gilyoines.com

כתב מרדכי - אידיש · Ksav Mordechai - Yiddish

שבוע: וישלח (2026-11-23)

כתב מרדכי - אידיש · Ksav Mordechai - Yiddish — וישלח (2026-11-23)

פתח את ה-PDF הורדה

הטקסט של גיליון זה

‫בס''ד‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫ה'תשפ"ז‬ ‫שנה ב' גליון ‪45‬‬ ‫❖‬ ‫הגליון השבוע תהא לרפואתו השלמה והמהירה של‬ ‫הרב המחנך‪ ,‬הרופא לשבורי לב‬ ‫ורבים נהנים ממנו עצה ותושיה‪ ,‬ורבים צריכים לו‬ ‫זיכה את הרבים בשמונת ספריו‬ ‫נרות המאירים דרכם של רבים‬ ‫ה"ה הר"ר אהרן בן פערל פרידמן שליט"א‬ ‫❖‬ ‫יהי רצון שיזכה לרפואה שלמה במהרה‪ ,‬ולהמשיך לזכות את הרבים בבריות גופא ונהורא מעליא‪,‬‬ ‫אמן‪.‬‬ ‫נדבת הגליון השבוע‬ ‫הגליון יוצא לאור בנדבתו הנדיבה של ידידנו‬ ‫הרב ר' משה אליהו גרין שליט"א‬ ‫ר"מ בישיבת מתיבתא‬ ‫לעי"נ א"ז רבי יעקב דוד בן רבי ירחמיאל ישראל יצחק זצ"ל‬ ‫יהי רצון שיזכה להמשיך להרביץ תורה ויראת שמים בתלמידים‪ ,‬ושיזכה יחד‬ ‫עם ביתו שתחי' לרוות נחת דקדושה מכל יוצאי חלציהם‪ ,‬ולשמוח בבריאות‬ ‫איתנה ובהצלחה בכל מעשי ידיהם‪ ,‬ושיזכו לחיים טובים ושלום‪ ,‬והשם‬ ‫יתברך ישלם פעלם ותהי משכורתם שלמה‪.‬‬ ‫ובהזדמנות זו נברך אותו ונביע הכרת הטוב על התמדתו בלימוד והפצת הגליון לאור‬ ‫עולם‪ ,‬וקביעת שיעורים בו תמידין כסדרן‪ ,‬ועל הערותיו המחכימות מדי שבוע‪.‬‬ ‫ברכת מזלא טבא מעמקא דלבא לכבוד מו"ר הרה"ג רבי חיים היילפרין שליט"א‬ ‫רב בית הכנסת "דברי חיים"‬ ‫לרגל השמחה השרויה במעונו בנשואי נכדתו הכלה שתחי'‬ ‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שיבנו בית נאמן בישראל‪ ,‬בית של תורה ויראת‬ ‫שמים‪ ,‬ויזכה מו"ר שליט"א לרוות מהם ומכל יוצאי חלציו רוב נחת ושמחה‪,‬‬ ‫בבריאות איתנה ובאריכות ימים ושנים טובים‪ ,‬עד ביאת גואל צדק‪.‬‬ ‫הקלדה‪ ,‬תמלול‪ ,‬הגהה‪ ,‬עריכה‪ ,‬תרגום‪ ,‬עימוד ועיצוב‬ ‫‪ALLWRITINGNEEDS24@GMAIL.COM‬‬ ‫להערות‪ ,‬לנדבות ולהקדשות‪ ,‬ולהפצת הגליון — נא לפנות אל הכתובת ‪ kesavmordchai@gmail.com‬או‬ ‫בטלפון (בבריטניה) ‪07464009499‬‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫ג‬ ‫פנים לתורה‬ ‫התקין עצמו לשלשה דברים‬ ‫מיר געפינען אין אונזער פרשה‪ ,‬אז יעקב אבינו האט זיך צוגעגרייט צו דריי זאכן‪ :‬צו‬ ‫א דורון ‪ -‬א מתנה‪ ,‬צו תפלה און צו מלחמה‪ .‬אזוי איז רש״י מפרש אויפ׳ן פסוק‬ ‫(בראשית לב‪ ,‬ט)‪ :‬״והיה המחנה הנשאר לפליטה״ ‪ -‬״על כרחו‪ ,‬כי אלחם עמו‪ .‬התקין‬ ‫עצמו לשלשה דברים‪ ,‬לדורון‪ ,‬לתפלה ולמלחמה‪ .‬לדורון‪ :‬ותעבר המנחה על פניו;‬ ‫לתפלה‪ :‬אלקי אבי אברהם; למלחמה‪ :‬והיה המחנה הנשאר לפליטה״‪.‬‬ ‫עס זעט אויס‪ ,‬אז אין רש״י׳ס ווערטער ליגט א טיפערער כוונה‪ .‬נישט אומזינסט האט‬ ‫ער קודם דערמאנט דורון‪ ,‬דערנאך תפלה‪ ,‬און ערשט צום סוף מלחמה‪ .‬ווייל יעקב‬ ‫אבינו האט באמת נישט געוואלט מלחמה האלטן מיט זיין ברודער‪ .‬ער איז געווען אן‬ ‫״איש תם״ (בראשית כה‪ ,‬כז)‪ ,‬א מושלם'דיגע מענטש‪ ,‬אין וועמען עס האט גערוט די‬ ‫מדה פון תמימות און שלימות ‪ -‬בחינת ״תפארת״ ‪ -‬און דערפון אויך דער כח פון די‬ ‫מידה פון שלום‪ .‬דער עיקר פון שלימות איז דאך צו פארבינדן זאכן וואס זענען הפכים‬ ‫און שטייען איינער קעגן דעם אנדערן‪ .‬דאס איז דער כח פון דער מדת השלום‪ ,‬אין‬ ‫וועלכער יעקב איז געווען מיוחד‪ :‬צו מאכן שלום צווישן צדדים אפילו ווען עס איז דא‬ ‫א מחלוקת‪ ,‬און טראץ שנאה און פירוד‪ ,‬זיי ווידער צוזאמענצוברענגען‪.‬‬ ‫אבער דווקא יעקב אבינו‪ ,‬וואס זיין כח איז געווען צו מאחד זיין און משלים זיין‪ ,‬איז‬ ‫אויסגעשטעלט געווארן צו שונאים און פיינט וואס האבן געוואלט זיין שלעכטס‪ .‬ער‬ ‫האט אבער געוואוסט ווי אזוי זיך צו באגיין מיט דעם‪ ,‬און ווי אזוי פון אזעלכע מצבים‬ ‫ארויסצוקומען שטערקער און העכער‪ ,‬און דורך דעם אליין צו פארמערן און מחזק‬ ‫זיין זיין כח השלום‪.‬‬ ‫״על כרחו״‬ ‫דערפאר איז רש״י מדייק און שרייבט ״על כרחו״‪ .‬דער פסוק זאגט‪ :‬״אם יבוא עשו‬ ‫אל המחנה האחת והכהו והיה המחנה הנשאר לפליטה״‪ .‬דאס ווארט ״אם״ ווייזט‪ ,‬אז‬ ‫דאס איז בלויז א מעגליכקייט‪ .‬יעקב האט באמת נישט געוואלט קיין מלחמה; אדרבה‪,‬‬ ‫מלחמה איז געווען די גרעסטע מתנגד קעגן זיין נאטור און מהות‪ .‬עס איז דאך צוויי‬ ‫פארקערטע זאכן מלחמה און שלום‪ :‬מלחמה איז מחלוקת‪ ,‬און שלום איז אחדות‪ .‬נאר‬ ‫״על כרחו״‪ ,‬קעגן זיין אינערליכן ווילן‪ ,‬האט ער זיך צוגעגרייט צו דער מעגליכקייט אז‬ ‫ער וועט דארפן זיך באשיצן‪ ,‬היטן זיין לעבן און מלחמה האלטן מיט עשו‪.