gilyoines.com

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish

שבוע: וישלח (2026-11-23)

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — וישלח (2026-11-23)

פתח את ה-PDF הורדה

הטקסט של גיליון זה

‫ב"ה‪ .‬גליון ח' ‪ -‬פ' וישלח (ערב יום ההצלה כ"א כסלו) תשפ"ז לפ"ק‬ ‫טאטע‪ :‬אה זלמן לייב‪ ,‬איך ווארט שוין קוים דיר צו פארהערן חומש רש"י‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬פונקט מיר? יואל'יש ענדיגט דאך גאנץ חומש רש"י א יעדע וואך‪ ,‬און מיט מפרשים אויך!?‬ ‫טאטע‪ :‬אמת‪ ,‬אבער חומש רש"י פון קינדער‪ ,‬פשוט עברי טייטש האט א גאר באזונדערע חשיבות אין הימל! עס האט טאקע אמאל‬ ‫פאסירט ביים הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אום פרשת וישלח‪ ,‬וואס ער האט ביינאכט געהאט א "חזיון"‪ ,‬עס האט זיך אים אנטפלעקט פאר‬ ‫זיינע אויגן די מתיבתא דרקיע‪ ,‬און ער האט דארט געהערט פופצן פשטים אויפן פסוק "וישלח יעקב מלאכים"‪ ,‬און שפעטער ביים טיש‬ ‫האט דער ראפשיצער רב געזאגט אסאך פירושים פון דעם וואס ער האט געהערט אין הימל‪ .‬און דערנאך האט ער געזאגט אז אסאך‬ ‫פשטים זענען אזעלכע הויכע סודות אז מען טאר דאס אפילו נישט איבערזאגן! און דער תלמיד וואס האט דאס איבערדערציילט האט‬ ‫איבערגעזאגט עטליכע פשטים‪ ,‬און זיין זון האט אפגעשריבן איין פשט אויף א האלבע פסוק!‬ ‫דערנאך האט דער ראפשיצער רב צוגעענדיגט‪ ,‬אז נאכן הערן די אלע פשטים אויבן אין הימל האט מען געברענגט א קינד וואס האט‬ ‫אנגעהויבן טייטשן א ווארט נאך א ווארט‪ ,‬עברי טייטש‪" ,‬וישלח" און ער האט געשיקט‪" ,‬יעקב" איינער האט געהייסן יעקב‪" ,‬מלאכים"‬ ‫ענגיל באטין‪...‬‬ ‫יואל'יש און זלמן לייב‪ :‬וואס? וואס האסטו יעצט געזאגט?‬ ‫טאטע‪ :‬אה "ענגיל באטין"‪ .‬ענק קענען נישט דעם ווארט‪ ...‬אין אריגינעלער אידיש טייטש מיינט עס א 'מלאך'‪ .‬אין מיינע צייטן פלעגן זיך‬ ‫‪..‬‬ ‫נאך דרייען די אלטע 'בית יהודה' חומשים‪ ,‬און מען פלעגט נאשן פון דארט די אלע אינטערעסאנטע ווערטער ‪.‬‬ ‫עכ"פ‪ ,‬אזוי האט דער אינגל געענדיגט טייטשן דעם פסוק ווארט ביי ווארט‪ ,‬און דער ראפשיצער רב האט דערציילט אז אין די מתיבתא‬ ‫דרקיעא האט מען אויסגעלויבט דעם פשט פונעם קינד זייער זייער שטארק! זעט מען דערפון אז דעם חומש רש"י פון תשב"ר שטייט‬ ‫אויבן אין הימל אויף גאר א חשוב פלאץ!‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי אין חדר האלט אין איין נאכזאגן פונעם רבי'נס תורות איבער די חשיבות פון תינוקות של בית רבן‪ ,‬ער האט אונז‬ ‫דערציילט אז אין די יארן בשעת עס פלעגן פארקומען דינער'ס פאר די מוסדות איז געווען א יעדע יאר אין א אנדערע סדרה‪ ,‬בעיקר אין‬ ‫די ווינטער וואכן‪ ,‬און ביי א יעדע דינער האט דאך דער רבי געהאלטן א דרשה‪ ,‬אזוי אז כמעט איעדע סידרא איז דא שיינע תורות פונעם‬ ‫רבי'ן איבער די חשיבות פון תינוקות של בית רבן!‬ ‫ליפא‪ :‬להלכה ווערן קינדער פאררעכנט פאר "תינוקות של בית רבן" ביז די ‪ 20‬יאר‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬ליפא טייערער‪ ,‬מען קען נישט טאנצן אויף ‪ 2‬חתונות‪ ,‬סיי טיילן דיעות אלץ ישיבה גדולה בחור און זיך נאך האלטן פאר א תינוקות‬ ‫של בית רבן אויך‪...‬‬ ‫נע איך מיין עס נאר פאר א ווערטל‪ ,‬די וועלט זאגט דאך‪ ,‬אז מען ווערט פון א עלטערע קינד א יונגער בחור'ל‪ ,‬פון אן אלטער בחור א‬ ‫אינגערמאן‪ ,‬פון א עלטערע אינגערמאן א פרישער זיידע‪ ,‬אזוי האלט מען אין איין ווערן עלטער און אינגער‪ ...‬איך געדענק אלץ ‪ 12‬יעריג‬ ‫קינד פאר די בר מצוה‪ ,‬פלעגן מיר די עלטערע אידן אין ביהמ"ד מיט א טעם זקנים פרעגן "ווי אלט ביזטו"? פלעג איך זאגן ‪ 12‬יאר‪ ,‬האבן‬ ‫זיי זיך מיט מיר געווערטלט‪" ,‬אינגעלע די וואוינסט שוין ביי דיין טאטע ‪ 12‬יאר און ביזט נאכאלץ א יונגל‪ ,‬קום צו מיר אהיים‪ ,‬איך זאג דיר‬ ‫‪..‬‬ ‫צו ביי מיר ביז א יאר ווערסטו אי"ה א בחור'ל" ‪.‬‬ ‫אבער מסתמא ווייסט עטס וואס דער רבי זי"ע פלעגט זאגן אויף די חוצפה פון די היינטיגע יוגנט‪ ,‬אז ווען די יונגעלייט שעמען זיך ווען‬ ‫נישט‪ ,‬וואלטן זיי ‪ -‬חוץ דעם וואס זיי זאגן אז זיי פארשטייען בעסער פון די עלטערע ‪ -‬נאך צוגעלייגט אז בעצם זענען זיי עלטער אויך!‬ ‫יואל'יש‪ :‬מיין רבי אין חדר חזר'ט כסדר‪ ,‬אז ביי די גרעסטע צדיקים האט מען כסדר געזען דעם ענין פון ענוה און שפלות רוח‪ .‬די וואך‬ ‫האט ער נאכגעזאגט פונעם רבי'ן זי"ע אן אינטערעסאנטע פשט אינעם מדרש אויפן פסוק "קטנתי מכל החסדים"‪ ,‬זאגט דער מדרש "אמר‬ ‫רבי אבא בר כהנא איני כדאי" יעקב אבינו האט געזאגט איך בין נישט ראוי פאר א נס‪" .‬ר' לוי אמר כדאי אני"‪ ,‬ר' לוי זאגט אז יעקב אבינו‬ ‫האט געזאגט פארן רבוש"ע "כדאי אני ‪ -‬איך בין יא גענוג כדאי עס זאל פאר מיר געשען א נס‪ .‬פרעגט דער רבי‪ ,‬וויאזוי קען ר' לוי‬ ‫אריינלערנען אין פסוק א פשט וואס איז אויבנאויף ממש פארקערט ווי דעם פשוטן פשט אין פסוק‪ ,‬אין פסוק שטייט דאך ארויס קטנתי‬ ‫מכל החסדים‪ ,‬איך בין קלענער געווארן פון די אלע חסדים‪ ,‬דאס מיינט אז עס איז זיך מיר נישט געקומען!?