gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

קונטרס לחזות בנועם · Kuntrus Lachzos Beno'am — ויצא (2026-11-16)

מוציא לאור: קונטרס לחזות בנועם · Kuntrus Lachzos Beno'am

שבוע: ויצא (2026-11-16)

קונטרס לחזות בנועם · Kuntrus Lachzos Beno'am — ויצא (2026-11-16)

פתח את ה-PDF הורדה

‫דינער השנתי של מוסדותינו הק'‬ ‫מוצש”ק פרשת ויצא שנת תשפ”ג לפ”ק‬ ‫בארא פארק יצ”ו‬ ‫גליון מ”ג שנה ב' ‪ -‬ויצא תשפ”ז לפ”ק‬ ‫ם"יבבושה ימי תארקל תוררועתהו ןישוביכ ירבד‬ ‫דברי כיבושין והתעוררות לקראת ימי השובבי"ם‬ ‫פתחו לי פתח כחודו של מחט – זהו התפלה שהאדם‬ ‫םדאהש הלפתה והז – טחמ לש ודוחכ חתפ יל וחתפ‬ ‫יוצא לאור ע"י‪:‬‬ ‫לחזות בנועם‬ ‫רוהטה ןחלש תעוכמישרלעונילכזצשא שדוק תורבד‬ ‫עריכת שלחן הטהור‬ ‫כל הזכיות שמורות‬ ‫ק”א"פלטיול”פ‬ ‫ערב יום הקדוש שנת תשפ”ו לפ”ק‬ ‫‪.‬‬ ‫שליט"א‬ ‫של"ס פרשת ויחי שנת תשפ"ו לפ"ק‬ ‫ק"פל ו"פשת תנש יחיו תשרפ ס"לש‬ ‫מען קען הערן די דברות קודש אויף‬ ‫בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג יצ"ו‬ ‫ו"צי גרובסמאיליוו לודגה ד"מהיבב‬ ‫ששק"תהגתנהשונישבורד ןקרהמםוקי"בכרמע‬ ‫קול סאטמאר ‪1605-615-7777‬‬ ‫ביהמ"ד הגדול קרית יואל‬ ‫לאוי תירק לודגה ד"מהיב‬ ‫ביי די ספעציעלע לחזות בנועם אפטיילונג‬ ‫הגה"ק‬ ‫‪ 4/2/6‬פון די מעין מעניו‬ ‫שזכינו לשמוע‬ ‫~~~‬ ‫צו באקומען די דברות קודש יעדע וואך שיקט אן‬ ‫אימעיל צו ‪lachzosbnoam@gmail.com‬‬ ‫רבינו‬ ‫דברות קודש אצל‬ ‫~~~‬ ‫צו נעמען א חלק אין די זיכוי הרבים‬ ‫ביטע ווענדט אייך צום מערכת‬ ‫מרן‬ ‫וזכות הרבים תלוי בך‬ ‫‪.‬‬ ‫מכ"ק‬ ‫הקונטרס הנוכחי יוצא לאור בסיוע‬ ‫ועד להוצאת ספרי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'‬ ‫עריכה ומראי מקומות ע"י‪:‬‬ ‫ב‪ .‬וו‪845-738-4665 .‬‬ ‫מוצש”ק פרשת ויצא שנת תשפ”ג לפ”ק‬ ‫דינער השנתי של מוסדותינו הק' בארא פארק יצ”ו‬ ‫חובת ההורים לחנך הילדים שיוטב בעיניהם לילך‬ ‫על דרך האבות‪ ,‬ושיראו עליהם צורת אבותם‬ ‫(כ”ח י')‬ ‫'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה'‬ ‫געפון מיר די וואך אין די סדרה 'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה'‪ .