סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — ויצא (2026-11-16)

ב"ה .גליון ז' -פ' ויצא תשפ"ז לפ"ק
היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן
אונזער טאטע שליט"א ,אונזערע ברודערס,
דער עלטערער 'ליפא' (ישיבה גדולה),
אונזער 'יואל'יש' (כיתה ט') ,און פון 'זלמן
לייב' ,דער מצויין אין כיתה ו'!
יואל'יש :איך האב געהערט אז די וואך אין די סדרה איז דא א בפירוש'ע ראי' אז יעקב אבינו איז געגאנגען מיט א שטריימל! ווייל עס שטייט
אין פסוק "ויצא יעקב" ,יעקב איז ארויסגעגאנגען ,און קען דען זיין אז יעקב אבינו זאל ארויסגיין פון שטאט און נישט מיטנעמען זיין שטריימל?
..
אלא מאי האבן מיר א ראי' מפורשת פון פסוק אז יעקב אבינו האט געהאט א שטריימל .
טאטע :מסתמא פארשטייסטו אז דאס איז נאר א ווערטל ,אבער אפילו עס איז נאר א ווערטל האט עס אין זיך א שטיקל אמת וואס ברענגט
ארויס דעם געדאנק אז די אבות הקדושים זענען געגאנגען מיט אנדערע קליידונג ווי די גוים ,און אין א יעדע דור איז דאס וואס די צדיקים זענען
דעמאלטס געגאנגען אנגעטון די ערליכע אויסגעהאלטענע קליידונג פאר א איד.
ליפא :עס שטייט אין ספר חמדה גנוזה בשם דעם הייליגן צאנזער רב זי"ע אז ער האט געזאגט אזוי" ,מיר ווייסן אויף זיכער אז אברהם אבינו
ע"ה איז געגאנגען אנגעטון מיט א שטריימל ,קאפטן ,זאקן און שוך וכו' .ווייל דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע האט געזעהן אין חלום א איד
אנגעטון מיט די דערמאנטע בגדים ,און ער האט אים געפרעגט ווער ער איז ,האט ער אים געזאגט" ,איך בין דער וואס הקב"ה האט אים געזאגט
..
לך לך מארצך" .
זלמן לייב :וואס מיינט א קאפטן?
טאטע :אזוי האט מען גערופן אין פוילן א 'בעקיטשע' .און א כאלאט מיינט א 'טיש בעקיטשע'.
אבער עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן וואס איך האב געזעהן אין ספר מפיהם ומפי כתבם וואס זיי ברענגען בשם רבי יענקל'ע מפשעווארסק
זי"ע אז ער האט צוגעלייגט צו דעם עובדא" ,יאך בין זיכער אז ווען דער חתם סופר זצ"ל זעהט אברהם אבינו אין חלום ,וואלט ער אים ווען
געזען אנגעטון מיט א פרעשבורגער היטל ...ווייל יעדער צדיק זעהט אברהם אבינו לויט זיין בחינה"!
ליפא :פאלט מיר יעצט ביי אויב איך מעג צולייגן צום ווערטל פון יואל'יש נאך מער ,ווייל לכאורה יעקב אבינו איז דאך נאכנישט געווען חתונה
געהאט ,איז ווי אזוי האט ער שוין דעמאלטס געהאט א שטריימל? דערפאר זאגט דער פסוק פאריגע וואך "ואלה תולדות יצחק בן אברהם
אברהם הוליד את יצחק" ,אין תולדות אברהם יצחק ...דארט – כמנהג ירושלים -גייט מען שוין פון די בר מצוה מיט א שטריימל...
..
טאטע :אה ...דאס איז שוין שיחת חולין בעלמא .
למעשה איז יעקב אריין לערנען פלייסיג אין ישיבה פאר פערצן יאר ,ווי רש"י ברענגט די וואך אז יעקב האט זיך נישט געלייגט שלאפן די גאנצע
14יאר .אין ניקלשבורג ביים הייליגן ר"ר שמעלקא זי"ע איז געווען א ישיבה פאר געהויבענע תלמידים ,וואס האבן אפגעראכטן א סדר היום
למעלה מטבע אנושי ,און דער "פארהער" צו קענען אנגענומען ווערן אין די ישיבה איז געווען ,אז מען האט געדארפט לערנען פאר קרוב צו 3
טעג אין איין ציה ,ווייל די גמ' זאגט דאך אז ביז דריי טאג קען מען אויסהאלטן אן שלאפן ,און נאך דעם "פארהער" האט מען געקענט ווערן
אנגענומען אין די ישיבה!
