gilyoines.com

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish

שבוע: וישלח (2026-11-23)

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — וישלח (2026-11-23)

פתח את ה-PDF הורדה

הטקסט של גיליון זה

‫זה השער לד'‬ ‫צדיקים יבאו בו‬ ‫דברי תורה אין אידיש‬ ‫בדרכי העבודה והחסידות‬ ‫עוﬥﬨ‬ ‫ארויסגענומען פונעם‬ ‫ספר‬ ‫שבﬨ‬ ‫מאת‬ ‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫ממונקאטש‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫ארויסגעגעבן דורך‪:‬‬ ‫תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש‬ ‫בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א‬ ‫‪5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219‬‬ ‫צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול‬ ‫דאס צו באקומען אין אימעיל‪,‬‬ ‫שרייבט אייך איין ביי‪TTTB5202@gmail.com :‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ב‬ ‫תוכן המאמר‪:‬‬ ‫שבת קודש היא נשמת העולם וצורתו‪ ,‬וכשם שהנשמה‬ ‫מחיה את הגוף‪ ,‬כך קדושת השבת נמשכת בכל ימות‬ ‫השבוע ומקיימת את הבריאה כולה‪ .‬ובזכות שמירתה זכה‬ ‫יעקב אבינו לנחלה בלי מצרים‪ ,‬עד שהיה בידו לשלוח‬ ‫"מלאכים ממ"ש"‪ ,‬מצות שבת מלכתא‪ ,‬אף אל נחלת עשו‪,‬‬ ‫ולהכניע שם את שליטת אדום‪.‬‬ ‫וזהו ענין שתי מחנות המלאכים שנזדמנו ליעקב אבינו‪,‬‬ ‫של חוצה לארץ ושל ארץ ישראל‪ ,‬שהיו בעיניו כמחנה‬ ‫אחת‪ ,‬לפי מדרגתו שלמעלה מן המצרים‪ .‬וכעין זה‬ ‫בקבלת שבת קודש‪ ,‬כשמלאכי השבת ומלאכי ימות החול‬ ‫מתאחדים אצל מי שזוכה להמשיך מאור השבת אל עסקי‬ ‫מלאכתו ופרנסתו מתוך אמונה בהשי"ת‪ .‬ומתוך אחדות זו‬ ‫נמשכת לווייתם ושמירתם בכל דרכיו‪ ,‬וברכתם העליונה‬ ‫מתלבשת גם בלבושים גשמיים‪ ,‬עד שניכרים חסדי השי"ת‬ ‫לעיני בשר‪.‬‬ ‫וכן שלש ההכנות שהתקין יעקב כנגד עשו‪ ,‬דורון‪ ,‬תפלה‬ ‫ומלחמה‪ ,‬נכללו בקדושת השבת‪ ,‬בביטול המזיקין‪,‬‬ ‫בסגולת קבלת התפלות ובקדושת סעודותיה‪ ,‬שעל ידן‬ ‫נעשה שולחנו של אדם עומד כנגד הצרים ומכניעם‪.‬‬ ‫ג‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫ַַו ִּּיְׁשַׁלַח ַיַ ֲֲעֹק ֹב ַמְַלְ ָאִכִים ְלְ ָפָָנָיו ֶאֶ ל ֵעֵ ָׂשׂ ו ָאִחִ יו‬ ‫ַאְר ָָצה ֵׂשִׂעִ יר ְׂשֵׂדֵ ה ֱאֱדֹום‪.‬‬‫ְ‬ ‫(לב‪ ,‬ד)‬ ‫רש״י הקדוש שרייבט‪ :‬״מלאכים ממש״‪.‬‬ ‫‪ਪ‬א ׳נחלה בלי מצרים׳ דורך קדושת שבת‬ ‫אינעם לשון פון רש״י ״מלאכים ממש״ ליגט אויך א רמז‪ ,‬לויט דעם וואס דער מדרש‬ ‫(בראשית רבה פי״א ז) זאגט אויפן פסוק (בראשית לג‪ ,‬יח) ״ויחן את פני העיר״‪ ,‬אז יעקב אבינו איז‬ ‫אנגעקומען אין שטאט פרייטאג ערב שבת‪ ,‬ווען די זון האט שוין געהאלטן ביים אונטערגיין‪,‬‬ ‫און ער האט נאך מבעוד יום קובע געווען די תחומי שבת‪ .