האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish
הטקסט של גיליון זה
ב"ה
גליון ט"ו – פ' וישלח תשפ"ז לפ"ק
מתוך דברי חיזוק שנשמעו מפ"ק מרן רבינו זי"ע
במסיבת לחיים לרגל יום ההצלה של מרן מסאטמאר זי"ע "כ"א כסלו"
בהיכל ישיבתינו הק' קרית קאשוי – כ"א כסלו שנת תשנ"ו
מען דארף פארשטיין דעם דאפלטע לשון" ,ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח" ,דער אויבערשטער איז געווען מיט יוסף " -ויהי איש מצליח" צו
מצליח זיין.
דער אמת איז דאך אזוי ,אז אין די אלע צייטן ,נעבעך ,אידישע קינדער ,וואס די גוים האבן זיך צוזאמגענומען אלץ צו אומברענגען נעבעך אידישע
קינדער ,צוויי טויזנט יאר גלות ,איז אלץ נאר געווען ניסים פונעם באשעפער ,מ'וואלט נישט געקענט לעבן בשום אופן נישט ,נאר מיט די ניסים
פונעם בורא כל העולמים ,איז עס געווען אלץ געדאפלט ,עס איז נישט געווען איין מאל פון נאר איין זאך ,ווען נישט וואס דער אויבערשטער האט
געטאן ,לכאורה וואלט מען געווען צעבראכן אינגאנצן די מענטשן.
ווען מען איז שוין באפרייט געווארן ,איז מען געווען פשוט א האלב טויטער מענטש .נאר דער אויבערשטער האט געהאלפן אז איז אין די רגע זענען
מיר שוין אויפגעשטאנען ,און דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אז מען זאל קענען טאן ווייטער ,קענען פירן ווייטער אידישקייט ,אויפבויען בתי
מדרשים ,מיט שולן ,מיט אלעם ,איבעראל וואו מ'האט זיי געטריבן פון פלאץ צו פלאץ ,אין די רגע זענען זיי שוין געקומען.
איז עס א דאפלטע חסד פון אויבערשטן .די ערשטע חסד ,אז מען האט געקענט פשוט בלייבן ביי די אלע רשעים ,בדרך הטבע וואלט מען נישט
געקענט בלייבן ביי זיי ,קיינמאל נישט ,און דער אויבערשטער האט געהאלפן ,די צווייטע [חסד] איז ,אז זיי זאלן מצליח זיין שפעטער אויך ,מיט
דעם ביטערן גיהנום וואס זיי האבן מיטגעמאכט ,נישט מער געדאכט ,וואס זיי האבן געטאן.
וואס זיי האבן געוואלט נעבעך אומברענגען די כלל ישראל אינגאנצן ,און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מען זאל קענען געראטעוועט ווערן,
וועם מען האט פון הימל געהייסן אז ער ברויך צו בלייבן[ ,דאס איז] דער חסד פונעם באשעפער .און אין די רגע האט מען שוין געטאן ווייטער.
עס איז געקומען ,מען האט שוין די וואך גערעדט דערפון ,די צדיקים ,זיי האבן אין די רגע אנגעהויבן אויפבויען אידישקייט ,דער סאטמאר רב
זי"ע ,און די אלע וואס זיי האבן צוגעהאלפן ,די אנדערע צדיקים ,האבן אין די רגע שוין געמאכט ,זיי האבן שוין אויפגעשטעלט תורה .דאס זאגט
ער" ,ויהי ה' את יוסף" -דער אויבערשטער איז געווען מיט יוסף אין תפיסה ,אין די פייניגונגען ,מיט אלע זאכן .אבער נישט נאר מיט דעם אליין,
נאר דערנאך "ויהי איש מצליח" ,דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער האט מצליח געווען ,ער איז געווארן א ראש ,ער איז געווען דער מלך ,ער
האט אויפגעהאלטן כלל ישראל ,ער האט געראטעוועט כלל ישראל .אזוי איז בכל דור ודור.