‬די ספרים הקדושים (עי'‬ ‫במגלה עמוקות בפרשתן‪ ,‬ובהפלאה שבערכין אות ד' ערך דיוקין) זאגן א ראשי תיבות‪' ,‬ויצא' איז ראשי תיבות‬ ‫'וירא יעקב צורת אבותיו'‪ ,‬יעקב אבינו האט געזען די צורה פון זיינע אבות ‪ -‬אברהם און יצחק‪.‬‬ ‫ס'קען זיין‪ ,‬וואס איז [דער פשט‪ ,‬אז] די תורה פארציילט אז יעקב אבינו האט געזען צורת‬ ‫אבותיו?‬ ‫'והנה הראה אותי אלקים' איך שפיגל מיך אפ אין דיינע קינדער‬ ‫שטייט אין ייטב לב פרשת ויחי (ד”ה ויאמר ישראל)א‪ ,‬ס'שטייט אין פסוק (בראשית מ”ח י”א)‪ ,‬יעקב‬ ‫אבינו רעדט צו יוסף הצדיק‪' ,‬ויאמר ישראל אל יוסף‪ ,‬ראה פניך לא פללתי והנה הראה אותי‬ ‫אלקים גם את זרעך'‪ ,‬איז דער ייטב לב מדייק‪ ,‬ס'שטייט 'והנה הראה אותי'‪' ,‬אותי' טייטשט‬ ‫מיך‪ .‬ס'וואלט געדארפט ווען שטיין 'והנה הראה לי'‪ ,‬איך האב נישט געקלערט איך וועל דיך‬ ‫זען‪ ,‬און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך זע דיינע קינדער‪ .‬איז לויטן לשון‬ ‫הקודש וואלט געדארפט ווען שטיין 'והנה הראה לי'‪ ,‬דער אייבערשטער האט 'מיר' געוויזן‬ ‫דיינע קינדער‪ .‬וואס הייסט 'והנה הראה אותי'‪' ,‬אותי' טייטשט 'מיך'?‬ ‫זאגט ער אזוי‪ ,‬יעקב אבינו האט מורא געהאט ‪ -‬ווען ער האט געהערט אז יוסף הצדיק‬ ‫לעבט‪ ,‬אבער ער האט מורא געהאט‪ ,‬טומאת מצרים איז דאך א שרעקליכע טומאה געווען‪ ,‬אז‬ ‫יוסף הצדיק וואוינט שוין אין מצרים אזויפיל יאר‪ ,‬חלילה ס'האט געהאט א השפעה אויף יוסף‬ ‫ולבקר בהיכלו‬ ‫הראה אותי אלקים גם את זרעך' (בראשית מ”ח י”א)‪ ,‬יש לדקדק‬ ‫א) בייטב לב‪' :‬ויאמר ישראל אל יוסף ראה פניך לא פללתי והנה‬ ‫בנועם‬ ‫מוצש”ק ויצא תשפ”ג‬ ‫לחזות‬ ‫ד‬ ‫הצדיק‪ ,‬ס'איז נשתנה געווארן זיין פנים ‪ -‬זיין צורה‪ ,‬די אידישע צורה‪ ,‬דעם צלם אלקים האט‬ ‫ער נישט‪ .‬וואס יוסף הצדיק איז געווען 'בן זקונים' (בראשית ל”ז ג')‪' ,‬זיו איקונין היה דומה לו'‬ ‫(בראשית רבה פ”ד ח')ב‪ .‬יוסף הצדיק חלילה האט דאס פארלוירן אין מצרים‪.‬‬ ‫האט יעקב אבינו געזאגט פאר יוסף 'ראה פניך לא פללתי'‪ ,‬איך האב מורא געהאט‪ ,‬אז איך‬ ‫קען נישט זען דיין ריכטיגע צורה וואס איך האב דיך געזען ווען איך האב דיך איבערגעלאזט‪,‬‬ ‫ס'איז געווען 'בן זקונים הוא לו'‪ ,‬ס'האט אויסגעזען אזוי ווי יעקב אבינו‪ ,‬טאמער חלילה ס'איז‬ ‫עפעס געשען‪ ,‬ס'איז נשתנה געווארן די צורה‪' .