‬און אין זכות פון זיין שמירת שבת‬ ‫האט ער זוכה געווען צו ירש׳ענען די וועלט ״שלא במדה״‪ ,‬אן קיין מאס און גרעניצן‪ ,‬ווי עס‬ ‫שטייט אין פסוק (בראשית כח‪ ,‬יד)‪ :‬״והיה זרעך כעפר הארץ ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה״‬ ‫דארף מען פארשטיין‪ ,‬פארוואס האט יעקב אבינו דווקא אין זכות פון שמירת שבת זוכה‬ ‫געווען צו אזא גרויסן שכר? שבת איז דאך בלויז איין טאג פון די זיבן טעג פון דער וואך‪,‬‬ ‫און פארוואס זאל דער שכר דערפאר זיין צו ירש׳ענען די גאנצע וועלט ״שלא במדה״‪ ,‬אן‬ ‫קיין גרעניצן?‬ ‫דער ביאור דערפון איז לויט דעם וואס כ״ק אא״ז דער הייליגער בני יששכר זי״ע (מאמרי‬ ‫השבתות מאמר ו אות ז) ערקלערט‪ ,‬אז אזוי ווי א מענטש באשטייט פון א גוף און א נשמה‪ ,‬און‬ ‫דער גוף קען נישט האבן קיין קיום אן דער נשמה וואס גיבט איהם חיות‪ ,‬אזוי איז אויך ביי‬ ‫דער בריאת העולם‪ .‬די זעקס ימי המעשה זענען כביכול דער גוף פון דער וועלט‪ ,‬און מיטן‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ד‬ ‫אנקומען פון שבת קודש האט די בריאה באקומען איר נשמה‪ ,‬דאס איז די קדושה פון שבת‪.‬‬ ‫ערשט דעמאלטס איז די בריאה געקומען צו איר שלימות‪.‬‬ ‫לויט דעם קומט אויס‪ ,‬אז הגם שבת קודש איז בלויז איין טאג פון די זיבן טעג פון דער וואך‪,‬‬ ‫איז זיין אור נישט באגרעניצט צו דעם טאג אליין‪ .‬נאר פונקט ווי די נשמה גיבט חיות פאר‬ ‫אלע אברים פונעם גוף‪ ,‬אזוי‬ ‫אויך שיינט דער אור פון‬ ‫הגם שבת קודש איז בלויז‬ ‫שבת אריין אין אלע זעקס‬ ‫איין טאג פון די זיבן טעג פון‬ ‫וואכן טעג‪ ,‬און פון דעם‬ ‫שעפט די גאנצע וועלט איר‬ ‫דער וואך‪ ,‬איז זיין אור נישט‬ ‫חיות און קיום‪.‬‬ ‫באגרעניצט צו דעם טאג אליין‪.‬‬ ‫מיט דעם ווערט שוין‬ ‫נאר פונקט ווי די נשמה גיבט‬ ‫פארשטענדליך פארוואס‬ ‫יעקב אבינו האט אין זכות‬ ‫חיות פאר אלע אברים פונעם‬ ‫פון שמירת שבת זוכה‬ ‫גוף‪ ,‬אזוי אויך שיינט דער אור‬ ‫געווען צו ירש׳ענען די‬ ‫וועלט ״שלא במדה״‪ .‬ווייל‬ ‫פון שבת אריין אין אלע זעקס‬ ‫וויבאלד שבת קודש איז‬ ‫וואכן טעג‪.‬‬ ‫דאך די נשמה און חיות פון‬ ‫דער גאנצער בריאה‪ ,‬און דעריבער איז זיין קדושה נישט באגרעניצט צו א געוויסער צייט‬ ‫אדער פלאץ‪ ,‬נאר שיינט איבעראל‪ ,‬אין אלע עקן פון דער וועלט‪ .‬דערפאר איז אויך די‬ ‫נחלה וואס יעקב אבינו האט באקומען אין זכות פון שמירת שבת נישט באגרעניצט צו קיין‬ ‫געוויסן ארט‪ ,‬נאר ווי דער פסוק זאגט‪ :‬״ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה״ ‪ -‬א נחלה אן קיין‬ ‫גרעניצן‪.