‬‬ ‫ווייל דער רצון התורה איז דאך‪ ,‬אז ״דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום״ (משלי‬ ‫ג‪ ,‬יז)‪ .‬אבער דאס מיינט נישט אז מען דארף אלעמאל נאכגעבן און קיינמאל נישט‬ ‫מלחמה האלטן‪ .‬חז״ל זאגן‪ :‬״אם בא להרגך השכם להרגו״ (סנהדרין עב‪ ,).‬און אויך‪:‬‬ ‫״כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים״‪ .‬אין תנ״ך געפינען מיר דאך‬ ‫אסאך מלחמות‪ ,‬סיי מלחמת מצוה און סיי מלחמת רשות‪ .‬דער חילוק איז אבער‪ ,‬אז‬ ‫א תורה'דיגע מלחמה איז א וועג פון זיך צו באשיצן‪ ,‬נישט דער לכתחילה׳דיגע ציל‪.‬‬ ‫מיר זוכן נישט קיין מלחמות און מיר ווילן זיי נישט‪ ,‬אבער אמאל איז נישטא קיין‬ ‫אנדערע ברירה‪.‬‬ ‫דער וועג און דער אופן פון דער מלחמה‬ ‫דער גרויסער חידוש ליגט אין דעם ״וועג״ און אין דעם אופן פון דער מלחמה‪ .‬עס איז‬ ‫נישט דער זעלבער סארט מלחמה ווען יעקב שטייט אויף איין זייט און עשו אויף דער‬ ‫אנדערער זייט‪ .‬אפילו אינמיטן א מצב פון מלחמה און מחלוקת האט יעקב געטראפן‬ ‫א וועג צו מאחד זיין און משלים זיין צווישן זיך און עשו; ווידער עשו האט פיינט‬ ‫געהאט יעקב און געוואלט אים הרג׳ענען [ער איז געווען בגדר "השכם להרגו"‪,‬‬ ‫פארדעם שטייט‪" :‬עשו שונא ליעקב" און נישט פארקערט]‪.‬‬ ‫דער אמת׳ער כח פון שלום ווערט דווקא אנטפלעקט אינמיטן א מחלוקת און א‬ ‫מלחמה‪ ,‬ווייל דארטן קומט ארויס די שיינקייט פון תפארת השלום‪ .‬עס איז נישט קיין‬ ‫גרויסע חכמה צו זיין בשלום ווען גארנישט שטערט דעם שלום‪ .‬אבער ווען עס איז דא‬ ‫א כח וואס צווינגט דיר צו מלחמה‪ ,‬און טראץ דעם טרעפסטו דעם פונקט פון אחדות‬ ‫צווישן די צדדים ‪ -‬דעמאלט ווערט אנטפלעקט דער שטארקייט‪ ,‬און דער שיינקייט‬ ‫פון דער מדת השלום‪.‬‬ ‫שמך ישראל‬ ‫דער גאנצער מהות פון א מענטש ווערט‪ ,‬כביכול‪ ,‬אויסגעדריקט און דעפינירט אין זיין‬ ‫נאמען‪ .‬לכאורה וואלט מען געדארפט רופן יעקב ״שלום״ אדער אן ענליכן נאמען‪,‬‬ ‫ווייל דאס איז דאך זיין עיקר כח‪ :‬די מדת התפארת וואס מאכט אחדות‪ ,‬פארבינדט‬ ‫און איז משלים‪ .‬נאר ווי געזאגט‪ ,‬דווקא דורך די קאמפן און מלחמות האט יעקב‬ ‫אנטפלעקט זיינע געוואלדיגע כוחות‪ .‬זיין גאנצע מהות איז געווען דער היפוך פון ריב‬ ‫און קאמף; ער איז געווען אן איש שלום און איש תם‪ .‬און דאך האט ער זיך געשטעלט‬ ‫קעגן שווערע מצבים פון קאמף און מלחמה‪ ,‬אין וועלכע ער איז אריינגעפאלן‪ :‬איין‬ ‫מאל מיט לבן‪ ,‬זיין מוטער׳ס ברודער און זיין שווער; איין מאל מיט זיין צווילינג‪-‬‬ ‫ברודער עשו; און איין מאל מיט א מלאך‪ .‬אין יעדן פון די קאמפן האט ער מצליח‬ ‫געווען ארויסצוגיין שטארקער און מער שלימות׳דיג‪.‬‬ ‫דאס איז‪ ,‬לכאורה‪ ,‬דער טיפערער טייטש אין פסוק (בראשית לה‪ ,‬י)‪ :‬״ויאמר לו אלקים‬ ‫שמך יעקב לא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל יהיה שמך ויקרא את שמו ישראל״‪.‬‬ ‫דער אייבערשטער האט נישט בלויז געטוישט א נאמען אדער א כינוי‪ .‬א נאמען‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫ה‬ ‫דעפינירט און דערקלערט דעם תוכן‪ ,‬כח און מהות פון דעם וואס טראגט דעם נאמען‪.‬‬ ‫נאך אזויפיל נסיונות פון מחלוקת‪ ,‬רמאות‪ ,‬מלחמות און קאמפן איז יעקב ארויסגעקומען‬ ‫מיט א שטאלצקייט‪ ,‬שטארקער און מער גאנץ‪ .‬ער דארף שוין נישט קעמפן; ער איז‬ ‫שוין בבחינת ״שר״‪ ,‬העכער פון אלעמען‪.‬‬ ‫אזוי זעט מען אויך אין די פסוקים וואס שילדערן דעם שמועס צווישן דעם מלאך און‬ ‫יעקב (לב‪ ,‬כט)‪ :‬״ויאמר לא יעקב יאמר עוד שמך כי אם ישראל כי שרית עם אלקים‬ ‫ועם אנשים ותוכל״‪ .‬רש״י איז מפרש‪ :‬״ועם אנשים ‪ -‬לבן ועשו״‪ .‬לכאורה‪ ,‬וואס איז‬ ‫דער צורך אין דעם טויש פונעם נאמען? נאר דער עיקר איז די נייע הגדרה וואס יעקב‬ ‫האט באקומען‪ ,‬כנ"ל‪.‬‬ ‫❖‬ ‫דריי זאכן פאר אלע דורות‬ ‫די תורה האט נישט אומזיסט אזוי מאריך געווען אין די געשיכטע פון יעקב אבינו‪ .‬זי‬ ‫וויל אונז לערנען‪ ,‬פאר זיינע קינדער און פאר אלע דורות‪ ,‬ווי אזוי זיך צו פירן אין‬ ‫אזעלכע מצבים‪ .‬מען דארף דריי זאכן‪ ,‬וואס זענען בבחינת ״והחוט המשולש לא‬ ‫במהרה ינתק״ ‪ -‬דורך די דריי זאכן קומט מען נישט אזוי שנעל צו א ניתוק און פירוד‪.‬‬ ‫א׳ ‪ -‬דורון‬ ‫לכאורה איז דאס א וואונדערליכע זאך‪ :‬וואס האט א דורון מיט מלחמה? מען קען‬ ‫מיינען אז דאס איז א 'תחבולה'‪ ,‬מען וויל צופרידנשטעלן דעם שונא כדי צו מאכן‬ ‫ווייך זיין הארץ און דערמיט דערגרייכן דעם אייגענעם ציל ‪[ -‬וואס היינט וואלט מען דאס‬ ‫אפשר גערופן ״מאניפולאציע״]‪ .‬אבער דאס איז נישט דער ענין‪ .