‬ ‫נאר דער פשט איז‪ ,‬לויט ווי דער ישמח משה ברענגט טאקע אין די וואכעדיגע סדרה בשם דעם הייליגן לובלינער זי"ע‪ ,‬אז דער פסוק אין‬ ‫תהלים זאגט "כי לא בזה ולא שקץ ענות עני"‪ ,‬דער רבוש"ע פארשעמט נישט די ענווה פונעם ארימאן‪ ,‬דאס מיינט אז אפילו א מענטש‬ ‫האט באמת נישט מיט וואס זיך צו גרויס האלטן‪ ,‬און דאס וואס ער האלט זיך קליין קומט פשוט פון דעם ווייל ער איז באמת ליידיג פון‬ ‫גוטע מעשים‪ ,‬דאך נעמט השי"ת אן די ענוה און ער קען הייסן אן עניו אין אויגן פון השי"ת!‬ ‫און דער הייליגער חוזה פון לובלין שרייבט אין זיין ספר זאת זכרון מיט דעם לשון‪" ,‬ווער עס איז שפל אין זיינע אויגן‪ ,‬אפילו ער איז באמת‬ ‫א גרויסער שפל‪ ,‬אבער פארן אויבערשטן איז ער זייער גרויס‪ ,‬ווייל דער רבוש"ע האט באשאפן די וועלט צו גוטס טאן פאר די מענטשן‪,‬‬ ‫און ווער עס איז א גרעסערע שפל דארף דאך מער טובות פונעם רבוש"ע‪ ,‬און ווי נידריגער ער איז‪ ,‬אנערקענט ער דאך מער און‬ ‫מער אז עס איז בלויז א טובה פונעם הייליגן באשעפער‪ ,‬און ווער עס האפט צום אויבערשטן העלפט אים השי"ת אפילו ער דארף‬ ‫דורכדעם צוקומען צו נסים ונפלאות"!‬ ‫במילא לויט דעם ‪ -‬זאגט דער רבי ‪ -‬שטימט שוין זייער גוט וואס ר' לוי האט געזאגט‪ ,‬יעקב אבינו האט געזאגט פארן אויבערשטן "קטנתי‬ ‫מכל החסדים"‪ ,‬איך בין אזוי קליין‪ ,‬במילא בין איך טאקע יא ווערד אז מען זאל טאן מיט מיר נסים ונפלאות‪ ,‬ווייל דורכדעם וועט מען‬ ‫אנערקענען די גרויסקייט פון די טובות הבורא וואס ער טוט מיט אזא איינעם וואס באמת קומט אים גארנישט‪.‬‬ ‫און דער רבי זי"ע האט צוגעענדיגט‪ ,‬אז היינטיגע צייטן בעקבתא דמשיחא איז מען דאך אין א געוואלדיגע שפלות‪ ,‬במילא פאר דעם‬ ‫אליינס איז גענוג סיבה אז דער אויבערשטער זאל טאן מיט אונז נסים ונפלאות‪ ,‬און מען איז מחויב צו דאנקען און לויבן השי"ת אויף די‬ ‫נסים ונפלאות וואס מען האט זוכה געווען צו געראטעוועט ווערן פון די צרות ביי די קריג יארן‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬פשיהא יואל'יש‪ ,‬פון א כתה ט' בחור אזא שיינע לאנגע דרוש‪ ...‬מסתמא איז דאס שוין דיין כ"א כסלו דרשה‪ ...‬דער רבי פלעגט‬ ‫טאקע דאס שטענדיג חזר'ן‪ ,‬אז די סיבה פארוואס מען איז געראטעוועט געווארן איז ווייטער צו דינען השי"ת און מרבה זיין כבוד שמים!‬ ‫עס איז אפשר נישט אזוי באקאנט‪ ,‬אבער איינע פון די אנגעצויגנסטע צייטן אויפן באן פונעם רבי'ן איז געווען דריי לאנגע טעג פון עכטע‬ ‫פחד מות‪ ,‬ווען מען האט שוין געמיינט אז עס איז אלעס פארפאלן‪ .‬געווען איז דאס שבת פ' חקת שוין נאכן פארן פאר ‪ 9‬טעג מיט פילע‬ ‫הפסקות אינמיטן‪ ,‬אין דער באן איז געבליבן שטיין ביים שטאט "אויוואר" ביי די גרעניץ פון אונגארן אין סלאוואקיי‪ .