איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — ויצא (2026-11-16)

איש חסד היה
א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד
פונעם בארימטן נגיד
מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל
───────◇───────
פאר הערות ,תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות:
אימעילy.b.daskal@gmail.com :
פרק י״ג
פורים
״פורים איז פורים״
רבן של ישראל ,רבי ישראל סאלאנטער ,פלעגט זאגן :״ביי א איד וואס איז אן עובד ה׳ ,דארף דאס
גאנצע יאר זיין ווי חודש אלול ,און אלול אליין איז אלול!״
אזוי קענען מיר אויך זאגן :ביי אן איש חסד דארף דאס גאנצע יאר זיין ווי פורים ,און פורים אליין
דארף זיין זיין הנהגה א מוסטער פאר אנדערע.
שוין אין זיינע קינדער־יארן האט ער ארויסגעקוקט אויף דעם מאמענט ווען ער וועט קענען געבן
צדקה פורים.
״אז איך זאל אויך זוכה זיין צו טיילן צדקה פורים״
בראנפן ווערן
ָ פורים אין פאשקאן .שמחה און פרייד פילן אן די גאסן פונעם שטעטל .גלעזלעך
אנגעגאסן אן א חשבון ,און די קינדער נעמען אנטייל אין דער פרייליכקייט ,מיט זייערע קינדערישע
שטיקלעך און שפיצלעך.
אויף איינע פון די גאסן שטייט דאס שיינע ,פראכטפולע הויז פונעם גביר פון שטעטל ,ארומגענומען
מיט א שטיינערנעם צוים .אויפן צוים שטייט דער קליינער שמואל יהודל׳ה און קוקט אריין.
פאר זיינע אויגן אנטפלעקט זיך א וואונדערבארער מחזה ,וואס רירט אן די טיפסטע ,באהאלטענע
סטרונעס פון זיין נשמה.
שמואל יהודל׳ה זעט ווי דער גביר טיילט צדקה פאר יעדן וואס קומט אריין און בעט.
דער מחזה נעמט אים אינגאנצן איין דאס הארץ .ער ווערט נישט מיד צו שטיין דארט דעם גאנצן
פורים און זיך אנקוקן ווי דער גביר טיילט צדקה.
טיף אין זיין הארץ ווערט שטיל אויסגעשעפשעט א תפילה :״הלוואי ...איך זאל אויך זוכה זיין צו
טיילן צדקה פורים!״
אזוי האט ער שפעטער דערציילט.
די דאזיגע תפילה ,וואס האט זיך ארויסגעריסן פון שמואל יהודל׳הס הארץ ווען ער איז נאך געווען
א קליין קינד ,איז טאקע מקוים געווארן.
פורים אויף רחוב רב סעדיה גאון אין בני ברק
א פורימדיגע טומל האט געהערשט אויף די גאסן און אין די הייזער .פארשטעלטע קינדער זענען
אריין און ארויס ,די פרייליכקייט האט זיך געהויבן אלץ העכער ,און משלוח מנות זענען געגאנגען
אהין און צוריק ,פון איין הויז צום צווייטן.
פרק יג -״פורים איז פורים״
״נחמיה,״ האט זיך מיין פאטער מורי צו מיר געוואנדן ,״איך וויל אז דו זאלסט גיין זען עפעס ...גיי
ביטע צו ר׳ שמואל דסקלס הויז ,שטעל זיך נעבן דער טיר ,און וועסט זען וואס חסד מיינט!״
אזוי דערמאנט זיך מיט התרגשות דער הרב הגאון רבי יוסף נחמיה פרידמן ,רב פון דער צאנז־
זשמיגראדער קהילה אין בית שמש ,און מנהל רוחני אין דער ישיבה ׳חכמת שלמה׳ אין בני ברק.
איך בין געשטאנען נעבן דער טיר פונעם הויז ,אינגאנצן פארכאפט פונעם מחזה .איך האב
נאכגעקוקט ר׳ שמואל ,ווי ער גיט פאר יעדן וואס קומט גרויסע סכומים געלט ,און זיין פנים שיינט
פון שמחה של מצוה.
איינער נאכן צווייטן זענען מענטשן אנגעקומען ,און ר׳ שמואל האט געגעבן נאך און נאך ,אן ווערן
מיד.
פון צייט צו צייט האט זיך די טיר פארמאכט אויף א קורצן מאמענט ,און גלייך דערנאך ווידער
געעפנט .ר׳ שמואל איז צוריקגעקומען מיט נאך א פעקל באנקנאטן ,און ווידער געטיילט ,געגעבן און
געשאנקען.