‬ווייטער‪ ,‬בס״ד‪ ,‬וועלן‬ ‫מיר זען אז דער דורון איז געווען אן אמת׳דיגער און גאנצער מעשה חסד‪ ,‬לויט דעם‬ ‫וועג וואס שלמה המלך לערנט אונז אין ספר משלי‪.‬‬ ‫ב׳ ‪ -‬תפלה‬ ‫צום ערשט איז דא הודאה אויף דעם עבר‪ ,‬א הכרה אין אונזער אייגענער שפלות‪ ,‬און‬ ‫דערקענען אז אלעס איז א מתנת חנם און א חסד פונעם בורא‪ ,‬און אז גארנישט קומט‬ ‫אונז נישט‪ .‬דערנאך קומט די בקשה‪ :‬״הצילני נא מיד אחי מיד עשו״‪ ,‬אזוי ווי די‬ ‫פסוקים אין דער פרשה שילדערן דעם סדר און תוכן פון יעקב׳ס תפלה‪ .‬יעקב איז דאך‬ ‫דער וואס האט מתקן געווען תפלת ערבית (ברכות כו‪ ,):‬וואס איז בבחינת חושך‬ ‫והסתר‪ .‬דווקא אין אזעלכע מצבים האט יעקב אבינו באלויכטן און אנטפלעקט דעם‬ ‫גרויסן כח און די האפענונג וואס ליגט אין תפלה‪[ .‬תפלת ערבית ווערט אנגערופן‬ ‫״רשות״ (ברכות כז‪ .):‬אפשר קען מען מרמז זיין‪ ,‬אז מען קען נישט צווינגען א מענטש‬ ‫צו דאווענען ווען ער געפינט זיך אין דער טיפעניש פון זיין צרה און אין דער‬ ‫פינצטערניש; און דאך דאווענט ער‪].‬‬ ‫ג׳ ‪ -‬הכנה למלחמה‬ ‫מען דארף זיך צוגרייטן צום וועג און צום אופן פון א מלחמה לשם שמים‪ ,‬פאר דעם‬ ‫ציל פון שלום און שלימות‪ ,‬און נישט צו מלחמה לשם מלחמה‪.‬‬ ‫❖‬ ‫א דורון פאר א שונא?‬ ‫תפלה און מלחמה זענען פארשטענדליך‪ .‬עשו האט דאך געוואלט הרג׳ענען זיין‬ ‫ברודער‪ ,‬איז ממילא ריכטיג זיך צו גרייטן צו מלחמה און צולייגן א תפלה מעומקא‬ ‫דלבא‪ :‬״הצילני נא מיד אחי מיד עשו״‪ .‬אבער וואס האט דא צו טון א דורון? דער‬ ‫מנהג העולם איז צו שיקן א מתנה פאר א בר מצוה בחור‪ ,‬פאר א חתן‪ ,‬אדער פאר א‬ ‫גוטן חבר‪ ,‬אלס א סימן פון הכרת הטוב‪ .‬אבער פאר א שונא‪ ,‬פאר איינעם וואס וויל‬ ‫דיר הרג׳ענען און דיך טון אלע שלעכטס אויף דער וועלט ‪ -‬פארוואס זאלסטו אים‬ ‫געבן א מתנה‪ ,‬און נאך אזא גרויסע מתנה?‬ ‫נאר דא איז מרומז וואס שלמה המלך‪ ,‬דער חכם מכל אדם‪ ,‬לערנט אונז אין ספר‬ ‫משלי (כה‪ ,‬כא)‪ :‬״אם רעב שנאך האכילהו לחם ואם צמא השקהו מים״‪ .‬עשו איז‬ ‫געווען הונגעריג נאך עשירות‪ ,‬און ער האט מקנא געווען אין די ברכות וואס יעקב האט‬ ‫גענומען‪ .‬יעקב‪ ,‬מיט זיין גרויס חכמה און צדקות‪ ,‬האט אנגעפילט דעם חסרון פון עשו‬ ‫און אים געשיקט א דורון‪ .‬דער טעם ווערט ערקלערט אין דעם פסוק (שם‪ ,‬כב)‪ :‬״כי‬ ‫גחלים אתה חותה על ראשו וה׳ ישלם לך״‪ .‬ווען דו גיבסט דיין שונא צו עסן און צו‬ ‫טרינקען‪ ,‬איז דאס אזוי ווי דו לייגסט אויף זיין קאפ ברענעדיגע קוילן‪ .‬ווייל ״כמים‬ ‫הפנים לפנים כן לב האדם לאדם״ (משלי כז‪ ,‬יט)‪ :‬דער שונא ווערט פארשעמט צו‬ ‫דיר טון שלעכטס‪ ,‬און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן דיר און אים‪.‬‬ ‫דאס איז אבער בכלל נישט קיין תחבולה‪ .‬איינער וואס פרובירט צופרידנשטעלן זיין‬ ‫שונא כדי צו דערגרייכן זיין אייגענעם ציל‪ ,‬באהאלט זיין אמת׳ע כוונה און מיינט נישט‬ ‫דעם צווייטנס טובה‪ .‬יעקב האט אבער באמת אנגעפילט דעם חסרון פון עשו‪ :‬עשו איז‬ ‫געווען הונגעריג נאך עשירות‪ ,‬און יעקב האט אים געגעבן מיט חכמה און צדקה‪ ,‬מיט‬ ‫אן אמת׳דיגן הארץ‪ .‬ער האט גארנישט געוואלט פאר זיך אליין‪ ,‬נאר שלום‪ .‬דערפאר‬ ‫ענדיגט דער פסוק ״וה׳ ישלם לך״‪ :‬דער אייבערשטער איז דער וואס באצאלט‪ ,‬ווייל‬ ‫דאס איז אן אמת׳דיגער מעשה חסד‪ .‬דער שלום וואס ווערט דערמיט געשאפן איז א‬ ‫טובה פאר ביידע‪ ,‬נישט קיין נצחון פון איין צד איבער דעם אנדערן‪.‬‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫ז‬ ‫[דער באשעפער ווערט דאך אנגערופן אויכעט "שלום"‪ ,‬ווייל ער איז דער גרעסטע‬ ‫כוח און מקור פון שלום‪ .‬און מיט דעם אלעם ווערט ער אנגערופן "איש מלחמה"‪,‬‬ ‫לכאורה איז דאס א געוואלדיגע סתירה‪ ,‬נאר ווי ערקלערט איז דאס קיין סתירה נישט]‬ ‫❖‬ ‫שלם‪ :‬שלימות און שלום‬ ‫יעצט פארשטייען מיר פארוואס דווקא דער דורון איז דער וועג פון ״שלם״‪ .‬דאס‬ ‫ווארט ״שלם״ האט צוויי באדייטן‪ :‬שלימות און שלום‪ .‬ביידע גייען צוזאמען‪ .‬דער‬ ‫טיפערער ענין פון א מחלוקת איז‪ ,‬אז עס זענען דא צוויי באזונדערע זאכן וואס זענען‬ ‫נישט שלם איינס מיטן אנדערן‪ .‬דורך דעם כח פון שלום ווערן זיי פאראייניגט‪ ,‬און‬ ‫דערפון ווערט געשאפן שלימות‪ .‬יעקב און עשו זענען צוויי פארקערטע כוחות; יעקב׳ס‬ ‫כח השלום איז געווען צו משלים זיין עשו‪ ,‬טראץ דעם וואס עשו איז געווען קעגן אים‪.‬‬ ‫דער דורון איז דער כלי פון דער השלמה‪ .‬עשו האט געהאט א חסרון‪ ,‬און יעקב האט‬ ‫אנגעפילט זיין חסרון‪ .