‬‬ ‫און די ברכה איז נישט בלויז פאר יעקב אבינו אליין‪ ,‬נאר אויך יעדער איד קען זוכה זיין צו‬ ‫דער בחינה פון ״נחלת יעקב״ – א נחלה אן קיין גרעניצן ‪ -‬דורך עונג שבת‪ .‬ווי חז״ל זאגן‬ ‫(שבת קיח‪ ,‬א)‪ :‬״המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים״‪ ,‬און זיי ברענגען אויפן דעם‬ ‫פסוק (ישעיה נח‪ ,‬יד)‪ :‬״אז תתענג על ד׳ וגו׳ והאכלתיך נחלת יעקב אביך״‪.‬‬ ‫‪ਪ‬מלאכים ממש ‪ -‬מצות שבת מלכתא‬ ‫לויט דעם קען מען פארשטיין א רמז אין די ווערטער פון רש״י ״מלאכים ממש״‪ ,‬אז די‬ ‫אותיות ממ״ש זענען ראשי תיבות מצות שבת מלכתא‪.‬‬ ‫ווייל דווקא בכח קדושת שבת‪ ,‬וואס אין איר זכות האט יעקב אבינו זוכה געווען צו א ״נחלה‬ ‫בלי מצרים״‪ ,‬האט ער געקענט שיקן זיינע מלאכים אפילו קיין ״ארצה שעיר שדה אדום״‪,‬‬ ‫אין דער נחלה פון עשו הרשע‪ .‬דער אור פון שבת איז דאך אזוי גרויס‪ ,‬אז ער דערגרייכט‬ ‫אפילו די נחלה פון עשו‪ ,‬און איז דארט מבטל דעם כח פון אדום‪ ,‬ביז אויך יענער פלאץ‬ ‫ווערט בבחינת ״נחלת יעקב״‪.‬‬ ‫ה‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫‪ਪ‬מחנה אלקים זה ‪ -‬מחנים‬ ‫אויף דעם זעלבן וועג קען מען אויך פארשטיין וואס די תורה דערציילט אין די פסוקים‬ ‫גלייך פאר ״וישלח יעקב״‪ .‬עס שטייט (בראשית לב‪ ,‬ב–ג)‪ :‬״ויעקב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי‬ ‫אלקים‪ ,‬ויאמר יעקב כאשר ראם מחנה אלקים זה ויקרא שם המקום ההוא מחנים״‪.‬‬ ‫רש״י הקדוש זאגט אויפן נאמען ״מחנים״‪ :‬״שתי מחנות‪ ,‬של חוצה לארץ שבאו עמו עד כאן‪,‬‬ ‫ושל ארץ ישראל שבאו לקראתו״‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬אז די מלאכים פון חוץ לארץ האבן באגלייט‬ ‫יעקב אבינו ביז אהין‪ ,‬און די מלאכים פון ארץ ישראל זענען איהם געקומען אנטקעגן‪.‬‬ ‫דארף מען אבער פארשטיין‪ ,‬יעקב אבינו האט דאך געזאגט ״מחנה אלקים זה״‪ ,‬בלשון‬ ‫יחיד‪ ,‬ווי עס וואלט געווען נאר איין מחנה‪ .‬פארוואס האט ער דערנאך א נאמען געגעבן‬ ‫דעם פלאץ ״מחנים״‪ ,‬וואס‬ ‫באדייט צוויי מחנות?‬ ‫דער אור פון שבת איז דאך‬ ‫נאר לויט דעם וואס מיר‬ ‫האבן פריער ערקלערט‪,‬‬ ‫אזוי גרויס‪ ,‬אז ער דערגרייכט‬ ‫אז יעקב אבינו האט אין‬ ‫אפילו די נחלה פון עשו‪ ,‬און‬ ‫זכות פון שמירת שבת‬ ‫איז דארט מבטל דעם כח פון‬ ‫זוכה געווען צו א ״נחלה‬ ‫בלי מצרים״‪ ,‬קען מען דאס‬ ‫אדום‪ ,‬ביז אויך יענער פלאץ‬ ‫פארשטיין‪ .‬ווייל ביי יעקב‬ ‫ווערט בבחינת ״נחלת יעקב״‪.