נאר וואס דען ,אבער דער עיקר איז דער סוף פון די אלע זאכן .דער סוף פון די אלע זאכן איז דאך די ישועה שלימה ,דער אויבערשטער זאל העלפן,
נאך די אלע גליות ,די אלע זאכן ,קומט דאך שוין די ריכטיגע הצלחה ,מיר וועלן שוין זיין בבחינת "איש" ,נישט בבחינת "דכא" -צעבראכן .איז עס
א רמז ,נישט נאר אויף די כפשוטו פונעם פסוק ,נאר "ויהי ה' את יוסף" ,דער אויבערשטער איז מיט געווען אין אלע גליות ,דער אויבערשטער איז
מיט אונז שטענדיג ,איז אבער דער עיקר "ויהי איש מצליח" ,מיר דארפן בעטן ביים אויבערשטן עס זאל זיין שוין דער "איש" -יעדער איינער זאל
זיין " -מצליח".
יעדער זאל זוכה זיין ,אלע אידישע קינדער ,און אונז אלע בתוכם ,מיר דארפן פון אויבערשטן ס'זאל זיין נאר חסדים ,ער האט אונז געלאזט מיט די
קינדער ,זיי זענען באפרייט געווארן ,אליעזר חיים מיט שאול שלום זאלן זיין געזונט" .ויהי איש מצליח" ,דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל
ווייטער שוין קומען די ריכטיגע הצלחה.
מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין ,אן די אלע אידן ,מיר זאלן שוין זען" ,ויזרח לו השמש" -עס זאל שוין אויפשיינען פאר אידישע קינדער ,אויפשיינען
די ישועה" ,בכל מקום שהם" -וואו אידישע קינדער געפינען זיך ,און אונז אלע בתוכם ,מיט כל מיני ישועות ,מתוך שמחה ומתוך נחת ,זאלן מיר
שוין זוכה זיין צו התגלות כבוד שמים בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
בסעודת ברית מילה (ח"א)
לבן נכדו הרב מרדכי פרידמאן שליט"א בן חדב"ן הגה"צ מסוואליעווע שליט"א
א' וישב תשנ"ו
...דער בעל שמחה אליינס ,קיין עין הרע ,איז א נאה דורש ,וואס ברויך מען צו גיין צו די אלטע מענטשן ...זיי זענען קעה"ר אין די
כוחות...
"וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען" ,וואס איז דער דאפלטער לשון ,עס איז דאך די זעלבע 'בארץ מגורי אביו -בארץ כנען',
וואס דארף שטיין דאפלט "בארץ מגורי אביו ,בארץ כנען".
אין איינע פון די טעג איז מיר אויסגעקומען אזא קשיא ,עס איז א שטיקל דבר פלא .דער כלי חמדה פרעגט ,די בעלי התוספות ברענגען
אויבן ,אז עשו איז נישט גע'מל'עט געווארן גארנישט .פארוואס? זאגט ער ,ווייל ער איז דאך געווען רויט ,און עס מוז דאך זיין "נבלע
בו דמו" ,קען מען דאך נישט .האט ממילא יצחק אבינו געמוזט ווארטן ,האט ער געווארט .שפעטער האט ער שוין געזען אז עס איז
נישט די ווארט ווייל עס איז נישט "נבלע בו דמו" ,ווייל עס איז שוין אנגעגאנגען אזוי יארן און עס איז גארנישט ,האט ער געזאגט
יצחק אבינו :אז מען האט שוין שוהה געווען ,זאל מען שוין שוהה זיין ביז צו די בר מצוה -י"ג שנה.
חידוש'ט זיך דער כלי חמדה אויף אזא זאך ,להלכה איז דאך דאס נישט אויסגעהאלטן .מען טאר נישט ווארטן נאר ביז דאן וואס מען
ווייסט אז עס איז "נבלע בו דמו" ,אבער עס איז נישטא אזא זאך [ווי ווארטן ביז בר מצוה] ,מען מוז דאס מאכן זאפארט .וויאזוי קען
דאס זיין אזוי? (דער כלי חמדה זאגט נישט קיין תירוץ).
מיר איז אויסגעקומען א תירוץ ,א גלאטן תירוץ.
ממילא דאס ענין ,לאמיר זאגן מען ווייסט עס איז שוין "נבלע בו דמו" ,דאס אז מען מל'עט 'שוין' ,איז נישט קיין ענין ,אויף דעם איז
נישט דא קיין ציווי .ווען עס איז אדורך דער "ב יום השמיני" איז נישטא קיין זמן (אויפגעהערט ,דער "וביום השמיני" האט
אויפגעהערט) .נאר וואס דען ,עס איז אן ענין פון א זריזות" ,זריזין מקדימין למצות" אין דער משנה.