‬אזוי איז עשו געווארן נענטער צו שלימות‪ ,‬און עס האט זיך‬ ‫געעפנט א וועג צו שלום צווישן זיי‪ .‬יעקב האט באמת אנגעפילט דעם חסרון פון עשו‪,‬‬ ‫מיט חכמה און צדקה‪ ,‬און דער מעשה האט געברענגט די השלמה [אפשר נישט א‬ ‫"שלום לקרוב"‪ ,‬אבער כאטשיג א "שלום לרחוק"]‪.‬‬ ‫❖‬ ‫״האכילהו לחם והשקהו מים״‬ ‫פון דעם קען א מענטש ארויסנעמען אן עצה למעשה‪ .‬אויב א מענטש האט שונאים‬ ‫‪ -‬אמאל צוליב קנאה און שנאת חנם‪ ,‬און אמאל צוליב א געוויסער סיבה‪ ,‬צי זי איז‬ ‫גערעכט אדער נישט ‪ -‬זאל ער זיי געבן דאס וואס זיי דארפן‪ .‬דאס קען זיין‬ ‫גשמיות׳דיגע באדערפענישן‪ ,‬און דאס קען זיין נפשיות׳דיגע באדערפענישן‪ .‬דורך דעם‬ ‫קען‪ ,‬בס״ד‪ ,‬ווערן שלום צווישן זיי‪ .‬איינער וואס פעלט אים עסן‪ ,‬זאל מען אים געבן‬ ‫עסן; און איינער וואס פעלט אים דאס וואס די נפש דארף‪ ,‬זאל מען אים אויך דאס‬ ‫געבן‪ .‬אזוי האט יעקב געטון‪ :‬ער האט אנגעפילט דעם חסרון פון עשו‪.‬‬ ‫וואס דער פסוק זאגט‪ ,‬און וואס מיר לערנען דערפון‬ ‫דער פשוט׳ער פשט פונעם פסוק רעדט לכאורה פון א מצב ווען א מענטש האט א‬ ‫שונא‪ ,‬נישט פון א מענטש וואס האט פיינט איינעם‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬דער פסוק מיינט‬ ‫נישט בפשטות צו זאגן‪ :‬אויב דו האסט איינעם וועמען דו האסט פיינט ‪ -‬צי ווייל לויט‬ ‫דעם רצון התורה דארפסטו אים פיינט האבן‪ ,‬אדער ווייל עס איז דיר יעצט פשוט‬ ‫זייער שווער זיך מתגבר צו זיין אויף דער שנאה ‪ -‬זאלסטו אים געבן צו עסן און צו‬ ‫טרינקען‪ .‬אבער דאך קענען מיר אויך דערפון לערנען‪ ,‬אז מעשי אהבה און הילף פאר‬ ‫יענעם האבן דעם כח צו פארשוואכן און אוועקנעמען שנאה‪.‬‬ ‫נאך די מעשים ווערן די הערצער נאכגעצויגן‬ ‫״אחרי הפעולות נמשכים הלבבות״‪ .‬אויב דו גיבסט פאר איינעם וואס האט דיר‬ ‫שלעכטס געטון‪ ,‬וועט דער אייבערשטער דיר באצאלן‪ .‬מען דארף נישט ווארטן ביז‬ ‫דאס הארץ ווערט נאכגעגעבן און ערשט דערנאך טון א גוטן מעשה‪ .‬אדרבה‪ ,‬דער‬ ‫מעשה אליין ציט דאס הארץ נאכדעם‪ .‬איינער וואס גיט פאר זיין חבר‪ ,‬הייבט אן אים‬ ‫ליב צו האבן; און דער וואס באקומט‪ ,‬הייבט אן צו שפירן הכרת הטוב [זעה כתב‬ ‫מרדכי – ויצא‪ ,‬איבערן קשר צווישן נתינה מיט אהבה]‪.‬‬ ‫[און באמת‪ ,‬אויב א מענטש האט פיינט איינעם‪ ,‬ווערט בדרך כלל יענער אויך זיין‬ ‫שונא‪ .‬אויב אזוי‪ ,‬פון דעם צד וואס יענער האט דיר פיינט ‪ -‬״האכילהו לחם״‪ .‬ודו״ק‪].‬‬ ‫❖‬ ‫דער חילוק פון ״יש לי רב״ אדער ״יש לי כל״‬ ‫מען דארף מדייק זיין אין דער פרשה‪ ,‬וואס עס שטייט ביי עשו (בראשית לג‪ ,‬ט)‪:‬‬ ‫״ויאמר עשו יש לי רב אחי יהי לך אשר לך״‪ .‬און ביי יעקב שטייט (שם‪ ,‬יא)‪ :‬״קח נא‬ ‫את ברכתי אשר הובאת לך כי חנני אלקים וכי יש לי כל ויפצר בו ויקח״‪ .‬פארוואס‬ ‫האט עשו געזאגט ״יש לי רב״ ‪ -‬עס זעט אויס אז ער האט אסאך‪ ,‬אבער נישט ״כל״‬ ‫‪ -‬נישט אלעס; און יעקב זאגט ״יש לי כל״‪ ,‬וואס מיינט אז ער האט נישט בלויז אסאך‪,‬‬ ‫נאר אלעס?‬ ‫דער כלי יקר איז שוין מדייק דעם חילוק‪ :‬״ויאמר עשו יש לי רב‪ .‬משמע רב אבל לא‬ ‫כל‪ ,‬ויעקב אמר כי חנני אלקים וכי יש לי כל״‪ .‬ער ענטפערט‪ :‬״לפי שהרשעים אף על‬ ‫פי שיש להם כל כסף וזהב שבעולם‪ ,‬מכל מקום נראה להם שעדיין הם חסרים‪ ,‬ויש‬ ‫להם רב אבל לא כל צרכם‪ ,‬לכך אמר עשו יש לי רב אבל לא כל‪ ,‬כי עדיין חסרים‬ ‫המה‪ ,‬יש בידו מנה מתאוה למאתים‪ .‬והצדיקים בהיפך זה‪ ,‬כי אפילו אם יש מעט בידם‬ ‫הם מסתפקים בו ושמחים בחלקם‪ ,‬ונראה כאילו יש להם כל״‪.‬‬ ‫״חנני אלקים״‬ ‫יעקב האט גענוצט דעם לשון ״חנני״‪ ,‬אזוי ווי ער האט געזאגט פריער (שם‪ ,‬ה)‪ :‬״אשר‬ ‫חנן אלקים את עבדך״‪ .‬צדיקים פארלאזן זיך קיינמאל נישט אויף זייערע גוטע מעשים‪,‬‬ ‫נאר זיי האלטן אז אלעס וואס זיי באקומען איז "חסד אל כל היום"‪ ,‬א מתנה וואס‬ ‫דער אייבערשטער געבט זיי מצד חנינה‪.‬‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫ט‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬אפילו אויב עס קומט זיי מיט רעכט און יושר יעדע גוטע זאך צוליב זייערע‬ ‫גוטע און גלייכע מעשים‪ ,‬דאך שפירן זיי זיך קליין און נידעריג‪ ,‬און זיי זענען זיך מכניע‬ ‫מיט ענוה פארן אייבערשטן‪ .‬ממילא שפירן זיי שטענדיג אז עס קומט זיי גארנישט‪,‬‬ ‫און אלעס וואס דער רבונו של עולם געבט זיי איז בלויז ווייל ער איז א רחום וחנון‪,‬‬ ‫פול מיט רחמנות און חסדים ["יאכלו ענווים וישבעו" ‪ -‬א עניו‪ ,‬ווערט גלייך נאך וואס‬ ‫ער עסט ‪ -‬אפילו נאר לחם עוני ‪ -‬זאט‪ ,‬ווייל וואס ער האט איז נאר א "בונוס"]‪.