‬והנה הראה אותי אלקים'‪ ,‬דער אייבערשטער‬ ‫האט 'מיך' געוויזן אין דיינע קינדער‪ ,‬איך קוק אן דיינע קינדער‪ ,‬און איך זע מיך אין דיינע קינדער‪.‬‬ ‫איך קוק אן די לעכטיגע צורות פון מנשה ואפרים וואס זענען אויפגעוואקסן אין מצרים‪ ,‬און איך‬ ‫שפיגל מיך אפ‪ ,‬איך זעה מיך אין דיינע קינדער‪ .‬ס'איז אסאך א העכערע מדריגה ווי 'הראה לי'‪,‬‬ ‫נישט דער אייבערשטער האט מיר געוויזן‪ ,‬נאר דער אייבערשטער האט מיך געוויזן‪ ,‬איך זע מיך‪,‬‬ ‫די בחינה פון יעקב אבינו זעה איך אין דיינע קינדער‪ ,‬זיי זענען אויכעט 'זיו איקונין דומה לו'‪ .‬אזוי‬ ‫טייטשט דער זיידע ז”ל אין ייטב לב‪.‬‬ ‫די עלף שבטים זענען געבוירן געווארן אין חרן אין שאטן‬ ‫פון לבן הארמי‪ ,‬דאך 'וירא יעקב צורת אבותיו'‬ ‫די וואך אין די סדרה הייבט זיך אן‪ ,‬יעקב אבינו איז ארויסגעגאנגען פון באר שבע און ער איז‬ ‫געגאנגען קיין חרן‪ ,‬און די תורה פארציילט אונז דעם גאנצן סיפור ווי יעקב אבינו איז‬ ‫אנגעקומען‪ ,‬ווי יעקב אבינו האט חתונה געהאט מיט רחל און לאה‪ ,‬ער האט גענומען די‬ ‫אמהות הקדושות און ער האט אויפגעשטעלט די שבטים ‪ -‬די עלף שבטים וואס זענען‬ ‫געבוירן געווארן‪ .‬אין חרן זענען זיי געבוירן געווארן‪ ,‬אין שאטן פון לבן הארמי‪ ,‬דארט האט יעקב‬ ‫אבינו מעמיד געווען עלף שבטים‪ ,‬הייליגע קינדער‪.‬‬ ‫זאגט אונז די תורה‪' ,‬ויצא יעקב מבאר שבע' איז ראשי תיבות 'וירא יעקב צורת אבותיו'‪ ,‬די‬ ‫תורה זאגט אונז‪ ,‬יעקב אבינו האט חתונה געהאט אין חרן‪ ,‬יעקב אבינו האט געהאט קינדער אין‬ ‫ולבקר בהיכלו‬ ‫מחמת זוהמת מצרים בהשתקעו שם אולי נשתנה תואר פניו וצלם‬ ‫דהיה ראוי לומר 'הראה לי'‪ ,‬מה זה דקאמר 'אותי'‪ .‬גם אומרו‬ ‫אלקים שהיה עליו דמות דיוקנו של יעקב ‪ ...‬וזהו שאמר לו 'ראה‬ ‫'את' שפת יתר‪ .‬ונראה לי על פי מה שכתב רש”י על הפסוק‬ ‫פניך לא פללתי'‪ ,‬כי חששתי אולי נשתנה מכח איזה חטא‬ ‫(בראשית ל”ז ג') 'כי בן זקנים הוא לו'‪' ,‬שכל מה שלמד משם ועבר‬ ‫חלילה‪ ,‬והנה הראה 'אותי' אלקים‪ ,‬היינו את עצמי דמותי וצלמי‪,‬‬ ‫מסר לו‪ ,‬דבר אחר שהיה זיו איקונין דומה לו'‪ .