דער אמת איז דאך אזוי ,אז אויף דעם "זריזין מקדימין" קען אמאל נאך זיין ,אפילו מען מיינט עס איז שוין "נבלע בו דמו" ,עס איז
נישט א הונדערט פראצענטיגע זאך .עס קען אמאל זיין אז מען מוז ווארטן נאך ווייטער אויך .געווענליך פארלאזט מען זיך אז ביי
רובא דרובא איז שוין אזוי .אבער דאס ענין אז עס זאל זיין א זריזות ,נאר וואס דען ,עס מוז דאך זיין עפעס א זמן ,עס איז דאך נישט
דא קיין זמן .אז דער "ביום השמיני" האט אויפגעהערט ,איז דאך נישט דא.
איז דא א פשוט'ער זמן ,די דרייצנטע יאר איז ער דאך א "בר מצוה" ,איז ער דאך אליין מחויב ,איז ער דאך שוין מקיים -ער גופא -
זיין מצוה .דאס איז דער ריכטיגער זמן לכאורה .אז מען האט נישט קיין זמן פון אויבערשטן אויס ,איז דאך דא דער זמן פון "בר
מצוה" .ממילא איז שוי ן פארענטפערט די בעלי התוספות .יצחק אבינו האט געווארט ,און דעמאלטס איז שוין נישט קיין חיוב ער
זאל מאכן שוין ,איז שוין בעסער ער זאל נעמען דעם זמן .כאטשיג אונז להלכה טוען מיר נישט אזוי ,ווייל מיר קענען זיך שוין סומך
זיין -מיר ווייסן שוין די הלכה אז ווען עס איז "נבלע בו דמו" קען מען .יצחק אבינו אבער ,האט געוואלט מקיים זיין די מצוה
בשלימות ,האט ער געווארט ביז די בר מצוה .איז פארענטפערט די קשיא.
*
נאר דאס גאנצע ענין פון "וכרות עמו הברית".
ע ס שטייט אין פסוק" ,ואיך אעשה הרעה הגדולה הזאת וחטאתי לאלקים" ,זיי פרעגן די קשיא ,דער פסוק אליינס איז א סתירה ,פון
אנהייב זעט אויס אז דער חטא איז לגבי דעם מענטש אליין ,לגבי דעם מאן ["-וימאן ויאמר אל אשת אדניו הן אדוני לא ידע אתי מה
בבית וכל אשר יש לו נתן בידי ,איננו גדול בבית הזה ממני ולא חשך ממני מאומה כי אם אותך באשר את אשתו"] ,דערווייל האט ער
אויסגעפירט "וחטאתי לאלקים" [אז ער וויל נישט זינדיגן קעגן] אויבערשטן ,אזוי פרעגן זיי .און נאכדעם [איז שווער ,וואס איז דער]
"וחטאתי לאלקים"[ ,עס וואלט גענוג געווען] "וחטאתי" ,מען ווייסט דאך פאר וועם דער זינד איז.
מען קען זאגן -מסביר זיין די פריערדיגע תירוץ ,אז דאס ענין פון ברית מילה
ברכת "מזל טוב" לאנ"ש שיחיו וואס אידישע קינדער גייען אריין צום ברית כביכול מיט'ן אויבערשטן .ביז
שהשמחה במעונם עס איז נישט געווען [דער ברית מילה] -דער ענין שטייט אין זוהר הקדוש
-איז נאכנישט געווען פון פעסט [-באפעסטיגט] גארנישט .דורכדעם וואס
כ"ק אדמו"ר שליט"א – אהל רפאל עס איז געווען דער מילה פון אברהם אבינו ,דעמאלטס איז נתחזק געווארן
לרגל נישואי נכדתו תחי' בת בנו הרב אהרן שליט"א (וומסב"ג)
משפ' כ"ק אדמו"ר זצ"ל – קרית קאשוי אלעס .אזוי שטייט אין זוהר הקדוש.