‬‬ ‫אפילו די הייליגע קינדער פון יעקב אבינו האט יעקב אנגערופן ״מתנות חנם״‪ :‬״אשר‬ ‫חנן אלקים את עבדך״ ‪ -‬דאס קומט מיר נישט‪ .‬אבער רשעים האלטן בדרך כלל אז‬ ‫זיי זענען צדיקים‪ ,‬און אז אלעס וואס זיי באקומען קומט זיי מצד הדין‪ .‬דערפאר בעטן‬ ‫זיי אלעמאל נאך און נאך‪ ,‬ווייל אין זייערע אויגן קומט עס זיי‪.‬‬ ‫❖❖‬ ‫התורה והמצוה‬ ‫די מצוה פון איסור אכילת גיד הנשה‬ ‫אין אונזער פרשה געפינען מיר איין מצוה‪ :‬דער איסור צו עסן גיד הנשה‪ ,‬אזוי ווי עס‬ ‫שטייט (בראשית לב‪ ,‬לג)‪ :‬״על כן לא יאכלו בני ישראל את גיד הנשה אשר על כף‬ ‫הירך עד היום הזה כי נגע בכף ירך יעקב בגיד הנשה״‪ .‬אזוי אויך רעכנט דער ספר‬ ‫החינוך (מצוה ג) אויס‪ :‬״וישלח יעקב יש בה מצות לא תעשה אחת‪ ,‬והיא אזהרת גיד‬ ‫הנשה״‪ .‬די מצוה איז נוהג בכל מקום ובכל זמן‪ ,‬ביי מענער און ביי פרויען‪.‬‬ ‫א מצוה וואס איז געשריבן געווארן אינמיטן א מעשה‬ ‫די מצוה איז אנדערש פון אנדערע מצוות‪ ,‬ווייל עס שטייט נישט אין איר קיין לשון‬ ‫ציווי‪ .‬זי קומט ביים סוף פון דער מעשה פון יעקב׳ס קאמף מיט דעם מלאך‪ ,‬אין די‬ ‫ווערטער ״על כן לא יאכלו״‪ ,‬ווי א המשך פון דער געשיכטע‪ .‬דערפון קומט אויף א‬ ‫יסודות׳דיגע שאלה‪ :‬וויבאלד דער איסור ווערט דערמאנט אין דער מעשה פון יעקב‬ ‫און זיינע קינדער‪ ,‬איז דער גיד הנשה שוין נאסר געווארן פאר יעקב׳ס קינדער נאך‬ ‫פאר מתן תורה‪ ,‬אדער איז דער איסור ערשט געגעבן געווארן ביים הר סיני‪ ,‬און די‬ ‫תורה האט אים דא געשריבן אינעם ארט וואו עס געהערט? אויף דעם האבן די תנאים‬ ‫שוין געהאט א מחלוקת‪.‬‬ ‫די מחלוקת פון רבי יהודה און חכמים‬ ‫מיר לערנען אין דער משנה (חולין ק‪ :).‬״נוהג בטהורה ואינו נוהג בטמאה‪ .‬רבי יהודה‬ ‫אומר אף בטמאה‪.‬‬ ‫אמר רבי יהודה‪ ,‬והלא לבני יעקב נאסר גיד הנשה ועדיין בהמה טמאה מותרת להם‪.‬‬ ‫אמרו לו‪ :‬מסיני נאסר אלא שנכתב במקומו״‪.‬‬ ‫דער ביאור פון דער מחלוקת איז אזוי‪ :‬לויט רבי יהודה איז דער איסור שוין געגעבן‬ ‫געווארן פאר יעקב׳ס קינדער‪ .‬אין יענער צייט זענען טמא׳נע בהמות נאך געווען מותר‬ ‫צו עסן‪ .‬וויבאלד דער איסור האט דעמאלט חל געווען אויף אלע בהמות וואס זענען‬ ‫געווען מותר‪ ,‬נעמט ער אויך אריין טמא׳נע בהמות‪ ,‬און דערפאר איז גיד הנשה אסור‬ ‫אויך ביי זיי‪ .‬אזוי איז אויך משמע פון רמב״ן‪ .‬לויט די חכמים איז דער איסור ערשט‬ ‫געגעבן געווארן ביים הר סיני‪ .‬דעמאלט זענען טמא׳נע בהמות שוין געווען אסור‪ ,‬און‬ ‫דערפאר איז גיד הנשה נוהג נאר אין א בהמה טהורה‪ .‬די תורה האט אבער געשריבן‬ ‫די מצוה דא‪ ,‬אין איר ארגענעלן ארט‪ ,‬נאנט צו דער מעשה פון וועלכער זי שטאמט‪.‬‬ ‫דער יסוד פון רמב״ם‪ :‬״מסיני נאסר״‬ ‫אין זיין פירוש המשניות (חולין פרק ז‪ ,‬משנה ו) שרייבט דער רמב״ם אויף די ווערטער‬ ‫פון די חכמים‪ :‬״ושים לבך על העיקר הגדול הנכלל במשנה הזאת‪ ,‬והוא מה שאמר‬ ‫'מסיני נאסר'‪ ,‬לפי שאתה הראית לדעת שכל מה שאנו מרחיקים או עושים היום אין‬ ‫אנו עושים אלא במצוות הקדוש ברוך הוא על ידי משה רבנו עליו השלום‪ ,‬לא‬ ‫שהקדוש ברוך הוא אמר זה לנביאים שלפניו״‪.‬‬ ‫דער רמב״ם ברענגט דוגמאות‪ :‬מיר האלטן זיך אפ פון אבר מן החי נישט ווייל דער‬ ‫אייבערשטער האט עס פארבאטן פאר נח‪ ,‬נאר ווייל משה רבינו האט אונז אזוי געהייסן‬ ‫ביים הר סיני‪ .‬אזוי אויך זענען מיר מקיים מצות מילה נישט ווייל אברהם אבינו האט‬ ‫זיך אליין גע׳מל׳ט און גע׳מל׳ט זיין הויזגעזינד‪ ,‬נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז‬ ‫געהייסן דורך משה רבינו‪.‬‬ ‫דער זעלבער דין איז ביי גיד הנשה‪ :‬אפילו אויב יעקב און זיינע קינדער האבן שוין‬ ‫געהיטן דעם איסור‪ ,‬האלטן מיר זיך דערפון אפ נישט צוליב יעקב׳ס מעשה‪ ,‬נאר צוליב‬ ‫דער מצוה וואס מיר זענען באפוילן געווארן דורך משה רבינו‪ .‬לויט דעם דארף מען‬ ‫אונטערשיידן ביי גיד הנשה צווישן צוויי ענינים‪ :‬דער מעשה פון די אבות‪ ,‬וואס איז‬ ‫דער טעם און דער זכר וואס איז געבליבן אין דער תורה; און דער ציווי‪ ,‬וואס איז‬ ‫געגעבן געווארן ביים הר סיני‪ .‬די געשיכטע אין אונזער פרשה לערנט אונז "פארוואס‪,‬‬ ‫אבער הר סיני איז דער "וואס" איז מחייב‪.‬‬ ‫בנוגע די פרטי הדינים‪ :‬די גמרא (חולין צא‪ ).‬איז מחולק וועלכער גיד איז אסור‪ .‬להלכה‬ ‫איז דער איסור מן התורה אויף דעם אינערליכן גיד‪ ,‬וואס ציט זיך דורך דעם גאנצן‬ ‫ירך‪ .‬דער שמן פון דעם גיד איז מותר‪ ,‬אבער ״ישראל קדושים נהגו בו איסור״‪.‬‬ ‫❖❖‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫יא‬ ‫נפלאות התורה‬ ‫״בכל מכל כל״‬ ‫אין ברכת המזון זאגן מיר‪ :‬״אברהם יצחק ויעקב בכל מכל כל״ [און עס זענען דא‬ ‫וואס זאגן‪" :‬אברהם בכל יצחק מכל יעקב כל"]‪ .‬ביי אלע הייליגע אבות געפינען מיר‬ ‫דעם ענין פון ״כל״ ‪ -‬עס האט זיי גארנישט געפעלט‪ .‬יעקב אבינו האט געזאגט אין‬ ‫אונזער פרשה‪ :‬״כי חנני אלקים וכי יש לי כל״‪.‬‬ ‫דער אור החיים הקדוש שרייבט‪ :‬״עוד ירמוז באומרו 'כל' שהיא בחינת הקדושה‬ ‫שנקראת 'כל'‪ ,‬ובחינה זו כשתהיה מושגת באדם אין החסרון עושה רושם והחסר נשלם‬ ‫מעצמו‪ ,‬וכברכת ישראל שהחסר נשלם מעצמו‪ ,‬והיא ברכת 'כל'‪ ,‬והיא סוד 'כד הקמח‬ ‫לא כלתה' (מלכים א יז‪ ,‬טז)‪ ,‬ועיין מה שפירשתי בפסוק ויבא יעקב שלם‪ .‬וברכה זו‬ ‫זכו בה כל האבות‪ :‬אברהם בכל‪ ,‬יצחק מכל‪ ,‬יעקב כל (בבא בתרא יז‪ ,).‬וזה סודה‪.‬‬ ‫ומעתה נותן טוב טעם באומרו קח נא את ברכתי וגו׳ כי חנני אלקים וכי יש לי 'כל'‪,‬‬ ‫והנחסר נשלם מעצמו״‪.‬‬ ‫דא זעען מיר א געוואלדיגע זאך‪ :‬א קליין ווארט פון בלויז צוויי אותיות ‪ -‬״כל״ ‪ -‬וואס‬ ‫איז א בחינה פון קדושה ‪ -‬די מידה פון יסוד צדיק און ברית השלום‪ .‬איינער וואס איז‬ ‫זוכה דערצו‪ ,‬מאכט דער חסרון נישט קיין רושם אויף אים; יעדע חסרון ווערט פון זיך‬ ‫אליין משלים‪ .‬דאס איז די ברכה פון כלל ישראל‪ ,‬און איר סוד איז ״כד הקמח לא‬ ‫כלתה״‪ :‬דער מעל אין דעם קריגל איז נישט אויסגעגאנגען‪ ,‬און דער חסרון איז פון זיך‬ ‫אליין געווארן משלים‪ .‬די אבות הקדושים האבן זוכה געווען דערצו אויף דריי מדריגות‪:‬‬ ‫אברהם ‪ -‬״בכל״‪ ,‬יצחק ‪ -‬״מכל״‪ ,‬יעקב ‪ -‬״כל״‪ .‬דערמיט פארשטייען מיר גוט פארוואס‬ ‫יעקב האט געזאגט ״יש לי כל״‪ :‬נישט בלויז אז ער האט אסאך‪ ,‬נאר אז ביי אים ווערט‬ ‫יעדע חסרון פון זיך אליין משלים‪.‬‬ ‫״ודורשי ה׳ לא יחסרו כל טוב״‬ ‫מיט דעם קען מען אויך פארשטיין דעם סוף פון ברכת המזון‪ :‬״ודורשי ה׳ לא יחסרו‬ ‫כל טוב״‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬ביי די וואס זוכן דעם אייבערשטן איז אלעס וואס זיי האבן אין‬ ‫זייערע אויגן ״כל טוב״‪ ,‬און דערפאר פעלט זיי קיינמאל גארנישט [נאר איין זאך פעלט‬ ‫זיי‪ :‬נאך קירבת השם ‪ -‬זיי זענען דורשי ה']‪ .‬והבן‪.‬‬ ‫❖❖‬ ‫חזק ואמץ‬ ‫יעדער קען זיך מתבונן זיין‬ ‫יעדער מענטש קען זיך מתבונן זיין ווי דער רבונו של עולם געבט אים אזויפיל זאכן‪,‬‬ ‫וואס זיי זענען אלע מתנות חנם‪ .‬באמת פעלט דעם מענטש גארנישט‪ .‬איינער וואס‬ ‫איז זיך מתבונן אין דעם‪ ,‬האט נישט קיין פלאץ פאר דאגה און מרירות‪.‬‬ ‫שמחה אין ״מרוב כל״‬ ‫מיט דעם קען מען אויך מפרש זיין דעם פסוק (דברים כח‪ ,‬מז)‪ :‬״תחת אשר לא עבדת‬ ‫את ה׳ אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל״‪ .‬זיי האבן נישט געדינט דעם אייבערשטן‬ ‫מיט שמחה‪ ,‬ווייל זיי האבן נישט איבערגעדרייט די בחינה פון ״רוב״ צו ווערן א בחינה‬ ‫פון ״כל״‪ .‬דאס איז דער טייטש פון ״מרוב כל״‪ ,‬ווייל אונזערע עבודה איז צו מאכן פון‬ ‫מ"רוב" ‪" -‬כל"‪ .‬ודו״ק‪.‬‬ ‫איך מקרבים הגאולה?‬ ‫און אויב דאס איז די מקור און די סיבה פונעם גלות‪ ,‬ממילא קומט אויס אז דער תיקון‬ ‫אין גלות איז צו זען‪ ,‬אז באמת דארף מען דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה ובטוב‬ ‫לבב‪ ,‬ווייל ״מרוב כל״ ‪ -‬מיר האבן א רוב פון די באדערפענישן‪ ,‬וואס זענען באמת‬ ‫"אלע" אונזערע באדערפענישן‪.‬‬ ‫״וטובי לב על כל הטובה״‬ ‫אין מדרש רבה (אסתר ג‪ ,‬יא) שטייט‪ :‬״אמר רבי יצחק רשעים אין להם טובה בעולם‬ ‫הזה שנאמר (קהלת ח‪ ,‬יג) 'וטוב לא יהיה לרשע'‪ .‬מתיבין ומקשים והכתיב 'כטוב לב‬ ‫המלך ביין'‪ ,‬אמר ליה בטוב לא נאמר‪ ,‬אלא כטוב‪ ,‬טובה ואינה טובה‪ ,‬אבל בישראל‬ ‫כתיב (מלכים א ח‪ ,‬סו) 'וילכו לאהליהם שמחים וטובי לב על כל הטובה'״‪.‬‬ ‫די רשעים‪ ,‬אפילו ווען זיי באקומען גרויסע טובות‪ ,‬זעט עס זיי אויס ווי א טובה וואס‬ ‫איז נישט קיין אמת׳דיגע טובה‪ ,‬ווייל זיי שפירן זיך נאך אלץ מחוסר ‪ -‬אלעמאל פעלט‬ ‫זיי נאך עפעס‪ .‬ביי צדיקים שטייט אבער ״על כל הטובה״‪ ,‬ווייל זיי שפירן שטענדיג‬ ‫אז זיי האבן ״כל״ ‪ -‬זיי האבן אלעס‪.‬‬ ‫דאס ווערט גוט ערקלערט מיט די ווערטער פון רש״י (בראשית א‪ ,‬ז)‪ :‬״ודבר שלא‬ ‫נגמר אינו במלואו וטובו״‪ ,‬נאר נאך וואס א זאך קומט צי צו זיין שלימות איז שייך צו‬ ‫זאגן אז ער איז גוט‪ .‬ביי רשעים‪ ,‬וואס שפירן כסדר ווי זיי פעלן נאך‪ ,‬קען מען נישט‬ ‫זאגן אז זיי האבן באמת גוטס; ביי זיי איז עס נאר בבחינת ״כטוב״‪ .