‬‬ ‫אבינו איז די גאנצע וועלט‬ ‫געווען בבחינת ארץ ישראל‪ ,‬ענליך צו וואס חז״ל זאגן (ילקוט שמעוני ישעיה רמז תקג)‪ :‬״עתידה‬ ‫ארץ ישראל להיות ככל העולם כולו״‪ ,‬אז לעתיד לבוא וועט ארץ ישראל זיך אויסברייטערן‬ ‫איבער דער גאנצער וועלט‪.‬‬ ‫דערפאר‪ ,‬כאטש די מלאכים זענען געקומען פון צוויי באזונדערע פלעצער‪ ,‬די פון חוץ‬ ‫לארץ און די פון ארץ ישראל‪ ,‬האט יעקב אבינו זיי ביידע געזען ווי איין מחנה‪ .‬ווייל ביי‬ ‫איהם‪ ,‬וואס האט זוכה געווען צו א ״נחלה בלי מצרים״‪ ,‬איז נישט געווען קיין חילוק צווישן‬ ‫ארץ ישראל און חוץ לארץ‪ ,‬און דערפאר האט ער געזאגט ״מחנה אלקים זה״‪.‬‬ ‫אבער ווי די וועלט שטייט היינט‪ ,‬איז דאך נאך פארהאן א חילוק צווישן ארץ ישראל און‬ ‫חוץ לארץ‪ ,‬און לויט דעם זענען טאקע געווען צוויי באזונדערע מחנות מלאכים‪ .‬דערפאר‬ ‫האט יעקב אבינו אנגערופן דעם פלאץ ״מחנים״‪ ,‬אויפן נאמען פון די צוויי מחנות‪.‬‬ ‫‪ਪ‬די צוויי מחנות מלאכים ביים מקבל שבת זיין‬ ‫און די בחינה פון צוויי מחנות מלאכים וואס ווערן ווי איין מחנה איז נישט בלויז געווען ביי‬ ‫יעקב אבינו‪ ,‬נאר איז אויך שייך ביי יעדן איד‪ ,‬ווען ער איז מקבל שבת קודש‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ו‬ ‫ווי חז״ל זאגן (שבת קיט‪ ,‬ב)‪ :‬״שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב שבת מבית הכנסת‬ ‫לביתו״‪ ,‬אז פרייטאג צונאכטס באגלייטן צוויי מלאכים א איד פון בית המדרש ביז אהיים‪.‬‬ ‫און דאס זענען די מלאכים וואס מיר זענען מקבל פנים מיטן זינגען ״שלום עליכם״‪.‬‬ ‫אזוי ווי ביי יעקב אבינו זענען געווען צוויי מחנות מלאכים‪ ,‬די פון חוץ לארץ און די פון ארץ‬ ‫ישראל‪ ,‬אזוי קען מען אויך פארשטיין דעם ענין פון די ״שני מלאכי השרת״ וואס באגלייטן‬ ‫א איד פרייטאג צונאכטס‪ .‬אויך דא זענען פארהאן צוויי בחינות פון מחנות מלאכים‪ .‬איין‬ ‫מחנה זענען די מלאכים פון די זעקס ימי המעשה‪ ,‬וואס באגלייטן דעם איד דורכאויס דער‬ ‫וואך ביז צום שבת‪ ,‬און די צווייטע מחנה זענען די מלאכים פון שבת מלכתא‪ ,‬וואס קומען‬ ‫איהם אנטקעגן ביים מקבל‬ ‫שבת זיין‪.‬‬ ‫ווען א איד איז זוכה‬ ‫און ווען א איד איז זוכה‬ ‫ממשיך צו זיין דעם אור פון‬ ‫ממשיך צו זיין דעם אור פון‬ ‫שבת קודש אויך אין זיינע‬ ‫שבת קודש אויך אין זיינע‬ ‫וואכעדיגע געשעפטן און‬ ‫וואכעדיגע געשעפטן און‬ ‫צרכי פרנסה‪ ,‬און פירט זיך‬ ‫דערביי מיט אמונה אינעם‬ ‫צרכי פרנסה‪ ,‬און פירט זיך‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬לעבט ער מיט‬ ‫דערביי מיט אמונה אינעם‬ ‫דער נשמה און חיות פון‬ ‫שבת אפילו אינמיטן דער‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬לעבט ער מיט‬ ‫וואך‪ .