באזונדערס האט מיך געוואונדערט ,אז ר׳ שמואל האט נישט מטריח געווען די מענטשן
אריינצוקומען אין הויז ,נאר איז געשטאנען ביים אריינגאנג ,גרייט און צוגעגרייט צו געבן פאר יעדן
איינעם...
דער דאזיגער מחזה שטייט מיר נאך ביזן היינטיגן טאג פאר די אויגן.
ווי א סאלדאט אויף זיין וואך
פרי אינדערפרי ,פורים ,האט ער געדאוונט כוותיקין ,און דערנאך זיך געשטעלט אויף זיין וואך ביים
אריינגאנג פונעם הויז.
ארויסגעפלאסן פון זיין הויז איז געווען געוואלדיג .״דאס הויז פון ר׳
ָ דער שפע וואס איז פורים
שמואל דסקל״ איז געווען באקאנט איבערן גאנצן לאנד .אלע נצרכים ,מוסדות התורה און
ארגאניזאציעס האבן נישט אויסגעלאזט דאס דאזיגע הויז.
דער הרה״ג ר׳ אביגדור גייגער ,ר״מ אין ישיבת וויזשניץ ,האט דערציילט:
דאס איז געווען פורים תשכ״ד .מיר זענען געווען יונגע בחורים אין ישיבת וויזשניץ .מיר האבן
געהערט אז ר׳ שמואל טיילט פורים א גרויסן סכום פאר יעדן ישיבה־בחור.
אין יענער צייט האט ר׳ שמואל געוואוינט אין שיכון נוה אחיעזר ,און מיר זענען זיך געשטראמט צו
זיין הויז ,אים צו בעטן א נדבה פאר הכנסת כלה.
מיר זענען ארויס פון דארט שטארק באאיינדרוקט ,נישט בלויז פון דער גרויסקייט פונעם סכום,
נאר בעיקר פונעם יחס ,פון דער שמחה און פון דער ליבשאפט וואס האבן ארויסגעשטראלט פון זיין
פנים בשעת ער האט אונז געגעבן.
דער הרה״ח ר׳ אברהם חיים וויזל ,משגיח אין ישיבת חכמי לובלין ,האט דערציילט:
איך האב באמערקט מענטשן וואס האבן זיך ,נאכדעם וואס זיי האבן שוין באקומען ,ווידער
אריינגעמישט צווישן די קומענדיגע ,און נאכאמאל געבעטן.
ב
איש חסד היה
זיי האבן געמיינט אז ר׳ שמואל באמערקט עס נישט .אבער איך האב געזען אז ער באמערקט עס יא,
נאר מאכט זיך ווי ער זעט נישט ,און גיט זיי ווידער ,מיט דער זעלבער ליבשאפט און דער זעלבער
געדולד!
נישט צו אנטוישן די ארעמעלייט
דער הרה״ח ר׳ דוד צבי נוימאן פון ווין האט דערציילט פאר אונזער שוואגער ,הרה״ח ר׳ בנציון
פוירשטיין:
פאר פורים האב איך אנגערופן ר׳ שמואל און אים דערציילט ,אז איך קום קיין ארץ ישראל אויף
צוויי טעג ,כדי זיך מסתופף צו זיין בצל פון מיין מורי ורבי כ״ק מרן האדמו״ר מערלוי.
״איך וואלט געוואלט זיך טרעפן מיט אייך אין בני ברק פורים ,אבער איך האב מורא אז איך וועל
בלייבן שטעקן אויף די איבערגעפילטע וועגן אין בני ברק אין דעם טאג .דעריבער וויל איך אייך
בעטן ,אז מיר זאלן זיך טרעפן פאר א קורצע צייט אין דער בורסה.״
״ווי קען איך פארלאזן דאס הויז פורים?״ האט ר׳ שמואל געענטפערט מיט פשטות .״און אויב עס
וועט קומען א נצרך און זען אז איך בין נישט אינדערהיים ,ווי וועט ער זיך פילן? ווי שטארק וועט
ער אנטוישט ווערן!״
איך בין געווען טיף גערירט פון ר׳ שמואלס ווערטער .זיי זענען מיר אריין אין הארץ.
די תמימות און ריינקייט ,די געפילפולקייט פון א מענטש וואס געפינט זיך אויף די העכסטע
שטאפלען פון עשירות ,און שפירט דאך דעם ווייטאג פונעם ארעמאן — דאס איז פאר מיר א
לעבעדיגער ספר מוסר!