‬ועיין בספר ישמח‬ ‫לא מבעיא עליך אלא 'גם את זרעך'‪ ,‬עם זרעך‪ ,‬שגם הם יש להם‬ ‫משה (פר' וישב ד”ה כי בן) ששני הפירושים עולים בקנה אחד‪,‬‬ ‫דמות דיוקנו של יוסף הדומה ליעקב‪ ,‬והבן זה [ובילדותי אמרתי‬ ‫מחמת שהיה לו זיו איקונין שלו ואת השרטוטין שהיה ליעקב‬ ‫פירוש זה לפני מוזלה”ה וקלסו]‪.‬‬ ‫הראוי למסור לזה רזי תורה‪ ,‬לכך מה שלמד מסר לו‪ .‬נמצא‬ ‫שהיה ליוסף קלסתר פניו ותוארו של יעקב‪ .‬וזהו שאמר (בראשית‬ ‫ב) בבראשית רבה‪' :‬וישראל אהב את יוסף' (בראשית ל”ז ג')‪ ,‬רבי‬ ‫יהודה אומר שהיה זיו איקונין שלו דומה לו [והובא ברש”י עה”פ‬ ‫מ”ו ל') 'אמותה הפעם אחרי ראותי את פניך' המיוחד לך‪' ,‬כי‬ ‫שם]‪.‬‬ ‫עודך חי'‪ ,‬בחינת צדיק הנקרא חי (זוה”ק פר' מקץ דף קצג‪ ,):‬כי חש פן‬ ‫ה‬ ‫בנועם‬ ‫מוצש”ק ויצא תשפ”ג‬ ‫לחזות‬ ‫חרן‪ ,‬ער האט מגדל געווען קינדער אין חרן‪ ,‬ער האט געזען ‪ -‬אין זיינע קינדער האט ער געזען צורת‬ ‫אבותיו‪ ,‬און ער האט געזען אין זיינע קינדער ‪ -‬וואס איז אויפגעוואקסן אין חרן‪ ,‬האט ער געזען די‬ ‫צורה פון אברהם אבינו‪ ,‬און פון יצחק אבינו‪ ,‬ס'האט אפגעשפיגלט אברהם אבינו‪ ,‬יצחק אבינו‪,‬‬ ‫האט ער געזען ‪ -‬אין די שבטים האט ער זיי געזען‪.‬‬ ‫מ'איז מחנך קינדער אין אמעריקע וואו אסאך‬ ‫לבן הארמי'ס דרייען זיך ארום אין די גאסן‬ ‫דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר יעדן טאטן‪ .‬מ'רעדט שוין היינט צו אידן ‪ -‬אינגעלייט‪ ,‬דער‬ ‫אייבערשטער העלפט זיי‪ ,‬זיי האבן חתונה‪ ,‬דער אייבערשטער בענטשט זיי מיט קינדער‪ ,‬מיט‬ ‫אינגלעך און מיט מיידלעך‪.‬‬ ‫מ'וואוינט שוין היינט זיבעציג יאר אין אמעריקע‪ .‬ס'איז שוין פון די [אידן] וואס זענען‬ ‫געקומען קיין אמעריקע‪ ,‬יענע אידן זענען שוין ליידער נישט דא‪ .‬די וואס האבן מיטגעמאכט די‬ ‫שווערע זמנים אין אייראפע‪ ,‬דער דור איז שוין נישט דא‪ .‬ס'איז שוין דורות אויפגעוואקסן ‪-‬‬ ‫געבוירן און אויפגעוואקסן אין חרן‪ .‬אויפגעוואקסן אין אמעריקע‪ ,‬וואו ס'איז דא נישט איין לבן‬ ‫הארמי‪ ,‬נאר ס'איז דא ‪ -‬אסאך לבן הארמי'ס דרייען זיך ארום אין די גאסן‪ ,‬און מ'איז מחנך‬ ‫קינדער אין אמעריקע‪.‬‬ ‫אונזער שטרעבן דארף זיין 'וירא יעקב צורת אבותיו'‬ ‫יעדער איינער דארף זיך אריינטראכטן‪” ,‬איך געדענק מיין זיידן” ‪ -‬יעדער אינגערמאן דארף‬ ‫אריינטראכטן‪” ,‬איך געדענק מיין זיידן‪ ,‬מיינע קינדער שפיגלען אפ מיין זיידן? זיי שפיגלען אפ ‪-‬‬ ‫די אינגלעך‪ ,‬די מיידלעך ‪ -‬דעם זיידן‪ ,‬די באבען? זיי שפיגלען דאס אפ? זיי זעען אזוי אויס? דער‬ ‫זיידע קען זאגן 'והנה הראה אותי'‪ ,‬איך זע מיך אין די קינדער?”‪ ,‬דאס איז א געוואלדיגע זאך‪.‬‬ ‫'וירא יעקב צורת אבותיו'‪ ,‬יעקב האט געזען אין זיינע קינדער די צורת אבותיו‪ ,‬און דאס‬ ‫דארף זיין אונזער שטרעבן‪ .‬דער אייבערשטער העלפט מ'האט קינדער‪ ,‬זאלן זיי אויסזען אזוי‬ ‫ווי די זיידעס האבן אויסגעזען‪ .‬ווי אזוי מיין זיידע האט מיר פארציילט ווי אזוי זיין טאטע האט‬ ‫אויסגעזען‪ .‬ווי אזוי זיין עלטער זיידע ‪ -‬מיין עלטער עלטער זיידע‪ .‬דער איז געווען א שינאווא‬ ‫חסיד‪ ,‬דער איז געווען א סיגוט'ער ‪ -‬ער געפארן צום קדושת יום טוב‪ .‬דער ‪ -‬אין א דור פריער ‪-‬‬ ‫איז נאך געפארן צום הייליגן דברי חיים‪ ,‬צו דער איז געפארן קיין בעלזא‪ ,‬צום מיטעלן בעלזער רב‪.‬‬ ‫ס'כאפט אן א ציטער‪” ,‬מיינע קינדער זעען אזוי אויס?”‪ ,‬אונז וואקסן מיר אויף דא אין חרן‪,‬‬ ‫בצל לבן הארמי‪ ,‬און דאס איז וואס אונז דארפן מיר צו זען‪ ,‬די קינדער זאלן זען די צורת אבותיו‪,‬‬ ‫די צורה פון די אבות‪ ,‬א זיידע‪ ,‬אן עלטער זיידע‪ ,‬אן עלטער עלטער זיידע‪ .‬זיי זאלן אזוי אויסזען אין‬ ‫אלע ענינים‪.‬‬ ‫ס'איז דא ליידער ירידת הדורות‪ .‬ס'טוט וויי דאס הארץ‪ ,‬מ'מוז עס אבער ארויס זאגן‪ .‬יעדער‬ ‫ירא שמים טוט וויי דאס הארץ ווען ער קוקט זיך אום ווי אזוי ס'זעט אויס חינוך הבנים און‬ ‫בנועם‬ ‫מוצש”ק ויצא תשפ”ג‬ ‫לחזות‬ ‫ו‬ ‫חינוך הבנות‪ .‬ס'איז ליידער זייער גערוקט פון די אבות‪ ,‬פון אבות אבותם‪ .‬נישט אין תורה‪,‬‬ ‫נישט אין יראת שמים‪ ,‬נישט ווי אזוי מ'קומט אין בית המדרש‪ ,‬נישט ווי אזוי מ'דאווענט‪ ,‬נישט‬ ‫ווי אזוי מ'גייט אנגעטון‪ ,‬נישט מיט דעם שיינעם ריכטיגן ערליכן התנהגות‪ .‬ס'איז דא א‬ ‫קרירות‪.‬‬ ‫מ'האט געהאט ‪ -‬די אמאליגע אידן ‪ -‬געהאט א ווארימקייט צו א מצוה‪ ,‬א ווארימקייט צו א‬ ‫דבר שבקדושה‪ .