‬ווען דער באן איז‬ ‫געבליבן שטיין האבן די רייזנדע געפרעגט פון די נאצישע פירער פארוואס מען איז געבליבן שטיין‪ ,‬האבן זיי געענטפערט א פאלשע‬ ‫אויסרייד אז אונגארן לאזט נישט ארויס דעם באן‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬און וואס איז געווען די אמת'ע סיבה?‬ ‫טאטע‪ :‬פשוט‪ ,‬די נאציס האבן געוואלט נאך געלט!‬ ‫דער עולם אויפן באן האט באקומען רשות אפצושטייגן און זיך דרייען ארום דעם באן‪ ,‬און צוביסלעך האט אנגעהויבן ארומצוגיין שמועות‬ ‫אז די באן פירער האבן באקומען א באפעל צו שיקן דעם באן קיין אוישוויץ רח"ל! אויפן באן זענען געווען סיי פוילישע פליטים מיט‬ ‫אונגארישע בירגער‪ ,‬די פוילישע זענען גראד אריין אין א טויט שרעק‪ ,‬וויסענדיג וואס אוישוויץ מיינט‪ ,‬אבער מיט די אונגארישע איז געווען‬ ‫אביסל אנדערש‪ ,‬אנפאנג האבן זיי נישט אזוי געציטערט‪ ,‬אבער נאך צוויי טעג האבן זיי שוין אויך געזען און פארשטאנען אז עס איז צרות‪.‬‬ ‫ווי דער רבי האט דערציילט אמאל‪ ,‬האט ער אליינס געזען דעם טעלעגראם וואס איז אנגעקומען אהין מיטן באפעל צו גיין קיין אוישוויץ‪,‬‬ ‫און ווען דער רבי האט געזעהן דאס ווארט 'אוישוויץ' איז זיין הייליגע צורה געווארן ווייס ווי דער וואנט‪ ,‬און תיכף מודיע געווען אז קודם‬ ‫דארף מען טאן אלעס אין דער וועלט אפצושטעלן דעם פלאן פון פארן קיין אוישוויץ‪.‬‬ ‫אין א באשרייבונג ווי איינע פון די ציונים וואס זענען געפארן מיט יענעם טראנספארט לייגט אראפ דעם מצב‪ ,‬באשרייבט ער ווי פאלגענד‬ ‫יענע שרעקעדיגע מינוטן‪" ,‬איך בין געווען פון די פינף נאנטסטע מענטשן צו דר‪ .‬קאסטנער וואס האט אראנזשירט די ליסטע פון די‬ ‫‪..‬‬ ‫מענטשן אויפן באן ‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬ווער איז געווען דר‪ .‬קאסטנער?‬ ‫טאטע‪ :‬דאס איז אן אריכות הדברים‪ ,‬א חלק פונעם לאנגן סיפור נס ההצלה וואס מען קען זיצן און דערציילן נאך און נאך‪ ,‬אבער בקיצור‬ ‫הדברים וועל איך דיר דערצייילן וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען דער באן וואס האט ארויסגעראטעווט דעם רבי'ן‪ :‬עס איז געווען א‬ ‫ליסטע פון פרייע ציונים אין לאגער‪ ,‬וואס דר‪ .‬קאסטנער האט אראנזשירט צו ראטעווען‪ .‬אבער ער האט נישט געהאט גענוג געלט צו‬ ‫מסדר זיין דעם באן‪ ,‬האט ער בלית ברירה געמוזט צוקומען צו די פרומע ארטאדאקסישע עסקנים אין בודאפעסט‪ ,‬און נאך אסך השתדלות‪,‬‬ ‫און אין צוגאב צו דעם באקאנטן די חלום פון די מאמע פון דר‪ .‬פישער‪ ,‬און אסאך אסאך געלט וואס ר' חיים ראטה ע"ה האט באצאלט‬ ‫פארן רבי'ן האבן זיי בלית ברירה ארויפגעלאזט דעם רבי'ן אויפן באן!