‬אזוי ווערן ביי איהם‬ ‫דער נשמה און חיות פון שבת‬ ‫די וואכן טעג בבחינת שבת‬ ‫אפילו אינמיטן דער וואך‪.‬‬ ‫קודש‪ ,‬און ממילא איז שוין‬ ‫נישטא קיין חילוק צווישן‬ ‫די צוויי מחנות מלאכים‪ .‬די מלאכים פון די ימי המעשה און די מלאכים פון שבת מלכתא‬ ‫ווערן ביי איהם פאראייניגט צו איין מחנה‪ ,‬פונקט ווי ביי יעקב אבינו‪.‬‬ ‫‪ਪ‬מלאכים ממש‬ ‫‪ -‬די ברכות ווערן ניכר אויך בגשמיות‬ ‫לויט דעם קען מען אויך פארשטיין נאך א טיפערן רמז אין רש״י'ס ווערטער ״מלאכים‬ ‫ממש״‪ .‬ווייל ווען די צוויי מחנות מלאכים ווערן פאראייניגט‪ ,‬קומען אויך זייערע ביידע‬ ‫מעלות צוזאמען‪ .‬די מלאכים פון שבת קודש ברענגען מיט זיך א גאר הויכע קדושה‪ ,‬און‬ ‫דורך די מלאכים פון די וואכן טעג קען דער אור פון שבת אויך אראפקומען אפילו אין די‬ ‫ממשות פון דער וועלט‪ ,‬אין די גשמיות׳דיגע ענינים‪.‬‬ ‫אזוי בלייבן די ברכות וואס קומען דורך די מלאכים נישט בלויז ברוחניות‪ ,‬נאר ווערן‬ ‫ניכר אויך בגשמיות‪ .‬דער איד זעהט ברכה און הצלחה אין זיין פרנסה‪ ,‬אין זיינע מעשי‬ ‫ידים און אין אלע זיינע געברויכן‪ ,‬ביז ער קען מיט די אייגענע אויגן זעהן די חסדים וואס‬ ‫ז‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫דער אויבערשטער שענקט‬ ‫איהם‪.‬‬ ‫די מלאכים וואס א איד‬ ‫און הגם מיר זענען נישט‬ ‫איז מקבל פנים פרייטאג‬ ‫זוכה צו זען די מלאכים אליין‪,‬‬ ‫צונאכטס‪ ,‬זענען נישט בלויז‬ ‫אזוי ווי יעקב אבינו האט זיי‬ ‫מיט איהם שבת קודש‪ ,‬נאר‬ ‫געזעהן‪ ,‬ווי עס שטייט אין‬ ‫פסוק ״ויאמר יעקב כאשר‬ ‫באגלייטן איהם אויך דורכאויס‬ ‫ראם״‪ ,‬קען אבער א איד‬ ‫דער גאנצער וואך‪ .‬זיי היטן‬ ‫זוכה זיין צו זעהן די ברכות‬ ‫וואס קומען דורך זיי‪ .‬און‬ ‫איהם אפ אין זיינע וואכעדיגע‬ ‫אויף דעם קען מען זאגן א‬ ‫געשעפטן און צרכי פרנסה‪,‬‬ ‫רמז‪ ,‬אז דאס ווארט ״ממש״‬ ‫איז בגימטריא ״הראנו הוי״ה‬ ‫און שטייען איהם צו דער זייט‬ ‫חסדך״ (תהלים פה‪ ,‬ח) ‪ -‬ווייז‬ ‫אפילו ווען ער גייט דורך די‬ ‫אונז‪ ,‬אויבערשטער‪ ,‬דיינע‬ ‫שוועריקייטן פון גלות‪.‬‬ ‫חסדים‪ .‬ווייל כאטש מען‬ ‫זעהט נישט די מלאכים‪ ,‬קען מען אבער זעהן מיט די אייגענע אויגן די חסדים וואס זיי‬ ‫ברענגען מיט זיך‪.‬‬ ‫‪ਪ‬די שמירה פון די מלאכים אין‬ ‫אלע טעג פון דער וואך‬ ‫און די מלאכים וואס א איד איז מקבל פנים פרייטאג צונאכטס‪ ,‬זענען נישט בלויז מיט‬ ‫איהם שבת קודש‪ ,‬נאר באגלייטן איהם אויך דורכאויס דער גאנצער וואך‪ .‬זיי היטן איהם אפ‬ ‫אין זיינע וואכעדיגע געשעפטן און צרכי פרנסה‪ ,‬און שטייען איהם צו דער זייט אפילו ווען‬ ‫ער גייט דורך די שוועריקייטן פון גלות‪ ,‬בבחינת ״ארצה שעיר שדה אדום״‪.