת' איז אריינגעלייגט אין דער בריאה הגשמית‪ ,‬אזוי ווייט אז‬ ‫מען שפירט דאס ממש אין די גשמיות'דיגע מאכלי שבת! האט דער‬ ‫קיסר זיך געוואונדערט‪" :‬תן לנו הימנו" – אויב איז שבת דא א הארה‬ ‫וואס ליגט ממש אינעם גשמיות הבריאה‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס ווען איך זיץ‬ ‫ביי מיר אינדערהיים – שפיר איך נישט קיין שום חילוק? עס איז דאך‬ ‫א מציאות אין דער בריאה וואס יעדער מענטש וואלט געדארפט צו‬ ‫שפירן? אויף דעם האט אים רבי יהושע געענטפערט‪" :‬כל המשמר‬ ‫את השבת מועיל לו ושאינו משמר את השבת אינו מועיל לו" – דו‬ ‫ביסט גערעכט אז דער 'טעם שבת' ליגט ממש בגשמיות אין דער‬ ‫בריאה‪ ,‬אבער מען מוז האבן א ריכטיגן 'חוש הטעם' דאס צו קענען‬ ‫שפירן! און בלויז דער איד וואס ער איז א 'שומר שבת' – פארמאגט‬ ‫דעם 'חוש הטעם' דאס צו קענען שפירן‪ ,‬און דו האסט עס טאקע‬ ‫געקענט שמעקן – וויבאלד דו ביסט געווען ביים איד אינדערהיים‪,‬‬ ‫אבער ביי דיר אין פאלאץ וועסטו נישט קענען זען קיין שום חילוק‬ ‫צווישן די מאכלי שבת ביז די מאכלים פון א גאנצע וואך‪ ,‬ווייל דו‬ ‫ביסט דאך נישט קיין שומר שבת‪ ,‬ממילא‪ ,‬האסטו נישט דעם 'חוש‬ ‫ח‬ ‫הטעם' דערצו‪.‬‬ ‫'מ ָצ ִרים' – נאר האט שייכות צו יעדן איד‬ ‫דער רוחניות'דיגער 'עונג שבת' איז נישט געבונדן צו ְ‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז קדושת שבת איז א בחינה פון 'בלי ְמ ָצ ִרים'‪ ,‬ווייל עס‬ ‫איז דאך נישט באגרעניצט צו די תנאים וואס אלע אנדערע קדושות‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫און בחינות זענען באגרעניצט‪ ,‬אז מען דארף זיין א גרויסער מענטש‬ ‫דערצו‪ ,‬וכדומה‪ ,‬ווייל דער הארה פון שבת ליגט אינעם גשמיות'דיגן‬ ‫בריאה‪ .‬און וויאזוי א איד זעט נאר אויס‪ ,‬אפילו אויב ער איז א 'פחות‬ ‫שבפחותים' – טאמער איז ער א שומר שבת – שפירט ער אום שבת‬ ‫עפעס א דערהויבנקייט‪ .‬און אפילו דער גשמיות'דיגער טעם פון די‬ ‫מאכלי שבת‪ ,‬וואס דער איד עסט און טרינקט לכבוד שבת‪ ,‬שפירט‬ ‫ער דארט אינעם גשמיות'דיגן עסן – א מין רוחניות'דיגן 'טעם שבת'‬ ‫וואס ער שפירט נישט א גאנצע וואך! און דאס גייט ָאן אפילו ביי די‬ ‫גאר נידריגע; ווי די ספריםג ברענגען א מעשה‪ ,‬אז איינער וועלכער‬ ‫איז געווען גאר גאר נידריג‪ ,‬אז ער האט זיך שוין געהאלטן ביים גיין‬ ‫שמד'ען רח"ל‪ ,‬האט אים דער חבר געזאגט‪" :‬אבער אז דו וועסט זיך‬ ‫שמד'ן וועסטו נישט שפירן דעם גוטן טעם פון די מאכלי שבת וואס‬ ‫דו האסט געהאט אלס איד!"‪ ,‬און דאס האט אים באוואויגן זיך נישט‬ ‫צו שמד'ן‪ .‬זעט מען ווי ווייט דאס גייט‪ ,‬אז אפילו אזא איד וואס ער‬ ‫האלט דאך שוין רח"ל ביים ערגסטן – דאך שפירט ער א קדושת‬ ‫שבת‪ ,‬בפרט אין די מאכלי שבת‪ .‬ממילא איז דאס 'בלי ְמ ָצ ִרים'‪ ,‬אז עס‬ ‫שטעלט זיך נישט אפ פון קיין שום הגבלה‪ ,‬נאר עס גייט אראפ ביז‬ ‫צום נידריגסטן איד‪ .‬און מיט דעם קען מען פארשטיין די גמרא‪" :‬כל‬ ‫המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי ְמ ָצ ִרים וכו' כיעקב שכתוב בו‬ ‫ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה" – בשעת ווען א איד איז 'מענג' דעם‬ ‫שבת מיט גשמיות'דיגע מאכלים – שפירט ער דארט דעם באזונדערן‬ ‫עי' בספר בניהו (מס' שבת קיט‪ ).‬וז"ל‪" :‬ושמעתי מעשה שהיה בדורות הקדמונים‬ ‫ג‬ ‫פה עירנו בגד"ד יע"א‪ ,‬יהודי אחד המיר דתו לדת ישמעאלים אצל הממשלה‪,‬‬ ‫וכפי דתם לא תתקיים המרתו אלא עד שיבא חכם היהודים שבעיר וידבר עמו‬ ‫בינו לבינו באיזה דברים שירצהו לחזור בו‪ ,‬וכאשר זה ישמע דברי הרצויים של‬ ‫החכם ויסרב ולא יקבל דברי החכם‪ ,‬אלא רק להמיר אז תהיה המרה שלו חזקה‬ ‫שאינה תלויה בשום אונס וסיבה‪ ,‬אלא נמצא שהוא אוהב דתם מלב ונפש‪ .‬ואותו‬ ‫ט‬ ‫היהודי בא אצלו החכם שבעיר וידבר עמו כמה דברים יקרים וטובים למשוך‬ ‫לבו לדת ישראל ולא יכול‪ ,‬אלא זה עודנו עומד במרדו להמיר‪ .‬וקודם שנסתלק‬ ‫החכם בא יהודי אחד שהיה חבר של זה‪ ,‬והוא יודע בו שמקטנותו ערבים לו‬ ‫הביצים של שבת אשר מניחים אותם על חמין של קדירה‪ ,‬ואוהב לאכול בכל‬ ‫שבת שבעה ושמונה ביצים מחמת שערבים לו הרבה‪ ,‬ויגש אליו ויאמר לו‪" :‬אם‬ ‫תמיר‪ ,‬מה תעשה בשביל הביצים של שבת‪ ,‬כי זה העריבות של הביצים לא‬ ‫תמצא אלא אצל היהודים שומרי שבת"‪ .‬ודבריו של זה תיכף עשו פירות בלב זה‬ ‫האדם‪ ,‬וחזר בו מן ההמרה בשביל הביצים של שבת"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫טעם פון 'קדושת שבת'‪ ,‬וואס דאס איז 'בלי ְמ ָצ ִרים' – עס האט נישט‬ ‫קיין תנאי ווי הויך מען דארף זיין ‪ -‬כדי דאס צו שפירן‪ ,‬נאר דאס איז‬ ‫א מתנה פון 'נחלה בלי ְמ ָצ ִרים'‪.‬‬ ‫יעקב אבינו האט זיך געזארגט פון וואו אידן וועלן שעפן חיות אין גלות‬ ‫דער בעל הטורים זאגט דא‪" :‬עלים ויורדים בו בגימטריא בבל ומדי ויון‬ ‫ורומי" – דא האט מען געוויזן פאר יעקב אבינו דעם גאנצן לאנגן גלות‬ ‫וואס אידן וועלן מיטמאכן עד היום הזה‪ .