לרגל אירוסי הנכדה אצל חתנם הרב ליפא טייטלבוים שליט"א (וומסב"ג)
כ"ק אדמו"ר שליט"א – וומסב"ג דאס איז דאך דער קשר ,אז כביכול "וכרות עמו הברית" ,איז געווארן
לרגל נישואי נכדתו תחי' בת בנו הרב יואל שליט"א (וומסב"ג)
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א (וומסב"ג) אידישע קינדער אנגעקלעבט אין אויבערשטן אינגאנצן .ביזדערווייל איז
לרגל נישואיי נכדתו תחי'
כ"ק אדמו"ר מצאנז-וומסב"ג שליט"א (וומסב"ג) מען נאר געווען אויך הייליג ,און מען איז געווען דעם אויבערשטן'ס
לרגל נישואי נכדו ני"ו קינדער ,אבער דעמאלטס איז געשען -דעמאלטס איז עס נגמר געווארן ,די
הרב חיים בער ווייסבערג שליט"א (וומסב"ג)
לרגל נישואי נכדתו תחי' גאנצע זאך וואס אידן זענען אנגעקלעבט אין בורא כל עולמים ,וואס מיר
הרב ישראל משה טויב שליט"א (וומסב"ג)
לרגל הולדת נכדתו תחי' זענען איינס ,מיר זענען כביכול אנגעקניפט בקישור ממש ,איז געשען יעצט
הרב ישראל בער האלצער שליט"א (מאנסי) ביי די ברית מילה פון אברהם אבינו.
לרגל נישואי בתו תחי'
הרב אליעזר יחזקאל לאנדא שליט"א (מאנסי)
לרגל אירוסי בתו תחי' "התהלך לפני והיה תמים" .וואס איז געווען דארט ,דער אויבערשטער האט
הרב יושע לעבאוויטש שליט"א (קרית קאשוי)
לרגל נישואי בנו ני"ו געזאגט פאר אברהם אבינו "התהלך לפני והיה תמים" .אברהם אבינו איז
הרב יעקב אלחנן וואגשאהל שליט"א (ק"י)
לרגל נישואי בנו ני"ו
געווען א תמים אלץ ,ער איז געבוירן א תמים ,ער איז געווען גענוג תמים,
מו"ה רפאל אהרן הכהן קאהן הי"ו – ראה"ק (וומסב"ג) די אבות הקדושים זענען אלץ געווען תמים ,וואס טייטש "והיה תמים"?
לרגל הבר מצוה לנכדו ני"ו
הרב יצחק משה זיכערמאן שליט"א (וומסב"ג) און וואס איז געווען ביז יעצט? נאר "התהלך לפני והיה תמים" -דו זאלסט
לרגל הולדת נכדתו תחי' בת לבנו מו"ה מאיר הי"ו (וומסב"ג)
מו"ה מתתי' זאב פישער (וומסב"ג) זיין א תמים ,דו זאלסט זיין "לפני" ,דו זאלסט זיין אנגעבינדן אין כביכול,
לרגל נישואי נכדו ני"ו אין בורא כל עולמים .די בחינה ,דאס טרעפט מען נישט ביי קיין שום
משפ' הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג ע"ה – (ק"י)
לרגל נישואי הנכדה תחי' אנדערע מדה ,דעמאלטס איז שוין נישט געווען קיין שום עיכוב ,מען איז
משפ' הרה"ח ר' אברהם גוטמאן ע"ה – (מאנסי)
לרגל נישואי הנכדה תחי' בת מו"ה אהרן אונגאר הי"ו (מאנסי) שוין געווען דבוק אין בורא כל עולמים בשלימות ,אינגאנצן.
מו"ה אברהם יעקב ווייס הי"ו (ב"פ)
לרגל נישואי נכדתו תחי' און דאס איז דער הסבר וואס איך האב פריער געזאגט ביי יצחק אבינו .יצחק
מו"ה ישראל יעקב פאללאק הי"ו (וומסב"ג)
לרגל נישואי נכדו ני"ו אבינו האט דאך מורא געהאט אז ער וועט נישט קענען מקשר זיין דער עשו
מו"ה נחמן סטרולאוויטש (וומסב"ג)
לרגל נישואי בתו תחי' הרשע אין כביכול ,ממילא האט ער דאך געווארט אויף אזא זמן וואס עס
מו"ה יחזקאל סטרולאוויטש (וומסב"ג)
לרגל הולדת נכדו ני"ו
איז ראוי ,ווען ער קען זיך מדבק זיין אין באשעפער ,האט ער געווארט ביז
מו"ה אברהם ראטטענבערג הי"ו (וומסב"ג) די דרייצן יאר .אבער למעשה עס איז נישט געווארן ,ווייל אין הימל ברויך
לרגל הולדת נכדתו תחי'
מו"ה דוד לייב לעפקאוויטש הי"ו (וומסב"ג) מען אזא פארשוין? איז ממילא אויסגעקומען ,אז עס איז שוין פארענטפערט
לרגל הולדת נכדתו תחי'
מו"ה אפרים צבי ווייס הי"ו (וומסב"ג)
די קשיא.