‬אבער ביי צדיקים‬ ‫‪ -‬און אלע אידן זענען דאך באמת בפנימיות צדיקים "ועמך כולם צדיקים" ‪ -‬קען מען‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫יג‬ ‫יא זאגן ״וטובי לב על כל הטובה״‪ ,‬אויפ׳ן וועג פון דעם פסוק (ישעיהו ג‪ ,‬י)‪ :‬״אמרו‬ ‫צדיק כי טוב"‪.‬‬ ‫❖❖‬ ‫משיבת נפש‬ ‫ווער עס האט א מנה‪ ,‬וויל צוויי מאות‬ ‫דער כלי יקר‪ ,‬אויפ׳ן יסוד פון ״יש לי רב״ און ״יש לי כל״‪ ,‬ערקלערט עטליכע פסוקים‬ ‫אין קהלת‪ .‬די פסוקים אנטפלעקן אונז א טיפן הבנה אין דער נפש האדם‪ :‬פארוואס‬ ‫איז דא איינער וואס האט אסאך און ווערט קיינמאל נישט זאט‪ ,‬און א צווייטער וואס‬ ‫האט ווייניג און איז פרייליך מיט זיין חלק?‬ ‫אזוי שטייט (קהלת ה‪ ,‬יח)‪ :‬״גם כל האדם אשר נתן לו האלקים עושר ונכסים והשליטו‬ ‫לאכול ממנו וגו׳ זה מתת אלקים היא״‪ .‬און שפעטער (שם ו‪ ,‬ב)‪ :‬״איש אשר יתן לו‬ ‫האלקים עושר ונכסים וכבוד ואיננו חסר לנפשו מכל אשר יתאוה ולא ישליטנו‬ ‫האלקים לאכול ממנו וגו׳״‪.‬‬ ‫״נתן״ און ״יתן״‬ ‫עס איז שווער‪ :‬פארוואס זאגט דער ערשטער פסוק ״נתן״ ‪ -‬אין לשון עבר‪ ,‬און דערנאך‬ ‫זאגט דער צווייטער פסוק ״יתן״ ‪ -‬אין לשון עתיד? אין ביידע פסוקים רעדט מען דאך‬ ‫פון א מענטש וועמען דער אייבערשטער געבט אים עושר ונכסים‪ .‬פארוואס איז דער‬ ‫לשון נישט גלייך?‬ ‫דער תירוץ איז‪ ,‬אז דער ערשטער פסוק רעדט פון א צדיק‪ ,‬וואס מאכט נישט קיין‬ ‫חילוק צווישן אסאך און ווייניג‪ .‬אפילו דאס ביסל וואס ער האט‪ ,‬זעט אים אויס ווי דער‬ ‫אייבערשטער האט אים שוין געגעבן אלעס ‪ -‬״כל״‪ .‬אזא מענטש איז ״שליט״ אויף‬ ‫זיין געלט און קען טון דערמיט וואס ער וויל‪ :‬״והשליטו האלקים וגו׳״‪ .‬וויבאלד דער‬ ‫פסוק ניצט דעם לשון עבר ‪ -‬״נתן״ ‪ -‬זעט מען אז עס רעדט זיך פון א צדיק וואס‬ ‫הערשט איבער זיינע חומריות׳דיגע תאוות‪ .‬דאס געלט הערשט נישט איבער אים; ער‬ ‫איז דער בעל הבית אויף זיין געלט‪ .‬דערפאר שטייט ווייטער‪ :‬״והשליטו לאכול ממנו‬ ‫ולשאת את חלקו ולשמח בעמלו״ ‪ -‬דער אייבערשטער האט אים געגעבן דעם כח צו‬ ‫הערשן איבער זיין פארמעגן‪ ,‬הנאה צו האבן דערפון אויף דער וועלט‪ ,‬און מיטנעמען‬ ‫אויף עולם הבא די מצוות וואס ער טוט דורך זיין געלט‪.‬‬ ‫דער צווייטער פסוק רעדט אבער פון א רשע‪ ,‬פאר וועמען די גאנצע וועלט איז‬ ‫קיינמאל נישט גענוג‪ .‬ער בעט כסדר אז דער אייבערשטער זאל אים ווייטער געבן נאך‬ ‫עושר ונכסים‪ .‬דערפאר שטייט דער לשון עתיד ״יתן״‪ ,‬וואס ווייזט אז ער האפט און‬ ‫פארלאנגט אז דער אייבערשטער זאל אים אין דער צוקונפט געבן נאך און נאך‪.‬‬ ‫דער חילוק פון א צדיק און א רשע‪ :‬וויאזוי קוקט מען זיך אן?‬ ‫בדרך רמז קען מען זאגן אז דאס ווארט "רשע" איז מלשון עני ו"רש" ‪ -‬ארעם‪ .‬און‬ ‫באמת איז דאס ממש א פלא ווייל "עשר" איז די זעלבע אותיות ממש‪ ,‬נאר דער‬ ‫חילוק איז ווי לייגט מען דער אות עי"ן ‪ -‬ווי אזוי קוקט מען דאס אן! א צדיק וואס איז‬ ‫א עושר קוקט גוט‪ ,‬זיין אויג איז ביים אנהייב פון דאס ווארט‪ ,‬משא"כ דער רשע וואס‬ ‫זיין אויג איז ביים סוף‪ ,‬ווייל ער איז זיך נישט באמת מתבונן בעיני שכלו‪ .‬נאך א חילוק‬ ‫איז אז דאס ווארט "רשע" איז קודם די אות רי"ש און דערנאך שי"ן ‪ -‬ווייל ער איז‬ ‫א רש‪ ,‬ער איז ארעם‪ .‬אבער "עשר" איז קודם די אות שי"ן און נאכדעם די שי"ן‪,‬‬ ‫ווייל ער איז א "שר" און ער באהערשט אויף זיינע נכסים‪ ,‬ווי ערקלערט‪.‬‬ ‫פארוואס דארף מען מכבד זיין אן עושר?‬ ‫און מיט דעם קען מען פארשטיין וואס עס שטייט אין גמרא אז רבי האט מכבד געווען‬ ‫עשירים‪ ,‬און אזוי ווערט געפסקנ'ט אויכעט אין די פוסקים‪ .‬ווייל דאס מיינט נישט אז‬ ‫מען דארף מכבד זיין איינער וואס זאמעלט זיך אן סתם געלט‪ ,‬נאר אזא איינער וואס‬ ‫שטייט ביי די נסיון העושר ‪ -‬וואס איז גרעסער אין א געוויסע זין פון די נסיון העני ‪-‬‬ ‫און ער איז צעפרידן מיט וואס ער פארמאגט‪ ,‬און ער איז כשמו כן הוא א "שר" און‬ ‫א מושל אויף זיין פארמעגן‪ .‬ער קען געבן צדקה‪ ,‬און קען זיין העכער פון דאס‬ ‫חומריות'דיגע געלט‪.‬‬ ‫א פארשטעלטער כבוד‬ ‫א רשע זוכט אויך דעם פאלשן כבוד וואס קומט דורך א גרויסן פארמעגן‪ .‬דערפאר‬ ‫שטייט אינעם צווייטן פסוק אויך דאס ווארט ״כבוד״‪ .‬א רשע וויל כבוד‪ ,‬כאטש עס‬ ‫איז באמת בלויז א מדומה׳דיגער כבוד‪ ,‬א ליגנט וואס האט נישט קיין אמת׳דיגן יסוד‪.‬‬ ‫אין זיין הארץ שפירט ער אלעמאל אז זיין כבוד איז נישט גענוג‪ .‬אנדערש איז ביי א‬ ‫גוטן מענטש פארן אייבערשטן‪ ,‬וואס אנטלויפט פון כבוד; דערפאר ווערט כבוד אינעם‬ ‫ערשטן פסוק בכלל נישט דערמאנט‪ .‬ביי א צדיק נעמט כבוד נישט קיין פלאץ‪.