‬ ‫צוריק צו די ווערטער פון יענעם חברה‪-‬מאן "מיר די אנפירער האבן באקומען א ספעציעלע וואגאן וואס האט געדינט אזויווי אן אפיס‪,‬‬ ‫און פון דארט האבן מיר געפירט די געשפרעכן‪ ,‬דער סאטמארער רבי מיט זיין יונגע גבאי‪ ,‬אן הויכע אינגערמאן" – דאס מיינט ער צוזאגן‬ ‫הרה"ח ר' יאסל אשכנזי‪"- ,‬האבן זיך ארומגעדרייט און געשמועסט מיטן איבריגן עולם‪ ,‬און לויט ווי מען האט פארשטאנען איז געווען‬ ‫דער שמועס וועגן דעם וואס דער באן איז געבליבן שטיין‪ .‬אינמיטן קומט דער רבי מיט זיין גבאי צו צום 'אפיס ‪ -‬וואגן'‪ ,‬און דער גבאי‬ ‫גיבט אונז א פרעג "אויב איינער פון אונז וויל רעדן מיט אים א וויכטיגע זאך"? קיינער פון אונז האט נישט געוואלט‪ ,‬ווייל מיר האבן דאך‬ ‫געוויסט אז ער איז א שונא ציונים‪ ,‬און ביי זיינע אלע דרשות האט ער כסדר גערעדט אקעגן ציונות‪ ,‬דערפאר האט זיך קיינער נישט‬ ‫אנגעטראגן צו רעדן מיט אים‪.‬‬ ‫אבער נאך א שטיקל צייט האט איינער פון אונזער גרופע מיטן נאמען לעבאוויטש זיך אנגעטראגן צו גיין רעדן מיט אים‪ ,‬זיי האבן גערעדט‬ ‫פאר א האלבע שעה! ווען זיי האבן געענדיגט האט דער מר‪ .‬לעבאוויטש געגעבן די הענט פארן רבי'ן ווי א תקיעת כף‪ ,‬און צוריקגעקומען‬ ‫צום וואגאן‪ ,‬מיר האבן זייער געוואלט וויסן וואס ער האט גערעדט מיטן רבי'ן אבער ער האט נישט געהאלטן ביים אויסזאגן‪ ,‬און ער האט‬ ‫גע'טענה'עט אז ער האט דעם רבי'ן געגעבן א תקיעת כף אז עס וועט בלייבן א סוד! אפילו ווען דער באן איז דערנאך ווייטער געפארן‬ ‫האט ער ווייטער נישט אויסגעזאגט‪ ,‬אין בערגן בעלזן לאגער האט ער אויך נישט אויסגעזאגט‪ ,‬טראץ די גרויסע הפצרות‪ ,‬נאך די מלחמה‬ ‫ווען מען איז שוין געווען אין ארץ ישראל האט ער ווייטער נישט געוואלט זאגן‪ ,‬נאר פלוצלינג איז ער געשטארבן אן קיין פריערדיגע סיבה‪,‬‬ ‫און ווי איך קלער איז זיין פלוצלינג'דיגע טויט פארבינדן מיט דעם סוד‪ ,‬ער האט מיטגענומען דעם סוד אין קבר‪ ,‬און איך ווייס אויף זיכער‬ ‫אז דער שמועס מיטן רבי'ן האט א גאר חשוב'ע ראלע אין דעם וואס דער באן איז געראטעוועט געווארן"‪.‬‬ ‫יואל'יש‪ :‬נו‪ ,‬וואס האט דער רבי טאקע גערעדט מיט אים?‬ ‫טאטע‪ :‬ווי קען איך דיר זאגן‪ ,‬עס איז דאך א סוד‪ ...‬אבער באמת‪ ,‬ער האט טאקע נישט געטארט פארציילן‪ ,‬אבער ר' יאסל אשכנזי האט‬ ‫דאך יא געמעגט דערציילן‪ ,‬האט ער געזאגט אזוי‪ ,‬דער רבי האט אים געבעטן אז מען זאל זען צו מודיע זיין פאר דעם באקאנטן עסקן‬ ‫הצלה און שתדלן ר' חיים ראטה ע"ה פון פעסט אז מען געפינט זיך אין א סכנה‪ ,‬און ער זאל שוין טרעפן עפעס א וועג צו אפשטעלן דעם‬ ‫באן פון פארן אויף אוישוויץ!