מסירות צו טון דעם רצון פון א צדיק
טראץ דעם פלעגט ער פארלאזן זיין הויז אויף עטליכע קורצע מינוט ,כדי אריינצוגיין אל הקודש
פנימה צו כ״ק מרן האדמו״ר דער ׳ישועות משה׳ מוויזשניץ ,זיך צו בענטשן אין דעם גרויסן טאג.
פאר די דאזיגע מינוטן האט ער באשטימט זיינע קינדער צו שטיין אויף זיין פלאץ און טיילן צדקה
פאר יעדן נצרך.
דער הרה״ח ר׳ ישראל וויינבערגער פון קרית וויזשניץ אין בני ברק האט דערציילט:
איינמאל ,פורים ,ווען ר׳ שמואל איז אריין אל הקודש פנימה ,האט דער רבי צו אים געזאגט:
״עס איז מיר אונטערגעקומען א גאר גרויסער צורך מצוה .איך דארף צען טויזנט שקל!״
ר׳ שמואל האט גלייך אנגעהויבן זוכן אין זיינע טאשן.
דער רבי האט נישט געמיינט אז ר׳ שמואל זאל דאס געלט געבן אויפן ארט ,און האט אים בארואיגט:
״נישט געפערליך ,נישט געפערליך! בעזרת ה׳ וועסטו מיר איבערגעבן דעם סכום.״
אבער ר׳ שמואל ,שטארק גערירט שטייענדיג פארן רבי׳ן ,האט געענטפערט מיט התרגשות:
״ניין ,ניין! איך לויף גלייך אהיים ברענגען פארן רבי׳ן דאס געלט!״
ג
פרק יג -״פורים איז פורים״
ער איז ארויס פון צימער און שנעל אהיימגעקומען .דארט האט ער זיך אנגעשטויסן אין דעם גרויסן
עולם נצרכים ,וואס האבן אים קוים געלאזט ווידער ארויסגיין צום רבי׳ן.
דאך איז ער שוין נאך צען מינוט צוריקגעשטאנען אין חדר קודשו פונעם רבי׳ן ,מיטן גאנצן סכום
אין דער האנט.
כ״ק מרן אדמו״ר דער ׳ישועות משה׳ מוויזשניץ אין א שמועס מיט ר׳ שמואל.
אן אפענער טשעק
דער הרה״ח רבי יהודה יואל מילער ,פון די זקני וחשובי חסידי וויזשניץ ,האט דערציילט:
איך בין געווען אנוועזנד פורים ביים רבי׳ן ,דער ׳ישועות משה׳ ,און פלוצלינג האב איך געזען ווי ר׳
בלאנקן טשעק אויפן טיש פונעם רבי׳ן ,און זאגט:
שמואל לייגט א ַ
״דער רבי זאל אליין אויספילן וויפיל ער וויל ,לויט זיין שיקול הדעת.״
ער האט מורא געהאט אז ער וועט נישט געבן גענוג ,און דעריבער האט ער געוואלט אז דער רבי זאל
אליין באשליסן.
ער האט זיך אפילו אפגעזאגט פון דער קלענסטער הנאה וואס נדיבי לב האבן ,ווען זיי באשליסן
אליין וויפיל צו געבן ,אבי צו דערפילן דעם רצון פונעם צדיק.
אן אנטשולדיגונג
איין איינציג מאל האט ער פארלאזט זיין הויז אויף דעם גאנצן פורים.
דאס איז געווען אין יאר תש״מ ,ווען כ״ק מרן אדמו״ר דער ׳ישועות משה׳ מוויזשניץ האט חתונה
געמאכט זיין ערשטן אייניקל אין אמעריקע ,אין חודש אדר.
ר׳ שמואל האט בשום אופן נישט געוואלט פארפאסן די גרויסע שמחה פונעם רבי׳ן ,און האט
דעריבער געמוזט בלייבן דארט פורים אינאיינעם מיטן רבי׳ן.
כדי נישט צו אנטוישן די גרויסע מאסן מענטשן וואס פלעגן קלאפן אויף זיין טיר ,האט ער געשריבן
א צעטל מיט זיין אייגענער האנטשריפט:
״איך אנטשולדיג זיך ,אבער איך האב געמוזט פארלאזן דאס הויז אויף דעם פורים־טאג .איך בעט
יעדן וואס קומט ,ער זאל אויפשרייבן זיין נאמען אויפן צעטל ,און נאך פורים וועל איך אים שיקן
דאס צדקה־געלט.״
און ווי מיר האבן שוין געזאגט :ביי אן איש חסד איז דאס גאנצע יאר ווי פורים ,אבער פורים אליין
איז גאר א באזונדערער טאג.
ד