לרגל הולדת נכדתו תחי'
מו"ה אהרן גרשון ענגל הי"ו (וומסב"ג) דאס איז דער ענין פון "ומבטן לשמך המה נימולים" .פרעגט די וועלט די
לרגל אירוסי נכדתו תחי'
מו"ה משה ארי' גוטמאן הי"ו (ק"י) קשיא ,וואס הייסט "מבטן לשמך" ,עס איז דאך נישט "מבטן" ,ער איז דאך
לרגל הולדת נכדתו תחי'
מו"ה יצחק שטייף הי"ו (מאנסי)
שוין געבוירן ,נישט "מבטן"?
לרגל הולדת נכדו ני"ו
מו"ה משה וואלף אפענהיים הי"ו (ק"י) נאר דער פשט "ומבטן לשמך המה נימולים" ,אז ער זאל קענען ווערן ...פון
לרגל אירוסי בנו ני"ו
מו"ה אשר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו (ק"י) ווען אן איז מען שוין עתיד מען זאל זיין דעם אויבערשטנ'ס קינד,
לרגל נישואי בתו תחי'
מו"ה משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי)
אנגעקניפט אין באשעפער אליין ,ווען געשעט דאס? "ומבטן" ,דער תכלית
לרגל נישואי בנו ני"ו אז עס קומט פון בטן" ,לשמך המה נימולים" ,ווען עס קומט צום ברית
מו"ה משה דוד קליין הי"ו (מאנסי)
לרגל נישואי בתו תחי' מילה ,איז "לשמך" ,איז מען שוין אנגעקלעבט אין אויבערשטן כביכול
מו"ה דוד נאה הי"ו (וומסב"ג) אינגאנצן ,דעמאלטס איז שוין נישט דא קיין שום עיכוב ,דעמאלטס איז שוין
לרגל נישואי בתו תחי'
מו"ה יצחק משה יאקאבאוויטש הי"ו (ק"י) פעסט געווארן די גאנצע וועלט.
לרגל הולדת נכדתו תחי' אצל בנו מו"ה רפאל הי"ו (וומסב"ג)
מו"ה עזריאל נחמן קלאר הי"ו (וומסב"ג)
לרגל הולדת הנכדים ני"ו
תוספות ברכה:
נ פל או ת על ה פרש ה -מפי ס פר ים ו ס ו פרים
ויהי לי שור וחמור צאן וגו' (ל"ב ,ו') .ווען מרן הגרי"ז ז"ל (דער בריסקער רב) האט זיך געפונען אין קריניצא ,האט אים געטראפן דער ראבינער פון האמבורג (וואס איז
געווען אן איידעם ביי ר' ליב ברוידא) ,און האט פאר אים געזאגט א דבר תורה אזוי :לכאורה ,ווי אזוי איז דאס מעגליך אין דער מציאות צו וואוינען מיט אזא רשע ווי
לבן ,און מיט דעם אלעם זאגט יעקב "ותרי"ג מצות שמרתי" ,צו היטן און מדקדק זיין אויף יעדן פרט? ווי האט לבן הרשע אים געלאזט בענטשן און דאווענען וכדומה?
אויף דעם האט יעקב געענטפערט" :ויהי לי שור וחמור" ,אז לבן ביי וועמען איך האב געוואוינט ,איז געווען ביי מיר אין די אויגן ווי אן אקס און אן אייזל ,און דערפאר
האב איך זיך אינגאנצן נישט גערעכנט מיט אים ,ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום חשיבות ביי מיר .און בלויז דורך דעם האב איך געקענט היטן תרי"ג מצוות,
און נישט לערנען פון זיינע שלעכטע מעשים.