‬ ‫ווי ר' חיים ראטה האט טאקע דערציילט נאך די קריג האט ער געהאלטן אינמיטן די סעודת שבת קודש‪ ,‬א ריכטיגער 'סאטמארער שבת‬ ‫טיש'‪ ...‬און א אידיש מיידל וואס האט זיך פארשטעלט ווי א גוי'איש מיידל האט אריינגעקלאפט אינמיטן די סעודה‪ ,‬זי איז אויך געווען‬ ‫אויף דעם באן‪ ,‬און זי האט זיך פארשטעלטערהייט מוסר נפ ש געווען און געפארן מיט אן אנדערע באן ביז בודאפעסט צוליב פיקוח נפש‪.‬‬ ‫ר' חיים איז אויפגעשטאנען תיכף אינמיטן די סעודה‪ ,‬און געלאפן צום דעם אפיס פון דר‪ .‬קאסטנער‪ ,‬וואס דער קאסטנער איז נישט געווען‬ ‫אויפן באן נאר געווען אין בודאפעסט‪ ,‬און אים דערציילט די שרעקעדיגע נייעס‪.‬‬ ‫דר‪ .‬קאסטנער האט נישט געוואלט גלייבן אז דער נאצי פירער דער רשע אייכמאן ימ"ש האט אים אויסגענוצט און שיקט נישט ארויס‬ ‫דעם באן‪ ,‬למעשה האט מען געשיקט א שליח‪ ,‬און דער שליח איז צוריק געקומען און באשטעטיגט אז דער באן שטייט! אן אויפגעברויזטער‬ ‫איז דר‪ .‬קאסטנער אריבער צום אפיס פון אייכמאן ימ"ש צוזאמען מיט ר' חיים ראטה און אויך מיט ר' פנחס פרוידיגער‪ ,‬וואס איז אויך‬ ‫געווען פון די ערליכע אידישע עסקנים אין שטאט‪ ,‬און זיי האבן אים פארגעהאלטן היתכן מען האלט נישט ווארט?!‬ ‫אייכמאן האט געענטפערט מיט א שפאט "דו קומסט מיט א שרעקליכע טעות‪ ,‬עס שטייט נישט אוישוויץ עס שטייט 'אויסשפיץ'‪ ,‬דאס‬ ‫איז אן אנדערע שטאט מיט אן ענליכע נאמען‪ .‬אזוי אויך האט אייכמאן געזאגט "נישט געזארגט‪ ,‬דער באן דארף טאקע ווערן באפרייט‬ ‫אבער"! האט אייכמאן צוגעלייגט "אויב דער באן וועט נישט באפרייט ווערן וועל איך דיר געבן א צווייטע באן מיט אנדערע ‪1,500‬‬ ‫‪..‬‬ ‫מענטשן" ‪.‬‬ ‫ווי נאר ר' חיים ראטה האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרונגען ווי א שלאנג געביסענער און געגעבן א געשריי‪" ,‬וואס מיינט דאס אן‬ ‫אנדערע באן מיט אנדערע מענטשן‪ ,‬מיר האבן דאך געצאלט טייער געלט פאר דעם באן דוקא ווייל דארט איז דא דער סאטמאר'ער רב‪,‬‬ ‫און גאר א גרויסע סכום געלט איז שוין אריין אין דעם געשעפט נאר פאר דעם צוועק"!‬ ‫ווי נאר אייכמאן ימ"ש האט געהערט פון דעם ווארט געלט האט ער געענטפערט‪" ,‬אזוי!? איך האב נישט געוואוסט אז עס איז דא דארט‬ ‫א ספעציעלער רב וואס מען האט געצאלט פאר אים גרויס געלט‪ ,‬און מען איז גרייט פאר אים צו צאלן נאך געלט‪ ,‬אויב אזוי" האט‬ ‫אייכמאן ימ"ש געזאגט "אז מען גיבט מיר נאך א גרויסע סומע געלט בין איך גרייט צו פארהאלטן די באן אז עס זאל נישט פארן קיין‬ ‫אוישוויץ נאר עס וועט גיין צו א ספעציעלע לאגער‪ ".