gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — ויצא (2026-11-16)

מוציא לאור: האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish

שבוע: ויצא (2026-11-16)

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — ויצא (2026-11-16)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‬ ‫גליון י" ד – פ' ויצא תשפ"ז לפ"ק‬ ‫מתוך דברי דברי מוסר והתעוררות שנשמעו מפ"ק מרן רבינו זי"ע‬ ‫במסיבת מלוה מלכה לטובת ישיבתינו הק' (ח"ג)‬ ‫מוצש"ק חיי שרה תשנ"ו בוומסב"ג יצ"ו‬ ‫אבער עכ"פ איז איינס פון די וויכטיגסטע זאכן‪ ,‬דאס ענין פון לערנען‪ ,‬נישט מתרשל זיין אין לערנען‪ .‬מען לאזט איבער אביסל צייט צום‬ ‫לערנען‪ .‬עס קען דורכגיין פיר און צוואנציג שעה‪' ,‬איך האב נישט גענוג צייט‪ ,‬איך האב נישט מער צייט ווי א האלבע שעה‪ ,‬איך האב‬ ‫נאר צייט א פערטל שעה ‪ -‬א האלבע שעה'‪ .‬היתכן‪ ,‬אויב דו פלאגסט זיך שוין א גאנצן טאג‪ ,‬אמאל פאר הבל און אמאל פאר נישט הבל‪,‬‬ ‫דאס וואס דו מוזסט האבן שעות‪ ,‬און וויפיל מער דו האסט זאלסטו נוצן צו תורה‪ ,‬נישט אויף הבל וריק‪ ,‬נישט אויף פשוט'ע זאכן‬ ‫אנצוברענגען צייט‪ ,‬מיט ריידס און מיט ווייס‪-‬איך‪-‬וואס‪ ,‬נישט אנברענגען צייט‪.‬‬ ‫ווען מען האט א פרייע רגע‪ ,‬נוץ עס פאר דיר אויף תורה‪ ,‬און פאר דיינע קינדער אויף תורה‪ .‬ווען דו האסט א פרייע מינוט לערן מיט דיין‬ ‫קינד‪ ,‬פארהער דיין קינד‪ ,‬טו‪ .‬נישט זוכן אנדערע וועגן‪ ,‬מיר האבן נישט קיין אנדערע וועגן‪ ,‬אונזער טאג און אונזער לעבן איז נאר דער‬ ‫וועג פו ן די תורה‪ ,‬און די תורה גופא‪ ,‬עצם התורה‪ ,‬לערנען תורה‪ ,‬מיט מיר‪ ,‬מיט מיין קינד‪ ,‬יענעמ'ס קינד זאל לערנען‪ ,‬און נישט קיין‬ ‫וועגן קיין אנדערע‪ ,‬גארנישט עפעס אנדערש אויף דעם עולם‪.‬‬ ‫מען האט אונז אזוי געלערנט‪ ,‬און מיר האבן נישט קיין אנדערן וועג‪ ,‬אזוי מען האט אונז מחנך געווען‪ ,‬אזוי ווי מיר האבן געזען ביי אלע‬ ‫אונזערע אבות‪ ,‬און אזוי האט מען דורכגעלעבט די פינסטערניש פון צוויי טויזנט יאר גלות‪ ,‬אלעס נאר אויף דעם זעלבן נוסח‪ ,‬און‬ ‫קיינמאל נישט משנה געווען‪ ,‬אזוי טאר מען נ ישט זוכן קיין אנדערע וועגן‪ ,‬נאר דער וועג וואס מיר האבן געלערנט‪ ,‬מיט הייליגקייט‪,‬‬ ‫מיט די קדושת התורה‪ ,‬דאס איז דער עצם‪ ,‬און נישט זוכן ‪ -‬ווען מען זוכט א פרנסה‪ ,‬זוך נישט אזא פרנסה וואס ח"ו עס טוט פארשמירן‬ ‫די תורה‪ ,‬וואס ח"ו מען וועט זאגן "ביסט א גנב" ח"ו‪ ,‬מען זאל נישט פארגעסן פון דעם אז מיר זענען דאך "בנים אתם לה' אלקיכם"‪,‬‬ ‫אונזער גדולה און אונזער פרנסה און אונזער אלעס‪ ,‬איז נישט תלוי אין אונז‪ ,‬נישט דער איד געבט מיר פרנסה‪ ,‬נישט דער צווייטער‪,‬‬ ‫כביכול דער בוכ"ע געבט דאך פרנסה‪ .‬דאס זאל זיין זיין תענוג וואס ער קען העלפן אידישע קינדער‪ .‬טו נישט זוכן א פרנסה קעגן די‬ ‫תורה‪.‬‬ ‫דאס איז דער עצם ענין‪ .‬נאר אויסערדעם וואס איך וואלט געדארפט מעורר זיין‪ ,‬די שטוב באשטייט דאך פון דריי‪ ,‬די שטוב באשטייט‬ ‫פון די טאטע‪ ,‬און פון די מאמע‪ ,‬און פון די קינדער‪ .‬איז די ערשטע זאך וואס מיר זאגן איצט‪ ,‬קודם כל‪ ,‬ווען דו האסט א פרייע מינוט‬ ‫האב אינזין תורה‪ ,‬האב אינזין וואס דו קענסט לערנען‪ ,‬לערן נאך א בלאט גמרא‪ ,‬לערן נאך א שורה שולחן ערוך‪ ,‬וואס דו קענסט קענסטו‪.‬‬ ‫נוץ נישט קיין צייטונגען‪ ,‬נוץ נישט ווייס‪-‬איך‪-‬וואסן‪ ,‬וואס איז הבל וריק‪ ,‬וואס איז כולו שקר‪ ,‬עס איז מטמטם את הלב‪ ,‬און נישט קיין‬ ‫ראדיא'ס‪.‬‬ ‫נאכדעם די צווייטע איז דאך די מאמע‪ ,‬די מאמע מוז זיין אויך הונדערט פראצענטיג‪ .‬עס איז געווארן נעבעך מיט דעם אויך שוואכער‪.‬‬ ‫אזוי ווי די פרנסות זענען געגאנגען נעבעך אזוי לטמיון‪ ,‬האבן זיך אנגעהויבן די אידענעס מער נעמען צו ארבעטן‪ .‬וואס מיר האבן‬ ‫געבעטן יארן צוריק אז פרויען זאלן נישט גיין אין קיין אפיס‪ ,‬מען זאל נישט שיקן קיין טעכטער אין א אפיס‪ ,‬זיי זאלן זוכן נאר א פרנסה‬ ‫וואס איז כשר‪ .‬א פרנסה וואס איז דורך אן אפיס‪ ,‬איז נישט הונדערט פראצענטיג‪ ,‬עס וועט קיינמאל נישט זיין און עס איז קיינמאל נישט‬ ‫געווען‪ .‬מיר מוזן דאס געדענקען‪ .‬עס איז שווערע צייטן‪ ,‬מוז נישט די אידענע דוקא ארבעטן וועגן דעם‪ ,‬און אז זי מוז דוקא יא ארבעטן‪,‬‬ ‫זי האט נישט ח"ו אין שטוב ‪ ,‬אבער עס זאל נישט זיין אויף דעם אופן‪ ,‬דער וועג זאל נישט ח"ו בארירן אידישקייט‪ .‬דאס איז איינס פון‬ ‫די וויכטיגסטע זאכן ביי די אידענע און ביי די טעכטער‪ ,‬וכדומה‪ ,‬נישט לאזן א חברותא וואס טויג נישט און האט נישט ח"ו דאס צניעות‪,‬‬ ‫די אלע זאל נישט ווערן גערירט‪ ,‬ריר נישט צו צו אזא זאך‪ ,‬וועגן דעם וועסטו נישט האבן פרנסה אז דו וועסט ח"ו צעברעכן צניעות‪,‬‬ ‫וועסט צעברעכן ח"ו די וועג פון די הייליגע תורה‪ .‬דאס איז ווי די מעשה מיט יענעם‪ ,‬ער לעשט דעם פייער מיט אויל ‪ -‬גיסט ער‬ ‫אויסצולעשן‪ .‬מיט דעם וואס איז קעגן די תורה‪ ,‬קען מען נישט‪.‬‬ ‫דאס איז איינע פון די וויכטיגסטע ענינים‪ ,‬די שטוב דארף זיין הייליג‪ ,‬א קינד מוז וואקסן אז דער טאטע איז אן ערליכער איד‪ ,‬אז די‬ ‫מאמע איז אן ערליכע אידענע‪ ,‬א קינד זאל זען פאר די אויגן אן ערליכן טאטן‪ ,‬א קינד ברויך צו זען ווי א טאטע לערנט‪ ,‬א קינד ברויך‬ ‫צו זען וויאזוי א טאטע איז ערליך‪ ,‬און די מאמע איז אן ערליכע אידענע‪ ,‬נישט נישט‪-‬צניעות'דיגע קליידער אנטאן‪ .‬וואס וועט זיין פון‬ ‫דעם קינד? עס וועט זיך אין דעם ווענדן‪ .‬וויאזוי קען מען זיין א כשר'ע מאמע אז די מאמע אליין איז נעבעך שוואך אנגעטאן‪ ,‬און דאס‬ ‫ווערט אמאל וואס אמאל שוואכער‪.‬‬ ‫דאס איז איינס פון די לעבנסוויכטיגע זאכן‪ ,‬דער כח פון די שטוב‪ ,‬די טאטע און די מאמע זאלן ווייזן דעם וועג‪ ,‬וויאזוי א קינד זאל זען‬ ‫וויאזוי מען ברויך צו זיין‪ ,‬און מגדל זיין די קינדער‪ ,‬דאס איז דאך די חינוך הבנים והבנות‪ .‬עס איז נישט דא קיין דרך ארץ‪ ,‬מען געוואוינט‬ ‫נישט איין‪ ,‬אפילו די מלמדים און די רבנים זענען נישט יוצא מיט דעם‪ .‬געוואוין צו א קינד צו דרך ארץ‪ ,‬ער זאל וויסן פון כבוד התורה‪.‬‬ ‫כבוד התורה איז טייטש יעדער איד וואס ער איז עלטער פון דיר מוזסטו שוין מכבד זיין‪ .‬מכבד זיין יעדן‪ ,‬און מכבד זיין א טאטן‪ ,‬מכבד‬ ‫זיין די מאמען‪ .‬געוואוין נישט די קינדער צו עזות‪ ,‬א קינד מוז מען נישט פארפיעשטשן‪ ,‬און יעדע נארישקייט וואס ער ברויך מוז מען‬ ‫אים נישט נאכגעבן‪ ,‬מען זאל וויסן דעם וועג וויאזוי מען האט עס אינדערהיים געטאן‪ ,‬עס איז א לעבנס פראגע‪.‬‬ ‫מיר האלטן ביי עיקבתא דמשיחא‪ ,‬משיח קומט דאך שוין‪ ,‬די אלע זאכן וואס מען האט די אלע יארן מעורר געווען‪ ,‬און איך האב אנע‬ ‫שיעור זאכן וואס איך וואלט געברויכט מעורר זיין נאר עס איז נישטא קיין צייט דערויף‪ .‬אבער איך ברויך נישט צו זאגן‪ ,‬יעדער ווייסט‪,‬‬ ‫מיר האבן אונזער וועג‪ ,‬נישט זוכן קיין שום נייעס‪ ,‬נישט זוכן די צייטונגען‪ ,‬נישט זוכן די גוי'אישקייט‪ ,‬נישט זוכן נאך א ליטעראטור‪,‬‬ ‫און נאך אן ענגלישע בוך ח"ו‪ ,‬איך רעד שוין נישט פון פסול‪ ,‬עס קען אפילו זיין עס איז כשר‪ ,‬זוך דאס נישט‪ .‬זוך אידיש‪ ,‬רעד אידיש‪,‬‬ ‫געוואוין די קינדער אויף אידיש‪ ,‬געב זיי אידישע ליטעראטור‪ ,‬געוואוין זיי צו זיי זאלן קענען וויסן דעם וועג וויאזוי מען האט אונז‬ ‫מגדל געווען‪ ,‬פארצייל וויאזוי מען האט אמאל געוואוסט‪ ,‬מען האט נישט צוגערירט צו א זאך וואס איז נישט מיינס‪ ,‬מען האט נישט‬ ‫צוגערירט צו א זאך וואס איז א חשש אז עס איז נישט מיין‪ ,‬די גאנצע לעבנס שטייגער וויאזוי עס איז געווען‪ .‬מען קען נישט צוריק‬ ‫אהערשטעלן אלעס אזוי‪ ,‬אבער וואס עס איז נאר פארהאנען אויף דעם עולם‪ ,‬איז מען מחויב על פי התורה צו טאן‪ .‬ואידך פירושא זיל‬ ‫גמור‪.‬‬ ‫מיר ברויכן דאך דער ישועת השם‪ ,‬עס איז נעבעך אזוי טאקע שווער מיט אלעם‪ .‬מיט וואס וועט זיין בעסער‪ ,‬מיט דעם וואס מען וועט‬ ‫ח"ו לויפן אז דער וועט דיר העלפן‪ ,‬אדער יענער פאליטישאן וועט מיר העלפן? דער פאליטישאן העלפט מיר נישט‪ ,‬איך ברויך נישט‬ ‫זיינע הילף‪ .‬ער זאל מיר נישט העלפן‪ ,‬דער אויבערשטער זאל אונז העלפן‪ .‬פארקויף נישט פאר א פאליטישאן‪ .‬וועגן דיינע נארישקייטן‬ ‫ח"ו מאכט מען אמאל אומגליקליך אידישע קינדער‪.‬‬ ‫די אלע זאכן איז דאך וואס איך וויל שמועסן מער באריכות‪ ,‬אבער דער עיקר דאס‪ :‬האלט צוזאם דער שטוב‪ ,‬זיי אן ערליכער טאטע‪,‬‬ ‫און זיי אן ערליכע מאמע‪ ,‬און צי אויף די קינדער מיט ערליכקייט‪ ,‬און מיט דרך ארץ‪ ,‬און מיט כבוד התורה‪ ,‬און מיט קיינעם נישט מבזה‬ ‫זיין‪ ,‬זיי נישט מבייש קיינעם‪ ,‬טרעט נישט אויף קיינעם‪ ,‬זיי נישט קיין שופך דם‪ ,‬צאפ נישט אידיש בלוט‪ ,‬וואס האסטו דערפון? וואס‬ ‫איז דיין ריוח? מיט איין דיבור‪ ,‬מיט איין גוט ווארט קענסטו נאך מער העלפן ווי מיט בייזערעכצער און מיט שפיכות דמים‪ .‬דאס איז‬ ‫דאך א זאך וואס איז נישט אונזער‪ ,‬דאס האבן מיר גע'ירש'נט פון די רשעים‪ ,‬פון עשו‪ .‬אונזער לעבן איז דאך אן אנדערע‪ ,‬אונזער לעבן‬ ‫איז דאך נאר דאס וויאזוי מען האט עס געזען‪ ,‬וויאזוי א טאטע האט געפירט זיין‬ ‫ברכת "מזל טוב" לאנ"ש שיחיו‬ ‫שטוב‪ ,‬וויאזוי די מאמע האט אויסגעזען‪ ,‬א כשר'ע מאמע און א כשר'ע טאטע‪,‬‬ ‫שהשמחה במעונם‬ ‫דעמאלטס קומען ארויס ערליכע קינדער‪ .‬און דאס העלפט‪ ,‬דאס איז אונזער‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א ‪ -‬קרית קאשוי‬ ‫הילף‪ ,‬נישט דער פרעזידענט‪ ,‬און נישט דער‪ ...‬העלפט אונז‪ ,‬עס העלפט אונז דער‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו נכד בנו הרב אדמו"ר מסיקסא שליט"א (מאנסי)‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי' נכדת חתנו הרב משה יעקב טענענבוים שליט"א (ק"י)‬ ‫בוכ"ע‪.‬‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א – תולדות רפאל‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי' נכדת בנו הרב יחזקאל שרגא שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו נכד בנו הרב יואל יושע העשיל שליט"א (ק"י)‬ ‫ממילא ביי די זאכן וואס מיר האבן געשמועסט‪ ,‬צו לערנען זיך פון צדיקים‪ ,‬מיר‬ ‫משפ' כ"ק אדמו"ר זצ"ל – קרית קאשוי‬ ‫לרגל הולדת הנכדה אצל חתנם הרב נחום יצחק האס שליט"א (קרית קאשוי)‬ ‫האבן פריער געשמועסט פון מסירת נפש פון די צדיקים‪ ,‬און פון די אהבת ישראל‬ ‫הרב מאיר נתן פירטה שליט"א‪ ,‬דומ"ץ (ק"י)‬ ‫לרגל הולדת בנו ני"ו‬ ‫פון די צדיקים‪ ,‬לערנט מען זיך אויס זייער קדושה‪ ,‬זייער טהרה‪ ,‬זיי האבן אין‬ ‫הרב משה טענענבוים שליט"א ‪ -‬מילדוי (ב"פ)‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו‬ ‫זייער לעבן נישט צוגערירט צו א זאך וואס טויג נישט‪ .‬א קינד מוז וויסן פון‬ ‫הרב יצחק משה זיכערמאן שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי'‬ ‫קדושה‪ ,‬א קינד מוז וויסן פון טהרה‪ ,‬א קינד מוז וויסן וואס מען מעג קוקן און‬ ‫הגה"צ אבד"ק באלטימאר שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫וואס מען טאר נישט קוקן‪ ,‬וואס מען מעג יא רעדן און וואס מען טאר נישט רעדן‪.‬‬ ‫הרב שמואל קעסטנבוים שליט"א ‪( -‬קרית קאשוי)‬ ‫לרגל נשואי נכדו בן חתנו מו"ה הערש מאיר קעפעטש הי"ו (קרית קאשוי)‬ ‫פון וואנעט זאל ער דאס הערן אויב נישט פון די טאטע און פון די מאמע? דאס‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו אצל בנו הרב יקותיאל יעקב שליט"א (ק"י)‬ ‫הרב יעקב קעסטנבוים שליט"א ‪( -‬וומסב"ג)‬ ‫איז דער וועג‪ .‬עס קומט אין אזא געלעגנהייט מעורר זיין‪ ,‬און מיר האפן אז דער‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו אצל בנו הרב יואל שליט"א‬ ‫הרב פישל איליאוויטש שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫אויבערשטער זאל אונז געבן די ריכטיגע ראי' צו זען‪ ,‬צו זען און צו העלפן‪.‬‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫הרב נחום אבראהאם שליט"א (מאנסי)‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו בן בנו הרב יואל שליט"א (ק"י)‬ ‫אין די רגע וואס מען וועט זיך פארנעמען 'איך וויל העלפן א איד‪ ,‬לפי מיעוט‬ ‫הרב נחמן וואגשאהל שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי בתו תחי'‬ ‫כוחי‪ ,‬אז איך קען אים נישט העלפן אזויפיל וועל איך אים העלפן אביסל‪ ,‬איך‬ ‫מו"ה וואלף הכהן שווארץ הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי'‬ ‫וועל אים געבן אן עצה‪ ,‬איך וועל לויפן צו טאן‪ ,‬אמאל מיט די הענט און אמאל‬ ‫מו"ה יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי' בת בנו מו"ה יואל הי"ו‬ ‫מיט די פיס (ווי דער דברי יחזקאל זאגט)‪ ,‬אבער איך וויל העלפן‪ ,‬איך וויל טאן‬ ‫מו"ה ישראל משה לעבאוויטש הי"ו (מאנסי)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי' בת חתנו מו"ה אליעזר חיים שיין הי"ו (מאנסי)‬ ‫פאר אידישע קינדער‪ ,‬איך וויל טאן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן'‪ ,‬וועט דער‬ ‫מו"ה יקותיאל משה שמחה הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הולדת נכדו אצל בנו מו"ה יואל הי"ו (ק"י)‬ ‫אויבערשטער געבן די געלעגנהייט‪ ,‬עס וועט אי"ה ווערן פארבעסערט‪ .‬סוף כל‬ ‫מו"ה אשר זעליג ראזענטאהל הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו בן בנו מו"ה יושע הי"ו‬ ‫סוף איז דאך נאר א קורצע צייט‪ ,‬עס איז דאך שוין עיקבתא דמשיחא‪ ,‬יעדע רגע‬ ‫מו"ה קלמן טייטלבוים הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי'‬ ‫האפט מען דאך שוין אז משיח איז דא‪ ,‬און דער אויבערשטער זאל אונז געבן די‬ ‫מו"ה הערשל קלאר הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי'‬ ‫זכי' מיר זאלן זיך קענען פירן אויף די וועג פון די תורה‪ .‬ווי מער תורה‪ ,‬ווי מער‬ ‫מו"ה נחום מרדכי טעללער הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי'‬ ‫אידישקייט‪ ,‬איז מער פרנסה‪ ,‬איז אלעס מער‪.‬‬ ‫מו"ה שבח ניימאן הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי נכדתו תחי'‬ ‫מו"ה אברהם חיים גליק הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫איז דאס דער בקשה‪ ,‬בעטן מיר נאר אז דער אויבערשטער זאל אונז געבן שוין‪,‬‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫מו"ה יצחק נחמן שטייף הי"ו (מאנסי)‬ ‫מיר זאלן וויסן זיך צו פירן אויף דעם וועג וואס מען האט מיט אונז געלערנט‪,‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫מו"ה ישעי' שטייף הי"ו (מאנסי)‬ ‫וואס די צדיקים האבן געוויזן‪ ,‬וואס אזא מאדע איד האט געוויזן וויאזוי א איד‬ ‫לרגל אירוסי בנו ני"ו‬ ‫מו"ה מאיר שלו' גערטנער הי"ו חתן הרה"ח ר' הערשל יאקאבאוויטש ע"ה (מאנסי)‬ ‫קען זיך אויפארבעטן‪ ,‬פארגעסן פון אלעם‪ ,‬און נאר אינזין האבן דעם‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫מו"ה יואל נאה הי"ו (מאנסי‪-‬לעיקפראנט)‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬אינזין האבן אידישע קינדער‪.‬‬ ‫לרגל נישואי בתו תחי'‬ ‫מו"ה יצחק בער וואללנער ברח"צ הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫דאס בעטן מיר‪ ,‬דער אויבערשטער זאל אונז געבן דעם ריכטיגן דעת‪ ,‬און ממילא‬ ‫מו"ה יצחק בער וואללנער בר"ל הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫בעטן מיר פון אויבערשטן‪ ,‬דער אויבערשטער זאל אונז געטרויען ווי מ'זאגט‪,‬‬ ‫מו"ה יואל סאמעט הי"ו (מאנסי)‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫און ער זאל אונז געבן‪ ,‬דער אויבערשטער זאל העלפן אידישע קינדער מיט נחת‪,‬‬ ‫מו"ה יודא הלוי קעניג הי"ו (זשערסי סיטי)‬ ‫לרגל הולדת הנכדים התאומים אצל בנו מו"ה רפאל הי"ו (ק"י)‬ ‫די אלע קראנקע זאלן שוין געהיילט ווערן‪ ,‬און עס זאל זיין אידישע שמחות‪ ,‬און‬ ‫מו"ה אהרן שמואל קעפעטש הי"ו (קרית קאשוי)‬ ‫לרגל הוולדת בנו ני"ו‬ ‫יעדע זאך‪ ,‬און מיר האפן אז מיר וועלן זיך בעסערן‪ ,‬אז מיר וועלן זיך פירן אויף‬ ‫מו"ה אלימלך הכהן שווארץ הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי'‬ ‫די וועג פון די הייליגע תורה‪ ,‬לימוד תורה און קיום התורה און אהבת ישראל און‬ ‫מו"ה יהוסף שווארץ הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫אלע גוטע זאכן‪ ,‬זאל דער אויבערשטער העלפן‪ ,‬אלע אינאיינעם זאלן שוין האבן‬ ‫מו"ה יואל הלוי ווייס הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫אפן די צינורות השפע‪ ,‬די צינורות פון אלע גוטע זאכן‪ ,‬מיר זאלן האבן דער זכי'‬ ‫מו"ה משה שמואל גאלדרינגער הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫אלע אינאיינעם שוין מיט כל מיני ישועות‪ ,‬מיט בני חיי ומזוני‪ ,‬מיט נחת‪ ,‬און‬ ‫מו"ה יואל ארי' ליב פעקעטע הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי בנו ני"ו‬ ‫רפואות‪ ,‬און הצלחה און ברכה‪ ,‬און כל מיני ישועות‪ ,‬און אונז אלע בתוכם זאלן‬ ‫מו"ה אליעזר וואללנער הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫מיר האבן די זכי' צו זען מתוך שמחה ומתוך נחת‪ ,‬מיט אהבת השם‪ ,‬זאלן מיר‬ ‫מו"ה אליעזר טענענבוים הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הולדת בתו תחי'‬ ‫זוכה זיין אלע אינאיינעם צו זען בקרוב בהתגלות כבוד מלכותו יתברך‪ ,‬בביאת‬ ‫משיח בן דוד‪ ,‬במהרה דידן אמן‪.‬‬ ‫תוספות ברכה‪:‬‬ ‫נ פל או ת על ה פרש ה ‪ -‬מפ י ס פרים וסו פרים‬ ‫ויפגע במקום (כ"ח‪ ,‬י"א)‪ .‬רש"י זאגט‪ :‬מלמד שקפצה לו הארץ (די ערד איז אים אונטערגעשפרונגען און דער וועג איז געווארן קורצער)‪.‬‬ ‫מען זאגט נאך אז אמאל האט א חזן געדאווענט ביים הייליגן רבי נפתלי מראפשיץ זי"ע‪ ,‬און זיין דאווענען איז געווען זייער שנעל און געאיילט‪ .‬האט אים רבי נפתלי‬ ‫מוסר געזאגט‪ " :‬וואס איז דער חילוק צווישן 'קפיצת הדרך' און 'קפיצת התפילה'? ביי קפיצת הדרך זאגט מען ארויס קלאר דעם 'שם' (המפורש)‪ ,‬און ביי קפיצת התפילה‬ ‫שלינגט מען איין דעם "שם"‪...‬‬ ‫לחם לאכול ובגד ללבוש (כ"ח‪ ,‬כ')‪ .‬עס איז באקאנט וואס שטייט אין די הייליגע ספרים‪ ,‬אז ס'איז א גאר זעלטענע זכות פאר א מענטש צו זוכה זיין צו ביידע – סיי פיל‬ ‫עשירות און סיי ערליכע קינדער‪ .‬דערפאר זעען מיר ביי יעקב אבינו‪ ,‬ווען ער האט געבעטן פונעם אייבערשטן "והיה ה' לי לאלקים"‪ ,‬טייטשט רש"י אז זיין נאמען זאל‬ ‫רוען אויף מיר פון אנהייב ביז'ן סוף‪ ,‬אז ס'זאל נישט געפונען ווערן קיין שום פגם אין מיינע קינדער‪ .‬און וועגן פרנסה האט ער נאר געבעטן דאס סאמע נויטיגסטע‪:‬‬ ‫"לחם לאכול ובגד ללבוש"‪.‬‬ ‫דעריבער‪ ,‬ווער עס האט שכל אין קאפ‪ ,‬ווען ער בעט פונעם באשעפער אויף פרנסה‪ ,‬עשירות און קינדער‪ ,‬זאל ער מאכן דעם עיקר עיקר און דעם טפל טפל‪ .‬דאס‬ ‫מיינט‪ ,‬ער זאל אריינלייגן זיינע הויפט כוחות אינעם דאווענען אויף ערליכע קינדער‪ ,‬און נאכדעם בעטן אויף פרנסה און עשירות‪ .‬אבער ער זאל זיך נישט מוסר נפש‬ ‫זיין אויף ביידע גלייך‪ ,‬ווייל געווענליך ווערן ביידע בקשות נישט נאכגעקומען צוזאמען‪.‬‬ ‫(מקרי דרדקי‪ ,‬פ' ויצא)‬ ‫וישק יעקב לרחל וישא את קולו ויבך (כ"ט‪ ,‬י"א)‪ .‬רש"י ברענגט אז אליפז דער זון פון עשו האט נאכגעיאגט יעקב'ן אים צו הרג'ענען אויפן באפעל פון זיין טאטן‪ ,‬און‬ ‫וויבאלד אליפז איז אויפגעוואקסן ביי יצחק אבינו אויפן שויס‪ ,‬האט ער צוריקגעהאלטן זיין האנט און נאר צוגענומען יעקב'ס געלט‪.