‬‬ ‫און דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס מיר זאגן פרייטאג צונאכטס‪ ,‬נאך ״שלום עליכם״‬ ‫(תהלים צא‪ ,‬יא)‪ :‬״כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך״‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬אז ווען א איד איז‬ ‫מקבל פנים די מלאכים ביים אריינגיין אין שבת‪ ,‬איז דערין אויך נכלל זייער שמירה אויף‬ ‫איהם דורכאויס דער גאנצער וואך‪ ,‬אין אלע זיינע וועגן‪.‬‬ ‫‪ਪ‬דורון‪ ,‬תפלה ומלחמה‬ ‫‪ -‬די דריי הכנות בכח קדושת שבת‬ ‫ווייטער אין דער פרשה שטייט (בראשית לב‪ ,‬ט)‪ :‬״והיה המחנה הנשאר לפליטה״‪ ,‬און רש״י‬ ‫הקדוש ברענגט פון חז״ל‪ :‬״התקין עצמו לשלשה דברים‪ ,‬לדורון‪ ,‬לתפלה ולמלחמה״‪ .‬יעקב‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ח‬ ‫אבינו האט זיך צוגעגרייט אויף דריי אופנים כדי צו מכניע זיין דעם כח פון עשו‪ :‬ער האט‬ ‫געשיקט א דורון פאר עשו‪ ,‬געדאוונט צום אויבערשטן‪ ,‬און זיך צוגעגרייט אויף א מלחמה‪.‬‬ ‫און אויך די דריי הכנות זענען געווען בכח קדושת שבת‪.‬‬ ‫‪ਪ‬דורון ‪ -‬קדושת שבת איז מבטל דעם כח המזיקים‬ ‫חז״ל זאגן (ברכות ה‪ ,‬א) אויפן פסוק (איוב ה‪ ,‬ז)‪ :‬״ובני רשף יגביהו עוף״‪ ,‬אז דאס ווארט ״רשף״‬ ‫איז מרמז אויף מזיקים און יסורים‪.‬‬ ‫און דערפאר האט יעקב אבינו געשיקט פאר עשו א דורון פון דווקא תק״ף‪ 580 ,‬בהמות‪,‬‬ ‫וואס איז בגימטריא ״רש״ף״‪,‬‬ ‫כדי צו מכניע זיין די מזיקים‬ ‫שמירת שבת קודש האט דעם‬ ‫וואס זענען מרומז אין דעם‬ ‫ווארט‪.‬‬ ‫כח מבטל צו זיין די מזיקים‬ ‫דער הייליגער בני יששכר‬ ‫וואס זענען מרומז אין ״רש״ף״‪.‬‬ ‫זי״ע (מאמרי השבתות מאמר א‬ ‫אות ה‪ ,‬ומאמר ב אות ג) איז מבאר באריכות‪ ,‬אז שמירת שבת קודש האט דעם כח מבטל צו זיין‬ ‫די מזיקים וואס זענען מרומז אין ״רש״ף״‪.‬‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז אויך דער דורון וואס יעקב אבינו האט געשיקט צו עשו איז געווען בכח‬ ‫קדושת שבת‪ .‬ווייל דער אור און קדושה פון שבת דערגרייכט אפילו ביז דער נחלה פון עשו‪,‬‬ ‫און איז דארט מבטל די שליטה פון דער קליפה‪.‬‬ ‫‪ਪ‬תפלה ‪ -‬סגולת תפילות שבת קודש‬ ‫אויך די צווייטע הכנה פון יעקב אבינו‪ ,‬תפילה‪ ,‬איז געווען פארבונדן מיטן כח פון שבת קודש‪.‬‬ ‫ווי עס ווערט געברענגט אין‬ ‫די ספרים הקדושים א רמז‬ ‫די ראשי תיבות פון די‬ ‫אין די ווערטער פון חז״ל‬ ‫ווערטער ״שגורה תפלתי בפי״‬ ‫(ברכות לד‪ ,‬ב)‪ :‬״אם שגורה‬ ‫תפלתי בפי יודע אני שהוא‬ ‫זענען שב״ת‪ ,‬וואס איז מרמז‬ ‫מקובל״ ‪ -‬ווען מיין תפילה‬ ‫אויף די באזונדערע סגולה פון‬ ‫גייט מיר גרינג און פליסיג‬ ‫תפילות שבת קודש‪ ,‬אז זיי‬ ‫פון מויל‪ ,‬ווייס איך אז דער‬ ‫תפילה איז אנגענומען‬ ‫ווערן אנגענומען לרצון ביים‬ ‫געווארן‪.