‬ר' חיים האט נישט געהאט קיין ברירה‪ ,‬ער איז שנעל אהיימגעפארן מיט א טעקסי‬ ‫און געברענגט דעם געפאדערטן סכום און עס אראפגעלייגט אויפן טיש‪ ,‬און אייכמאן ימ"ש האט תיכף געשיקט א מעלדונג אז מען זאל‬ ‫טאקע נישט שיקן דעם באן קיין אוישוויץ!‬ ‫נו‪ ,‬קינדער עס ווערט שוין שפעט און די מעשה איז דאך נאך ווייט פון פארטיג‪ ,‬און קומענדיגן מאנטאג אי"ה וועט עטס הערן פון ענקערע‬ ‫מרביצי תורה נאך פילע פרטים און דעם המשך ההצלה‪ ,‬אבער די חלק האב איך ענק יא געוואלט פארציילן‪ ,‬ווייל עס איז נישט אזוי‬ ‫באקאנט די אלע פרטים‪.‬‬ ‫אבער דער סוף ווייסט דאך יעדער‪ ,‬אז אין די ענדע איז דער באן ב"ה געראטעוועט געווארן ברוב חסדי שמים‪ ,‬און אלעס איז געווען אין‬ ‫זכות פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי זי"ע וואס איז געווען אנגעגרייט פון הימל צו ראטעווען דעם דור‪.‬‬ ‫הגה"צ ר' אברהם יוסף ראזענבלום זצ"ל דער ראש ישיבה פון שערי יושר פון בארא פארק וואס ער איז אויך געווען א בחור'ל אויפן באן‪,‬‬ ‫האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון א צווייטן בחור דארט‪ ,‬וואס ער האט געזען אין יענע אנגעצויגענע טעג ווען דער באן איז‬ ‫געשטאנען פארן ווערן געשיקט קיין אוישוויץ חס ושלו'‪ ,‬ווי דער רבי שפאצירט ארום אין גאס און רעדט שטיל צו זיך‪ ,‬און דער בחור האט‬ ‫מצליח געווען צו אויפכאפן די פאלגענדע פארכטיגע דיבורים "רבונו של עולם! כלל ישראל דארף מיך נאך האבן איך האב דאך נאך‬ ‫אזויפיל צוטוהן"!!‬ ‫ליפא‪ :‬גראדע האב איך געזען די וואך אין ספה"ק עבודת ישראל פונעם קאזניצער מגיד זצ"ל אויפן פסוק "לא יקרא שמך יעקב כי אם‬ ‫ישראל"‪ ,‬אז א צדיק‪ ,‬אפילו ער האלט זיך קליין בבחינת 'יעקב'‪ ,‬אבער דאך פון מאל צו מאל מוז ער זיך באנוצן מיט די מדה פון 'ישראל'‪,‬‬ ‫וואס דאס ווייזט אויף גרויסקייט‪ ,‬צו מעורר זיין רחמנות פון די מלכים ושרים צו מבטל זיין גזירות רעות און אפשטילן די מקטריגים וואס‬ ‫רעדן שלעכטס אויבן אין הימל‪ .‬ווי עס שטייט אין זוה"ק און אזוי אויך פונעם הייליגן ר"ר אלימלך שטייט דאס זעלבע‪ ,‬אז נישט ח"ו אז‬ ‫דער צדיק האלט זיך גרויס‪ ,‬נאר ער דערהייבט זיך צו אפשטילן די דינים‪ .‬און דאס מיינט דער פסוק‪" ,‬כי שרית עם אלקים ואנשים"‪ ,‬מיט‬ ‫די מלאכים און מענטשן‪" ,‬ותוכל"‪ ,‬און מען איז זיי בייגעקומען‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬יא‪ ,‬ממש אזוי‪ ,‬דער רבי איז דאך כסדר געווען בשפלות גדול ווי פריער געשמועסט‪ ,‬און זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פארן כבוד‬ ‫שמים נאכן קריג‪ ,‬ווי דער דערמאנטער ראש ישיבה