‬נו פארשטייט זיך אליינס‪,‬‬ ‫אז דער יעקב אבינו איז געווארן זייער באזארגט און דערציטערט‬ ‫פאר זיינע קינדערלעך‪" :‬וויאזוי וועלן זיך אידן דערהאלטן אין אזא‬ ‫שווערן גלות? פון וואנעט וועלן זיי שעפן חיות – ָאן קיין בית המקדש‬ ‫און עבודת הקרבנות? וויאזוי וועלן זיי בלייבן ביי אידישקייט?"‬ ‫והנה מלאכי אלקים ‪ -‬די מלאכים באגלייטן דעם מענטש פרייטאג צונאכט‬ ‫די גמרא זאגט (שבת קיט‪" :):‬שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב‬ ‫שבת מבית הכנסת לביתו אחד טוב ואחד רע‪ ,‬וכשבא לביתו ומצא‬ ‫נר דלוק ושלחן ערוך ומטתו מוצעת‪ ,‬מלאך טוב אומר יהי רצון‬ ‫שתהא לשבת אחרת כך ומלאך רע עונה אמן בעל כרחו‪ ,‬ואם לאו‬ ‫מלאך רע אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך טוב עונה‬ ‫אמן בעל כרחו" – יעדער איד ווערט באגלייט פרייטאג צונאכט פון‬ ‫צוויי מלאכים‪ ,‬און טאמער אלץ איז צוגעגרייט ווי עס דארף צו זיין‬ ‫– זאגט דער 'מלאך טוב' א ברכה אז אויך קומענדיגן שבת זאל זיין‬ ‫אזוי‪ ,‬און דער 'מלאך רע' מוז צושטימען דערצו און ענטפערן אמן‪,‬‬ ‫און פארקערט – איז פארקערט‪.‬‬ ‫עולים ויורדים בו – לויט וויאזוי דער איד האט צוגעגרייט די שטוב אויף שבת‬ ‫עס קען זיין‪ ,‬אז כדי צו בארואיגן יעקב אבינו אויף זיין דאגה פונעם‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫גלות‪ ,‬האט מען אים דא געוויזן‪" :‬וְ ִה ֵ ּנה ַמ ְל ֲא ֵכי ֱאל ִקים ע ִלים וְ י ְר ִדים‬ ‫ֹ‬ ‫ּבו" – אידן וועלן האבן א שבת קודש‪ ,‬וואס דעמאלט באגלייטן אים די‬ ‫י‬ ‫מלאכים אהיים‪ ,‬און עס איז אדער 'עולים' – ווען דער מלאך רע מוז‬ ‫ענטפערן אמן אויפן ברכה פונעם מלאך טוב‪ ,‬וואס דעמאלט האבן‬ ‫ביידע אן עליה און ווערן ביידע גוטע מלאכים‪ ,‬אדער איז 'יורדים' –‬ ‫טאמער עס איז חלילה פארקערט‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫מען האט געוויזן פאר יעקב אבינו‪ :‬אידן וועלן האבן א שבת וואס וועט זיי געבן חיות אין יעדן‬ ‫מצב‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬פון הימל האט מען געזאגט פאר יעקב אבינו‪" :‬אידישע‬ ‫קינדער וועלן טאקע זיין נעבעך זייער נידריג אינעם גלות און ליגן‬ ‫אינעם גשמיות‪ ,‬אבער זיי וועלן שעפן חיות פונעם שבת! ווען עס‬ ‫וועט קומען שבת – וועלן זיי זיך געבן א הייב אויף! ווייל דער 'קדושת‬ ‫"ס ָ ּלם ֻמ ָ ּ‬ ‫צב ַא ְר ָצה" –‬ ‫שבת' וועט אנקומען ביז צום פשוט'סטן איד! ֻ‬ ‫אפילו אויב דער איד וועט ליגן אינעם 'ארציות'‪ ,‬דאך וועט זיין‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ ׁ ֹ‬ ‫"וְ ראשו ַמ ִ ּג ַ‬ ‫יע ַה ּ ָש ָמיְ ָמה" – דורכן שבת וועט ער זיך אויפהייבן און‬ ‫אנקומען ביזן הימל!‬ ‫אפילו די ארציות'דיגע אידן וועלן זוכה זיין צום 'נחלה בלי ְמ ָצ ִרים'‬ ‫דאס זאגט דער פסוק ווייטער‪" :‬וְ ָהיָ ה זַ ְר ֲע ָך ַּכ ֲע ַפר ָה ָא ֶרץ" – אפילו‬ ‫אויב דיינע קינדער וועלן טאקע זיין אין אזא נידריגן מצב אז זיי וועלן‬ ‫זיין ווי דער 'עפר הארץ'‪ ,‬זיי וועלן ליגן אין 'ארציות'‪ ,‬דאך " ּו ָפ ַר ְצ ּ ָת יָ ָּמה‬ ‫ֹ‬ ‫וָ ֵק ְד ָמה וְ ָצפנָ ה וָ נֶ ְג ָ ּבה" – וועלן זיי דורכברעכן אלע 'גדרים'; ווי דער‬ ‫רד"ק טייטשט‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬זיי וועלן זוכה זיין צום 'נחלה בלי ְמ ָצ ִרים'‬ ‫וואס דאס איז 'קדושת שבת'‪ ,‬וואס דאס וועט אריינשיינען אין זיי אין‬ ‫יעדן פלאץ וואו זיי וועלן זיך נאר געפונען ָאן קיין שום הגבלות‪ .‬און‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫אויף דעם פירט ער אויס‪" :‬וְ נִ ְב ְרכ ּו ְב ָך ָּכל ִמ ְש ּ ְפחת ָה ֲא ָד ָמה ּו ְבזַ ְר ֶע ָך" ‪-‬‬ ‫אלע גוים וועלן זיך וואונטשן צו קענען שפירן אזא גוטן 'טעם' אין די‬ ‫מאכלי שבת ווי אידן שפירן! ווי מען זעט ביי דעם קיסר‪ ,‬אז ער האט‬ ‫זיך געוואונטשן אז ער זאל אויך קענען האבן פון דעם תבלין וועלכע‬ ‫הייסט 'שבת'‪ .‬און דאס ווייזט‪ ,‬אז דער הארה פון שבת ליגט אינעם‬ ‫גשמיות הבריאה‪ ,‬וואס דערפאר קען אפילו א גוי זען מיט די אויגן‪,‬‬ ‫אז אידישע קינדער זענען מער דערהויבן און ליכטיגער אינעם שבת‬ ‫– פון א גאנצע וואך‪.‬‬ ‫מי מנה עפר יעקב – ווער פארשטייט די גרויסקייט פון די עפריריות'דיגע אידן אום שבת‬ ‫אי‬ ‫דער זרע קודש (פר' בלק ליקוטים ד"ה הן) זאגט‪ ,‬אז דער פסוק 'הן עם‬ ‫לבדד ישכון' גייט ארויף 'מנוחת שבת'‪ .‬לויט דעם פארשטייט מען‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫"הן ָעם ְל ָב ָדד יִ ְש ּכן" – נאר אידישע קינדער‬ ‫דעם גאנצן המשך הפסוק‪ֶ :‬‬ ‫רוען שבת‪ ,‬ווייל נאר זיי האט דער אייבערשטער געגעבן די מתנה פון‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫שבת‪ ,‬און 'גוי ששבת חייב מיתה'‪ ,‬און נאכמער‪ּ " :‬ו ַב ּגויִ ם לא יִ ְת ַח ּ ָשב" –‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫ביי גוים ווערט אפילו נישט 'נחשב' דער שבת אלס א טאג וואס האט‬ ‫אן אנדערער הארה און טעם‪ ,‬ווייל זיי האבן נישט דעם 'חוש הטעם'‬ ‫דערצו‪ .