דער גרי"ז האט זייער מפליא געווען דאס ווארט :כאטש דאס איז נישט דער פשט אינעם פסוק ,פון דעסטוועגן איז די זאך אמת ,אז אויב א מענטש וועט געבן ביי
זיך אין הארץ סיי וועלכע חשיבות פאר רשעים ,וועט ער שוין נישט קענען מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות .און דאס איז אויסער דעם וואס עס איז דא אן איסור צו
מכבד זיין און מחשיב זיין רשעים; נאר אויב מען האלט זיי ווי א "שור וחמור" און נאך ווייניגער פון דעם ,דעמאלט קען זיין אזא מצב פון "לא למדתי ממעשיו
הרעים"...
וארבע מאות איש לקראתך וגם הלך עמו (ל"ב ,ז') .א וואונדערליכן חשבון קען מען מאכן אויף דעם וואס די מלאכים האבן געזאגט "וגם הולך לקראתך וארבע מאות
איש עמו" — צו מסביר זיין וואס איז דער ענין וואס עשו האט גענומען די צאל פון פיר הונדערט מאן.
אינעם מדרש (ילקוט שמעוני ל"ב ד"ה ויהי לי) שטייט :ריש לקיש זאגט "עמו -כעמו" ,פונקט ווי ער אליין איז געווען א גיבור און האט געקענט ביישטיין קעגן פיר
הונדערט מאן ,אזוי איז יעדער איינער פון זיי געווען מיט א כח פון פיר הונדערט מאן ,און אויב יעדער איינער איז געווען קעגן פיר הונדערט מאן ,גיי און רעכן אויס
פיר הונדערט מאל פיר הונדערט ,קומט אויס דער חשבון הונדערט און זעכציג טויזנט ( .)160,000קומט אויס אז די אלע מענטשן וואס זענען געווען מיט עשו זענען
געווען ווי ק"ס ( )160טויזנט מענטשן.
יעקב אבינו מיט זיינע עלף קינדער און די פיר אמהות זענען צוזאמען געווען ט"ז ( )16אין צאל .און עס שטייט דאך "יפול מצדך אלף ורבבה מימינך אליך לא יגש"
אז איין איד שטייט קעגן א רבבה ,וואס דאס איז צען טויזנט ( .)10,000קומט אויס אז אלע ט"ז מענטשן פון יעקב'ס שטוב זענען קעגן ט"ז מאל צען טויזנט פון עשו'ס
מענטשן ,וואס דאס איז ק"ס ( )160טויזנט.
דאס איז דער ענין וואס עשו האט גענומען מיט זיך פונקט די דאזיגע צאל גיבורים וואס זענען ווי ק"ס טויזנט ,כדי זיי זאלן שטיין פונקט קעגן די ט"ז נפשות פון
יעקב'ס הויז ,און דאן וועט עשו בלייבן אליין און וועט קענען מלחמה האלטן מיט יעקב און קיינער וועט נישט שטיין קעגן אים ,ודפח"ח.
(בית מאיר אוסטראווצא)
ויזרח לו השמש כאשר עבר את פנואל והוא צלע על ירכו (ל"ב ,ל"ב) .רש"י ברענגט דעם מדרש אגדה :די זון האט געשיינט פאר אים ,דאס מיינט פאר זיינע
באדערפענישן ,צו היילן זיין פוס; און יענע שעה'ן וואס די זון האט זיך געאיילט אונטערצוגיין פאר אים ווען ער איז ארויס פון באר שבע ,האט זי זיך יעצט געאיילט
אויפצושיינען פאר אים.
מען קען דערפון ארויסנעמען א געוואלדיגער חיזוק פאר אלע יענע וואס עס זעט זיי אויס ווי די זון איז אונטערגעגאנגען פאר זיי נישט אין דער צייט ,און זייער
גאנצער מצב און מעמד איז פינצטערניש און זיי זעען נישט קיין שום ליכטיגקייט אין זייער לעבן ,זאלן זיי זיך לערנען פון מעשי אבות,
ווייל אויך דא איז די זון אונטערגעגאנגען אויף יעקב אבינו אינמיטן טאג ,און עס האט אויסגעזען ווי ער האט פארלוירן צוויי שעה פון טאג-ליכט .אבער לויטן אמת,
איז די זעלבע זון וואס איז דעמאלט אונטערגעגאנגען און אויפגעהערט צו שיינען אויף דער וועלט ,אויפגעשיינט פאר אים ווען זיין פוס איז אויסגעדרייט געווארן,
ווען ער אליין האט זי געדארפט צום סוף פון כ"ב יאר ,ווען ער האט געהינקט אויף זיין פוס ,האט זי פאראויסגעשיינט צו זיין רפואה מיט צוויי שעה .קומט אויס אז
שוין פילע יארן פאר זיין ווייטאג איז שוין צוגעגרייט געווארן די רפואה פאר זיין מכה ,און דאס וואס האט אויסגעזען ווי זיין שלעכטס איז באמת געווען צו זיין טובה
און הילף ,און באמת זענען אלע שוועריגקייטן גופא א ליכטיגער אויפשיין פאר אים.