‬‬ ‫דער הערשער און דער געהערשטער‬ ‫אפילו דער רשע איז באמת ״אינו חסר לנפשו מכל אשר יתאוה״ ‪ -‬ער האט גענוג‬ ‫פאר זיינע באדערפענישן ‪ -‬דאך וויל ער אז דער אייבערשטער זאל אים געבן נאך‪.‬‬ ‫אזא מענטש וועט דער אייבערשטער זיכער נישט מאכן ״שליט״ צו עסן פון זיין‬ ‫פארמעגן‪ ,‬ווייל זיין געלט הערשט איבער אים‪ :‬״על כל אשר יחפץ יטנו״ (משלי כא‪,‬‬ ‫פרשת וישלח‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫טו‬ ‫א)‪ .‬די זאכן וואס ער וויל שלעפן אים אהער און אהין‪ ,‬אבער ער אליין הערשט נישט‬ ‫איבער זיין געלט‪.‬‬ ‫דערפאר שטייט ווייטער ״ולא ישליטנו האלקים לאכול ממנו״‪ :‬דער אייבערשטער‬ ‫געבט נישט פאר דעם רשע דער כח פון הערשן און האבן א בעלות אויף זיין פארמעגן‪.‬‬ ‫דאס קומט דערפון וואס ער יאגט שטענדיג נאך זיין געלט און איז צוגעבונדן דערצו;‬ ‫ער איז נישט צופרידן מיט וואס ער האט‪ .‬ממילא ווערט ער געהערשט דורך זיין‬ ‫פארמעגן‪ ,‬און זיין אויג איז שטענדיג שמאל אויף דאס וואס ער פארמאגט‪.‬‬ ‫די מדה פון קמצנות‬ ‫דאס איז אויך דער טייטש פון ״לא ישליטנו האלקים לאכול ממנו״‪ :‬דאס קומט פון‬ ‫דער מדה פון כילות און קמצנות וואס הערשט איבער אים‪ .‬כאילו עס איז דא א שר‬ ‫וואס איז ממונה אויף אים און לאזט אים נישט אנרירן זיין געלט‪ ,‬נישט צו געבן פאר‬ ‫צדקה און נישט אפילו פאר זיינע אייגענע באדערפענישן‪ .‬עס איז א באקאנטע זאך‪,‬‬ ‫אז ווען די מדה פון קמצנות נעמט איבער א מענטש‪ ,‬לאזט זי אים נישט געבן פאר‬ ‫אנדערע‪ ,‬און אמאל קען ער אפילו נישט געבן פאר זיך אליין‪ ,‬אדער פאר די אייגענע‬ ‫קרובים‪.‬‬ ‫״יש לי רב״ ‪ -‬״יש לי כל״‬ ‫יעצט פארשטייען מיר דעם חילוק אין לשון צווישן יעקב און עשו‪ .‬ביי עשו שטייט‬ ‫״יש לי רב״‪ ,‬און ביי יעקב ״יש לי כל״‪ .‬יעקב האט געשפירט אז עס פעלט אים‬ ‫גארנישט‪ ,‬און אז ער האט ״בכל מכל כל״ אלעס וואס ער דארף‪ .‬אבער עשו דער‬ ‫רשע האט שטענדיג געשפירט אז עס פעלט אים נאך עפעס‪ .‬דערפאר האט ער געזאגט‬ ‫״יש לי רב״ ‪ -‬איך האב טאקע א גרויסן פארמעגן‪ ,‬אבער נישט ״כל״‪.‬‬ ‫דערמיט ווערט אויך פארשטענדליך רש״י׳ס לשון אויפ׳ן פסוק ״יש לי כל״‪ :‬״כל‬ ‫סיפוקי‪ ,‬ועשו דיבר בלשון גאוה‪ ,‬יש לי יותר ויותר מכדי צרכי״‪ .‬ווי געזאגט‪ ,‬דער צדיק‬ ‫דארף בלויז דאס וואס ער דארף באמת; ווען ער האט זיינע נויטיגע באדערפענישן‪,‬‬ ‫פעלט אים גארנישט‪ ,‬און ער האט ״כל״‪ .‬דער רשע האט אבער ״רב״ ‪ -‬מער ווי ער‬ ‫דארף ‪ -‬און דווקא צוליב דעם ווערט ער קיינמאל נישט זאט‪ ,‬ווייל די תאוה ווערט‬ ‫קיינמאל נישט אויסגעפילט‪ .‬ודו״ק‪.‬‬ ‫❖❖‬ ‫כתב מרדכי‬ ‫לכבוד די חשובע לומדים שליט"א‪,‬‬ ‫זייט אונזערע שותפים אין זכות הרבים!‬ ‫יעדע וואך קומט דער גליון ״כתב מרדכי״ אריין אין אידישע שטובער אין דריי שפראכן ‪ -‬לשון‬ ‫הקודש‪ ,‬אידיש און ענגליש ‪ -‬און דערגרייכט שוין הונדערטער אידן אין ענגלאנד‪ ,‬אמעריקע‪ ,‬ארץ‬ ‫ישראל און נאך‪ .‬די שרייב‪-‬ארבעט‪ ,‬איבערזעצונגען‪ ,‬אויסשטעלונג און דרוק קאסטן אסאך‪ ,‬און‬ ‫די הוצאות קומען צוריק יעדע וואך‪ .‬מיר בעטן אייך מיט ענווה‪ :‬ווערט אונזערע שותפים‪ .‬דער‬ ‫זכות הרבים און די דברי תורה זאלן אייך און אייער גאנצע משפחה באשיצן‪.‬‬ ‫‪)$(18‬‬ ‫חי ‪ -‬א ידיד פונעם גליון‬ ‫‪)$(36‬‬ ‫כפל חי ‪ -‬א שותף מיט א דאפלטן חלק אין פארשפרייטן תורה און‬ ‫חיזוק‬ ‫‪)$(72‬‬ ‫מקדיש זיין איין מדור פאר א גאנצע וואך‬ ‫מקדיש זיין א גאנצן גליון‪ ,‬מיטן נאמען אויפן שער‬ ‫‪)$(180‬‬ ‫וועגן ווי אזוי צו געבן (כרצונכם הטוב‪ .‬אין דאלארן‪ ,‬פונט‪ ,‬אירו‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬הכל כמנהג המדינה‪)...‬‬ ‫‪PayPal‬‬ ‫שיקט צו‪:‬‬ ‫‪kesavmordchai@gmail.com‬‬ ‫‪ — Wise‬פון איבעראל אין דער וועלט‬ ‫‪wise.com/pay/me/mordcheg6‬‬ ‫נאמען‪mordcheg6@ :‬‬ ‫טופס הקדשה ‪ /‬שותפות‬ ‫נאמען פונעם נדבן‪________________________________________________________________________ :‬‬ ‫סכום (‪____________________________ :)$‬‬ ‫טעלעפאן ‪ /‬אימעיל‪_________________________________ :‬‬ ‫☐ אנדערש‬ ‫☐ לזכות‬ ‫☐ לרפואה שלמה‬ ‫☐ לעילוי נשמת‬ ‫דער נוסח פון דער הקדשה‪___________________________________________________________________ :‬‬ ‫מען קען איבערגעבן דעם טופס אדער עס שיקן צו אונז; דער נוסח פון דער הקדשה וועט געדרוקט ווערן אינעם גליון‪.‬‬ ‫מכון כתב מרדכי · טעלעפאן (אין ענגלאנד)‪ )0044(7464009499 :‬אדער שיקן א אימעייל‪kesavmordchai@gmail.com :‬‬ ‫דער גליון ווערט יעדע וואך ארויפגעלייגט אויף ‪ Torahtable.com‬און ‪Gilyoines.com‬‬ ‫א גרויסן דאנק! תזכו למצוות!‬