‬וועסטו וועלן מיינען‪ ,‬אז ביי אידן איז אויך דא שוואכערע‬ ‫אידן‪ ,‬וואס זיי שפירן נישט קיין 'קדושת שבת'‪ ,‬אויף דעם זאגט ער‪:‬‬ ‫ֹ‬ ‫"מי ָמנָ ה ֲע ַפר יַ ֲעקב" – אפילו די 'עפר יעקב' וועלכע ליגן אין גשמיות‪,‬‬ ‫ִ‬ ‫זיי זענען 'מוצב ארצה'‪ ,‬אבער ווער קען אפשאצן זייער 'טעם שבת'‬ ‫וואס זיי שפירן! אפילו אזעלכע אידן ווערן מורא'דיג נתעלה אין שבת‬ ‫'מ ָצ ִרים'‪ ,‬און זיי קומען ָאן ביזן 'וראשו מגיע השמימה'‪.‬‬ ‫– ָאן קיין ְ‬ ‫תנה לעדת מי מנה – דער 'חוש הטעם' צום שבת האט יעדער איד איינציגסטער איד באקומען‬ ‫ׁ‬ ‫משה ַמ ּ ָתנָ ה ְ ּב ֵבית ְ ּגנָ זַ י‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם זמר‪ָ :‬‬ ‫"ק ָרא ְל ֶ‬ ‫ִהיא ְטמ ּונָ ה" – דער אייבערשטער האט געגעבן פאר משה רבינו דעם‬ ‫שבת‪ ,‬וואס ביז דעמאלט איז דאס געווען 'טמונה'‪ ,‬עס איז געווען‬ ‫באהאלטן פון יעדן איינעם‪ ,‬כאטש וואס עס איז געלעגן אין דער‬ ‫בריאה – האט קיינער נישט געהאט קיין חוש הטעם דאס צו שפירן‪.‬‬ ‫ֹ‬ ‫"ל ָך יָ ֲא ָתה וְ ַקח או ָת ּה ּ ְתנָ ּה ַל ֲע ַדת ִמי ָמנָ ה" – יעצט גיב איך עס‬ ‫אבער ְ‬ ‫צו אידן‪ ,‬אבער נישט בלויז צו די דערהויבענע בעלי מדרגה‪ ,‬נאר‬ ‫אפילו צו די וועלכע בלעם האט זיי אנגערופן 'מי מנה עפר יעקב'‪,‬‬ ‫די שוואכערע און פשוט'ע אידן – אויך זיי וועלן האבן א שייכות און‬ ‫א הרגשה אינעם קדושת שבת! ווייל יעדער 'שומר שבת' האט דעם‬ ‫'חוש הטעם' דערצו‪ ,‬און איינמאל מען האט דעם 'חוש הטעם' – קען‬ ‫מען דאס שפירן אפילו אינעם פשוט'ן גשמיות פון דער בריאה‪.‬‬ ‫היוצא לנו מזה‪ :‬אפילו אין דעם ביטערן און פינסטערן גלות – איז‬ ‫אבער דא א לייטער ארויפצוגיין! יעדער איינער באשר הוא שם‪,‬‬ ‫וויאזוי די וואך האט נאר אויסגעזען‪ ,‬אפילו אויב ער איז א בחינה‬ ‫פון 'מוצב ארצה'‪ ,‬אבער ווען עס קומט שבת‪ ,‬דארף ער וויסן‪ ,‬אז‬ ‫יעצט דערפילט ער קדושת שבת! ער קען זיך יעצט אויפהייבן פון די‬ ‫ימי החול! שבת ווערט א התעלות 'בגוף ובנפש'! מיטן שבת קען ער‬ ‫בי‬ ‫נתעלה ווערן אז עס זאל זיין 'ראשו מגיע השמימה'! יעדער איד קען‬ ‫שפירן א טעם אין א שבת'דיגע דאווענען‪ ,‬א 'הודו'‪ ,‬א 'קבלת שבת'‪ ,‬א‬ ‫'נשמת'‪ ,‬און אזוי ווייטער‪ ,‬און דאס וועט אים נאכדעם געבן 'חיות' און‬ ‫'חיזוק' אויף א גאנצע וואך‪ ,‬זיך צו קענען דערהאלטן ביי אידישקייט;‬ ‫ווי מען זאגט אין זוהר הק'‪" :‬מהאי יומא מתברכאן כל שתא יומין" –‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫דורכדעם וואס מען פירט זיך אויף שבת ווי עס ברויך צו זיין – ווערן‬ ‫די 'ששת ימי המעשה' נתעלה‪ ,‬אז אויך דורכאויס די גאנצע וואך‪,‬‬ ‫וועט ער קענען זיין דבוק צום אייבערשטן‪ ,‬און אפילו העכער פון זיין‬ ‫מדרגה‪ ,‬ווייל ער וועט זוכה זיין צו א בחינה פון 'נחלה בלי ְמ ָצ ִרים'‪.‬‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬מען זאל זוכה זיין אויסצונוצן דעם‬ ‫'מתנה טובה' פונעם שבת ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬מען זאל זיך דערהאלטן‬ ‫אין גלות מיט אלע כוחות און נעמען חיות פונעם שבת אויף א גאנצע‬ ‫וואך‪ ,‬און מען זאל שוין בקרוב זוכה זיין צום 'יום שכולו שבת' מיט די‬ ‫גאולה שלימה במהרה בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫גי‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫ֹאמר יַ ֲעקֹב לֹא ִת ֶּתן לִ י ְמאו ָּמה‬ ‫וַ ּי ֶ‬ ‫ִאם ַּת ֲע ֶׂשה ִּלי ַהדָּ ָבר ַה ֶּזה ָא ׁשו ָּבה ֶא ְר ֶעה צֹאנְ ָך ֶא ׁ ְשמֹר‪.‬‬ ‫א) לכאורה‪ ,‬יעקב שמועסט דאך דא אפ מיט לבן‪ ,‬אז לבן זאל אים‬ ‫געבן אלע 'נקודים וטלואים' וואס וועלן געבוירן ווערן מכאן ולהבא‪,‬‬ ‫נו‪ ,‬פארוואס זאגט ער 'לא תתן לי מאומה'‪ ,‬דאס איז דאך אסאך‬ ‫געגעבן?‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫"א ֱעבר ְ ּב ָכל צאנְ ָך ַה ּיום ָה ֵסר ִמ ּ ָשם ָּכל ֶשה נָ קד וְ ָטל ּוא וְ ָכל ֶשה‬ ‫ב) ֶ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ח ּום ַ ּב ְּכ ָש ִבים וְ ָטל ּוא וְ נָ קד ָ ּב ִע ִ ּזים וְ ָהיָ ה ְש ָכ ִרי" – דו נעם אוועק אלע‬ ‫געפינטעלע און ברוינע בהמות‪ ,‬און דאס וועט זיין מיין שכר‪ .‬זאגט‬ ‫רש"י‪" :‬והיה שכרי ‪ -‬אותן שיולדו מכאן ולהבא נקודים וטלואים בעזים‬ ‫ושחומים בכשבים יהיו שלי" – די אלע געפינטעלע און ברוינע וואס‬ ‫וועלן געבוירן ווערן פון היינט און ווייטער‪ ,‬וועלן זיין מיינע‪ .‬לכאורה‪,‬‬ ‫איז דאך 'עיקר חסר מן הספר'‪ ,‬ער זאגט דאך בלויז אז 'דאס' וועט זיין‬ ‫מיין שכר‪ ,‬און ער זאגט נישט 'וואס'?‬ ‫ׁ‬ ‫ָ ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫יך ּכל ֲא ֶשר ֵאינֶ ּנ ּו‬ ‫ג) "וְ ָענְ ָתה ִ ּבי ִצ ְד ָק ִתי ְ ּביום ָמ ָחר ִּכי ָתבוא ַעל ְש ָכ ִרי ְל ָפנֶ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫נָ קד וְ ָטל ּוא ָ ּב ִע ִ ּזים וְ ח ּום ַ ּב ְּכ ָש ִבים ָ ּגנ ּוב ה ּוא ִא ּ ִתי" – מיין גערעכטיגקייט‬ ‫וועט עדות זאגן‪ ,‬מארגן ווען זי וועט קומען‪ ,‬אויף מיין שכר פאר דיר‪,‬‬ ‫אז אלע בהמות וואס זענען נישט 'נקודים וטלואים' זענען גע'גנב'עט‬ ‫ביי מיר‪ .‬דער מזרחי און נאך מפרשים מוטשען זיך אויפן סדר הפסוק‪,‬‬ ‫און דער מזרחי זאגט‪" :‬כאילו אמר כי תבא לפניך צדקתי וענתה בי על‬ ‫שכרי" – דער גאנצער פסוק איז ארומגעדרייט‪ .‬דארף מען פארשטיין‬ ‫די כוונה פארוואס די תורה האט דאס טאקע געשריבן אויף דעם‬ ‫אופן?‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ָל ָבן ֵהן ל ּו יְ ִהי ִכ ְד ָב ֶר ָך" – לבן האט געזאגט‪ ,‬יא‪ ,‬הלואי זאל‬ ‫ד) "וַ ּי ֶ‬ ‫אזוי זיין‪ .‬רש"י זאגט‪" :‬הלואי שתחפוץ בכך" – הלואי זאלסטו מסכים‬ ‫זיין דערצו‪ .‬לכאורה‪ ,‬יעקב האט דאך שוין מסכים געווען‪ ,‬פארקערט‪,‬‬ ‫די‬ ‫ער האט דאך דאס אנגעבאטן‪ ,‬נו‪ ,‬וואס איז יעצט דער ספק צי ער‬ ‫וועט מסכים זיין?‬ ‫'כ ְד ָב ֶר ָך'‪ ,‬דא‬ ‫ה) עס איז דא א 'מסורה' פון דריי פסוקים ווי עס שטייט ִ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ּ‬ ‫אמר ה' ָס ַל ְח ִתי‬ ‫"אנ ִכי ֶא ְע ֶשה ִכ ְד ָב ֶר ָך" (בראשית מז‪ ,‬ל)‪ ,‬און "וַ ּי ֶ‬ ‫ביי אונז‪ָ ,‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫ִּכ ְד ָב ֶר ָך" (במדבר יד‪ ,‬כ)‪ .‬דארף מען פארשטיין דעם שייכות צווישן די‬ ‫דריי פסוקים?‬ ‫ו) די משנה זאגט (אבות ב‪ ,‬ד)‪" :‬בטל רצונך מפני רצונו‪ ,‬כדי שיבטל‬ ‫רצון אחרים מפני רצונך" – דורכדעם וואס א מענטש איז מבטל זיין‬ ‫רצון פארן אייבערשטן‪ ,‬איז דער אייבערשטער מבטל א צווייטנ'ס‬ ‫רצון פאר זיין רצון‪ .‬זאגט דער ברטנורא אינעם צווייטן פשט‪" :‬ואני‬ ‫שמעתי שאין זה אלא דרך כבוד כלפי מעלה והרי הוא כאילו כתוב כדי‬ ‫שיבטל רצונו מפני רצונך" – דער אייבערשטער כביכול וועט מבטל‬ ‫זיין זיין רצון פאר דיין רצון‪ ,‬וואס דאס איז די בחינה פון צדיק גוזר‬ ‫והקב"ה מקיים‪ .‬לכאורה‪ ,‬אויב איז א מענטש מבטל זיין גאנצן רצון‬ ‫צום אייבערשטן‪ ,‬און ער האט שוין נישט קיין שום אייגענעם רצון‪ ,‬נו‪,‬‬ ‫וואס איז שייך אז דער אייבערשטער זאל כביכול מבטל זיין זיין רצון‬ ‫פארן מענטש'נס רצון‪ ,‬דער מענטש האט דאך שוין נישט קיין שום‬ ‫אייגענעם רצון?‬ ‫דער ויכוח פון כנס"י מיט כביכול – ווער עס זאל אנהייבן פריער מיט דער תשובה‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬דער מדרש (איכ"ר ה‪ ,‬כא) זאגט‪" :‬השיבנו‬ ‫ה' אליך ונשובה ‪ -‬אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה‪ ,‬רבש"ע שלך הוא‬ ‫השיבנו" – כנסת ישראל זאגט צום אייבערשטן‪ ,‬דו דארפסט אנהייבן‬ ‫אונז מחזיר בתשובה צו זיין‪ ,‬און נאכדעם וועלן מיר תשובה טון‪,‬‬ ‫"אמר להם‪ ,‬שלכם הוא שנאמר (זכריה ב') שובו אלי ואשובה אליכם‬ ‫נאם ה'" – דער אייבערשטער זאגט צו אידן‪ ,‬עטץ דארפט אנהייבן‬ ‫זיך צוריקקערן צו מיר‪ ,‬און דערנאך וועל איך צוריקקומען צו אייך‪.‬‬ ‫און אזוי שטייט אויך אין אן אנדערן מדרש (שהש"ר ה‪ ,‬ב)‪ ,‬אז דער‬ ‫אייבערשטער זאגט‪" :‬פתחו לי פתח כחודו של מחט ואפתח לכם פתח‬ ‫כפתחו של אולם" – עטץ דארפט אנהייבן צו מאכן א 'פתח תשובה'‪,‬‬ ‫אפילו נאר אזוי קליין ווי א נאדל לאך‪ ,‬און דערנאך וועל איך אייך‬ ‫וט‬ ‫שוין העלפן און עפענען א גרויסן 'פתח תשובה'‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז דא‬ ‫איז דא א ויכוח ווער עס זאל אנהייבן פריער‪ ,‬אידן האבן א רצון אז‬ ‫דער אייבערשטער זאל אנהייבן קודם‪ ,‬און דער אייבערשטער האט א‬ ‫רצון אז אידן זאלן אנהייבן פריער‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫יעדער איינער איז זיך 'מבטל רצונו' פארן אנדערן‬ ‫דער זרע קודש אין פרשת תזריע (ד"ה אשהד) רעדט ארום אויף דעם‬ ‫מדרש‪ ,‬אז כאטש עס איז דא א ויכוח און יעדער וויל אז דער צווייטער‬ ‫זאל אנהייבן‪ ,‬דאך איז זיך יעדער מבטל פארן צווייטן און טוט – דאס‬ ‫וואס דער צווייטער האט געבעטן‪ ,‬אידן פרובירן אנצוהייבן תשובה‬ ‫צו טון און עפענען א 'פתח כחודו של מחט'‪ ,‬אבער ווי נאר זיי ווילן‬ ‫עפענען דעם 'חודו של מחט' – העלפט זיי דער אייבערשטער דאס צו‬ ‫קענען עפענען‪ ,‬ווייל אינ'אמת'ן קענען זיי טאקע גארנישט אליינס!‬ ‫אפילו קיין 'פתח של מחט' קענען זיי אויך נישט צושטעלן! זיי קענען‬ ‫נאר וועלן און פרובירן תשובה צו טון‪ ,‬און באלד העלפט זיי שוין דער‬ ‫אייבערשטער אז זיי זאלן קענען עפענען דעם 'חודו של מחט'‪ .‬און‬ ‫דערנאך קומט שוין ָאן דער 'ואשובה אליכם'‪ ,‬אז דער אייבערשטער‬ ‫עפנט זיי אויך דעם 'פתחו של אולם'‪ ,‬וואס דאס איז נאך א גרעסערע‬ ‫סייעתא דשמיא צו קענען טון א תשובה שלימה‪.‬‬ ‫דאס שרייען 'השיבנו' הייסט שוין א 'התחלה' פון אונזער זייט‬ ‫און דער זרע קודש לייגט דארט צו א מורא'דיגן חידוש‪ ,‬אז דאס‬ ‫גופא וואס אידן שרייען צום אייבערשטן 'השיבנו ה' אליך' – דאס איז‬ ‫שוין גענוג פארן 'פתח כחודו של מחט'‪ ,‬און מיט דעם ווערט נחשב‬ ‫כאילו זיי האבן אנגעהויבן תשובה צו טון‪ .‬ממילא קומט אויס‪ ,‬אז‬ ‫ביידע זענען מקוים געווארן‪ ,‬ווייל אידן האבן מקיים געווען דעם‬ ‫אייבערשטנ'ס רצון וואס ער זאגט 'שובו אלי ואשובה'‪ ,‬אז זיי זאלן‬ ‫אנהייבן‪ ,‬און דאס האבן זיי געטון מיט דעם עצם שרייען 'השיבנו'‪ ,‬און‬ ‫וזל"ק‪" :‬הנה אנו אומרים לו ית"ש (איכה ה‪ ,‬כא) השיבנו ה' אליך ונשובה‪ ,‬והשי"ת‬ ‫ד‬ ‫אומר (מלאכי ג‪ ,‬ז) שובו אלי ואשובה אליכם (איכ"ר ה‪ ,‬כא)‪ ,‬ועם כל זה וודאי‬ ‫כביכול ית"ש אומר‪ ,‬הגם שאני אומר שובו אלי תחילה‪ ,‬מ"מ אעשה רצון בני‬ ‫ואעשה רצונם ובקשתם שמבקשים השיבנו ה' אליך ונשובה‪ ,‬ואנו להיפוך‪,‬‬ ‫מבטלים רצונינו מפני רצונו ית"ש‪ ,‬ומתחילין בתשובה‪ ,‬ודברי הקב"ה וכנסת‬ ‫זט‬ ‫ישראל שניהם מתקיימים‪ .‬והענין על דרך שאמרו חז"ל (שהש"ר ה‪ ,‬ב) שאומר‬ ‫יתברך‪ ,‬פתחו לי פתח כחודה של מחט ואפתח לכם כו'‪ ,‬ובאמת אמרו ז"ל‬ ‫(סוכה נב ע"ב) אלמלא הקב"ה עוזרו לא היה יכול לו‪ ,‬נמצא שבוודאי בהתחלה‬ ‫זו שהאדם פותח פתח כחודה של מחט‪ ,‬גם כן אי אפשר בלא עזרתו יתברך‪,‬‬ ‫ואפשר שזה מה שאנו צועקים אליו יתברך‪ ,‬השיבנו ה' אליך ונשובה‪ ,‬חושב‬ ‫יתברך זה בעצמו לפתח כחודה של מחט‪ ,‬ועל ידי זה פותח להם יתברך‬ ‫שערי תשובה‪ ,‬ומכניסם לתוכם"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫דער אייבערשטער האט מקיים געווען דעם רצון פון אידישע קינדער‬ ‫וועלכע זאגן 'השיבנו ונשובה'‪ ,‬אז דער אייבערשטער זאל אנהייבן‪,‬‬ ‫וואס דאס האט טאקע דער אייבערשטער געטון דורכדעם וואס ער‬ ‫האט זיי געהאלפן מאכן דעם 'פתח כחודו של מחט'‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫דער 'התעוררות הלב' וואס ער האט זיי געגעבן צו שרייען 'השיבנו'‪.‬‬ ‫די חרטה פון כביכול אויפן 'בריאת יצר הרע' העלפט אונז תשובה טון‬ ‫אין פרשת תולדות (ד"ה ועוי"ל ויעתרה) לייגט דער זרע קודש צו נאך א‬ ‫חידוש‪ ,‬אז דער ענין פון 'ואשובה' איז טייטש אז דער אייבערשטער‬ ‫זאגט אז ער וועט תשובה טון כביכול‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬אז דער‬ ‫אייבערשטער וועט חרטה האבן אויפן באשאפן דעם יצר הרע‪ ,‬און‬ ‫דורכדעם חרטה ווערט אפגעשוואכט דער 'כח היצר'‪ ,‬און דאס איז‬ ‫דער 'עזר' וואס דער אייבערשטער העלפט אידן תשובה צו טון און‬ ‫מאכן דעם 'פתח כחודו של מחט'‪.‬‬ ‫דער צווייטער 'השיבנו' איז שוין ָאן קיין שטער פונעם יצה"ר – דאס איז שוין דער 'חודו של‬ ‫מחט'‬ ‫ווען מען שטעלט צוזאם די ביידע שטיקלעך פונעם זרע קודש‬ ‫אינאיינעם‪ ,‬קומט אויס אזוי‪ ,‬בעצם האט דאך יעדער איד א יצר‬ ‫טוב וואס ער וויל א גאנצן צייט תשובה טון און זיין אן ערליכער‬ ‫איד‪ .‬נאר וואס דען? דער יצר הרע איז מעכב און לאזט נישט דעם‬ ‫מענטש תשובה טון‪ ,‬און אפילו צו מאכן דעם 'חודו של מחט' –‬ ‫וואס דאס איז דער עצם שרייען 'השיבנו ה' אליך' – לאזט ער אויך‬ ‫נישט אז דאס זאל זיין מיט אן אמת'דיגקייט און בלב שלם; ווי דער‬ ‫וזל"ק‪" :‬בענין הויכוח שיש בין כנס"י לאבינו שבשמים באמרו (מלאכי ג‪ ,‬ז) שובו‬ ‫ה‬ ‫אלי ואשובה אליכם‪ ,‬וכנס"י אומרים (איכה ה‪ ,‬כא) השיבנו ה' אליך ונשובה‪,‬‬ ‫זי‬ ‫ובאמת נתקיימו שניהם שעל כל אחד מישראל מוטל להתעורר בתשובה‪,‬‬ ‫ואלמלא הקב"ה עוזרו לא היה יכול לו (קידושין ל ע"ב)‪ ,‬שתיכף עוזרו הבורא ב"ה‬ ‫שיעשה תשובה‪ ,‬ולא עוד אלא שבהתעוררות תשובתינו אנחנו גורמים תשובה‬ ‫כביכול בפמליא של מעלה‪ .‬ובאיזה אופן שייך כביכול תשובה אצל הבורא ב"ה‪,‬‬ ‫אך כמאמר חז"ל (סוכה נב ע"ב) ואשר הרעותי (מיכה ד‪ ,‬ו) שהקב"ה כביכול‬ ‫מתחרט על היצר הרע‪ ,‬ובזה הקב"ה מתיש כחו של היצר הרע שיהיה כח‬ ‫ביד האדם לעשות תשובה‪ ,‬וזה הוא העזר מאתו ית"ש‪ ,‬וזהו שובו אלי ואשובה‬ ‫אליכם על ידי שתשובו אלי תהיה גורמת שאשוב אליכם גם כן"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫זרע קודש זאגט אין פרשת כי תבוא (ד"ה הנה ידועו)‪ ,‬אז א איד דארף‬ ‫כסדר זאגן פארן אייבערשטן‪" :‬רצונינו לעשות רצוניך ומי מעכב‬ ‫שאור שבעיסה יהי רצון מלפניך שתצילנו" – איך וויל טון דיין רצון‪,‬‬ ‫אבער דער יצר הרע שטערט מיך‪ ,‬און איך בעט דיך העלף מיר און‬ ‫ראטעווע מיך פונעם יצר הרע‪ .‬אבער ווי נאר א איד ווערט נתעורר‬ ‫און ער הייבט ָאן זיך צו בעטן 'השיבנו אליך' – איז ער גורם אז דער‬ ‫אייבערשטער זאל ככיכול תשובה טון אויפן בריאת יצר הרע‪ ,‬און‬ ‫דורכדעם ווערט דער יצר הרע אפגעשוואכט‪ ,‬און דעמאלט קען שוין‬ ‫דער איד שרייען נאכאמאל 'השיבנו' מיט אן אמת'דיגקייט‪ ,‬עס ווערט‬ ‫א בחינה פון 'בשני יצריך'‪ ,‬אז אפילו דער יצר הרע – וואס ער איז‬ ‫שוין אפגעשוואכט – שרייט אויך 'השיבנו ה' אליך'‪ ,‬און דאס ווערט‬ ‫שוין נחשב פאר דעם ריכטיגן 'חודו של מחט'‪ ,‬און 'שובו אלי'‪ ,‬און‬ ‫דורכדעם ווערט מקויים דער 'ונשובה' און דער 'אפתח לכם כפתחו‬ ‫של אולם'‪ ,‬וואס דער אייבערשטער העלפט דעם מענטש תשובה צו‬ ‫טון בשלימות‪.‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬כתיב (ישעיה מג‪ ,‬כו) ַס ֵּפר ַא ָּתה לְ ַמ ַען ִּת ְצ ָדק‪ ,‬כי האדם צריך להתנצל‬ ‫ו‬ ‫את עצמו לפניו יתברך‪ ,‬על דרך שאמרו ז"ל (ברכות יז‪ ).‬גלוי וידוע לפניך שרצונינו‬ ‫לעשות רצונך ומי מעכב השאור שבעיסה ושיעבוד מלכיות יהי רצון מלפניך‬ ‫שתצילני כו'‪ ,‬וכן אמר אליהו ז"ל (מ"א יח‪ ,‬לז) ואתה הסיבות את לבם אחורנית‪,‬‬ ‫וכן כתיב (ישעיה סג‪ ,‬יז) למה תתעינו ה' מדרכיך תקשיח לבינו מיראתיך‪ ,‬הגם‬ ‫שידע הנביא שהשי"ת רוצה שנלך בדרכיו‪ ,‬רק עם כל זה אמר כן‪ ,‬והתנצל את‬ ‫עצמו שרצונינו לעשות רצונך‪ ,‬ומזה יש לו ית"ש תענוג‪ ,‬ומצוה‪ ,‬ספר אתה למען‬ ‫תצדק כנ"ל‪ ,‬שרצונינו לעשות רצונך ומבקשים אנו מאתך יתברך‪ ,‬שתעשה את‬ ‫אשר בחוקיך נלך‪ ,‬כי הגם שהבחירה ניתנה לאדם‪ ,‬עם כל זה בידו יתברך להטות‬ ‫לבבינו לאהבה וליראה את שמו‪ ,‬על דרך שביקש דוד המלך ע"ה (תהלים נא‪,‬‬ ‫י"ב) לב טהור ברא לי אלהים ורוח נכון חדש בקרבי‪ ,‬ואנו מבקשים השיבינו‬ ‫אבינו לתורתיך וגו'‪ ,‬וכן [כמה] עניני תפלות על דרך זה‪ .‬והאדם צריך להתפלל‬ ‫על דרך זה תמיד בכל עת ובכל שעה‪ ,‬עד שיהיה מעורר רחמנותו יתברך על‬ ‫עצמו‪ ,‬שיהיה עת רצון לפניו יתברך לשמוע התפלה אליו‪ ,‬ולא יהיה נסוג אחור‬ ‫מלהתפלל על זה תמיד לא יהיה עיף ויגע‪ ,‬ולא ינוח מלהתפלל עד שימצא‬ ‫חי‬ ‫עת רצון‪ ,‬על דרך שפירש הרב הקדוש מורינו הרב אלימלך ז"ל (בס' נוע"א‬ ‫ר"פ וישלח) מאמר חכמינו ז"ל (יומא כב ע"ב) וכבר צווח אנא השם‪ ,‬ונשמע‬ ‫קולו ביריחו‪ ,‬שצריך לצווח זמן רב עד שישמע קולו לפניו ית"ש‪ ,‬להיות לריח‬ ‫ניחוח לפניו ית"ש כביכול‪ ,‬כדרך המפתה את אחד לאיזה דבר‪ ,‬שמדבר יום יום‪,‬‬ ‫עד שמוצא עת שמתפתה אליו‪ ,‬ובאמת גם זה הדיבור שמדבר האדם כן לפניו‬ ‫יתברך‪ ,‬זה בעצמו גם כן בעזרתו ית"ש‪ ,‬שהוא ית"ש מדבק ושולח את הדיבורים‬ ‫אלו בפיו"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫דער 'ביטול רצון' פונעם אייבערשטן כביכול – איז די חרטה אויפן בריאת יצר הרע‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען די משנה‪" :‬בטל רצונך מפני רצונו" –‬ ‫דורכדעם וואס דו ביסט מבטל דיין רצון – וואס דו ווילסט אז דער‬ ‫אייבערשטער זאל זיין דער וועלכער הייבט ָאן דיך מחזיר בתשובה‬ ‫זיין‪ ,‬און דאך ביסטו זיך מבטל צום אייבערשטן‪ ,‬וואס זיין רצון איז‬ ‫'שובו אלי ואשובה'‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬אז דו הייבסט ָאן צו שרייען 'השיבנו'‪,‬‬ ‫אז דער אייבערשטער זאל דיר העלפן צו זיין אן ערליכער איד‪ ,‬וואס‬ ‫דאס איז דיין חלק פון 'תשובה'‪" ,‬כדי שיבטל רצון אחרים מפני רצונך"‬ ‫– וועט דער אייבערשטער כביכול מבטל זיין זיין רצון וואס ער האט‬ ‫באשאפן דעם יצר הרע ברצונו‪ ,‬און ער וועט כביכול תשובה טון און‬ ‫חרטה האבן דערויף‪ ,‬כדי אז דו זאלסט קענען תשובה טון און טאקע‬ ‫צוקומען צו טון רצון ה' בשלימות‪.‬‬ ‫דער שכר איז בלויז א חסד און צדקה פונעם אייבערשטן‬ ‫אבער לכאורה לויט דעם‪ ,‬האט דאך דער מענטש ממש גארנישט‬ ‫געטון אין עבודת ה'‪ ,‬ער האט דאך בלויז געגעבן איין געשריי און‬ ‫געבעטן 'השיבנו ה' אליך'‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס קומט זיך אים שכר אויף זיינע‬ ‫מעשים טובים? נאר אויף דעם זאגט טאקע דער זרע קודש אין פרשת‬ ‫כי תצא (ד"ה וראית בשביהז)‪ ,‬אז דער 'שילום שכר' איז א באזונדערע חסד‬ ‫פונעם אייבערשטן‪ ,‬וואס ער פאררעכנט פארן מענטש‪ ,‬כאילו אז ער‬ ‫האט דא עפעס געטון‪ ,‬און ער באצאלט אים שכר דערויף‪ .‬און מיט‬ ‫דעם טייטשט ער דעם פסוק (תהלים סב‪ ,‬יג)‪ּ " :‬ו ְל ָך ה' ָח ֶסד" – דו רבונו של‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫"כי ַא ּ ָתה ְת ַש ֵ ּלם ְל ִאיש" אז דו באצאלסט פארן‬ ‫עולם טוסט א חסד‪ִּ ,‬‬ ‫ׂ‬ ‫מענטש שכר – כאטש וואס באמת האסטו אלעס געטון – ְּ‬ ‫"כ ַמ ֲע ֵשה ּו" –‬ ‫דאך רעכנסטו עס כאילו דער מענטש האט דא עפעס געטון‪.‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬והנה השי"ת אומר לנו‪ ,‬פתחו לי פתח כחודה של מחט ואני אפתח כו'‪,‬‬ ‫ז‬ ‫טי‬ ‫כמו שנאמר (מלאכי ג‪ ,‬ז) שובו אלי ואשובה אליכם‪ ,‬והנה ענין התשובה הוא‪,‬‬ ‫על דרך והשיב את הגזילה (ויקרא ה‪ ,‬כג)‪ ,‬כי על ידי החטאים מורידים ניצוצי‬ ‫קדושה בתוך הקליפות‪ ,‬ועל ידי התשובה מחזירים אותם למקומם‪ ,‬ואף על פי‬ ‫שלפי זה‪ ,‬למה יתן השי"ת שכר לבעל תשובה‪ ,‬עד שיהיו גדולים מצדיקים‬ ‫גמורים‪ ,‬וזדונות יחשבו להם כזכיות‪ ,‬כיון שהאדם לא עשה כלום טובה בזה‪,‬‬ ‫רק החזיר מה שגזל ופרע חובותיו‪ ,‬עם כל זה השי"ת חשוב אצלו‪ ,‬כאלו עשה‬ ‫האדם דבר חדש‪ ,‬כמו שנאמר (תהלים סב‪ ,‬יג) ולך ה' חסד כי אתה תשלם‬ ‫לאיש "כמעשהו"‪ ,‬כאלו עשה דבר חדש"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫יעקב האט דא מתפלל געווען אז ער זאל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט‬ ‫דער נועם אלימלך זאגט (פר' וישלח ד"ה א"י וישלחח)‪ ,‬אז ווען א צדיק‬ ‫רעדט מיט א מענטש – איז זיין עיקר כוונה וואס ער האט אינזין‪ ,‬אז‬ ‫ער רעדט דא א תפלה צום אייבערשטן‪ ,‬נאר ער מאכט עס אויסזען‬ ‫כאילו ער רעדט דא צו דעם מענטש‪ .‬ממילא קען מען זאגן‪ ,‬אז דער‬ ‫גאנצער שמועס וואס יעקב האט דא גערעדט צו לבן‪ ,‬איז אלעס‬ ‫ֹ‬ ‫געווען א תפלה צום אייבערשטן‪ ,‬און דאס האט ער געבעטן‪" :‬לא ִת ּ ֶתן‬ ‫ִלי ְמא ּו ָמה" – רבונו של עולם‪ ,‬דו דארפסט מיר גארנישט באצאלן‬ ‫קיין שכר אויף מיינע מצוות‪ ,‬ווייל איך וויל אז דו זאלסט מיר 'מחזיר‬ ‫בתשובה' זיין‪ ,‬וואס דעמאלט וועט זיך מיר נישט קומען קיין שכר על‬ ‫ׂ‬ ‫"אם ּ ַת ֲע ֶשה ִ ּלי ַה ָ ּד ָבר ַה ֶ ּזה" – 'אם' קען‬ ‫פי דין‪ ,‬און דאס בעט איך דיר‪ִ :‬‬ ‫מיינען אזויווי 'אם כסף תלוה'‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬אז דו זאלסט מיר טון די‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"א ְר ֶעה צאנְ ָך" –‬ ‫"אש ּו ָבה" – איך זאל זוכה זיין צו תשובה‪ֶ ,‬‬‫איינע זאך‪ָ ,‬‬ ‫איך זאל זוכה זיין צו פאשען מיין נשמה – וועלכע ווערט אנגערופן‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫"א ְשמר" – און איך זאל‬ ‫'צאן קדשים' – מיט מצוות און מעשים טובים‪ֶ ,‬‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫"א ֱעבר ְ ּב ָכל צאנְ ָך‬ ‫זוכה זיין אפצוהיטן די תורה ווי עס דארף צו זיין‪ֶ ,‬‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ַה ּיום ָה ֵסר ִמ ּ ָשם ָּכל ֶשה נָ קד וְ ָטל ּוא וְ ָכל ֶשה ח ּום ַ ּב ְּכ ָש ִבים וְ ָטל ּוא וְ נָ קד‬ ‫ָ ּב ִע ִ ּזים" – און דו זאלסט אוועקנעמען פון מיר אלע געפינטעלטע און‬ ‫טונקעלע שאף‪ ,‬וואס דאס ווייזט אויף פניות און 'צביעות' וואס די‬ ‫מצוות זענען נישט אינגאנצן ריין און ווייס‪ ,‬אז דו זאלסט אוועקנעמען‬ ‫פון מיר די אלע פאלשע כוונות‪ ,‬נאר די עבודה זאל זיין ריין לשם‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"ש ְ ּי ֵהא ַה ּכל ְמי ּו ָחד‬ ‫שמים; ווי דער רבי ר' אלימלך בעט אין די תפילה‪ֶ :‬‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫ֵא ֶל ָ‬ ‫ילה"‪ .‬און דאס פירט‬ ‫יך ֶ ּב ֱא ֶמת ּו ְב ָת ִמים ְ ּב ִלי ש ּום ַמ ֲח ֶש ֶבת ּ ְפס ּול ָח ִל ָ‬ ‫ׂ‬ ‫דער פסוק אויס‪" :‬וְ ָהיָ ה ְש ָכ ִרי" – און נאר דאס גופא זאל זיין מיין שכר;‬ ‫ווי עס שטייט 'שכר מצוה מצוה'‪ ,‬אז דאס וואס מען האט א זכיה צו טון‬ ‫דעם רצון ה' – דאס אליינס איז דער גרעסטער שכר אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫כ‬ ‫וזל"ק‪" :‬דרך הצדיק בדברו עם אנשים אזי הוא מדקדק בדבריו להשכיל שיהיו‬ ‫ח‬ ‫דבריו נשמעים במשמעותיהם אחד דברים כפשוטן לאיש המדבר עמו‪ .‬שנית‬ ‫הוא עיקר תוכן דבר שמכווין באותן הדבורים שיהיו תפלה ותחנונים לפני המקום‬ ‫ברוך הוא וברוך שמו‪ .‬והכוונה בזה שמסתיר דבריו של התפילה בהדבורים‬ ‫שמדבר עם האדם‪ ,‬ואינו מתפלל תפילתו הצורך לו בפירוש‪ ,‬הוא למען המקטרג‬ ‫שלא יבין כוונתו בדבריו שמכניס בהם תפילה‪ ,‬ולא יקטרג עליו‪ ,‬כי אינו יודע שזה‬ ‫הוא מתפלל"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬אז דער איד בעט דא פונעם אייבערשטן די בקשה פון‬ ‫'השיבנו ה' אליך ונשובה'‪ ,‬אז דער אייבערשטער זאל אים מחזיר זיין‬ ‫בתשובה‪ ,‬און דעמאלט וועט ער תשובה טון‪.‬‬ ‫דער שכר עולם הבא איז בלויז א 'חסד' און 'צדקה'‬ ‫איי‪ ,‬וועסטו פרעגן‪ ,‬אויב אזוי‪ ,‬וועט זיך מיר נישט קומען קיין שום‬ ‫שכר בעולם הבא? אויף דעם זאגט דער איד ווייטער‪" :‬וְ ָענְ ָתה ִ ּבי‬ ‫ׂ‬ ‫ש ָכ ִרי ְל ָפנֶ ָ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫יך" – ווען דו וועסט מיר געבן‬ ‫ִצ ְד ָק ִתי ְ ּביום ָמ ָחר ִּכי ָתבוא ַעל ְ‬ ‫שכר אויף יענע וועלט‪ ,‬וועל איך טאקע וויסן אז דער שכר איז בלויז‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫"כל ֲא ֶשר ֵאינֶ ּנ ּו נָ קד וְ ָטל ּוא ָ ּב ִע ִ ּזים‬‫'צדקה' וואס דו טוסט מיט מיר‪ ,‬ווייל ּ‬ ‫ׂ‬ ‫וְ ח ּום ַ ּב ְּכ ָש ִבים" – דאס וואס מיין עבודה איז געווען ריין פון פניות‪,‬‬ ‫"גנ ּוב ה ּוא ִא ּ ִתי" – דאס באלאנגט נישט צו מיר‪ ,‬ווייל נאר דו האסט‬ ‫ָּ‬ ‫מיר דאס געגעבן! עס איז גארנישט מיינע כוחות! ממילא‪ ,‬קומט זיך‬ ‫מיר באמת גארנישט קיין שכר‪.‬‬ ‫'לו יהי כדבריך' – דער יצה"ר זאגט אויך הלואי וואלט איך געווען אן ערליכער איד‬ ‫לויטן זרע קודש‪ ,‬ווען א איד זאגט 'השיבנו ה' אליך'‪ ,‬העלפט אים‬ ‫טאקע דער אייבערשטער‪ ,‬אז דער יצר הרע ווערט אפגעשוואכט‪ ,‬אז‬ ‫אפילו דער יצר הרע זאגט שוין אויך דעם 'השיבנו'‪ .‬און דאס זאגט דא‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ָל ָבן" – דער יצר הרע – וועלכער ווערט אנגערופן‬ ‫דער פסוק‪" :‬וַ ּי ֶ‬ ‫"הן ל ּו יְ ִהי ִכ ְד ָב ֶר ָך" – הלואי‬ ‫לבן הארמי זאגט אויך פארן אייבערשטן‪ֵ :‬‬ ‫זאל איך זיך קענען אויפפירן ווי דו הייסט! דערווייל קען איך זיך‬ ‫נאכנישט מתגבר זיין‪ ,‬אבער איך וואלט אזוי געוואלט טון דיין רצון!"‪.‬‬ ‫מגלה זיין דעם גוטן רצון צום אייבערשטן – איז דער 'עיקר התשובה' און דורכדעם איז מען זוכה‬ ‫צו סליחה‬ ‫"הן ל ּו יְ ִהי ִכ ְד ָב ֶר ָך" – ווען א‬ ‫אויף דעם קומט די מסורה און זאגט‪ֵ :‬‬ ‫איד זאגט‪" :‬רבונו של עולם‪ ,‬הלואי ווען איך בין ווען אן ערליכער‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫"אנ ִכי ֶא ְע ֶשה ִכ ְד ָב ֶר ָך" –‬ ‫איד"‪ ,‬דעמאלט זאגט דער אויבערשטער‪ָ :‬‬ ‫אכ‬ ‫איך וועל טון ווי דו ווילסט! איך וועל דיר העלפן זיין אן ערליכער‬ ‫איד! איך וועל דיר עפענען א 'פתח כפתחו של אולם' און דו וועסט‬ ‫קענען טון מיין רצון!"‪ .‬און דעמאלט קומט דאך אויס‪ ,‬אז עס איז‬ ‫שוין נישטא קיין צוויי אפגעטיילטע רצונות‪ ,‬נאר עס איז דא בלויז‬ ‫איין רצון‪ ,‬ווייל דער איד מיטן אייבערשטן כביכול האבן ביידע דעם‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ה' ָס ַל ְח ּ ִתי ִּכ ְד ָב ֶר ָך"‬ ‫זעלבן רצון‪ .‬ממילא וואס ווערט דעמאלט? "וַ ּי ֶ‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫– דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע חטאים‪ .‬ווייל דער עיקר‬ ‫פגם פון אן עבירה‪ ,‬איז דאס וואס דער מענטש האט זיך אפגעריסן‬ ‫פונעם אייבערשטנ'ס רצון און געטון 'כנגד רצונו'‪ .‬אבער אויב דער‬ ‫איד קומט צוריק צום רצון ה'‪ ,‬ביז זיין 'רצון' מיטן רצון ה'‪ ,‬ווערן ממש‬ ‫איין רצון – איז דאך דאס דער גרעסטער סארט תשובה וואס איז‬ ‫נאר שייך! עס פאררעכט דעם גאנצן 'שורש החטא'! ממילא‪ ,‬איז דער‬ ‫אייבערשטער מוחל און מכפר אויף אלעס‪.‬‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬עס זאל נתקבל ווערן דעם רצון פון‬ ‫אידישע קינדער‪ ,‬וואס זיי ווילן זיין גוט‪ ,‬און מען זאל טאקע זוכה זיין‬ ‫צו תשובה שלימה און צום 'סלחתי כדבריך'‪ ,‬און די גאולה וועט דאך‬ ‫זיין בזכות תשובה (סנהדרין צו‪ ,):‬זאלן מיר זוכה זיין בקרוב צום ביאת‬ ‫גואל צדק במהרה בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫בכ‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים‬ ‫דיבורים וסיפורים ‪-‬‬ ‫הרה"ק ר' ישראל בהרה"ק ר' שמואל אליהו טויב זי"ע‬ ‫בעל 'דברי ישראל' ממאזשיץ‬ ‫י"ג כסליו תרפ"א‬ ‫זיין דביקות אין עולם הנגינה‬ ‫דער מאזשיצער רבי‪ ,‬דער דברי ישראל זצ"ל האט אמאל געדארפט‬ ‫דורכגיין אן אפעראציע ל"ע‪ ,‬און די דאקטורים האבן אים געוואלט‬ ‫איינשלעפן‪ .‬האט ער געזאגט‪ ,‬אז עס פעלט נישט אויס‪ .‬האט ער‬ ‫אנגעהויבן זינגען א ניגון‪ ,‬און איז אריין אין אזא מין דביקות אז ער‬ ‫האט גארנישט מרגיש געווען קיין יסורים‪.‬‬ ‫אן ענליכע מעשה איז געווען ביי הרה"ק ר' מאטעלע הארנאסטייפלער‬ ‫זצ"ל‪ ,‬ער האט אמאל געדארפט דורכגיין אן אפעראציע אויף די חוט‬ ‫השדרה ל"ע‪ ,‬וואס אזא אפעראציע שאפט גרויסע יסורים‪ .‬האט‬ ‫מען אים געוואלט איינשלעפן‪ ,‬אבער ער האט געזאגט‪" :‬מען דארף‬ ‫נישט"‪ .‬און די דאקטורים האבן זיך געוואונדערט און געזאגט‪" :‬מיר‬ ‫ווייסן נישט וויאזוי ער נעמט זיך דאס אונטער? טאמער ער גיבט זיך‬ ‫איין ריר אינמיטן די אפעראציע‪ ,‬איז דאך עס א גרויסע סכנה"‪ .‬אבער‬ ‫אז דער רבי זאגט 'ניין'‪ ,‬איז 'ניין'‪ .‬האט מען אים טאקע אפערירט ‪-‬‬ ‫ָאן איינשלעפן‪ ,‬און ער האט זיך נישט גערירט פון פלאץ‪ .‬האבן אים‬ ‫די קינדער געפרעגט‪" :‬טאטע‪ ,‬וויאזוי האסטו דאס אויסגעהאלטן?"‪.‬‬ ‫האט ער זיי געזאגט‪" :‬גלייבט מיר‪ ,‬ווען עס קומט א הזכרה אז א איד‬ ‫דארף א רפואה‪ ,‬טוט עס מער וויי ווי דאס!"‪.‬‬ ‫דאס הייסט 'געהערט א הזכרה'‪...‬‬ ‫נגינה איז אויך א חשוב'ע עבודה‬ ‫גכ‬ ‫איינער האט אמאל געפרעגט דעם מאזשיצער רבי'ן‪ ,‬פארוואס ער‬ ‫איז אזויפיל עוסק אין 'נגינה'‪ ,‬עס שטייט דאך 'הבוחר בתורה' –‬ ‫אז דער עיקר איז צו זיצן און לערנען? האט ער אים אויפן פלאץ‬ ‫געענטפערט‪" :‬עס שטייט דאך אויך "הבוחר בשירי זמרה!"‪.‬‬ ‫מען קען זאגן א שטיקל דמיון צווישן 'תורה' און 'נגינה'‪ ,‬ווייל‬ ‫די גאנצע תורה איז דאך א צירוף פון די כ"ב אותיות‪ ,‬און אויב‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬ויצא‬ ‫פארטוישט מען אפילו איין אות איז דאס שוין אן אנדערע ווארט‬ ‫און אן אנדערע משמעות‪ .‬נאכמער‪ ,‬אמאל קען זיין אז אפילו מיט די‬ ‫זעלבע אותיות – אויב איז עס אנדערש אויסגעלייגט‪ ,‬איז דאס ממש‬ ‫דער היפך‪ ,‬למשל אויב שטייט 'נגע' און מען וועט שרייבן 'ענג' – האט‬ ‫ער מהפך געווען דעם גאנצן משמעות‪ .‬די זעלבע זאך איז ביי א ניגון‪,‬‬ ‫א ניגון איז א מח'דיגע זאך‪ ,‬א צירוף פון די זיבן קולות‪ ,‬וואס אויב‬ ‫דער תנועה דארף צו גיין אויף דעם אופן‪ ,‬און מען זינגט עס מיט אן‬ ‫אנדערן אויסשטעל – האט מען אינגאנצן געטוישט דעם ניגון! עס איז‬ ‫שוין נישט דער ניגון!‬ ‫פאר דעם זעט מען‪ ,‬אז צדיקים האבן שטארק מקפיד געווען‬ ‫איבערצוזינגען די ניגונים וואס זיי האבן געהאט בקבלה – פונקטליך‬ ‫ווי זיי האבן געהערט‪ ,‬ווייל אפילו א קליינער שינוי‪ ,‬טוישט דעם‬ ‫גאנצן צירוף און עס איז שוין נישט דער 'ניגון קדוש'‪.‬‬ ‫*‬ ‫הרה"ק ר' ישראל בהרה"ק ר' דוד משה זי"ע מטשארטקוב‬ ‫י"ג כסלו תרצ"ד‬ ‫געקאכט ביי קידוש‬ ‫מען האט אמאל געפרעגט פונעם טשארטקובער רבי'ן ר' ישראל‬ ‫זצ"ל‪" :‬עס איז אמת וואס די חסידים זאגן‪ ,‬אז ווען אייער טאטע (הרה"ק‬ ‫רבי דוד משה) האט געמאכט קידוש ‪ -‬האט דער וויין אינעם בעכער‬ ‫געקאכט?"‪ .‬האט ער געענטפערט מיט חכמה‪" :‬וואס מיינט איר‪ ,‬ווען‬ ‫דער טאטע האט געמאכט קידוש‪ ,‬אויף וועמען האב איך געקוקט‪,‬‬ ‫אויפן כוס אדער אויפן טאטן?! דער טאטע האט זיכער געקאכט!"‪.‬‬ ‫דכ‬ ‫‪4‬‬