איינמאל איז געקומען א פרישער תלמיד און געוואלט אדורכגיין דעם פארהער ,און נאך 2טעג איז ער איינגעשלאפן ,מען האט אים געזען
שלאפן מיט א קישן אונטערן קאפ ,האט מען אים נישט אנגענומען ,ווייל אויב האט ער געהאט כח צו נעמען דעם קישן וואלט ער דאך מיט די
כוחות געדארפט לערנען נאך אביסל!
יואל'יש :די וואך פאר אונז האבן אנגעהויבן חזרה האט אונזער רבי אויך דערציילט אז דער חזון איש – וואס איז געווען באקאנט מיט זיין
גרויסער התמדה -האט געזאגט ,אז אויב מען האט נאך כח צו גיין ברענגען א אנדערע מסכת פון שאנק נאכצוקוקן א מראה מקום פון תוספות,
מיינט עס אז מען קען נאך ממשיך זיין צו לערנען!
טאטע :אבער דאס אלעס איז מדריגות פאר גרויסע צדיקים ,אונז האט מען געלערנט איין זאך ,זיך לייגן פרי כדי אויפצושטיין פרי ,צו לערנען
פארטאג'ס ווען די לופט איז נאך ריין .טאקע אין די יעצטיגע ווינטער שבתים איז אמאל געווען ביים רבי'ן וואס די תלמידי הישיבה האבן געוואלט
זיך צוזאמקומען פרייטאג צונאכטס צו זינגען שירות ותשבחות לכבוד שבת קודש ,און דער רבי האט נישט מסכים געווען ,ער האט געזאגט אז
ענדערש זאלן זיי גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי צו לערנען.
יואל'יש :מיין רבי אין חדר האט אויך נאך געזאגט פאר די חזרה ,אז דער רבי זי"ע האט אמאל ביי א פתיחה דרשה פאר די בחורים אין ישיבה
געזאגט פאר די בחורים זייער א שיינע פשט אין דעם אויבנדערמאנטן מדרש וואס רש"י ברענגט צו ,דער לשון המדרש איז אז "י"ד שנה שהיה
טמון בבית עבר לא שכב" ,די 14יאר וואס ער איז געווען באהאלטן אין בית מדרשו של עבר האט ער זיך נישט געלייגט שלאפן .האט דער רבי
זי"ע מדייק געווען דעם לשון "טמון" ,באהאלטן ,פארוואס רופט דער מדרש נישט אן סתם "למד" ,ער האט געלערנט?
נאר וואס דען ,וואס מיינט דאס ווארט "הטמנה"? אין הלכות שבת נוצט מען דעם אויסדרוק אויף א טאפ מיט ווארעמס וואס מען באהאלט
אין סחורות אז עס זאל זיך האלטן ווארעם אויף שבת בייטאג .דארט זעט מען אז עס ווערט נישט אנגערופן להלכה 'הטמנה' אז דער ווארימער
טאפ עסן איז מוטמן ,נאר אויב עס איז באהאלטן פון אלע זייטן ,ארום אין ארום.
אזוי אויך -האט דער רבי אויסגעפירט ,-איינער וואס לערנט ,דארף לערנען נישט אזוי אויבנאויף ,נאר טאקע ליגן אין לערנען ,זיין באהאלטן
אין תורה ,ארומגענומען פון אלע 4זייטן מיט די הייליגע תורה ,אן קיין שום הפסק פון אנדערע זאכן.
ליפא :לויט דעם שטימט זייער שיין דער שייכות פונעם פסוק מיט רש"י ,ווייל דער פסוק פארציילט "וישכב במקום ההוא" ,יעקב אבינו איז
יעצט געליגן צו איינשלאפן ,זאגט רש"י אז ביז יעצט איז ער נישט געליגן סתם נאר געליגן אין לערנען ...און אפשר וועגן דעם האט ער געלייגט
..
דעם שורה שטיינער ארום דאס קאפ ,צו ווייזן אז יעצט מעג ער שוין ליגן מיט א הפסק .
טאטע :מורא'דיג שיין ,ב"ה אז ענק אלע לערנען פלייסיג ,און איך הער כסדר גוטע גרוסן פון ענק.
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט צו הערן אז די וואך דינסטאג ווען מיר האבן געהאט די חתונה ביי פעטער שמואל ,האב איך געהערט פון
ענקערע מלמדים און מגי"ש אז מען האט ממש דערקענט אז ענק פעלן פון חדר און ישיבה ,ווי רש"י זאגט די וואך "שיציאת צדיק מן המקום
עושה רושם".