‬‬ ‫אייבערשטן‪.‬‬ ‫ט‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫די ראשי תיבות פון די ווערטער ״שגורה תפלתי בפי״ זענען שב״ת‪ ,‬וואס איז מרמז‬ ‫אויף די באזונדערע סגולה פון תפילות שבת קודש‪ ,‬אז זיי ווערן אנגענומען לרצון ביים‬ ‫אייבערשטן‪ .‬און מיט אט דעם כח האט זיך יעקב אבינו צוגעגרייט מיט תפילה קעגן‬ ‫עשו‪.‬‬ ‫‪ਪ‬מלחמה ‪ -‬תערך לפני שלחן נגד צררי‬ ‫און אויך פאר דער דריטער הכנה‪ ,‬זיך צוגרייטן אויף א מלחמה‪ ,‬האט יעקב אבינו גענומען‬ ‫דעם כח פון די הייליגע סעודות שבת‪.‬‬ ‫ווען א איד גרייט אן זיין טיש און עסט די סעודות לכבוד שבת קודש‪ ,‬ווערט אפילו‬ ‫זיין גשמיות׳דיגע עסן געהייליגט מיט דער קדושה פון שבת‪ .‬דורכדעם באקומט דער‬ ‫שבת׳דיגער טיש א באזונדערן כח‪ ,‬וואס העלפט דעם איד זיך קעגנשטעלן אלע זיינע‬ ‫שונאים און זיי מכניע זיין‪.‬‬ ‫און אויף דעם גייט ארויף דער פסוק (תהלים כג‪ ,‬ה)‪ ,‬וואס מיר זאגן ביי אלע דריי סעודות שבת‪:‬‬ ‫״תערך לפני שלחן נגד צררי״ ‪ -‬דער אויבערשטער גרייט אן פאר מיר א טיש אנטקעגן מיינע‬ ‫שונאים‪ .‬דער טיש אליין ווערט א כח און א שטארקייט צו איבערקומען אלע וואס שטעלן‬ ‫זיך איהם אין וועג‪.‬‬ ‫‪ਪ‬מלאכים ממ״ש‬ ‫‪ -‬דער כח פון שבת קעגן עשו‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז די אלע דריי הכנות פון יעקב אבינו‪ ,‬דורון‪ ,‬תפילה און מלחמה‪ ,‬זענען געווען‬ ‫בכח פון די ״מלאכים ממ״ש״‬ ‫‪ -‬די מלאכים פון ״מצות‬ ‫שבת מלכתא״‪ .‬און מיט דעם‬ ‫דורך שמירת שבת‪ ,‬די‬ ‫האט יעקב אבינו געקענט‬ ‫זיך שטעלן קעגן עשו און‬ ‫הייליגע תפילות און די‬ ‫מכניע זיין זיין כח‪.‬‬ ‫סעודות שבת‪ ,‬באקומט ער די‬ ‫און דער זעלבער כח פון‬ ‫שטארקייט זיך צוצוגרייטן‪,‬‬ ‫שבת קודש איז אויך שייך‬ ‫פאר יעדן איד‪ .‬דורך שמירת‬ ‫אזוי ווי יעקב אבינו‪ ,‬מיט‬ ‫שבת‪ ,‬די הייליגע תפילות‬ ‫דורון‪ ,‬תפילה און מלחמה‪,‬‬ ‫און די סעודות שבת‪,‬‬ ‫באקומט ער די שטארקייט‬ ‫קעגן דעם כח פון עשו וואס‬ ‫זיך צוצוגרייטן‪ ,‬אזוי ווי‬ ‫שטעלט זיך איהם אין וועג‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫י‬ ‫יעקב אבינו‪ ,‬מיט דורון‪ ,‬תפילה און מלחמה‪ ,‬קעגן דעם כח פון עשו וואס שטעלט זיך‬ ‫איהם אין וועג‪.‬‬ ‫ווייל אויך יעדער איד דארף אמאל דורכגיין זיין אייגענעם ״ארצה שעיר שדה אדום״‪ .