‬זיי האבן געהאט א פשטות'דיגע ‪ -‬א תמימות'דיגע ערליכקייט‪ ,‬און מ'דארף‬ ‫דאס שטארק אריינטראכטן‪ ,‬צו מ'זעט די צורה אדער ליידער אן אנדערע צורה‪ ,‬און אויף דעם‬ ‫טוט וויי דאס הארץ‪.‬‬ ‫”דאס קינד הייסט נאך דעם עלטער זיידן‪ ,‬זאל‬ ‫דאס קינד אויסזען אזוי ווי דער עלטער זיידע”‬ ‫דארף מען זען פעולות צו טון‪ ,‬יעדער יחיד‪ .‬יעדער דארף אריינטראכטן ”איך געב א נאמען‬ ‫נאך מיין קינד נאך מיין זיידע‪ ,‬נאך מיין עלטער זיידע‪ .‬דאס קינד הייסט נאך דעם עלטער זיידן‪ ,‬נו‪,‬‬ ‫זאל דאס קינד אויסזען אזוי ווי דער עלטער זיידע‪ .‬זאל דאס קינד ‪ -‬איך וועל פארציילן וואס איך‬ ‫האב געהערט‪ ,‬דער עלטער זיידע‪ ,‬ווי אזוי ער האט זיך געפירט‪ ,‬ווי אזוי ער איז געווען‪ ,‬וואס פאר א‬ ‫חשוב'ער איד דאס איז געווען”‪.‬‬ ‫זאגן פאר דעם קינד‪” ,‬דו האסט א פליכט אויסצואוואקסן אזוי!”‪ ,‬און דער טאטע האט א‬ ‫פליכט צו זען אז דאס קינד זאל אזוי אויסוואקסן‪ ,‬חסידישע אידן‪ ,‬חסידים ואנשי מעשה‪ ,‬וואס‬ ‫יראת ה' חופפת על פניהם‪.‬‬ ‫שבח מוסדותינו הק'‬ ‫ממילא וועלן מיר ארויסברענגען אן הכרת הטוב פאר די קהילה מיט די מוסדות‪ ,‬מ'רעדט‬ ‫יעצט דא אין בארא פארק‪ .‬דער פעטער ז”ל האט מייסד געווען דעם מוסד‪ ,‬און ס'איז אלעמאל‬ ‫געפירט געווארן יארן לאנג נאכדעם ‪ -‬דער טאטע ז”ל האט עס ממשיך געווען‪.‬‬ ‫זיי זעען אנצוגיין דעם דרך‪ ,‬אז ס'זאל זיין 'וירא יעקב צורת אבותיו'‪ ,‬אז מ'זאל זען די קינדער‬ ‫זאלן זיין אזוי ווי די אבות נאך וועם זיי הייסן‪ ,‬זיי זאלן זיין חשוב'ע ערליכע אידן‪ ,‬וואס זעען זיך‬ ‫אויסצוצייכענען סיי אין וואס איז נוגע די לימודים‪ ,‬וואס איז נוגע יראת ה'‪ ,‬ווי אזוי אן ערליכער‬ ‫איד דאווענט‪ ,‬ווי אזוי אן ערליכער איד פירט זיך מיט אן התלהבות און מיט א ווארימקייט‪ ,‬סיי‬ ‫אין חינוך הבנים און סיי אין חינוך הבנות אין צניעות און אין ערליכקייט ווי אן ערליכע אידישע‬ ‫טאכטער דארף זיך צו פירן‪.‬‬ ‫סיי אין תלמוד תורה‪ ,‬סיי אין ישיבה‪ ,‬די קלענערע בחורים און די עלטערע בחורים‪ ,‬שטייגן‬ ‫ברוך ה' אויס ערליכע אידישע קינדער אויסגעצייכנט אין אלע ענינים‪ ,‬חשוב'ע בחורים אין‬ ‫ישיבה קטנה און אין ישיבה גדולה‪ ,‬וואס זיי לערנען בהתמדה און שטייגן אין תורה ויראת‬ ‫שמים‪.‬‬ ‫ז‬ ‫בנועם‬ ‫מוצש”ק ויצא תשפ”ג‬ ‫לחזות‬ ‫ממילא איז א פליכט פאר די אלע אידן וואס זיי האבן א געפיל צו תורה‪ ,‬א געפיל צו‬ ‫ערליכקייט‪ ,‬און א געפיל צו האבן אייגענע ערליכע אידישע קינדער און אייניקלעך‪ ,‬מחזק צו‬ ‫זיין די הנהלת הגשמי וואס טראגט א שווערע עול‪ ,‬אז ס'זאל קענען זיין 'וירא יעקב צורת‬ ‫אבותיו'‪.‬‬ ‫'וירא יעקב צורת אבותיו'‪” ,‬מיר געפעלט די צורת‬ ‫אבותיו‪ ,‬און איך וויל עס זאל ענק אויך געפעלן”‬ ‫און איך זאג 'וירא יעקב צורת אבותיו'‪' ,‬וירא' איז טייטש א לשון געפעלן‪' ,‬רואה אני את‬ ‫דברי אדמון' (כתובות קח‪):‬ג‪ ,‬ס'איז ליידער אזוי אז ס'איז דא וואס ס'געפעלט נישט די צורת‬ ‫אבותיו‪ ,‬זיי זענען שוין קלוגער און זיי פארשטייען שוין אנדערש‪ ,‬מ'דארף שוין אנדערש זיין‪,‬‬ ‫ס'איז נישט דאס וואס אמאל‪.‬‬ ‫'וירא יעקב צורת אבותיו'‪ ,‬יעקב איז געפאלן די צורת אבותיו‪ ,‬און דאס האט ער איבערגעגעבן‬ ‫פאר די קינדער‪ ,‬אז ”מיר געפעלט די צורת אבותיו‪ ,‬און איך וויל עס זאל ענק אויך געפעלן‪ ,‬עטס‬ ‫זאלטס אויך וויסן‪ ,‬דאס איז די ריכטיגע וועג”‪.‬‬ ‫ברכת הקודש‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬די אלע אידן זאלן טאקע זיין 'וירא יעקב צורת אבותיו'‪,‬‬ ‫ס'זאל געפעלן‪ ,‬ס'זאל האבן חן‪ ,‬און זיי זאלן וועלן אזוי זיין‪ ,‬און מדריך זיין די קינדער און די‬ ‫אייניקלעך און די אור‪-‬אייניקלעך‪ ,‬אויף די צורת אבותיו‪ ,‬זיי זאלן אויסזען אזוי ווי די אבות‬ ‫אבותינו‪.‬‬ ‫אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו אלע ברכות האמורות בתורה‪ ,‬די ברכה וואס הקב”ה‬ ‫האט מבטיח געווען יעקב אבינו די וואך (בראשית כ”ח י”ד)ד‪ ,‬הייליגע ברכות‪ .‬מ'זאל האבן‬ ‫געבענטשטע קינדער וואס זיצן עוסק בתורה ובמצות‪ ,‬מיט פרנסה בהרחבה‪ ,‬אריכות ימים‬ ‫ושנים בכל מילי דמיטב תמיד‪.‬‬ ‫[ואח”כ האריך כ”ק מרן רבינו שליט”א בענין כשרות המזוזות]‬ ‫ולבקר בהיכלו‬ ‫ונגבה ונברכו בך כל משפחת האדמה ובזרעך‪ .‬והנה אנכי עמך‬ ‫ג) במשנה שם איתא כמה דברים שאדמון אומר‪ ,‬ואמר רבן‬ ‫ושמרתיך בכל אשר תלך והשבתיך אל האדמה הזאת כי לא‬ ‫גמליאל‪ ,‬רואה אני את דברי אדמון‪.‬‬ ‫אעזבך עד אשר אם עשיתי את אשר דברתי לך‪.‬‬ ‫ד) בפר' ויצא‪ :‬והיה זרעך כעפר הארץ ופרצת ימה וקדמה וצפנה‬