דער רבי זי"ע האט געוואוינט אין די שטאט סאטמאר אלס אינגערמאן ,פון א יאר נאך די חתונה א משך פון זעקס יאר ,אין יענע יארן האט דער
רבי משים געווען לילות כימים מיט התמדת התורה ווי ער האט קונה געווען גאנצע חלקים אין די תורה ,און אויך עוסק געווען אסאך אין צדקה
וחסד .ער האט שוין דעמאלטס געפירט א שיין בית המדרש מיט חסידים ואנשי מעשה ,כאטש ער איז נישט געווען דער רב אין שטאט.
מען פארציילט ,אז איינמאל ווען דער רבי זי"ע איז געקומען צום "שבת שובה" דרשה פונעם רב דער זכרון יהודה ,ווי נאר דער רב האט
באמערקט אז דער רבי זי"ע איז געקומען הערן די דרשה ,האט ער זיך אנגערופן מיט א פשט אין די וואכעדיגע סדרה פרשת האזינו" ,האזינו
השמים ואדברה" ,אויב הימל אידן קומען הערן מיינע רייד ,דעמאלטס איז אוודאי אז "ותשמע הארץ אמרי פי" ,די פשוט'ע אידן דארפן אוודאי
זיך צוהערן...
שפעטער ,ווען דער רבי האט אנגענומען דאס ערשטע רבנות אין די שטאט "אורשיווע" ,האט פאסירט אז פארן זיך אוועק ציען פון סאטמאר
איז דער רבי זיך געגאנגען געזעגענען ביים שטאט'ס רב ,דאס איז געווען דער הייליגער זכרון יהודה זצ"ל ,צוזאמען מיטן רבי'ן איז מיטגעגאנגען
זיין מאמע ,די רביצין פונעם קדושת יו"ט זצוק"ל די צדיקת הרבנית חנה ע"ה ,און ווען דער רבי האט זיך געזעגנט פונעם סאטמאר רב דער זכרון
יהודה האט דער רב אנגעהויבן מורא'דיג צו וויינען.
האט די רביצין חנה געפרעגט דעם זכרון יהודה ,פארוואס וויינט דער רב? מיין זון פארט דאך אננעמען א רבנות פאסטן עס איז דאך א גרויסע
שמחה? האט דער זכרון יהודה געענטפערט "איינעם האב איך ביז יעצט געהאט דא אין שטאט וואס האט געלערנט תורה לשמה ,און איצט
פארלאזט ער אונז ,און אויף דעם וויין איך"!
שפעטער ווען דער רבי איז אוועקגעפארן פונעם שטאט סאטמאר ,האט דער זכרון יהודה אויפגעפאדערט אלע זיינע תלמידים צו באגלייטן
דעם רבי'ן ביז צום באן און ער האט זיי געזאגט "מבטלין תלמוד תורה דרבים פאר די תורה אליין"!
דערנאך האט זיך דער זכרון יהודה טראץ וואס ער איז שוין געווען א זקן זיך ארויפגעזעצט אויפן באן ,און געפארן מיטן באן ביז די שטאט
סעליש ,און דארט האט שוין אפגעווארט א דעלעגאציע פון די שטאט אורשיווע ,און צו זייער איבערראשונג האבן זיי געזען אז צווישן די אלע
אידן פון סאטמאר זיצט נישט מער און נישט ווייניגער דער רב אליינס! דאס האט געמאכט אויף זיי זייער א שטארקער רושם.
אויפן וועג אהיים האט דער זכרון מיהודה זיך אנגערופן אז ער האט חרטה פארן זיך אפשטעלן אינמיטן וועג ביי סעליש ,ווייל ער וואלט ווען
געדארפט פארן ביז קיין אורשיווע!
דער זכרון יהודה האט זיך דעמאלטס אויסגעדרוקט מיטן לשון פון רש"י די וואך ,אז מיטן רבי'נס אוועקגיין פון די שטאט איז "פנה הודה פנה
זיוה ופנה הדרה"!