פון שערי יושר הרב ראזענבלום זצ"ל האט דערציילט‪ ,‬אז דעמאלטס האט ער נאכנישט‬ ‫געוויסט ווער דער רבי איז‪ ,‬און די ווערטער האט אים אויסגעקוקט זייער אינטערעסאנט‪ ,‬אבער ‪ -‬האט רב ראזענבלום אויסגעפירט ‪ -‬ווען‬ ‫איך בין געקומען קיין אמעריקע און געזען וואס דער רבי האט דא אויפגעשטעלט מיט זיין כח הקד‬ ‫ושה‪ ,‬און געשטאנען בראש מערכות ישראל אקעגן די ציונים‪ ,‬האב איך למפרע פארשטאנען וואס דער רבי האט געמיינט און זיך געבעטן‬ ‫צום אויבערשטן ער זאל אים לאזן ביים לעבן צו אויפטאן פארן כבוד שמים!‬ ‫ליפא‪ :‬נאך איין אינטערעסאנטע רמז מוז איך דיר זאגן טאטע‪ ,‬מיין מגיד שיעור האט עס אויסגעטראפן אליינס!‬ ‫רו" איז מרמז אויף‬ ‫עס שטייט אין אמרי נועם אז אינעם קאפיטל פון "לא לנו" איז מרומז אלע ימים טובים פונעם יאר‪ֶּ " :‬פה לָ ֶהם וְ ל ֹא יְ ַד ֵּב ּ‬ ‫פסח‪" ,‬פה סח"‪ֵ " ,‬עינַ יִ ם לָ ֶהם וְ ל ֹא יִ ְראוּ" איז מרמז אויף שבועות זמן מתן תורתנו‪ ,‬וואו עס שטייט "וכל העם רואים את הקולות"‪ ,‬און מצות‬ ‫ראייה בעליית רגל‪ " ,‬ׇאזְ נַ יִ ם לָ ֶהם וְ ל ֹא יִ ְׁש ָמעוּ" איז מרמז אויף ראש השנה" וואו דער עיקר מצוה איז צו הערן קול שופר‪ַ " ,‬אף לָ ֶהם וְ ל ֹא‬ ‫ישוּן"" איז‬ ‫יהם וְ ל ֹא יְ ִמ ׁ‬‫יְ ִריחוּן"‪ ,‬מרמז אויף יום הכיפורים ווען מען עסט נישט און מען טרינקט נישט און מען שמעקט בלויז בשמים‪" ,‬יְ ֵד ֶ‬ ‫כו" איז מרמז אויף שמחת תורה ‪,‬‬ ‫יהם וְ ל ֹא יְ ַה ֵּל ּ‬ ‫מרמז אויף סוכות‪ ,‬ווען אידן נעמען אין די הענט די ארבעה מינים און שאקלען מיט זיי‪ַ " .‬רגְ לֵ ֶ‬ ‫ווען אידן טאנצן מיט די פיס לכבוד התורה ביי די הקפות‪" .‬ל ֹא יֶ ְהגּ ּו ִּבגְ רוֹ נָ ם איז מרמז אויף פורים‪ ,‬ווען מען טרינקט וויין און מען זינגט‬ ‫מיטן גארגל לויב און דאנק פארן נס‪ ,‬אדער ביי חנוכה מיט הלל והודאה‪ .‬ע"כ דבריו הקדושים‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬וואו איז מרומז דער סאטמאר יום טוב "כ"א כסלו"?‬ ‫טאטע‪ :‬יא יא זייער פשוט‪ ,‬איך מיין איך כאפ אליינס אז די ווילסט זאגן דעם אויספיר פונעם קאפיטל‪" ,‬ישראל בטח בה' עזרם ומגנם‬ ‫הוא"!!‬ ‫נו‪ ,‬לאמיר אלע אינאיינעם ארויסגיין אין א פייערדיגן טאנץ "חסדי ה' כי לא תמנו"‪ ,‬לויבן און דאנקען דעם גרויסן באשעפער אויף זיינע‬ ‫הייליגע חסדים גדולים פאר אונזערע עלטערן‪ ,‬פאר אונז און פאר אלע דורות הבאים וואס שעפן זייער כוח און זייער קיום הדורות נאר‬ ‫דורך דעם גרויסן טאג כ"א כסלו!!‬ ‫פאר הערות אדער צו באקומען וועכנטליך דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו‪:‬‬ ‫‪Thesatmartish@gmail.com‬‬