‬‬ ‫אמאל איז מען געקומען פרעגן ביי דעם סטייפלער זצ"ל וועגן א געוויסן בחור וואס לערנט נישט‪ ,‬צו מען זאל אים ארויסווארפן פון דער ישיבה‪ .‬האט דער סטייפלער‬ ‫געפרעגט‪" :‬ער לערנט נאר נישט‪ ,‬אדער ער מאכט אויך קאליע אנדערע בחורים?" האט מען אים געענטפערט‪" :‬ער לערנט נאר נישט"‪.‬‬ ‫האט זיי דער סטייפלער געזאגט‪ :‬עס שטייט אין חכמינו ז"ל‪ ,‬אז אליפז‪ ,‬עשו'ס זון‪ ,‬האט נאכגעיאגט יעקב'ן אין שליחות פון זיין טאטן כדי אים צו הרג'נען‪ .‬ווען יעקב‬ ‫איז אנטלאפן קיין פדן ארם און אליפז האט אים געכאפט‪ ,‬האט זיך יעקב געבעטן ביי אים ער זאל אים נישט הרג'ענען‪ .‬אבער אליפז האט געזאגט אז ער מוז אים‬ ‫הרג'ענען צוליב כיבוד אב‪ ,‬ווייל זיין טאטע האט אים אזוי געהייסן‪ .‬האט אים יעקב געגעבן אן עצה‪ :‬נעם צו מיין גאנץ געלט און פארמעגן‪ ,‬וועל איך ווערן אן ארימאן‪,‬‬ ‫און אן ארימאן ווערט פאררעכנט ווי א טויטער ("עני חשוב כמת")‪ ,‬וועט עס דיר פאררעכנט ווערן ווי דו האסט מיך געהרג'ט און דו וועסט מקיים זיין כיבוד אב‪.‬‬ ‫פרעגט דער סטייפלער זצ"ל‪ :‬ווי אזוי האט אליפז‪ ,‬דער זון פון עשו הרשע‪ ,‬מסכים געווען צו יעקב'ס פארשלאג? ער האט דען געהאט אן הלכה'דיגע פראבלעם אים צו‬ ‫הרג'נען? עשו און זיין זון זענען דען געווען שומרי מצוות? און נאך מער‪ :‬הרג'נען איז אסור און גנב'ענען איז מותר!? נאר‪ ,‬וויבאלד אליפז הרשע האט געלערנט אין‬ ‫יצחק אבינו'ס ישיבה‪ ,‬איז געווען אויף אים עפעס אן השפעה‪ ,‬און די השפעה האט אים געברענגט צו דעם אז ער זאל בעסער וועלן זיין נאר א גזלן און נישט קיין רוצח!‬ ‫דעריבער‪ ,‬איז אמאל כדאי צו האלטן א בחור אין ישיבה אפילו נאר פאר דעם ציל אז ער זאל ארויסקומען נאר א גזלן און נישט קיין רוצח‪.‬‬ ‫ועיני לאה רכות (כ"ט‪ ,‬י"ז)‪ .‬די גמרא אין בבא בתרא (דף קכ"ג‪ ).‬פרעגט וואס מיינט "רכות"‪ ,‬נאר מענטשן פלעגן שמועסן‪ ,‬אז לבן האט צוויי טעכטער‪ ,‬די עלטערע‬ ‫טאכטער פארן עלטערן זון און די אינגערע פארן יונגערן‪ .‬פלעגט זי זיצן אויפן שייד וועג און פרעגן‪" :‬וואס זענען די מעשים פונעם עלטערן?" האט מען איר געזאגט‪:‬‬ ‫"ער איז א שלעכטער מענטש וואס בארויבט מענטשן‪" ".‬און וואס זענען די מעשים פונעם יונגערן?" "ער איז אן איש תם יושב אוהלים‪ ".‬פלעגט זי וויינען ביז אירע‬ ‫אויגן ברעמען זענען ארויסגעפאלן‪ .‬פון דער גמרא זעט מען אויס אז לאה האט ערשט אנגעהויבן צו וויינען נאכדעם וואס זי האט געהערט אז יעקב איז אן "איש תם‬ ‫יושב אוהלים"‪ .‬לכאורה איז שווער‪ :‬פארוואס האט זי נישט גלייך געוויינט ווען זי האט געהערט אז זי וועט אריינפאלן אין עשו'ס הענט?‬ ‫פארענטפערט דער גאון רבי יהונתן אייבשיץ‪" :‬אשה" איז בגימטריא "דבש"‪ ,‬די טבע פון האניג איז אז אלעס וואס פאלט אריין אין אים ווערט פארוואנדלט אין האניג‪.‬‬ ‫שלמה המלך זאגט אין משלי (י"ד‪ ,‬א')‪" :‬חכמת נשים בנתה ביתה ואיולת בידה תהרסנו"‪ ,‬א פרוי האט די כוח אויפצובויען און האט די כוח צו צעשטערן‪ .‬אויב זי איז א‬ ‫צדקת‪ ,‬אפילו זי באקומט א מאן וואס איז ווייניגער צדיק פון איר‪ ,‬קען זי אים איבערמאכן ווי זי; און אויב זי איז א מרשעת‪ ,‬אפילו זי באקומט א צדיק‪ ,‬קען זי אים מאכן‬ ‫פאר א רשע‪ .