ליפא :איך האב אמאל געזעהן אין תמר יפרח ,אז ווען דער רבי האט געוואלט גיין וואוינען אין סאטמאר אלץ פרישער אינגערמאן ,האט ער
געשיקט פרעגן רשות ביים מרא דאתרא דער זכרון יהודה ,צו מאכן זיכער אז עס שטערט אים נישט אז א בנש"ק וועט קומען דארט פראווען
און פירן זיין וויר טשאפט ,האט אים דער זכרון יהודה צוריק געשיקט זאגן :פילע פילע משכילים און פרייע קומען דא וואוינען ליידער און עס
פאלט זיי נישט איין צו בעטן מיין רשות ,און פונקט אז א ערליכער איד קומט דא וואוינען דארף ער האבן מיין רשות?
זלמן לייב :מיין רבי האט מדייק געווען ביי חומש רש"י ,דער פסוק זאגט אז יעקב אבינו האט געזען אז לבן פירט זיך אויף צו אים אנדערש ,ווי
דער פסוק זאגט "וירא יעקב וכו' איננו עמו כתמול שלשום" ,יעקב אבינו האט געזעהן אז דער אויפפירונג פון לבן איז נישט צו אים דאס זעלבע
ווי פאר דעם .לכאורה וואס איז דא טאקע געשען פלוצלינג נאך 20יאר אז לבן האט זיך געטוישט אין איין רגע?
טאטע :דער רבי ענטפערט דערויף א שיינעם תירוץ ,אז נאך 20יאר האבן לבן'ס קינדער געזען אז יעקב אבינו האט גוט ארומגעדרייט מיט לבן,
דורך די גאנצע השתלשלות ביי די שטעקעלעך און די בהמות ,און יעקב האט עס געדארפט טון ווייל אזוי שטייט דאך אין פסוק "עם עקש
תתפתל" ,מיט א פאפער דארף מען ארומפאפן ,און דאס איז וואס עס האט זיי געבאדערט ,זיי האבן געזאגט "ומאשר לאבינו" פון דעם זעלבן
פאך וואס אונזער טאטע טוט ,דאס איז די פאך פון פאפעריי" ,עשה את כל הכבוד הזה" ,פון דעם רמאות וואס ער האט נאכגעמאכט אונזער
טאטן האט ער זיך ערווארבן דעם גאנצן פארמעגן! זיי האבן נישט געקענט פארנעמען אז יעקב אבינו קען פונקט אזוי גוט די מלאכה ווי לבן.
האבן זיך לבן'ס קינדער צאמגעזעצט און אינאיינעם פארגעשלאגן א עצה פאר זייער טאטע לבן ,אז פון היינט און ווייטער זאל לבן טוישן זיין
וועג ,מיט א פרישע סארט פאפעריי ,אז ער זאל אנהויבן זיך צו ווייזן אלס אן ערליכער מענטש וואס זיצט אין בית המדרש" ,איש תם יושב
אהלים" ,און אזוי ווען יעקב וועט זען אז לבן איז געווארן א פרומער ,וועט יעקב אויך טוישן זיין וועג און צוריק ווערן אן איש תם ווי אמאל ,און
זיך פירן ווי יעקב מיטן מדת האמת ,און דעמאלטס וועט לבן שטילערהייט אלעס קענען צוריק כאפן פאר זיך ,אונטער די מאסקע פון א
אויפריכטיגער מענטש.
און לבן האט זיי געפאלגט ,און דאס איז דער פשט וואס דער פסוק זאגט אז לבן האט זיך געטוישט ,ער האט געטוישט זיין אויסערליכע פנים
זיך אנצושטעלן ווי אן ערליכער .און טאקע דערפאר במילא האט זיך יעקב זייער דערשראקן ,ווייל פון א אפענע רשע קען מען זיך גרינג אפהיטן,
אבער פון א באהאלטענע רשע וואס פארשטעקט זיינע מעשים איז זייער שווער זיך צו היטן.
דאס זאגט דער פסוק ,והנה "איננו עמו" ,ער איז נישט "זיך" ,ער פארשטעלט זיין רשעות מיט ערליכקייט ,וועגן דעם תיכף דערנאך האט אים
דער אויבערשטער געזאגט "ויאמר ה' אל יעקב שוב אל ארץ אבותיך" ,גיי אהיים פון לבן ,ווייל יעצט איז שוין צו א גרויסע סכנה צו זיין נעבן
אים! און טאקע יעקב אבינו איז אנטלאפן פון אים ,און אהיים צו זיין טאטע יצחק.
נו ,ליפא וועלמיר דיר מכבד זיין צו אנהייבן דעם סקולענ'ער ניגון "יום קדוש הוא ...כל זרע יעקב יכבדוהו ...כדבר המלך ודתו"...
פאר הערות אדער צו באקומען וועכנטליך דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו:
Thesatmartish@gmail.com