(שבט סופר)
לא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל יהיה שמך ,ויקרא את שמו ישראל (ל"ה ,י') .דער מהרי"ד פון בעלזא זצ"ל האט געזאגט ,אז ווען מען זאגט פאר א בעל שמחה
"עס קומט דיר א מזל טוב " ,פטר'ט מען זיך נישט דערמיט פונעם חוב צו ווינטשן מזל טוב; נאר מען מוז נאכדעם זאגן קלאר די ווערטער "מזל טוב"!
א רמז דערויף געפינען מיר אין די תורה דא ,עס שטייט" :ויאמר לו אלקים ...לא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל יהיה שמך ,ויקרא את שמו ישראל" .לכאורה איז
עס זייער שווער צו פארשטיין :דער אויבערשטער האט אים דאך שוין געזאגט אז זיין נאמען וועט זיין ישראל ,פארוואס האט ער נאכאמאל געזאגט "ויקרא את שמו
ישראל"? נאר מען זעט פון דעם ,אז סתם זאגן אז מען דארף זאגן א געוויסע זאך ,מיינט נאך נישט אז מען האט יוצא געווען ,ביז מען זאגט עס ארויס קלאר בפועל....
(בצילא דמהימנותא)
ואחות לוטן תמנע (ל"ו ,כ"ב) .מען פארציילט אז איינמאל ערב שבת קודש פרשת וישלח איז דער בעל התניא זי"ע געזעסן לעבן דער טיר פונעם חדר פון זיין רבי'ן,
דער גרויסער מגיד ממעזריטש זי"ע ,און האט געזען ווי א איד גייט אריין רעדן מיטן רבי'ן .דער מגיד איז דעמאלט געווען אינמיטן זאגן שנים מקרא ואחד תרגום,
און דערפאר האט ער נישט געקענט מפסיק זיין מיט רעדן צו יענעם איד ,און האט אים גארנישט געענטפערט .פונדעסטוועגן האט דער בעל התניא באמערקט אז
יענער איד וואס איז אריינגעגאנגען זייער באזארגט ,איז ארויסגעקומען פונעם חדר רואיג און געלאסן.
איז דער בעל התניא צוגעגאנגען צו אים און אים געפרעגט וואס דא גייט פאר .האט אים דער איד דערציילט :איך בין דא דער מילכיגער סוחר פון דער שטאט; מיין
ווייב איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן און האט איבערגעלאזט קליינע קינדער .האב איך געטראכט צו חתונה האבן מיט מיין ווייב'ס שוועסטער ,וועלכע האט
אסאך מעלות ,אבער אויך א גרויסן חסרון אז זי שעלט א גאנצע צייט ...און מיט דער שאלה בין איך געקומען פארן רבי'ן צי איך זאל חתונה האבן מיט איר.
"און וואס האט דיר דער רבי געענטפערט?" האט געפרעגט דער בעל התניא.
"דער רבי האט מיר געזאגט אז איך זאל נישט חתונה האבן מיט איר" ,האט דער איד ערקלערט ,מיט א מקור פון דער תורה הקדושה" ,ער האט מיר אנגעוויזן אויפן
קול אינמיטן זאגן שנים מקרא ואחד תרגום ,אינעם פסוק וואו ער האט דעמאלט געהאלטן ביים סוף פון דער וואך'ס פרשה' :ואחות לוטן תמנע' ,דאס הייסט ,אזא
'אחות' (שוועסטער) וואס איז 'לוטן' (מלשון לטותא ,א שעלטערין)' ,תמנע' ,זאלסטו זיך אפמיידן פון חתונה האבן מיט איר"...