‬דעריבער‪ ,‬ווען לאה האט געהערט א ז זי וועט אריינפאלן צו א מאן א רשע‪ ,‬האט זי געוואוסט אז זי האט די כוח אים צו פארוואנדלען אין א צדיק‪ ,‬און זי‬ ‫האט נישט געהאט קיין סיבה צו וויינען‪.‬‬ ‫אבער כדי צו פרובירן צי זי איז גערעכט‪ ,‬האט זי געפרעגט ווייטער‪ :‬וואו איז ער אויפגעוואקסן? אין וואס פאר א סביבה? ווער זענען זיינע עלטערן? און וואס זענען‬ ‫די מעשים פונעם אינגערן? ווען זי האט געהערט אז דער אינגערער איז א צדיק תמים‪ ,‬דא איז זי צעבראכן געווארן! ווייל זי האט פארשטאנען אז אויב ביידע ברידער‬ ‫זענען אויפגעוואקסן אין דער זעלבער שטוב און באקומען דעם זעלבן חינוך‪ ,‬און דאך איז איינער ארויס א רשע‪ ,‬מיינט עס אז דער עלטערער האט זיך גארנישט‬ ‫געלערנט פונעם אינגערן און דער ברודער האט נישט געהאט קיין השפעה אויף אים‪ .‬ממ ילא איז דאס שלעכטס אזוי טיף איינגעווארצלט אין אים אז אפילו זי וועט‬ ‫אים נישט קענען צוריקברענגען צום גוטן וועג‪ .‬דערפאר האט זי ערשט נאכדעם וואס זי האט געהערט וואס יעקב טוט‪ ,‬אנגעהויבן צו וויינען אויף איר ביטערן מזל ביז‬ ‫אירע וויעס זענען ארויסגעפאלן!‬ ‫ויאמר יעקב לאחיו לקטו אבנים (ל"א‪ ,‬מ"ו)‪ .‬רש"י זאגט אז "לאחיו" מיינט זיינע קינדער‪ ,‬וואס זענען אים געווען ווי ברידער אין א צייט פון צרה און מלחמה‪.‬‬ ‫הגה"ק רבי אלעזר רוקח זצ"ל מאמסטערדאם האט געלעבט אין גרויס ארימקייט און דחקות‪ ,‬און קיינער האט נישט געדענקט פונעם דאזיגן הייליגן מענטש און נישט‬ ‫געוואוסט פון זיין צער‪ .‬אבער נאכדעם וואס ער איז באקאנט געווארן אלס איינער פון די גדולי התורה‪ ,‬און עס האבן זיך צו אים געוואנדן פארשידענע קהילות און‬ ‫שטעט און אים אנגעבאטן דעם כסא הרבנות‪ ,‬האבן זיך פארמערט זיינע גוטע פריינט און מכבדים‪ .‬איידער ער האט פארלאזט די שטאט בראד‪ ,‬האט ער געמאכט א‬ ‫סעודה פאר אלע זיינע פריינט‪ .‬ביי דער דאזיגער סעודת פרידה האט זיך רבי אלעזר רוקח אנגערופן און געזאגט צו זיי‪:‬‬ ‫" איך האב זיך שטענדיג געוואונדערט אויף רש"י אין פרשת ויצא‪ .‬אויפן פסוק 'ויאמר יעקב לאחיו לקטו אבנים' טייטשט רש"י אז 'לאחיו' זענען זיינע קינדער‪ ,‬וואס‬ ‫זענען געווען צו אים ברידער צו צרה און מלחמה‪ .‬אבער עטליכע פסוקים שפעטער (פסוק נ"ד)‪ ,‬אויף 'ויקרא לאחיו לאכל לחם'‪ ,‬טייטשט רש"י אז 'לאחיו' מיינט זיינע‬ ‫פריינט וואס זענען געווען מיט לבן‪ .‬איז שווער‪ :‬פארוואס האט רש"י כמעט בתוך כדי דיבור געטוישט זיין פשט‪ ,‬און צעטיילט אז ביים ערשטן 'לאחיו' מיינט עס זיינע‬ ‫קינדער‪ ,‬און ביים צווייטן 'לאחיו' מיינט עס זיינע פריינט?‬ ‫נאר דער תירוץ איז לויט מיין מיינונג‪ ",‬האט רבי אלעזר פארגעזעצט שמייכלענדיג‪" ,‬ביים צווייטן פסוק רעדט זיך דאך וועגן דער סעודה — 'ויקרא יעקב לאחיו לאכל‬ ‫לחם'‪ ,‬און ווען עס קומט אן די צייט פון א סעודה‪ ,‬ווערן ווייטע נאנט‪ ,‬און אלע פריינט זענען געטרייע ברידער‪ .‬אבער ביים ערשטן פסוק רעדט זיך דאך וועגן הילף אין‬ ‫א געדריקטער שעה‪' ,‬ויאמר יעקב לאחיו לקטו אבנים'‪ ,‬יעקב האט געדארפט הילף ביים קלויבן שטיינער‪ ,‬און פאר אזא ארבעט פון הילף אין א שעת הדחק‪ ,‬האט ער‬ ‫געמוזט רופן זיינע קינדער; אנדערע פריינט וואס קומען נאר בייא סעודה‪ ,‬זענען נישט קיין ברידער‪...‬‬ ‫א‬