‬אמאל‬ ‫זענען דאס שוועריקייטן אין שטוב‪ ,‬אמאל דאגות וועגן פרנסה‪ ,‬און אמאל א שווערער‬ ‫נסיון וואס עס זעהט אויס אז מען קען איהם גארנישט בייקומען‪ .‬אבער דער איד קען‬ ‫זיך שטארקן מיטן וויסן אז ער גייט נישט אליין דורך די אלע שוועריקייטן‪ .‬די ״מלאכים‬ ‫ממש״ זענען מיט איהם‪ ,‬היטן איהם אפ און העלפן איהם איבערקומען די אלע מניעות וואס‬ ‫שטעלן זיך איהם אין וועג‪.‬‬ ‫‪ਪ‬קדושת שבת זאל אונז אייביג באגלייטן‬ ‫ויהי רצון‪ ,‬דער אויבערשטער זאל העלפן‪ ,‬אז מיר זאלן זוכה זיין מקבל צו זיין דעם‬ ‫שבת מלכתא מיט שמחה‪,‬‬ ‫און ממשיך זיין דעם‬ ‫יעדער איד דארף אמאל‬ ‫הייליגן אור פון שבת אויך‬ ‫אין די זעקס וואכן טעג‪ .‬די‬ ‫דורכגיין זיין אייגענעם ״ארצה‬ ‫״מלאכים ממש״ זאלן אונז‬ ‫שעיר שדה אדום״‪ .‬אמאל‬ ‫שטענדיג באגלייטן‪ ,‬אונז‬ ‫אפהיטן סיי ברוחניות און‬ ‫זענען דאס שוועריקייטן אין‬ ‫סיי בגשמיות‪.‬‬ ‫שטוב‪ ,‬אמאל דאגות וועגן‬ ‫עס זאל ביי אונז מקוים‬ ‫פרנסה‪ ,‬און אמאל א שווערער‬ ‫ווערן די תפילה פון יעקב‬ ‫אבינו (בראשית כח‪ ,‬כא)‪:‬‬ ‫נסיון וואס עס זעהט אויס‬ ‫״ושבתי בשלום אל בית אבי‬ ‫אז מען קען איהם גארנישט‬ ‫והיה ד׳ לי לאלקים״‪ .‬און‬ ‫מיר זאלן שוין זוכה זיין צו‬ ‫בייקומען‪ .‬אבער דער איד קען‬ ‫דער גאולה שלימה‪ ,‬ווען‬ ‫זיך שטארקן מיטן וויסן אז ער‬ ‫עס וועט מקוים ווערן דער‬ ‫גייט נישט אליין דורך די אלע‬ ‫פסוק (ישעיה מ‪ ,‬ה)‪ :‬״ונגלה‬ ‫כבוד ד׳ וראו כל בשר יחדו‬ ‫שוועריקייטן‪ .‬די ״מלאכים‬ ‫כי פי ד׳ דבר״‪ ,‬אז דער כבוד‬ ‫ממש״ זענען מיט איהם‪ ,‬היטן‬ ‫פונעם אויבערשטן זאל‬ ‫אנטפלעקט ווערן‪ ,‬און אלע‬ ‫איהם אפ און העלפן איהם‬ ‫זאלן זעהן מיט די אייגענע‬ ‫איבערקומען די אלע מניעות‬ ‫אויגן די גרויסע ישועה‪,‬‬ ‫בביאת בן דוד במהרה דידן‬ ‫וואס שטעלן זיך איהם אין‬ ‫ברוב רחמיו וחסדיו‪.‬‬ ‫וועג‪.‬‬ ‫אי‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫נקודות למעשה בעבודת ד'‬ ‫היוצאות מן המאמר‪:‬‬ ‫•לענג את שבת קודש מתוך הכרה שהיא נשמת‬ ‫העולם ומקור חיותו‪ ,‬ומקדושתה נמשכת ברכה‬ ‫לכל ימות השבוע‪ ,‬בבחינת נחלה בלי מצרים‪.‬‬ ‫•להמשיך מאור השבת אל ימות החול‪ ,‬ולהנהיג אף‬ ‫את עסקי מלאכתו ופרנסתו מתוך אמונה בהשי"ת‪,‬‬ ‫עד שיהיו גם ימי המעשה בבחינת שבת‪.‬‬ ‫•לקבל פני מלאכי השבת בשמחה ובאמונה‪,‬‬ ‫ולהתחזק בידיעה שלווייתם ושמירתם נמשכות עם‬ ‫האדם בכל דרכיו‪ ,‬וברכתם מתלבשת אף בעניניו‬ ‫הגשמיים‪.‬‬ ‫•להתחזק בתפילות שבת קודש ובקדושת סעודותיה‪,‬‬ ‫שסגולת התפילות להתקבל לרצון‪ ,‬ובכוח קדושת‬ ‫הסעודות להכניע את הצרים והמניעות שבדרכו‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫בי‬